בד"ה הג"ר אליהו סימאן ז"ל ר"מ מתיבתא דקר"י

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

בד"ה הג"ר אליהו סימאן ז"ל ר"מ מתיבתא דקר"י

תגובהדורך זיס ווי האניג » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:15 pm

ברוך דיין האמת הרב הגאון רבי אלי' סימאן זצ"ל ר"מ בישיבה גדולה ד'סאטמאר קרית יואל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:18 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:ברוך דיין האמת הרב הגאון רבי אלי' סימאן זצ"ל ר"מ בישיבה גדולה ד'סאטמאר קרית יואל

אוי! ברוך דיין האמת, נישט געווען געזונט א שטיק צייט.
הק' איש ימיני

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:33 pm

אוי! טאטע

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:48 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20150517_034644.jpg
מיטן ווייסן היטל
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:55 pm

מיט די ווייסען היט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:09 pm

ברוך דיין האמת

האט יעצט נישט לאנג גענדיגט די יאר פון זיין טאטן, האט נאך דאכצעך קינדער אין שטוב.

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:11 pm

איין בחור

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:37 pm

וואו אלט איז ער געווען?

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » מוצ"ש מאי 16, 2015 11:53 pm

מאקאווער האט געשריבן:.

א גאון וואס איז געווען א שטיק תורה בקי בכל המקצועות וסגיאס מיט יעדן ראשון ואחרון האסטו נישט קיין בעסער בילד?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג מאי 17, 2015 12:19 am

בד"ה

לויט די יעצטיגע פלאן וועט די לוי' זיין מארגן נאכן דאווענען "אין" ישיבה גדולה אין קרית יואל.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 17, 2015 1:02 am

אוי בד"ה, דודי ירד לגנו לערוגת הבשם לרעות בגנים וללקוט שושנים דאס שענסטע און דאס בעסטע נעמט מען אוועק פון אונז

יהא זכרו ברוך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » זונטאג מאי 17, 2015 3:01 am

3x0 האט געשריבן:בד"ה

לויט די יעצטיגע פלאן וועט די לוי' זיין מארגן נאכן דאווענען "אין" ישיבה גדולה אין קרית יואל.

10:00 א זייגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מאי 17, 2015 8:52 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:ברוך דיין האמת הרב הגאון רבי אלי' סימאן זצ"ל ר"מ בישיבה גדולה ד'סאטמאר קרית יואל


ברוך דיין האמת, מ'האט פארלוירן א אמת'ע ת"ח, א שקדן נפלא, געלערנט גאנצעטע נעכט ביי זיך אין שטוב, געטראסקעט אין תורה. נעכטן זאגט מיר א מורה הוראה מיט ווייטאג, ר' אלי' פלעגט מען פרעגן וואס מ'האט געוואלט, ער איז געווען באמת דער ת"ח ששואלין לו בכל מקום ועונה, ער האט אלעס געקענט".

פערזענליך האב איך געהאט די זכיה אסאך צו שמועסן מיט אים, סיי אין ישיבה אלץ בחור און אפי' שפעטער אויך אין געוויסע געלעגנהייטן, נישט מער געדאכט ווען מ'האט מיר געראטן א שידוך ווי ס'האט געהייסן אז כ'וועל זיצן אפאר יאר אין כולל, און מ'האט זיך נאכגעפרעגט אויף מיר ביי ר' אלי', און ר' אלי' האט דאך געוויסט וויפיל זיין שמעלקא האלט ביים לערנען, ס'איז געווען טאקע אין אזא צייט ערב שבועות, רופט ער מיר צו אין ישיבה און פרעגט מיר " דו ביזט מסכים צו זיצן אין כולל אפאר יאר?", איך האב גלייך געכאפט פון וואס מ'רעדט און כ'האב אים געזאגט בתום לבי אז "יא, נאך די חתונה האלט איך איז א צייט וואס מ'קען זיך טוישן, כ'האלט אז כ'וועל קענען בעז"ה".

