באריכטן און אנאליזן
דינסטאג ספטמבר 04, 2007 4:10 pm
נעוואדא - סטיוו פאסעט, א רייכער גוי, א מיליאנער, און אויך פון די גרעסטע רעקארד ברעכער איז פארגאגענע מאנטאג נאכמיטאג פארלוירן געווארן נאכדעם וואס ער האט געדארפט אנקימען אין די נאכמיטאג שטונדן מיט זיין פריוואטן, איין מאטאר פליגער צו זיים היים אין נאוואדא,
א זוך אקציע האט זיך אנגעפאנגען תיכף דערנאך ווען מ'האט געזעהן אז ער קומט נישט אן, היינט איז עס ערסטער געווארן, און עס נעמען שוין אנטייל אין די זוך אקציע יעצט דרייצן עיר קרעפט'ס, ס'הייסט, ערעפלאנען און העליקאפטער'ס, און אזוי אויך דריי עקסטערע גרופעס פון פוס-גייער איינהייטן, זיי אנעלאזירן נאך די ראדאר אינפארמיציע צו טרעפן ווי בערך ער קען זיך געפינען,
דער 63 יעריגער פאסעט האט זיך באקאנט געמאכט מיט ברעכן עטליכע מאל א וועלט רעקארד מיטן פליען,
אין 2005 איז ער געווען דער ערשטער אליין ארום צופליען די וועלט נאן-סטאפ מיט א פליגער אן זיך אפשטעלן,
א יאר שפעטער האט ער ווידעראמאל געבראכן א רעקארד מיטן פליען מער ווי 26 טויזענט מייל אין 76 שעה,
איר יאר 2002 האט ער געבראכן א רעקארד מיטן זיין דער ערשטער מענטש ארומצירייזן די וועלט מיט א "בעלאן" ער איז דאן געפארן 20,626 מייל אין 14 טעג,
גאר העפטיגע זוך אקציעס גייען אן, ווער עס עפעס אינפארמאציע, זאל מוחל זיין און עס איבערגעבן פאר די אויטעריטעטן,
מיט דאנק.
אויפן בילד, סטיוו פאסעט זיצענדיג אין זיין ערעפלאן.
- עטעטשמענטס
-

- Steve Fossett1.jpg (41.71 KiB) געזעהן געווארן 2971 מאל
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 04, 2007 5:20 pm
יישר כח צייטליך פארן באריכט. פאלגענד אן אויסצוג פון ק.נ.א.:
פעדעראלע אוויעישאן באאמטע האבן געמאלדן אז א קליינע פליגער וואס איז געפירט געווארן דורך דעם לעגענדארן פילאט "סטיוו פאטסעט", איז נעכטן נאכט פארלוירן געגאנגען אין די מדבריות פון נעוואדע.
פאסעט איז לעצט געזען געווארן נעכטן אויפדערנאכט ביים אפפליען פון א פריוואטע לופטפעלד נעבן יערינגטאן נעוואדע, ער האט זיך געהויבן מיט א בלויע און ווייסע איינצעלנע-ענדזשין פליגער.
א זוכעניש איז יעצט אונטערוועגנס צו געפונען דעם 63 יעריגן פילאט, וואס האט שוין געבראכן דעם רעקארד, פירנדיג זיין עראפלאן מער מייל ווי יעדע אנדערע פילאט אין די היסטאריע.
א ווארטזאגער פאר די FAA האט געמאלדן אז אויטאריטעטן זענען פארשטענדיגט געווארן איבער דעם פעלנדן פליגער, דורך א פריינט פון פאסעט, וועלכער האט זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין.
זיי זאגן אז די עיר-פארס רעסקיו קאארדינעישאן צענטער אין לענגלי ווערדזשיניע איז אין טשארדזש פון די זוך אקציע.
פאסעט האט פארדינט א ריזן פארמעגן אין די אמעריקאנע פינאנציעלע סערוויסעס, ער איז אבער דאס מערסטע באקאנט פאר זיינע וועלט-רעקארדס וואס ער האט דורכגעבראכן אלס פילאט, באלוניסט, און שיפלער.
