נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:12 pm

@מנהלים
איך האב געפענט א באזינדערע אשכול איבער הייקינד ווייל ער האט שוין גארנישט מיט בארא פארק

פארוואס האבן ענק עס אהערגעשמאלצען ????
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:22 pm

ווייל הייקינד וואוינט אין בארא פארק.
מענטשליכע לעבנס זענען וויכטיג, ווייסע ווי שווארצע - ווען זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:24 pm

חמרא טבא האט געשריבן:נאדיר

דאס איז א גיטע ארבעט, א קלוגע וועג פין די ביהמ"ד אנשי ליבאוויטש זיך צו פראטעקטן

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:32 pm

פראצעדור האט געשריבן:וואס איז די נידון אין דעם שיל ?
ווער וויל בויען ?
פאר וועם וויל מען בויען ?
ווער לאזט נישט ?

די רעדע דא איז איבער די 100-יאריגע 'חברה אנשי ליובאוויטש' שוהל ביים ווינקל פון 12 עוו. און 41 גאס אין בארא פארק, וואס איז פון די עלצטע שוהלן אין ברוקלין.

אויפן שפיץ גאפל: אין די לעצטע יארן האבן א גרופע אינגע מתפללים (ע"פ רוב חסידישע אינגעלייט) אינטערגענומען א פראיעקט איבערצובויען די אלטע היסטארישע שוהל. די פלאן איז געווען אז מען וועט פארקויפן דעם בנין פאר א דעוועלאפער פאר 3.1 מיליאן. יענער וועט אויפבויען א גרויסע נייע 6 שטאקיגע בנין מיט קאנדא יוניטס אויף די אויבערשטע שטאקן, און די שוהל וועט אים צוריקצאלן 3 מיליאן פאר א שפאגל נייע ביהמ"ד וואס ער וועט בויען אויף די ערשטע שטאק און בעיסמענט. אין די ענדע וועט די שוהל בלייבן מיט א נייע ביהמ"ד און צוגאב צו 100K.

די מכירה איז פארגעקומען אין תשע"ז. אבער די אינטערנעמונג האט זיך דאן אנגעשלאגן אין א העפטיגע ווידערשטאנד פון א טייל פון די מעמבערס, ווי אויך פון די חב"ד הויפטקוואטיר אין קראון הייטס. (די שוהל איז אפגעקויפט געווארן דורך חסידי חב"ד אין די תר"פ יארן, אבער די באורד איז זעלבסשטענדיג און נישט אפציעל צוגעבינדן צו ליובאוויטש.) די קעגנער טענה'ן אז זיי האבן למעשה קיינמאל נישט אפראווד די מכירה און אז די גאנצע דיעל מיטן דעוועלאפער איז צווייפלהאפטיג, ווי אויך אז די פרייז איז אינטערגעשאצט. זיי זענען געגאנגען אין געריכט, און די שופט האט אפגעשטעלט דעם פראיעקט אויף דערווייל.

דער לעצטע לעצטער מרא דאתרא הרב ישראל חיים סאמעט (מחסידי סאטמאר) האט צוליב דעם גאנצן מחלוקה געדאנקט דעם רבנות און געעפנט אן אייגענע ביהמ"ד א פאר גאסן אוועק.

צו באשיצן דעם איצטיגן בנין דורך אן אינטער-טירל, האבן די מכירה-קעגנער אויך אריינגעגעבן א פארלאנג מיט די סיטי אז די ביהמ"ד זאלן ווערן באשטימט אלץ א לענדמארק (א לענדמארק קען מען נישט אראפווארפן). די לענדמארק אפליקאציע האט די שטיצע פון א טייל בארא פארק'ער עסקנים. אין די קומענדיגע טעג וועט די לענדמארק קאמישאן ווי פאסן זייער באשלוס. די טרייעל אין געריכט איז אויך באשטימט אויף די וואך.

קוקט אויס אז די שטיצער פונעם פראיעקט האבן מיטן בראשור פראבירט צו דרייען דעם דעת הקהל לטובת הפראיעקט.

די לענדמארק אפליקאציע: https://drive.google.com/file/d/1agscbU ... W4Z2u/view
די קעיס אין געריכט: https://iapps.courts.state.ny.us/webciv ... =46&from=Y

SHUL.png
SHUL.png (196.75 KiB) געזעהן 3089 מאל

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:40 pm

סאו דער דעוועלאפער באקומט א פעקל קאנדאוס אין בארא פארק פאר $100,000 (פלאס די קאסט פון בויען די ביהמ"ד)?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:47 pm

פלאס די בראשור.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:48 pm

מונאוויטש האט געשריבן:פלאס די בראשור.

