בלאט 56 פון 85

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:24 pm
דורך זינגער
ער וואלט עס געדארפט טוהן, אבער כ'מיין עס קומט דארט א רעסטאוראנט.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 8:57 pm
דורך קיקיון
זינגער האט געשריבן:ער וואלט עס געדארפט טוהן, אבער כ'מיין עס קומט דארט א רעסטאוראנט.

ר' משה הי"ו איז נישט דער איינציגער דעה עס איז דא א הנהלה און א רב

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 9:05 pm
דורך פראצעדור
פריילעך אידל האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:
דער בארא פארקער.PNG

האמיר היינט געפרעגט דעם גבאי'ן ר' משה מעצגער הי"ו אויב דאס איז אמת, זאגט ער מיר דער עולם האלט אינאיין פרעגן, עס הייבט זיך נישט אן, "I wish it was true" לייגט ער צו מיט א שמייכל... ווארשיינליך א שיינעם חלום.

אין אמת'ן אריין, זייט דער דערנעבענדיגן בנין האט אפגעברענט, האב איך שוין לאנג געקלערט אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז שומר שבת זאל דארט פארברייטערן, די חילוק איז, איך האב געטראכט פאר מיר אליינס, און דא האט אימיצער געטראכט הויעך...


ער שרייבט דאך אז עס איז נישט לתועלת הענין צו מפרסם זיין איז מסתמא וועגן דעם זאגט ר' מצגר אז ער ווייסט נישט
סאיז דאך א סוד... מטאר נאך נישט אויסזאגן

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 2:20 pm
דורך פריילעך אידל
א פרישע קאווע/פרישטאג געשעפט קומט אויף 49 ביי 13.

קוקט אויס אז דאס איז א גוט גייענדע ביזנעס, די סארט געשעפטן שפראצן לעצטנס ווי שוועמל נאך א האריקעין...
20190304_125039יי.jpg
20190304_125039יי.jpg (184.63 KiB) געזעהן 2809 מאל

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 7:34 pm
דורך Borough Park
פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע קאווע/פרישטאג געשעפט קומט אויף 49 ביי 13.

קוקט אויס אז דאס איז א גוט גייענדע ביזנעס, די סארט געשעפטן שפראצן לעצטנס ווי שוועמל נאך א האריקעין...
20190304_125039יי.jpg

מ׳גייט זיך קענען אראפ זעצען?

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 7:59 pm
דורך אסדר לסעודתא
Borough Park האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע קאווע/פרישטאג געשעפט קומט אויף 49 ביי 13.

קוקט אויס אז דאס איז א גוט גייענדע ביזנעס, די סארט געשעפטן שפראצן לעצטנס ווי שוועמל נאך א האריקעין...
20190304_125039יי.jpg

מ׳גייט זיך קענען אראפ זעצען?

כ'מיין אז ס'גייט זיין שטענדערס זיך אנצולאנען.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:05 pm
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:א פרישע קאווע/פרישטאג געשעפט קומט אויף 49 ביי 13.

קוקט אויס אז דאס איז א גוט גייענדע ביזנעס, די סארט געשעפטן שפראצן לעצטנס ווי שוועמל נאך א האריקעין...
20190304_125039יי.jpg

שוועמל קומען נישט נאך קיין האריקעין...

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 2:26 pm
דורך בבל
[/b]
זינגער האט געשריבן:ער וואלט עס געדארפט טוהן, אבער כ'מיין עס קומט דארט א רעסטאוראנט.

איך מיין אז פין 13 עוועניו וועט איבערבלייבן בלויז בענק, רעסטאראנען, אייז קרים סטארס

געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2019 7:37 pm
דורך Borough Park
וואס עפענט זיך אויף 13 48?

געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2019 2:55 am
דורך הבעש''ט
spinka.PNG
spinka.PNG (489.37 KiB) געזעהן 1953 מאל

געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2019 4:02 am
דורך פרנס היום
ווי איז ר' ישעי'לע קערעסטירער'ס קאך אין בארא פארק, ווייסט עמיצער?

געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:49 am
דורך טשעירמאן
.

געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2019 11:56 am
דורך בעריש'ל
בבל האט געשריבן:[/b]
זינגער האט געשריבן:ער וואלט עס געדארפט טוהן, אבער כ'מיין עס קומט דארט א רעסטאוראנט.

איך מיין אז פין 13 עוועניו וועט איבערבלייבן בלויז בענק, רעסטאראנען, אייז קרים סטארס

די איבעריגע זאכן קויפט מען אויף עמעזאן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 10:01 am
דורך ברוינע באנאנע
וואס איז געשען מיט אונזער באליבטע אמנון'ס פיצא שוין פארמאכט עטליכע טעג ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 10:38 am
דורך חמרא טבא
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס איז געשען מיט אונזער באליבטע אמנון'ס פיצא שוין פארמאכט עטליכע טעג ?

ווער איז אונז?

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:17 am
דורך ברוינע באנאנע
חמרא טבא האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס איז געשען מיט אונזער באליבטע אמנון'ס פיצא שוין פארמאכט עטליכע טעג ?

ווער איז אונז?

תושבי ב״פ

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:23 am
דורך חמרא טבא
אזוי גאר?

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:58 am
דורך ברוינע באנאנע
חמרא טבא האט געשריבן:אזוי גאר?

אפשר זאגט איר מיר ווי נאך קען איך קויפן אזעלעכע גיטע פיצא ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:04 pm
דורך חמרא טבא
אזא געשמאקע פיצא קען מען נאך טרעפן אבער די געשמאקע חבריא וואס מ'טרעפט דארט קען מען טאקע נישט טרעפן ערגעץ אנדערש...

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:07 pm
דורך Come and go
@YiddishNiyes: The famous 60-year-old Amnon's Pizza store on 13x47 in BP is closing down after 5 coffee shops opened right next to him.
#ThoseWereTheDays

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 1:01 pm
דורך זינגער
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אזוי גאר?

אפשר זאגט איר מיר ווי נאך קען איך קויפן אזעלעכע גיטע פיצא ?

מילך און האניג האט לדעתי בעסערס ווי זיי

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 1:33 pm
דורך איינפאכער איד
זינגער האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אזוי גאר?

אפשר זאגט איר מיר ווי נאך קען איך קויפן אזעלעכע גיטע פיצא ?

מילך און האניג האט לדעתי בעסערס ווי זיי

מיינסט אפשר BLEU? וואס ווערט אנגעפירט דורך די גרינדער און געוועזענע אייגנטימער פון מילך און האניג

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 1:39 pm
דורך הענדימען
זיי זענען לעצטנס שטארק ארויף מיט די פרייזן און געשניטן די פארציעס

זעהט אויס אז ס'האט נישט געהאלפן

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 1:41 pm
דורך הענדימען
אגב. זיי זענען געווען די ערשטע צוריק אראפצוגיין מיט די פרייזן ווען די פרייז פון מעל איז געפאלען

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:06 pm
דורך משהלע
. די אמת קען מען נישט באהאלטן.