בלאט 11 פון 36

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 7:33 pm
דורך קנאפער ידען
מיסטעריעז האט געשריבן:וויזוי קען מען אזא זאך וויסן?

CNN זאגט אז דאס איז א חשד לויט זייערע קוועלער, זינט א פרוי וואס מען איז חושד אין האבן געהאלפן דער אנטלויף אקציע איז געליגן יענע נאכט אין שפיטאל צוליב פאניק אטאקעס, סאו זיי זאגן אז אפשר האט זי זיי געדארפט צו אויפפיקן אבער זי איז נישט געווען ביכולת עס צו טון.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 7:34 pm
דורך מיסטעריעז
אין אנדערע ווערטער: עס איז א השערה

שוין געמיינט אז מען ווייסט שוין עפעס פאקטן

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:23 pm
דורך זאכליך
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז נאכן אויספלאנירן אזא אויסגערעכנטע אנטלויף, זאלן זיי זיך דרייען בפרהסיא אין א געגענט נאנט צום תפיסה.

מיין טעאריע איז אז זיי האבן געשטעלט מענטשען וואס קוקן אויס ענדליך צו זיי, אז זיי זאלן זיך דרייען אין יענע געגענט און זיך אויפפירען פארדעכטיגט. אזוי וועט עס אוועקשלעפן די זיכעריי פון ווי זיי געפונען זיך עכט.

אדער קען מען זאגן פונקט פארקערט, אז די אינסטאנצן ווייסן יא ווי זיי געפונען זיך עכט און זיי זוכן דארט שטילערהייט, נאר זיי ווילן אז די צוויי חברה זאלן מיינען אז מען ווייסט נישט ווי צו זיכן כדי זיי זאלן נישט זיין אזוי פארזיכטיג, פארדעם זיכן זיי אין די געגענט נעבן די תפיסה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:26 pm
דורך קנאפער ידען
און די מערסטע פשוט איז אז דאס האט מיט זיי נישט קיין שייכות (פון וואס איך האב געזען אין די נייעס האט דער וואס האט געזען דארט מענטשן נישט געזאגט אז עס האט אויסגעקוקט ווי זיי), סתם צוויי גנבים האבן זיך דארט געדרייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:34 pm
דורך נא_שכל
לאקשען ברעט האט געשריבן:טאמער האבען זיי שכל זענען זיי שוין נישט און אמעריקא, ס'איז א קינדערשפיל צי אריין שפאצירען קיין קאנאדע דורעכן וואלד,
נאכדעם ברויכען זיי א קליינע פארשטעלונג און זיי קענען ארום גיין פראנק און פריי,
טאמער זיי האבען געקענט אהער שטעלן אזא אנטלויף אקציע מסתם זענען זיי נישט קיין חדר אינגלעך און זיי ווייסען וואס זיי האבען צי טאהן,
ס'נאריש אז זיי זאלען גיין צי זייערע קרובים, דאסי דאך די ערשטע פלאץ ווי די גרויזאמע פאליציי גייט זיכען,

האף מיר ווייטער אז מען זאל זיי נישט טרעפן, טאמער אזא טיראן ווי אבאמא קען זיין אויף דער פריי קענען זיי אויך,


חכמים? הזהרו בדבריכם!! מיינט'ס נישט אז איר קענט זיך באהאלטן אינטער א "לאקשען ברעט" היינט איז געווען אין די נייעס אז א ריכטער האט פארארדענט ארויסצוגעבן אידענטיטעט פון קאמאנטירער אויף וועבסייט פאר בערך אזעלכע נישטיגע ווערטלעך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:51 pm
דורך מאקאווער
נא שכל
האב נישט קיין מורא שעפעלע מקען רואיג שרייבן מיטן לאקשן ברעט קיינער גייט נישט פארלאנגען קיין היתרים פון קיין ריכטער
איר קענט זיין רואיג קינד מיינס. פאניק נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:59 pm
דורך פארבינדן
קנאפער ידען האט געשריבן:און די מערסטע פשוט איז אז דאס האט מיט זיי נישט קיין שייכות (פון וואס איך האב געזען אין די נייעס האט דער וואס האט געזען דארט מענטשן נישט געזאגט אז עס האט אויסגעקוקט ווי זיי), סתם צוויי גנבים האבן זיך דארט געדרייט.


די פאלימיי האבן יעצט געמאלדען אז שמעק הינט וואס זיי האבן געברענגט צו דערשפירען די אומגעגנט ווי מ'האט זיי געזען, האבן אויפגעכאפט די שמעק פון די אנטלאפענע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:05 pm
דורך זאכליך
קנאפער, אזוי פשוט האב איך נישט געקלערט....

