באריכטן און אנאליזן
דינסטאג יוני 16, 2015 7:53 pm
זיי זיינען בכלל נישט געווען אין טורמע, אזוי אום האבען זיי בכלל נישט געקענט אנטלויפן. #קאנספירעסי
Advertisement
דינסטאג יוני 16, 2015 7:56 pm
באלד וועט מען געוואר ווערען אז זיי זענען ארויס געקראכן פון א טונעל אין עזה...
דינסטאג יוני 16, 2015 8:12 pm
איין זאך פארשטיי איך נישט. פארוואס גייען זיי נישט נאך די באזוכער פון די צוויי? אדער אפשר טוען זיי עס בשתיקה?
דינסטאג יוני 16, 2015 8:58 pm
אז שוין יא קאנספיראציע, גם אני אענה חלקי...
זיי זענען קיינמאל נישט אנטלאפן זיי זענען נאך אין תפיסה, ס'איז א שפיל פון די אינסטאנצן...
דינסטאג יוני 16, 2015 9:32 pm
נפש אמיתי האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט. פארוואס גייען זיי נישט נאך די באזוכער פון די צוויי? אדער אפשר טוען זיי עס בשתיקה?
וואס הייסט זיי גייען נישט נאך? זיי האבן דיר נישט גערופן?
דינסטאג יוני 16, 2015 9:53 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:נפש אמיתי האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט. פארוואס גייען זיי נישט נאך די באזוכער פון די צוויי? אדער אפשר טוען זיי עס בשתיקה?
וואס הייסט זיי גייען נישט נאך? זיי האבן דיר נישט גערופן?
איך האב נאכנישט געהערט קיין טעאריעס אדער קאנספיראציעס אין די ריכטונג.
דינסטאג יוני 16, 2015 10:06 pm
איז דען א פראגע צי זיי פרובירן נישט דאס צו נאכגיין.
וואנעט מ'זוכט זיי קען מען פון די מידיא נישט באהאלטן, אבער משוגע דארפן זיי זיין צו פארציילן פאר די גאס פונקטליך וואס ווען וואו. קענסט זיכער זיין אז יעדע טראפקעלע אינפארמאציע וואס זיי האבן ארויסגעגעבן איז געווארן דריי מאל באטראכט צי דאס קען נישט געבן די מינדעסטע אינפארמאציע פאר די פארברעכער וואס מ'ווייסט יא איבער זייערע פלענער.
דינסטאג יוני 16, 2015 10:57 pm
זיי זענען ארויסגעקומען דורך אן אנדער וועג, נישט פון יענעם אפענעם מענהאל.
עמיצער האט עס געעפענט פונדרויסן צו פארטושן די מוחות. זוכט אויף די אנדערע זייט.
דינסטאג יוני 16, 2015 11:07 pm
אויב זיי זענען נאך אין די געגענט פון די תפיסה. איז זייער אינטערעסאנט אז מען האט זיי נאכנישט געטראפן, ווען די FBI האט אודאי צו די האנט גאר פארגעשריטענע טעכנעלאגיע ווי thermal scan און infrared וואס ביינאכט האבן זיי מיט דעם גאר א שטארקע אויבערהאנט.
מיטוואך יוני 17, 2015 12:30 am
נישטא קיין ברירה מ'גייט אריינפלאנצן GPS טשיפס אין יעדן אמעריקאנעם געבוירענעם, יעדער גייט זיין טרעקעבעל.
ס'גייט דאן ווערן א חורבן פון די בריאה, און מ'וועט דארפן אונטערברענגען די טעכנעלאגיע, א הונדערטער יאר שפעטער גייט מען פריש ערפינדן דעם GPS אוי וועט מען לאכן פון די אמאליגע צוריקגעבליבענע מאלפע וועלט, איין אלטער דייטשל מיט א דאשיק וועט זיך דערמאנען פון די יוגנט יארן ווי זיין זיידע האט אים געזאגט אז אונזערע חכמים האבן געוואוסט אלעס נאר לטובת העולם נישט מגלה געווען, אוי גייט מען לאאאכן פונעם..
מיטוואך יוני 17, 2015 7:35 am
ממש ירידת הדורות, ווען די מעשה פאסירטמיט א 2-3 הונדערט יאר צוריק, בפרט אין שפאניע וואלט די היינטיגע צייטונג געלויטעט אזוי:
דער הויעכגעשעצטער פאליציי מייסטער איז היינט געקומען צו רייטן אין שטאט אריין, און האט איבערגעגעבן פארן גובערנאטאר אז די זוכענישן פון די שנעל רייטער און שארף צילער האט נישט געברענגט קיין פירות, און לויט זיין מיינונג איז עס אן קיין שום ספק א כישוף וואס די צוויי מערדער האבן אנגעטון, און אזוי זיך ארויסגעשווערצט פון טורמע, ממילא איז דאס א ענין פאר די קירכע.
מהאט אריבער גערופן דעם ארצי בישאף, און איבער געגעבן דעם ענין אין די הענט פון די אינקוועזיציע.
דער ארציבישאף האט אריבער געשיקט א שנעל רייטער קיין ליאן, צום קארדינאל דע לע פאן, וועלכע צייכנט זיך אויס אין באשווערן די גייסטער, מבטל צו זיין כישוף, ער זאל קומען העלפן אנטדעקן די אנטלאפענע.
ווי מען גיט איבער, האט שוין סט. דע לע פאן אנגעהויבן מיט די תעניתים, (לע פאן האט נישט אויסגעשלאסן אז ער וועט די פאברעכער מוזן ערלעדיגן דארט ווי זיי זענען, און נישט אהיימברענגן און אפריכטן א אפענע פראצעס, ווייל עס קען זיין אז די טומאה איז צו גרויס מזאל זיי אריינברענגען צווישן באוואוינטע ערטער)
א נארישע טויש האבן די פאברעכער געמאכט, אנשטאט די תפיסה טערמין וואס זיי האבן ביז איצט געהאט, דויערט זיי איצט פייער פון די אוטו דע פע, דער שטראף פארן זיך באנוצן מיט כישוף.
דער גייסטליכער דיטע דע פינא, האט אין די זונטאג דרשה שטארק געשטורעמט קעגן די אידן, וועלכע ברענגען כישוף אין אונזערע הייליגע גרעניצן, און געהייסן אלע פארזאמלטע זיך ספעציעל איבער'צלמ'ען 10 מאל.
א אקט פון קנאות האט דערנאך אויסגעבראכן אינעם אידישן קווארטל, ווי קריסליכע קנאים האבן זיך אפגערעכנט מיט די זינדיגע, פאליציי האט קוים ארדענונג געמאכט, די פאגראם האט איבער געלאזט פילע טוי*ע און פארוואנדעטע.
די קריסטן וועלכע האבן געטויטעט, האבן געמוזט צאלן אויסלייז געלט פאר די נזירים קאסע פון קעלן...
מיטוואך יוני 17, 2015 7:56 am
מיטוואך יוני 17, 2015 8:32 am
פינטל האט געשריבן::lol:

מיטוואך יוני 17, 2015 8:48 am
האט שוין איינער געקוקט אפשר שלאפן זיי און זייער צעל?
מיטוואך יוני 17, 2015 9:25 am
פארפאלן צווייפל, דו האסט דיך געהעריג מגלה געווען
יעצט ווייסט שוין יעדער אז דו ביסט מנחם מנדל פון די ביכלעך
מיטוואך יוני 17, 2015 9:33 am
צווייפעל האט געשריבן:מהאט אריבער גערופן דעם ארצי בישאף, און איבער געגעבן דעם ענין אין די הענט פון די אינקוועזיציע
ארצי בישאף, אדער בטעות פארמישט מיט: ארכי בישאף?
מיטוואך יוני 17, 2015 9:39 am
זיס
מיטוואך יוני 17, 2015 9:53 am
טייערע שרייבער:
איר האט געוויס באמערקט אז איר זענט אונעם נייעס פארום, ביטע לאזן די וויצן, דמיונות און אנדערע ווערטלעך אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=21&t=27017לאזט דעם אשכול פאר נייעס.
יישר כח.