ער האט מיר מסביר געווען אז ער האט געוואלט זיכער מאכן אז מ'זאגט נישט אין מיין נאמען אז נאכדעם זאל איך זיך פלאגן, ער האט דאך מיר גוט געקענט אין ישיבה וויפיל כ'האב געהאלטן ביים לערנען, ער האט דערנאך זייער הנאה געהאט און צוגעשטימט דערצו בפה מלא אז נאך די חתונה איז טאקע מוכשר דערפאר וכו'. (פאר ווער ס'וויל וויסן, דער שידוך איז נישט געווארן און נאך די חתונה וכו' אויך נישט...)

יהא זכרו ברוך, ס'וועט שטארק בענקן נאך ר' אלי' ז"ל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 17, 2015 9:08 am

זיס ווי האניג האט געשריבן:ברוך דיין האמת הרב הגאון רבי אלי' סימאן זצ"ל ר"מ בישיבה גדולה ד'סאטמאר קרית יואל


ברוך דיין האמת!!
ווי להאי שופרא דבלי בארעא!! הרביץ תורה למאות (או לאלפים) בישיבה גדולה בקר"י, היה ת"ח גדול, בקי ב"סוגיות" הש"ס, במיוחד הבליט בסידור המפתחות על "הסוגיות" שהיו לומדים בישיבה, "מפתחות" אלו הם לא רק מפתח, אלא הם כמו 'אנצקלופדיה' על הסוגיא, כל מי שלומד הסוגיות המבוכות, ואין הסוגיא מאיר לו ברוב דעותיה בהראשונים ובהפוסקים, אם מעיין בה"מפתחות" אומר "ברקאי" ומיד מאיר לו כל הסוגיא, דבר דבר על אופניו, החל מסוגיות הגמ', עד האחרונים מפרשי הש"ס וספרי השו"ת, והכל באמצע.

מפתח.jpg
צילום מהמפתח על סוגיא ד"מצות עשה שהזמן גרמא"


בשנים האחרונות מלבד עיסוקו כר"מ בישיבה היה פעל בפעולות המעולות של אדמו"ר מהר"א מסאטמאר להרבות כשרות בקהילתו, ונקט פעולות אקטיביים בכשרות הבשר ובקצירת החיטים למצה שמורה.
ועתה ב"ימי קציר החיטים" נעדר מאתנו ונסתלק בגנזי מרומים.

תנצב"ה.

מנאי אחד מני אלף שלמד ונהנה מהחיבורים שחיבר, יהא זכרו ברוך!!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » זונטאג מאי 17, 2015 9:22 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20150517-WA0003.jpg

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 17, 2015 9:23 am

אז משרייבט שוין וועגן די מפתחות וואס ר' אלי' האט מחבר געווען, וואלט געווען זייער ראטזאם א מען זאל צוזאמנעמען (די קינדער אדער די נאנטע תלמידים) אלע מפתחות וואס ער האט געשריבן אויף די סוגיות און ארויסגעבן איין גרויסן חיבור דערפון, וואס זאל דינען ווי א גרויסע מפתח און היימישע אונצקלופדיה אויף די סוגיות הש"ס וואס מען איז רגיל צו לערנען, די תועלת דערפון ווען זיין געוואלדיג בעז"ה און עס וועט זיין א גרויסע זכות פאר נשמת הגאון ר' אלי' ע"ה.

[מיט "היימיש" מיין איך צו זאגען- אז ער האט דורך געטון און ארויסגענומען א תמצית אויך פון די ספרי גדולי הונגריה אשר אבותינו ואבות אבותינו למדו בישיבותיהם וראוי לנו לשאוב ולדלות מבארותיהם].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג מאי 17, 2015 9:37 am

ס'איז דא פון אים א הערליכער חיבור "פתח אליהו".

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מאי 17, 2015 10:17 am

כתב ולשון האט געשריבן:ס'איז דא פון אים א הערליכער חיבור "פתח אליהו".
חיבור אויף ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 17, 2015 10:17 am

maybeeynot האט געשריבן:
כתב ולשון האט געשריבן:ס'איז דא פון אים א הערליכער חיבור "פתח אליהו".
חיבור אויף ?

כללי סוגיות הש"ס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » זונטאג מאי 17, 2015 10:22 am

אויסער די כללי סוגיות הש"ס איז - אויב האב איך נישט קיין טעות - אויך דא א "פתח אליהו" אויף חנוכה.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מאי 17, 2015 10:29 am

כתב ולשון האט געשריבן:אויסער די כללי סוגיות הש"ס איז - אויב האב איך נישט קיין טעות - אויך דא א "פתח אליהו" אויף חנוכה.

