בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 11:20 am
דורך צייטליך
יאפ, קאנפערמירט, סטיוו פאסעט'ס פליגער - בעסער געזאגט, טיילן פון זיין פליגער - איז געפינען געווארן אין די איניא נאציאנאלע וואלד אין קאליפארניע. נאכדעם וואס ער איז אזוי מיסטירעז פארשווינדן געווארן בערך א יאר צוריק ווען ער איז אפגעפלויגן אליין מיט זיין איין-מאטאר פליגער, ווי מיר האבן שוין באריכטעט דאן דא אין "היימישע קרעטשמע"

עטליכע אינדעפיקאציע צעטלעך זענען אויך געפינען געווארן ארום א דריי פערטעל מייל אוועק פון דארט, וואס דאס האט פאקטיש געברענגט די קאנסעטראציע אויף יענער ראיאן.

ווי מ'גיבט איבער איז אום דאסמאל נישט געלונגען צו ברעכן א רעקארד - ווי ער האט מיסתמא געפלאנט - צוליב דעם וואס עס איז שוין באריכטעט געווארן מענטשן וואס זענען אסאך לענגער ווי אום געווען פארלוירן פון א ערעפלאן קראך..

נו, נישט אייביג געלונגט עס..

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2008 10:45 pm
דורך איך_הער
נו שוין, די יתומים קענען זיך שוין צוטיילן מיט די ירושה, פיינעלי. (ער האט בכלל קינדער? אפשר קעמען נאך אפלעקן עפעס א ביינדל דארט?)

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2008 11:46 pm
דורך קרעמער
זיין ירושה איז שוין צוטיילט, נאכדעם וואס א ריכטער האט מיט חדשים צוריק שוין געאורטיילט אז ער איז נישט צווישן די לעבעדיגע.

אגב, האט מען שוין אויך געפונען טייל פון זיין געביין נעבן דעם פליגער, און מען פארשט יעצט די DNA.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2008 8:28 pm
דורך abimlaibt
צייטליך האט געשריבן:ווי מ'גיבט איבער איז אום דאסמאל נישט געלונגען צו ברעכן א רעקארד - ווי ער האט מיסתמא געפלאנט - צוליב דעם וואס עס איז שוין באריכטעט געווארן מענטשן וואס זענען אסאך לענגער ווי אום געווען פארלוירן פון א ערעפלאן קראך..

נו, נישט אייביג געלונגט עס..


צייטליך, הוי אידאס גוט, אשאד ער ליינט נישט דא אינעם קרעטשמע.