ער האט שוין געבראכן 116 רעקארדס אין 5 פארשידנארטיגע ספארטס, איבער 60 דערפון זענען נאך אלץ נישט געבראכן געווארן דורך אנדערע וואס פרובירן אים נאכצוטאן.
פאראיאר האט פאסעט געבראכן דעם וועלט-רעקארד ביים פליען ווייטער ווי אלע אנדערע פילאטן אין די געשיכטע. אין 2005 איז ער געווארן דער ערשטער מענטש ארומצופירן אן עראפלאן איינער אליין ארום די גאנצע וועלט, אנדעם וואס ער זאל זיך אפשטעלן אינדערמיט אויפצונעמען פרישע גאזאלין.
אין 2002 איז ער געווען דער ערשטער מענטש ארומצופירן א באלון ארום די וועלט איינער אליין, ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך מיליאנען אויגן איבער די גאנצע וועלט.
דינסטאג ספטמבר 04, 2007 9:21 pm
קרעמער האט געשריבן:פאסעט איז לעצט געזען געווארן נעכטן אויפדערנאכט ביים אפפליען פון א פריוואטע לופטפעלד נעבן יערינגטאן נעוואדע, ער האט זיך געהויבן מיט א בלויע און ווייסע איינצעלנע-ענדזשין פליגער.
נו אפשר האבן אים די איראנער/נטורי קרתא אראפגעשאסן?...
דינסטאג ספטמבר 04, 2007 9:41 pm
שכוח פאר די נייעס, קיפ אס אפדעידעט.
מיטוואך ספטמבר 05, 2007 10:16 am
שכוח צייטליך, קרעמער.
מיטוואך ספטמבר 05, 2007 1:10 pm
שכח צייטליך:
מוראדיגע נייעס, ער גייט מיסתם מיט דעם אויך ברעכען עפעס א רעקארד...
מאשקע דיין ווערטעל איז גוט און אין פלאץ אבער קיינער האט נישט געקאמענט, קען זיין מען האט דאס פשוט נישט געמערקט, ווער ווייסט?
מיטוואך ספטמבר 05, 2007 1:27 pm
א גוט ווערטל מאשקע.
אבי, איז דען דא איינער וואס זאל קאמענטען ? קיינער קאמענט נישט אין ערגעץ...
מיטוואך ספטמבר 05, 2007 8:09 pm
מאשקע'ס ווערטל איז היבש פויגלדיג, זייט ווען שיסן די איראנער פליגער אין נעוואדע ?
דאנערשטאג ספטמבר 06, 2007 10:52 am
שוועמל, ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, כ'כאפ יעצט אז ביסט גערעכט, ס'קען אפילו נישט שטימען...
פרייטאג ספטמבר 07, 2007 8:27 am
איז שוין דא עפעס אפדעיטס פון דעם סטיוו פאסעט?
איך בין זייער אנגעצויגן פאר אים, (ששש איך מאך מיך נאר...)
פרייטאג ספטמבר 07, 2007 9:45 am
(ששש ס'אינטערסירט מיר גענץ ווייניג)
פרייטאג ספטמבר 07, 2007 12:03 pm
צייטליך, קרעמער, א ריזן דאנק.
מיין רביצין האט מיר עס היינט אפגעליינט פון "דער בלאט", איך זאג איר אז עפעס שטימט נישט, איך האב עס פריער געליינט ס'האט געהאט אסאך מער זאפט און לצנות. זי געט מיר עס איבער און איך כאפ מיך ביים קאפ, רבוש"ע איך האב דאך עס געליינט אין קרעטשמע..
ביז א טאג צוויי איך ווער פארשוואונדן, זאלט איר כאטש וויסן פארוואס, כ'ווייס מיך נישט ווי אהינצוטון.
פרייטאג ספטמבר 07, 2007 12:56 pm
נו, נאך אלץ נישט דא קיין נייעס?