יא יא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 17, 2015 10:31 am

כתב ולשון האט געשריבן:אויסער די כללי סוגיות הש"ס איז - אויב האב איך נישט קיין טעות - אויך דא א "פתח אליהו" אויף חנוכה.


האמיר נישט געוויסט פון דעם ספר.
איז דאס א ליקוט פון די מפתחות וואס ער האט געשריבן במשך די יארן אדער נאך לענגער?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג מאי 17, 2015 10:45 am

געוואלדיק האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:.

א גאון וואס איז געווען א שטיק תורה בקי בכל המקצועות וסגיאס מיט יעדן ראשון ואחרון האסטו נישט קיין בעסער בילד?


סאררי אויב כהאב דיר וויי געטון דערמיט. אבער לדעתי איז גארנישט ראנג דערמיט אדרבה מזעט ווי א יוד א גאון איז פארנומען בעסק המצוות און מאכט נישט קיין עסק פון אזאנע חצוניותדיגע זאכן ווי מיט וואספארא מין הוטל צו טראגן
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » זונטאג מאי 17, 2015 11:09 am

מקור מחצבתו ביטע,
געשוויסטער, עלטערן, רביצינס משפחה, ווי איז ער אויפגעוואקסן און געלערנט, וכדומה,

אויב מעגליך, א דאנק

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג מאי 17, 2015 11:35 am

אוי וויי אוי וויי! ביטער ביטער. ר' אלי' איז שוין נישטא? מיין מגי"ש געווען אין ישיבה, אזא טייערע חשובער איד, א שכל הישר, און א קעמפער. ער פלעגט לערנען ברציפות שעות ארוכות אויף א משונה'דיגע אופן. ר' אלי' איז געווען אויסגעקאכט אין סוגיות הש"ס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איהם, גיבט ער מיר א זאג: זאלסט וויסן, ביז פאר איך בין נישט געזונט געווארן האב איך נישט געוויסט וויפל מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן אז מען האט כוח צו דריייען דעם הענטל און עפענען א טיר!

ער פלעגט אלס בחור און אלס יונגער יונגערמאן שוין אויפשטיין לערנען איינס (!) אזייגער, און ער פלעגט לערנען אויפן העכסטן קול, ממש מיט קולות. ער האט מיר אמאל געזאגט: "די סיבה פון מיין הצלחה אין לערנען איז געווען ווייל איך פלעג לערנען 'ברציפות' און 'אויפן קול'!". אסאך יארן ווען ער איז געווען א יונגערמאן (נאך אין שנה ראשונה) פלעגט ער אויפשטיין לערנען ביי זיך אינדערהיים, אין קיך, ווי ער פלעגט האקן אין לערנען, ביז ער איז געוואויר געווארן יארן שפעטער אז עס האט געוואוינט העכער איהם אן אלטע אלמנה וואס פלעגט יעדע נאכט אויפשטיין און זיצן און זיך צוהערן צו זיין מתיקות'דיגע לערנען. האט ער דעמאלט באשלאסן צו גיין לערנען אין א ביהמ"ד ווייל אפשר וועקן זיך אנדערע שכנים אויף.

יארן לאנג, ווען ער האט שוין געוואוינט אין קרית יואל, פלעגט ער לערנען אינעם כולל הישן אינעם גרויסן ביהמ"ד אויבן, ווי ער פלעגט מיט קולי קולות איבערחזרן בעל פה גאנצעטע מסכתות אין ש"ס, און ווען אימער כ"ק האדמו"ר מהר"א שליט"א האט געזוכט א חברותא במשך די נאכט האט ער געוויסט שוין צו זוכן ר' אלי' וואס איז אלעמאל שוין געווען אויף, און זיי פלעגן אינאיינעם דורכהאקן סוגיות הש"ס.

ער איז געווען א שטארקער כאראקטער און נשיט געלאזט זיך נאכלאזן מיט ממש גארנישט, אפילו אין די לעצטע צייטן ווען ער איז געווען ביטערליך נישט געזונט און שוואך. יהא זכרו ברוך. און זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אידן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט