באריכטן און אנאליזן
פרייטאג יוני 12, 2015 9:15 am
הערסטע? האט געשריבן:די די. עי. זאגט אז לדעתו וועט היינט זיין דער טאג וואס מען וועט זיי כאפן. נו, לאמיר זען.
"היום" אם בקולם ישמעו!
Advertisement
פרייטאג יוני 12, 2015 9:27 am
אברהם הלפרין אויף קולמע זאגט מען גייט זיי כאפען ביז זינטאג זיכער !
פרייטאג יוני 12, 2015 9:29 am
ונזכה ונראה...
איך מוז מודה זיין אז כ'האב ליב עקשאן, דערפאר האב איך געוואלט אז ס'זאל נעמען אביסל צייט, אבער יעצט בין איך שוין אויך מסכים.
פרייטאג יוני 12, 2015 9:32 am
איך שפעקוליר וואס איז פשט פון די נאכאנאנדע נביאות זאגן. מיינט דאס אז זיי האבן ערענסטע ליעדס אויף וואו זיי געפונען זיך, אדער ווילן זיי אז זיי זאלן אריינפאלן אין א פאניק, און באגיין א טעות.
פרייטאג יוני 12, 2015 10:06 am
דאס אז די מידיע קען היינט אלעס וויסן מאכט לכאורה אסאך שווערער אז מען זאל זיי טרעפן, ווייל זיי האלטן אלעס מיט און ווייסן פינקטלעך ווי מען זיכט זיי, ווי מען האט שוין געזיכט, מען געט זיי זייער אסאך אינפארמעישן זיי דארפן נאר האבן א קליינטשיגע ראדיאו און דעטס איט.
אין פאקט ווען ס'געווען די פאניק מיט די 'די סי סנייפערס' האט מען זיי בשום אופן נישט געקענט כאפן ווייל זיי זענען געזיצן אין קאר און מיטגעהאלטן פינקטלעך ווי מען זיכט זיי און געלאכט פון די פאליס און פון די עף בי איי.
אייגענטלעך האט מען זיי טאקע געכאפט ווען זיי האבן ביידע געכאפט א דרימל אין קאר און נישט מיטגעהאלטן די לעצטע נייעס...
פרייטאג יוני 12, 2015 10:14 am
די גרעסטע פראגע וואס עגבערט די אינסטאמצן איז צו זיי האבן געהאט א plan B נאכדעם וואס די אנטלויף אויטא איז נישט געקומען. אויב נישט קענען זיי נישט זיין צו ווייט און אנגיין צו לאנג אן קיין עסן און געלט.
פרייטאג יוני 12, 2015 10:32 am
אז יעדער האלט זיך דא אינטער,מעג איך אויך.
ערנסטע קלער, א יעדער מענטש ברויך מאכן השתדלות פאר פרנסה, נו, איך וועל מודיע זיין די אינסטאנצן אז כהאב זיי געזען ערגעץ אין א וואלד אין אפסטעיט, און מוועט זיי זיכן דארט, אויב טרעפט מען זיי, דאן קריג איך 100K!! (שטייצעך נאך דעם ווער איך אויף א יאר א פול טיים איי וועלט שרייבער...).
כמיין סאיז נאך עני טיים אזוי פיל טשענסעס זיי זאלן זיין אין יענעם וואלד, ווי ווען איינער קויפט א לאטארי טיקעט, און דא איז עס נאך אומזינסט!!
אויך קען מען צאם שטעלן א טיעם פון צען אינגעלייט, יעדער זאל זאגן א געוויסע שטח, און מיטן געווינס טיילט מען זיך!
פרייטאג יוני 12, 2015 10:34 am
הערסטע? האט געשריבן:די די. עי. זאגט אז לדעתו וועט היינט זיין דער טאג וואס מען וועט זיי כאפן. נו, לאמיר זען.
ר יקיר ברוין פלעגט זאגן א ווערטעל.
אן אלטער בחור זאגט אים אמאל ראש השנה אז ״ער פילט״ אז דאס מאל האט ער עס אויסגעבעטן, היי יאר ווערט ער א חתן. !
סוף יאר טרעפט ער אים נאכאמאל געט ער אים אזא פרעג נו ?
זאגט ער ״ איך האב נישט גוט געפילט״ ,
פרייטאג יוני 12, 2015 10:38 am
קאווע באנדל האט געשריבן:דאס אז די מידיע קען היינט אלעס וויסן מאכט לכאורה אסאך שווערער אז מען זאל זיי טרעפן, ווייל זיי האלטן אלעס מיט און ווייסן פינקטלעך ווי מען זיכט זיי, ווי מען האט שוין געזיכט, מען געט זיי זייער אסאך אינפארמעישן זיי דארפן נאר האבן א קליינטשיגע ראדיאו און דעטס איט.
אין פאקט ווען ס'געווען די פאניק מיט די 'די סי סנייפערס' האט מען זיי בשום אופן נישט געקענט כאפן ווייל זיי זענען געזיצן אין קאר און מיטגעהאלטן פינקטלעך ווי מען זיכט זיי און געלאכט פון די פאליס און פון די עף בי איי.
אייגענטלעך האט מען זיי טאקע געכאפט ווען זיי האבן ביידע געכאפט א דרימל אין קאר און נישט מיטגעהאלטן די לעצטע נייעס...
און אפשר זאגט טאקע די מידיע נאר וואס די פאלייצי און די גאווענער ווילן / לאזט זיי ?
והא ראי׳ אז מיר וויסן טאקע נישט דא אויף אייוועלט ווי מען זיכט באמת !
פרייטאג יוני 12, 2015 10:52 am
צווייפעל האט געשריבן:אז יעדער האלט זיך דא אינטער,מעג איך אויך.
ערנסטע קלער, א יעדער מענטש ברויך מאכן השתדלות פאר פרנסה, נו, איך וועל מודיע זיין די אינסטאנצן אז כהאב זיי געזען ערגעץ אין א וואלד אין אפסטעיט, און מוועט זיי זיכן דארט, אויב טרעפט מען זיי, דאן קריג איך 100K!! (שטייצעך נאך דעם ווער איך אויף א יאר א פול טיים איי וועלט שרייבער...).
כמיין סאיז נאך עני טיים אזוי פיל טשענסעס זיי זאלן זיין אין יענעם וואלד, ווי ווען איינער קויפט א לאטארי טיקעט, און דא איז עס נאך אומזינסט!!
אויך קען מען צאם שטעלן א טיעם פון צען אינגעלייט, יעדער זאל זאגן א געוויסע שטח, און מיטן געווינס טיילט מען זיך!
דערנאך וועסטו אנרופן תהלים כולל אז אויב זיי צאלן דיך אפאר אלפים קענען זיי ניצן דיין מעשה אלס א תהלים כולל נס...
פרייטאג יוני 12, 2015 11:07 am
מעגליך אז די חברה האבן שוין פארקויפט זייער מעשה פאר תהילים כולל ״אויסגעלייזט פון תפיסה״
פרייטאג יוני 12, 2015 11:20 am
איך האב שוין געזאגט מיין אפשאצונג?? ניין? אךך.. נו גוט, נאדיר מיינע השערות.
איך גלייב אז נאכן ווערן אויסגעשפילט מיטן קאר רייד האבן זיי נישט געהאט קיין וועג ווי צו לויפן ווייטער און זענען געבליבן אונעם געגענט באהאלטן. קיין טעלעפאון צו רופן א צווייטן האבן זיי נישט, קיין קאר אויך נישט. ס'איז נישט ריפארטעט קיין גניבה אין די געגענט בכלל און זיי ווייסן אז סיי וועלעכע פאברעך זיי באגיין יעצט וועט דאס בלויז ברענגען אויף זייערע שפירן. זיי ליגן באהאלטן אין א וואלד און שפייזן זיך פון גארבידזש וכדו' אינמיטן די נאכט. זיי גייען ווארשיינליך גאנץ בקרוב באגיין א פאטאלער טעות דורך באגיין א פאברעך אין מ'גייט שנעל געואוויער ווערן ווי זיי געפינען זיך.
(זייטיגע מעלדונג פאר די שטאטישע איסטאנצן: ביטע אויסשטעלן די טשעק פאר א מוסד אדער קעש, בעסער אויב ס'יז צוטיילט אין 2 פופציגער'ס. יישר כוחכם)
פרייטאג יוני 12, 2015 11:44 am
"די צייטונג" ווייסט צו זאגן אז זיי האבן איינגעבראכן אין א הויז און געגנבט א גאן, איך האב אין ערגעץ נישט געזען דאס באריכטן, פון וואנעט נעמט ער דאס?
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג יוני 12, 2015 11:48 am
אייער_קיכל האט געשריבן:"די צייטונג" ווייסט צו זאגן אז זיי האבן איינגעבראכן אין א הויז און געגנבט א גאן, איך האב אין ערגעץ נישט געזען דאס באריכטן, פון וואנעט נעמט ער דאס?
דאכט זיך אז קול מבשר האט אויך אזוי געזאגט
פרייטאג יוני 12, 2015 11:51 am
איך געדענק גראדע יא עפעס אזא נייעס'ל, וועלעכע איז דאכציך בלויז געווען אן השערה. עכ"פ ביים פרעסע קאנפרענץ דערנאך פון די גאווערנער און די פאליציי האבן זיי נישט דערמאנט קיין ווארט דערוועגן.
פרייטאג יוני 12, 2015 12:01 pm
שוין געווען דא באריכטעט
Kolhaolam האט עס אויך געשריבן. אויך האב איך עס געזען ערגעץ מיינעך אויף איינע פון די מידיע נעצן
פרייטאג יוני 12, 2015 12:08 pm
מעגליך אלץ א השערה ווי צייטליך זאגט אבער קיין איין מידיע אוטלעט האט עס נישט אפיציעל געמאלדן (חוץ קול מבשר...)
פרייטאג יוני 12, 2015 12:41 pm
ס'איז יא געווען באריכטעט אין די מידיע, נאך אנהויב וואך.
א פלא אז שוין זיבן טעג וואס זיי זענען אן די ראן און ס'איז נאכנישט דא קיין איין קליפ אדער עני אנדערע פוטעזש פון זיי. היינט ווייזט די מידיע אפילו א געז סטעישן וואו די חברה זענען געווען,און מען זעט א גרויסע איי פארן טיר, אבער גארנישט קיין זעעדיגס פון די צוויי חברה. ווי קען דאס זיין
פרייטאג יוני 12, 2015 12:46 pm
צייטליך האט געשריבן:
(זייטיגע מעלדונג פאר די שטאטישע איסטאנצן: ביטע אויסשטעלן די טשעק פאר א מוסד אדער קעש, בעסער אויב ס'יז צוטיילט אין 2 פופציגער'ס. יישר כוחכם)
געווענליך ווען די רעגירונג זאגט צו "ריווארדס" איז עס אוטומאטיש שטייער פריי
פרייטאג יוני 12, 2015 1:01 pm
דע מה שתשיב האט געשריבן:ס'איז יא געווען באריכטעט אין די מידיע, נאך אנהויב וואך.
א פלא אז שוין זיבן טעג וואס זיי זענען אן די ראן און ס'איז נאכנישט דא קיין איין קליפ אדער עני אנדערע פוטעזש פון זיי. היינט ווייזט די מידיע אפילו א געז סטעישן וואו די חברה זענען געווען,און מען זעט א גרויסע איי פארן טיר, אבער גארנישט קיין זעעדיגס פון די צוויי חברה. ווי קען דאס זיין
ווער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין זעעדיגס? דו ווייסט נישט דערפון
איך האב שוין געזאגט מיין השערה? איך בין מיך משער אז מ'גייט זיי כאפן, אדער נישט כאפן, ס'גייט נאר זיין איינס פון די צוויי
פרייטאג יוני 12, 2015 1:07 pm
שנאפס האט געשריבן:דע מה שתשיב האט געשריבן:ס'איז יא געווען באריכטעט אין די מידיע, נאך אנהויב וואך.
א פלא אז שוין זיבן טעג וואס זיי זענען אן די ראן און ס'איז נאכנישט דא קיין איין קליפ אדער עני אנדערע פוטעזש פון זיי. היינט ווייזט די מידיע אפילו א געז סטעישן וואו די חברה זענען געווען,און מען זעט א גרויסע איי פארן טיר, אבער גארנישט קיין זעעדיגס פון די צוויי חברה. ווי קען דאס זיין
ווער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין זעעדיגס? דו ווייסט נישט דערפון
איך האב שוין געזאגט מיין השערה? איך בין מיך משער אז מ'גייט זיי כאפן, אדער נישט כאפן, ס'גייט נאר זיין איינס פון די צוויי
מ'האט דיר שוין געשיקט די טשעק?
פרייטאג יוני 12, 2015 1:10 pm
די אונער זאגט זי האט דורכגעקוקט אלע פוטעזש פון יענע נאכט און גארנישט געזען. (איך כאפ אבער נישט די הכרח אז ס'איז געווען די נאכט פון זייער אנטלויף, אפשר זענען זיי געקומען נעכטן נאכט זוכן פאר עסן).
פרייטאג יוני 12, 2015 1:12 pm
מי חכם האט געשריבן:די אונער זאגט זי האט דורכגעקוקט אלע פוטעזש פון יענע נאכט און גארנישט געזען. (איך כאפ אבער נישט די הכרח אז ס'איז געווען די נאכט פון זייער אנטלויף, אפשר זענען זיי געקומען נעכטן נאכט זוכן פאר עסן).
וועריזי צו זאגן, די שטאטישע טאטעס/מאמעס האבן עס נישט קאנפיסקצירט? [האו יו וואנט טו ספעליט]
פרייטאג יוני 12, 2015 1:16 pm
איך גלייב אז ס'איז שוין לאנג קאנפיסקירט געווארן
פרייטאג יוני 12, 2015 2:06 pm
איך האב געליינט אז עס איז דא ווייניג קעמערעס ביים גאז סטאנציע, דעריבער איז מעגליך אז זיי זענען דארט געווען און נישט געווארן רעקארדירט.