מיטוואך יוני 17, 2015 5:13 pm
שטארק זיך האט געשריבן:איך שעם זיך צו שרייבן, אבער לדעתי איז פאראן א גרויסע טשאנס אז זיי זענען ארויס דורך א טיר, און די מענהאולמאיז א מאסיווע דיקאי
די סיבה פארוואס מ'נעמט אן אז זיי זענען אנטלאפן פונען מענהאל איז נישט בלויז צוליב וואס מ'האט געפונען דעם ברייטן אפענעם בור ברה"ר, עס איז צוליב וואס פון דארט האט מען געטראפן דעם רוט צום אויפגעשניטענעם לעכל אין זייער צעל, בכדי אונטערצושטיצן אייער טעאריע מוז מען צולייגן אסאך פרישע חלקים צום פאזל אז ס'זאל קענען געמאלט זיין אז זיי זאלן האבן ארויסגעגאנגען פון א טורמע טיר לעיני הלבנה, דהיינו אז נאך אסאך טורמע איינגעשטעלטע פון פארשידענע ראנגנן זענען געווען אינוואלווד אינעם קאנספיראציע, כ'מיין ס'זעט נישט אויס דערווייל אז דאס איז די קעיס
מיטוואך יוני 17, 2015 5:16 pm
צייטליך האט געשריבן:טייערע שרייבער:
איר האט געוויס באמערקט אז איר זענט אונעם נייעס פארום, ביטע לאזן די וויצן, דמיונות און אנדערע ווערטלעך אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=21&t=27017לאזט דעם אשכול פאר נייעס.
יישר כח.
סא ווי זאל איך יעצט שרייבן די ייש"כ פאר צווייפל וואס האט מיר אויפגעהייטערט א פארכמארעטע טאג?
מיטוואך יוני 17, 2015 5:43 pm
מילכיגער האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:טייערע שרייבער:
איר האט געוויס באמערקט אז איר זענט אונעם נייעס פארום, ביטע לאזן די וויצן, דמיונות און אנדערע ווערטלעך אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=21&t=27017לאזט דעם אשכול פאר נייעס.
יישר כח.
סא ווי זאל איך יעצט שרייבן די ייש"כ פאר צווייפל וואס האט מיר אויפגעהייטערט א פארכמארעטע טאג?

שרייב עס דא און אנטלויף!!
מיטוואך יוני 17, 2015 5:49 pm
וואו איז די סוער פייפ?...
--
מ'באשולדיגט שוין אז בודזעט שניטן האבן גורם געווען מ'זאל אזוי שפעט באמערקן אז זיי פעלן
מיטוואך יוני 17, 2015 5:54 pm
אייער_קיכל האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:איך שעם זיך צו שרייבן, אבער לדעתי איז פאראן א גרויסע טשאנס אז זיי זענען ארויס דורך א טיר, און די מענהאולמאיז א מאסיווע דיקאי
די סיבה פארוואס מ'נעמט אן אז זיי זענען אנטלאפן פונען מענהאל איז נישט בלויז צוליב וואס מ'האט געפונען דעם ברייטן אפענעם בור ברה"ר, עס איז צוליב וואס פון דארט האט מען געטראפן דעם רוט צום אויפגעשניטענעם לעכל אין זייער צעל, בכדי אונטערצושטיצן אייער טעאריע מוז מען צולייגן אסאך פרישע חלקים צום פאזל אז ס'זאל קענען געמאלט זיין אז זיי זאלן האבן ארויסגעגאנגען פון א טורמע טיר לעיני הלבנה, דהיינו אז נאך אסאך טורמע איינגעשטעלטע פון פארשידענע ראנגנן זענען געווען אינוואלווד אינעם קאנספיראציע, כ'מיין ס'זעט נישט אויס דערווייל אז דאס איז די קעיס
קלערסט אז די וועכטער היטען די טירען; ס'איז דאך א מאקסימום סעקיורד פעסיליטי; און נאך דערצו אין מיטען דער נאכט ווען עס איז אין יוצא ואין בא.
ווען די וועכטער היטען, וואלטען זיי נישט געקענט אנטלויפען.
מיטוואך יוני 17, 2015 6:18 pm
שמאטע האט געשריבן:שרייב עס דא און אנטלויף!!
צווייפל!
מיטוואך יוני 17, 2015 7:04 pm
נעכטן געליינט. עס קאסט פאר די שטאט בערך א מיאליאן דאלער פער טאג די זוכעניש