נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך קאפעלע » זונטאג אוקטובער 10, 2021 3:32 am

הענדימען האט געשריבן:א נייע גזירה פאר די וואס קומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט די גאסן

מ'טאר שוין נישט מאכן א לינקס פון פראספעקט פארק וועסט צו 20סטע סטריט

דאס מיינט אז מ'מוז זיך איינדרייען איין גאס בעפאר ביי די שולע וואס איז בעצם אן אנגעלייגטע גאס און האט א קורצע צייט

פרייטאג בינעך שוין דארט געזעצן אביסעלע

Screenshot_20211010-024118_Maps (1).jpg

סא נישט די הייוועי און נישט די גאסן.. בלייבט נאר איין ברירה, צו גיין מיטן ביציקל
פון היינט און ווייטער איז אייוועלט א "פליקען פרייע זאנע"

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:01 pm

אז מרעדט שוין פון ב''פ.. וואס איז די העכסטע בילדונג דא אין געגענט? אין וומס''ב איז עס די פראזשעקטס, איז דא אין ב'פ בנינים העכער 7 שטאק?

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:05 pm

טשעירמאן האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון ב''פ.. וואס איז די העכסטע בילדונג דא אין געגענט? אין וומס''ב איז עס די פראזשעקטס, איז דא אין ב'פ בנינים העכער 7 שטאק?

כ'מיין אין מאימאנעדיס געגנט ניין שטאק
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:07 pm

טשעירמאן האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון ב''פ.. וואס איז די העכסטע בילדונג דא אין געגענט? אין וומס''ב איז עס די פראזשעקטס, איז דא אין ב'פ בנינים העכער 7 שטאק?

כהיום איז שוין דא די פיניקעל אקא שבת עלעוועיטאר בילדינג...

Toyota
שר האלף
תגובות: 1772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך Toyota » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:09 pm

די האטעל אויפ 13 אין 47 האט לכאורה 9 שטאק
אגב, שבת עליוועיטר שוין דא אסאך יאר אין אפאר בילדינגס...

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:12 pm

Toyota האט געשריבן:די האטעל אויפ 13 אין 47 האט לכאורה 9 שטאק

7 אדער 8, 9 זיכער נישט

Toyota
שר האלף
תגובות: 1772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך Toyota » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:39 pm

אויפ זייער סייט שרייבן זיי 8 שטאק אבער כקלער אז מן הסתם איז עס העכער.
סאיז דא א ריזען פארוואס מזעהט עס כמעט פון אלע דעכער צוזאמען מיט מיימאנדיס בילדינג.

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:35 pm

Toyota האט געשריבן:די האטעל אויפ 13 אין 47 האט לכאורה 9 שטאק
אגב, שבת עליוועיטר שוין דא אסאך יאר אין אפאר בילדינגס...

למשל וואו?
דביה תחדי נפשא

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 10:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך מוח שליט על הלב » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:40 pm

לגבי די טרעפיק צווישן וובס"ג אין ב"פ וועגן אפשפארן די לעינס. האבן זיי עפעס א פלאן?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אוקטובער 10, 2021 2:19 pm

מוח שליט על הלב האט געשריבן:לגבי די טרעפיק צווישן וובס"ג אין ב"פ וועגן אפשפארן די לעינס. האבן זיי עפעס א פלאן?

יא, אפשפארן אלע לעינס פאר קארס.
דערווייל קוקט אויס אז דאס איז די פלאן.
וומ"ס <--> ב"פ איז היינט א מעשה פון בערך 1 שעה, ואין צופה צף ומפצפץ.

חזקי פרידמאן
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חזקי פרידמאן » זונטאג אוקטובער 10, 2021 8:27 pm

הענדימען האט געשריבן:א נייע גזירה פאר די וואס קומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט די גאסן

מ'טאר שוין נישט מאכן א לינקס פון פראספעקט פארק וועסט צו 20סטע סטריט

דאס מיינט אז מ'מוז זיך איינדרייען איין גאס בעפאר ביי די שולע וואס איז בעצם אן אנגעלייגטע גאס און האט א קורצע צייט

פרייטאג בינעך שוין דארט געזעצן אביסעלע

Screenshot_20211010-024118_Maps (1).jpg


וואס איז פשט???

סאיז בכלל נישט קיין ביזי גאס. אין קארס קימען ניטאמאל צי פארן פון קעגן איבער. סאיז עכט סעיף צי מאכן דארט א לינקס

קלאנג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך קלאנג » זונטאג אוקטובער 10, 2021 8:39 pm

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:א נייע גזירה פאר די וואס קומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט די גאסן

מ'טאר שוין נישט מאכן א לינקס פון פראספעקט פארק וועסט צו 20סטע סטריט

דאס מיינט אז מ'מוז זיך איינדרייען איין גאס בעפאר ביי די שולע וואס איז בעצם אן אנגעלייגטע גאס און האט א קורצע צייט

פרייטאג בינעך שוין דארט געזעצן אביסעלע

Screenshot_20211010-024118_Maps (1).jpg


וואס איז פשט???

סאיז בכלל נישט קיין ביזי גאס. אין קארס קימען ניטאמאל צי פארן פון קעגן איבער. סאיז עכט סעיף צי מאכן דארט א לינקס

איך בין שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די פארשאלטענע ליבעראלן זיכן סתם ענג צו מאכן דאס דרייוון כדי ס'זאל פארגיין די אפעטיט פון ניצן א קאר.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג אוקטובער 10, 2021 9:07 pm

קלאנג האט געשריבן:איך בין שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די פארשאלטענע ליבעראלן זיכן סתם ענג צו מאכן דאס דרייוון כדי ס'זאל פארגיין די אפעטיט פון ניצן א קאר.

איך וועל נישט זיין מחולק מיט די טיטלען אבער איך מיין זיי האבן א לאגישען חשבון אויב וועט מען גרינג מאכן דאס דרייווען (וואס איז סתם אזוי גרינג) וועלן מער מענטשען דרייווען וועט זיין מער טרעפיק און מען וועט האלטן ביי סקווער 1, מאכט מען ענג צו דרייווען,זענען דא ווייניגער קארס אויפן ראוד און פראבלעים סאלוואד נישט אזוי

lazy
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » זונטאג אוקטובער 10, 2021 9:14 pm

טשעירמאן האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:איך בין שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די פארשאלטענע ליבעראלן זיכן סתם ענג צו מאכן דאס דרייוון כדי ס'זאל פארגיין די אפעטיט פון ניצן א קאר.

איך וועל נישט זיין מחולק מיט די טיטלען אבער איך מיין זיי האבן א לאגישען חשבון אויב וועט מען גרינג מאכן דאס דרייווען (וואס איז סתם אזוי גרינג) וועלן מער מענטשען דרייווען וועט זיין מער טרעפיק און מען וועט האלטן ביי סקווער 1, מאכט מען ענג צו דרייווען,זענען דא ווייניגער קארס אויפן ראוד און פראבלעים סאלוואד נישט אזוי

:lol:
די פראבלעם איז נאר אז די פלאטשיגע גייען דיר נאכזאגן מיטן גאנצען ערנסטקייט.

לולב
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2020 5:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך לולב » זונטאג אוקטובער 10, 2021 9:18 pm

עפעס האט פאסירט אין שטאט? איך הער פליען.

קלאנג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך קלאנג » זונטאג אוקטובער 10, 2021 10:30 pm

טשעירמאן האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:איך בין שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די פארשאלטענע ליבעראלן זיכן סתם ענג צו מאכן דאס דרייוון כדי ס'זאל פארגיין די אפעטיט פון ניצן א קאר.

איך וועל נישט זיין מחולק מיט די טיטלען אבער איך מיין זיי האבן א לאגישען חשבון אויב וועט מען גרינג מאכן דאס דרייווען (וואס איז סתם אזוי גרינג) וועלן מער מענטשען דרייווען וועט זיין מער טרעפיק און מען וועט האלטן ביי סקווער 1, מאכט מען ענג צו דרייווען,זענען דא ווייניגער קארס אויפן ראוד און פראבלעים סאלוואד נישט אזוי

צווישן גרינג מאכן און ענג מאכן איז דא א מיטל וועג. איך בין מסכים מיט דיין לאגיג און דערפאר פארשטיי איך אז ס'לוינט זיך נישט צו אינוועסטן צו מאכן בעסער די טרעפיק ווייל איינמאל ס'ווערט בעסער וועלן זיין מער קארס אויף די ראוד און מ'האלט צוריק ביי א'. אבער פארוואס זאל מען ערגער מאכן? דאס איז ריין רשעות

lazy
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » זונטאג אוקטובער 10, 2021 11:57 pm

קלאנג האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:איך בין שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די פארשאלטענע ליבעראלן זיכן סתם ענג צו מאכן דאס דרייוון כדי ס'זאל פארגיין די אפעטיט פון ניצן א קאר.

איך וועל נישט זיין מחולק מיט די טיטלען אבער איך מיין זיי האבן א לאגישען חשבון אויב וועט מען גרינג מאכן דאס דרייווען (וואס איז סתם אזוי גרינג) וועלן מער מענטשען דרייווען וועט זיין מער טרעפיק און מען וועט האלטן ביי סקווער 1, מאכט מען ענג צו דרייווען,זענען דא ווייניגער קארס אויפן ראוד און פראבלעים סאלוואד נישט אזוי

צווישן גרינג מאכן און ענג מאכן איז דא א מיטל וועג. איך בין מסכים מיט דיין לאגיג און דערפאר פארשטיי איך אז ס'לוינט זיך נישט צו אינוועסטן צו מאכן בעסער די טרעפיק ווייל איינמאל ס'ווערט בעסער וועלן זיין מער קארס אויף די ראוד און מ'האלט צוריק ביי א'. אבער פארוואס זאל מען ערגער מאכן? דאס איז ריין רשעות

אנבעליוועבל.
אויב נאכן פיקסען וועלן מער מענטשן ניצען וועלן מער מענטשן הנאה האבן, אבער שלעכטע מענטשן פארגינען נישט א צווייטען.

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 11:21 am

הענדימען האט געשריבן:א נייע גזירה פאר די וואס קומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט די גאסן

מ'טאר שוין נישט מאכן א לינקס פון פראספעקט פארק וועסט צו 20סטע סטריט

דאס מיינט אז מ'מוז זיך איינדרייען איין גאס בעפאר ביי די שולע וואס איז בעצם אן אנגעלייגטע גאס און האט א קורצע צייט

פרייטאג בינעך שוין דארט געזעצן אביסעלע

Screenshot_20211010-024118_Maps (1).jpg

דאס'ז ווייל 20 סט איז געווארן א וואן וועי פון 10 אראפ ביז 3 עוו.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 11:46 am

פליגל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:א נייע גזירה פאר די וואס קומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט די גאסן

מ'טאר שוין נישט מאכן א לינקס פון פראספעקט פארק וועסט צו 20סטע סטריט

דאס מיינט אז מ'מוז זיך איינדרייען איין גאס בעפאר ביי די שולע וואס איז בעצם אן אנגעלייגטע גאס און האט א קורצע צייט

פרייטאג בינעך שוין דארט געזעצן אביסעלע

Screenshot_20211010-024118_Maps (1).jpg

דאס'ז ווייל 20 סט איז געווארן א וואן וועי פון 10 אראפ ביז 3 עוו.

סאו זיי זענען נאך גערעכט אויכעט?

איך האב א פאליסי אז ווען איך קום אן אין קאווע שטיבל און איינער מאכט א קאווע שטייטער ווי איך וויל, געבעכעם אזא שטופ אז זיין רעקל טרינקט זיין קאווע. איך האב אזא פאליסי

עני נארמאלע סיבה צו פארמאכן אזא פארנומענע קארידאר?
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 12:04 pm

כשריי דאך שוין לאנג אז די ר"ת פון די סיטי ד.א.ט. איז ד'יסטראקשן א'וו ט'רעוול.
נאט אייך א גרינע...


און שוין!
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אטאדא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך און שוין! » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 12:06 pm

פליגל האט געשריבן:כשריי דאך שוין לאנג אז די ר"ת פון די סיטי ד.א.ט. איז ד'יסטראקשן א'וו ט'רעוול.

;l;p-
און??
און שוין!!

אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 1:26 pm

פליגל האט געשריבן:כשריי דאך שוין לאנג אז די ר"ת פון די סיטי ד.א.ט. איז ד'יסטראקשן א'וו ט'רעוול.

יאפ. ליידער
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 11:51 pm

ווייסט איינער אויב די כלים מקוה ביי כולל גראסערי האט זיך שוין צוריק אנגעפולט מיט וואסער?

ווי נאך איז דא א כלים מקוה אויסער אין הארדוועיר סטארס און אין באבוב?]

יישר כח פון פאראויס.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך ליינער » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 11:52 pm

לאנדא'ס גראסערי אויף 18'טע עוו.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אכט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך אכט » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 11:53 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די כלים מקוה ביי כולל גראסערי האט זיך שוין צוריק אנגעפולט מיט וואסער?

ווי נאך איז דא א כלים מקוה אויסער אין הארדוועיר סטארס און אין באבוב?]

יישר כח פון פאראויס.

גאלדבערגס
צוריק אין חדר אריין

צום ווידערזעהן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, פוילישער קארגער און 17 געסט