זונטאג ספטמבר 09, 2007 8:59 am
יעקב אלי' בראך האט געשריבן:צייטליך, קרעמער, א ריזן דאנק.
מיין רביצין האט מיר עס היינט אפגעליינט פון "דער בלאט", איך זאג איר אז עפעס שטימט נישט, איך האב עס פריער געליינט ס'האט געהאט אסאך מער זאפט און לצנות. זי געט מיר עס איבער און איך כאפ מיך ביים קאפ, רבוש"ע איך האב דאך עס געליינט אין קרעטשמע..
ביז א טאג צוויי איך ווער פארשוואונדן, זאלט איר כאטש וויסן פארוואס, כ'ווייס מיך נישט ווי אהינצוטון.
ס'הייסט וואו? אריין אין קרעטשמע!
זונטאג ספטמבר 09, 2007 11:53 pm
די זוך אקציעס נאכן פארלוירענעם פאסעט (נישט פון די סינק) האבן שוין געברענגט שליסונגען פאר עטליכע אפענע פעלנדע-פארשוינען פעלער איבער אמעריקע, ווען עטליכע קראך-ערטער מיט איבערבלייבענישן פון פליגערס זענען אפגעפונען געווארן אין די נעוואדער מדבריות, טייל דערפון זענען שוין פארלוירן געגאנגען אן קיין שפור מיט צענדליגער יארן צוריק.
דערווייל איז נישטא קיין שום צייכן פון סטיוו פאסעט, לדאבון לב כל ידידיו ומכיריו.
מאנטאג ספטמבר 10, 2007 9:48 am
פאסעט!! פאסעט!!!
ווער ווייסט אפשר איז ער דא אין קרעטשמע, לאמיר שרייען אינאיינעם, פאאססעעט!!! פפפפאאאאססססעעעעטטטט!!!! גארנישט, לא פאסעט ולא פליגער, לא בלוי ולא ווייס, לא בקרעטשמע ולא בפארברענגען.
פארוואס מיין איך אז ער האט עפעס מיט אונז א שייכות פרעגסטו? הע די כאפסט נישט, ווי איז ער פארלוירן געגאנגען, אין נעבאדע! ווי איז דאס ערשטע גענוצט געווארן דער טערמין? הוי אומר בהיימישע קרעטשמע.
מי שענה לכל האוואנטוריסטן בכל מקומות מושבותיהם הוא יענה לסטיוו מפאסעט כמו שכתוב שומר פתאים ונאמר ופתי יאמין לכל דבר.
מאנטאג ספטמבר 10, 2007 6:48 pm
מיללער, מעכטיג עס אלוועיס.
מאנטאג ספטמבר 10, 2007 7:02 pm
מיללער , זייער גוט
מאנטאג ספטמבר 10, 2007 9:04 pm
מאשקע, לאקשן,
יישר-כחכם ולכם תהי' צדקה, ואי"ה בעת זשואקתכם אשיב לכם כגמולכם הטוב
בברכת כתיבה וחתימה טובה
דינסטאג ספטמבר 11, 2007 5:32 pm
מיללער;
געוואלטיג.
מיטוואך ספטמבר 12, 2007 11:55 am
קרעמער, שכוח פאר די נייעס.
מילער, גוט.
דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 9:45 am
נאכען זוכן איבער א יאר האט מען געטראפן זיין פליגער
קיין זכר פון קיין מענטשליכע איבערבלייבעניש
דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 7:40 pm
זיין געלט און פאפולעריטעט האט אים גארנישט געהאלפן.
דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 9:34 pm
WOW איך האב גארנישט געהערט די נייעס, קען איינער פארמערן אביסל דיטעילס, וואו, וואס, ווען?
פרייטאג אוקטובר 03, 2008 10:48 am
קוק אויף די אידישע וועלט הויפט בלאט, ביי די אמעריקאנע נייעס, אונטער דעם קעפל "זוך גרופעס טרעפן סטיוו פאסעט'ס פליגער ברוכווארג".