:lol:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:55 pm

עס האט נישט קיין זין פארוואס מענטשן זאל שטערן צו באקימען א נייע הערליכע שיל מיט א שיינע הכנסה צום ביהמ"ד

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:00 pm

ווישוואש האט געשריבן:סאו דער דעוועלאפער באקומט א פעקל קאנדאוס אין בארא פארק פאר $100,000 (פלאס די קאסט פון בויען די ביהמ"ד)?

צו בויען קאנדאס קאסט אויך א פאר מיליאן.
מענטשליכע לעבנס זענען וויכטיג, ווייסע ווי שווארצע - ווען זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:11 pm

דאס איז א קאסט וואס ער האט עניוועיס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:33 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווייל הייקינד וואוינט אין בארא פארק.


בכלל נישט.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:41 pm

עטליסט אין די גלילות... (הלואי ווען ער לאזט זיך שוין טאקע אינגאנצן אפ פון בארא פארק..)
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:43 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:עס האט נישט קיין זין פארוואס מענטשן זאל שטערן צו באקימען א נייע הערליכע שיל מיט א שיינע הכנסה צום ביהמ"ד

אויב אזוי
וואס איז די אנדערע צד? פארוואס שלאגט מען זיך .
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:52 pm

א באנדע אומפארגינערס
די מתנגדים וואוינען שוין ניטאמאל אינעם געגענט

דער דעוועלאפער מיינט טאקע זיין טאש אבער די ציבור גייט נאכאלס ארויס א פארדינער

עס דארף צו הייסען אז דער זלאזיצער רב גייט אווענטאועל פירן די שול
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:10 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:א באנדע אומפארגינערס
די מתנגדים וואוינען שוין ניטאמאל אינעם געגענט

דער דעוועלאפער מיינט טאקע זיין טאש אבער די ציבור גייט נאכאלס ארויס א פארדינער

עס דארף צו הייסען אז דער זלאזיצער רב גייט אווענטאועל פירן די שול

דער זלאזיצער האט זיך אפגעזאגט דערפון ווי נאר ס׳האט אנגעהויבן שטינקן און האט שוין ביני לביני געקויפט נאך א לאט נעבן זיין יעצטיגע בימ״ד כדאי צו פארברייטערן

ווען דער דעוועלאפער מיינט ווען דעם ציבור אפילו איין פראצענט וואלט נישט געהאנדלט אזוי ווי ער האנדלט יעצט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:49 pm

וואס מיינסטו?
וויאזוי האנדעלט ער ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:52 pm

וואס הייסט, ער געט ארויס פול קאלערד גליונות, וועמען מיינט ער אויב נישט דעם ציבור?..
מענטשליכע לעבנס זענען וויכטיג, ווייסע ווי שווארצע - ווען זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:57 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:@מנהלים
איך האב געפענט א באזינדערע אשכול איבער הייקינד ווייל ער האט שוין גארנישט מיט בארא פארק

פארוואס האבן ענק עס אהערגעשמאלצען ????

ווייל הייקינד איז דער דעפאקטא רעפרעזענטעטיוו פון ב"פ.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אפריל 30, 2019 12:35 am

וואס טיצעך מיטן. פראועסט?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

zwe
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » דינסטאג אפריל 30, 2019 1:17 am

Will

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 03, 2019 12:54 pm

ווייסט איינער דער סדר דעם שבת אין ראחמיסטריווקא אין בארא פארק?
ווען קומט דער רבי אריין צום דאווענען? ביינאכט, אינדערפרי און מנחה?
ווען קומט ער אריין צום טיש?
איז דא א טיש בייטאג?
שלש סעודות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4596
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מאי 07, 2019 12:17 am

א קאר מיט ראצערס האבן געמאכט סענזאציע היינט נאכט ווען זיי האבן באוויזן אראפצוברענגן א בנין אונטער א סעקונדע, און דאס אלעס מיט נישט מער ווי מיט א קאר.

זיי זענען געקומען צופליען פון דערווייל אן אומבאנקטע ריכטונג און געקראכט מיט אן אומפעט אריין אין א 2 שטאקיגער קארנער בנין ביי עוו פ' און איסט-5. דער בנין איז צוזאמגעפאלן העכער זיי און עס צוזאם געלייגט ווי א פאפענדעקל'דיגע דאל-האוז.

אלע רעטונג אגענטורן זענען געקומען מיט א בליץ שנעלקייט, עטליכע פייערלעשער איינהייטן, יוטיליטי און בילדינג דעפט, ספעציעלע קרעפטן פון די פייער דעפט א שטייגער די וואס זענען געאייגענט אפירצוזוכן זאכן אונטער ברוכווארג. ווי אויך די אידישע חברה הצלה פון פלעטבוש און ב"פ זענען געקומען מיט היבשע צאל אמבולאנסן, ווי אויך א שיינע מספר פאראמעדיקס נישט וואוסענדיג וויפיל קרבנות עס קענען דארט מעגליך פארכאפט.

שמועות טראגן זיך ארום אז די אקופאנטן פון די קאר האבן גאר באוויזן צו מאכן פליטה פון אונטער די ברוכווארג! דער דרייווער איז זאגאר שפעטער געכאפט געווארן דורך די שומרים ביי קינגס הייוועי און אושען פארקוועי..

אין די היצטיגע מינוט'ן קומען אריין די באשטעטיגונג אז עס זענען נישטא קיין פארכאפטע.. זינט די בנין האט נאר געהאט אונטן איין געשעפט און אויבן א ריעל עסטעיט אפיס
נאט אייך א גרינע...


ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג מאי 07, 2019 12:54 am

פליגל האט געשריבן:א קאר מיט ראצערס האבן געמאכט סענזאציע היינט נאכט ווען זיי האבן באוויזן אראפצוברענגן א בנין אונטער א סעקונדע, און דאס אלעס מיט נישט מער ווי מיט א קאר.

זיי זענען געקומען צופליען פון דערווייל אן אומבאנקטע ריכטונג און געקראכט מיט אן אומפעט אריין אין א 2 שטאקיגער קארנער בנין ביי עוו פ' און איסט-5. דער בנין איז צוזאמגעפאלן העכער זיי און עס צוזאם געלייגט ווי א פאפענדעקל'דיגע דאל-האוז.

אלע רעטונג אגענטורן זענען געקומען מיט א בליץ שנעלקייט, עטליכע פייערלעשער איינהייטן, יוטיליטי און בילדינג דעפט, ספעציעלע קרעפטן פון די פייער דעפט א שטייגער די וואס זענען געאייגענט אפירצוזוכן זאכן אונטער ברוכווארג. ווי אויך די אידישע חברה הצלה פון פלעטבוש און ב"פ זענען געקומען מיט היבשע צאל אמבולאנסן, ווי אויך א שיינע מספר פאראמעדיקס נישט וואוסענדיג וויפיל קרבנות עס קענען דארט מעגליך פארכאפט.

שמועות טראגן זיך ארום אז די אקופאנטן פון די קאר האבן גאר באוויזן צו מאכן פליטה פון אונטער די ברוכווארג! דער דרייווער איז זאגאר שפעטער געכאפט געווארן דורך די שומרים ביי קינגס הייוועי און אושען פארקוועי..

אין די היצטיגע מינוט'ן קומען אריין די באשטעטיגונג אז עס זענען נישטא קיין פארכאפטע.. זינט די בנין האט נאר געהאט אונטן איין געשעפט און אויבן א ריעל עסטעיט אפיס
צוגעלייגטע
IMG-20190507-WA0005.jpg
IMG-20190507-WA0005.jpg (105.74 KiB) געזעהן 1854 מאל
לעצט פאראכטן דורך ישראל_הלוי אום דינסטאג מאי 07, 2019 3:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג מאי 07, 2019 2:50 am

א שריפה האט יעצט אויסגעבראכן און סקולענע בהימ"ד

54ad6aa3-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.19-pm.jpeg
54ad6aa3-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.19-pm.jpeg (321.05 KiB) געזעהן 1783 מאל

e42ba9a1-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.19-pm1.jpeg
e42ba9a1-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.19-pm1.jpeg (310.11 KiB) געזעהן 1783 מאל

49b0cfb1-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.20-pm.jpeg
49b0cfb1-whatsapp-image-2019-05-06-at-11.11.20-pm.jpeg (325.24 KiB) געזעהן 1783 מאל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג מאי 07, 2019 5:14 am

וואס טוט זיך דארט
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”