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:13 pm
דורך ארטסקרול
בכלל איז זייער מאדנע פארוואס די פרוי איז געווען וויליג דאס צו טון. דאס מיינט א זיכערע טורמע טערמין פאר די פרוי. זעט אויס זי האט זיי מקנא געווען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 1:27 am
דורך נגיד
מען האלט שוין כמעט ביי 100 שעה וואס די צוויי רוצחים זענען אויף דער פריי און אלע אגענטורן זענען הילפסלאז און קענען זיי נישט אפירזיכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 5:04 am
דורך עירמאנט'ער
ארטסקרול האט געשריבן:בכלל איז זייער מאדנע פארוואס די פרוי איז געווען וויליג דאס צו טון. דאס מיינט א זיכערע טורמע טערמין פאר די פרוי. זעט אויס זי האט זיי מקנא געווען.

ווי לאנג קען זי זיצן דערפאר
?
וואס איז די קלאגעס פאר אזא מעשה פון העלפן איינעם אנטלויפן
?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 7:46 am
דורך גערעכטער
אפדעיט: די פרוי האט זיך מודה געווען פאר אויספארשער אז זי האט זיי טאקע געפלאנט צו אויפפיקן מיט איר קאר פון די מענהאל אבער האט באקומען קאלטע פיס און מורא געהאט צו טון למעשה.

אויך זאגן אויספארשער אז די פרוי'ס סעלפאון איז געניצט געווארן צו מאכן די פאון קאלס פאר די אקציע אבער זיי ווייסן דערווייל נישט ווער ס'האט געמאכט די קאלס צו די פרוי אדער די ארעסטאנטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 8:23 am
דורך מידער
הייסט ס'איז שוין אפיציעל אז זי האט זיי געהאלפן.

יעצט איז די פראגע וויאזוי זיי קענען זיך נאך אויסבאהאלטן אויב די פלענער זענען דורכגעפאלן. שווער צו גלייבן אז זיי האבן געהאט א פלען בי.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 8:34 am
דורך גערעכטער
קנאפער ידען האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:סטעיט טרופערס האבן זיך אראפגעלאזט אויף א שטעטל ארום 30 מייל פון די טורמע, וואו מען האט באמערקט 2 פרעמדע פארשוינען

#ערשטע אין די סעריע פון 'זעהנישן'

JUST IN: Two escaped prisoners cornered by cops 40 miles from New York prison: sources. http://nydn.us/1dujhV7

זאגן זיי אז מ'האט דורך גענישטערט די גאנצע טאון און גארנישט געטראפן קיין שפירן פון די חברה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 8:36 am
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:אפדעיט: די פרוי האט זיך מודה געווען פאר אויספארשער אז זי האט זיי טאקע געפלאנט צו אויפפיקן מיט איר קאר פון די מענהאל אבער האט באקומען קאלטע פיס און מורא געהאט צו טון למעשה.

אין ליכט פון דעם גלייב איך אז זיי זענען אין א וואלד ערגעץ דערנעבן... ווי דער באקאנטער לידל לויטעט... "די פיס איז צו קאלט, גיי אין וואלד"... :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 8:38 am
דורך מידער
די פראגע איז וויאזוי זיי קענען לעבן אנע עסן. פריער אדער שפעטער וועלן זיי מוזן ארויסקומען פון באהעלטעניש.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:20 am
דורך יגרסהדותא
הייסט, זיי זענען ארויסגעקומען פונעם מענהאל-לאך, און נישט געטראפן דער וואס דארף זיי אפווארטן, זענען זיי געלאפן 40 מייל ביז יענעם געגענט?? זיי האבן נישט געהאט קיין קאר בכלל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:58 am
דורך צווייפעל
די פרוי ברויך באקומען א ערנסטע שטארף, אז משמועסט עפעס אפ, ברויך מען זיך האלטן דערצו, קען נישט באקומען קאלטע פיס אין אזעלכע קריטישע מינוטן, העכסטנס וואלט זי געדארפט נעמען פילן, אבער מקען נישט אויסשפילן.

ווער סהאט שוין אמאל באזוכט אין אזא תפיסה, וויל לכאורה אז מזאל זיי נישט כאפן, (שטייצעך אז מהערט מער נישט פון זיי), און מזאל די אלע וועכטער דארטן אויספארשן חדשים און יארן, די אלע דארטן זענען פון די K K K חברה, געפערליכע מענטשן פיינט.

די מערדער פון מיין זייט זאלן זיך דערטרענקן אין וואסער בשעת'ן אריבערשווימען, אבער די תפיסה חברה ברויכן כאפן א פליק.

איצט לאמיר זיך אריינשטעלן אין זייערע שיך און טראכן פאר זיי די נעקסטע סטעפס.

נמ. 1, ברויכן זיי זיך צוטיילן, די עצם זאך אז צוויי מענטשן גייען אינאיינעם, די גיט זיי ארויס.

2, זיי טארן פאר קיין שום פרייז, נישט מאכן די מינדערסטע קאנטאקט מיט באקאנטע, עטליעסט אין די איצטיגע צייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:02 am
דורך מאנ-יימער
נגיד האט געשריבן:מען האלט שוין כמעט ביי 100 שעה וואס די צוויי רוצחים זענען אויף דער פריי און אלע אגענטורן זענען הילפסלאז און קענען זיי נישט אפירזיכן.

מיר איז אסאך מער מאדנע אז מ'האלט שוין ביי איבער 100 שעה און קול מבשר האט נאכנישט קיין אינטערוויא מיט די אנטלאפענע...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:12 am
דורך מצלמה
צווייפעל האט געשריבן:די פרוי ברויך באקומען א ערנסטע שטארף, אז משמועסט עפעס אפ, ברויך מען זיך האלטן דערצו, קען נישט באקומען קאלטע פיס אין אזעלכע קריטישע מינוטן, העכסטנס וואלט זי געדארפט נעמען פילן, אבער מקען נישט אויסשפילן.

ווער סהאט שוין אמאל באזוכט אין אזא תפיסה, וויל לכאורה אז מזאל זיי נישט כאפן, (שטייצעך אז מהערט מער נישט פון זיי), און מזאל די אלע וועכטער דארטן אויספארשן חדשים און יארן, די אלע דארטן זענען פון די K K K חברה, געפערליכע מענטשן פיינט.

די מערדער פון מיין זייט זאלן זיך דערטרענקן אין וואסער בשעת'ן אריבערשווימען, אבער די תפיסה חברה ברויכן כאפן א פליק.

איצט לאמיר זיך אריינשטעלן אין זייערע שיך און טראכן פאר זיי די נעקסטע סטעפס.

נמ. 1, ברויכן זיי זיך צוטיילן, די עצם זאך אז צוויי מענטשן גייען אינאיינעם, די גיט זיי ארויס.

2, זיי טארן פאר קיין שום פרייז, נישט מאכן די מינדערסטע קאנטאקט מיט באקאנטע, עטליעסט אין די איצטיגע צייט.


זיי דארפן זיך אויך אפגעוויינען פון עסן און טרינקען, פאר עטליעסט עטליכע וואכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:14 am
דורך מצלמה
יגרסהדותא האט געשריבן:הייסט, זיי זענען ארויסגעקומען פונעם מענהאל-לאך, און נישט געטראפן דער וואס דארף זיי אפווארטן, זענען זיי געלאפן 40 מייל ביז יענעם געגענט?? זיי האבן נישט געהאט קיין קאר בכלל?


זיי האבן נישט קיין קרעדיט קארטלעך, קיין טשארדזשער צו טשארדשען דעם סעלפאון, קיין דאלאר עפעס צו קויפן. עס מוז זיין אז איינער העלפט זיי, צו קענען אויסהאלטן. חוץ אויב זיי זענען שוין אין קאנאדע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:15 am
דורך גערעכטער
יגרסהדותא האט געשריבן:הייסט, זיי זענען ארויסגעקומען פונעם מענהאל-לאך, און נישט געטראפן דער וואס דארף זיי אפווארטן, זענען זיי געלאפן 40 מייל ביז יענעם געגענט?? זיי האבן נישט געהאט קיין קאר בכלל?

יא זיי זענען ארויסגעקומען פונעם מענהאל ויפן כה וכה וירא כי אין איש זיי אפציווארטן האבן זיי מקיים געווען דעם רגלי מוליכות אותי און זענען אנלאפן צופיס אן קיין קאר,
אבער די געגנט 40 מייל פון די תפיסה איז דערקלערט געווארן אז זענען נישט דארט, וויירשיינדליך סאך ווייטער חוץ לגבולות אמעריקע...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:27 am
דורך ישמחו
מאנ-יימער האט געשריבן:מיר איז אסאך מער מאדנע אז מ'האלט שוין ביי איבער 100 שעה און קול מבשר האט נאכנישט קיין אינטערוויא מיט די אנטלאפענע...


אדער אמווייניגסטענס מיט דעם חב"ד רב פון די געגנט...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:34 am
דורך יין המשומר
ארטסקרול האט געשריבן:בכלל איז זייער מאדנע פארוואס די פרוי איז געווען וויליג דאס צו טון. דאס מיינט א זיכערע טורמע טערמין פאר די פרוי. זעט אויס זי האט זיי מקנא געווען.

עס איז גאר מעגליך אז די חברה האבן איר געסטראשעט מיט א מעסער. איי, פארוואס דערציילט זי דאס נישט? מעגליך אז פארדעם אליין קען זי באצאלן מיטן קאפ...

הצד השוה, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען, דאס איז זיכער אז ס'איז געווען א גאר אויסגערעכנטע אקציע, צי זיי האבן געהאט א פלען בי אין פאל זיי האבן נישט דעם קאר איז אויך נישט באקאנט.
(דערפאר איז טאקע נאריש צו מאכן מסקנות און אנקעטעס אויב מען גייט זיי יא אדער נישט כאפן...)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:43 am
דורך talmid
Sorry for my English.
What i wonder is, that in a max prison is each prisoner locked up in a separate cell,
so how did the two guys got together in one cell and escaped?