נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:08 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די 45 שול. לענ"ד אויב וואלט סיי וועלכע אנדערע גרויסע שול פארמאכט געווארן, וואלטן שוין אלע עסקנים און פאליטישאנס דארט געווען ביז א שעה, און גענוצט דעם זעלבן שלאס ווי די פארקס.

שטעלט אייך פאר די גרויסע באבובע שול ווערט פארשפארט, ביז איין שעה וואלט געווען א פרעס קאנפרענץ אויף 15, מיט פעלדער, יעגער, אייכנשטיין און שפיצער. נאר וויבאלד די רעדע איז פון א קהילה וואס איז נישט מעין סטרים, איגנארירט מען עס.

סאו בעצם איז טישלער נישט אזוי אומגערעכט, נאר די אנדערע פאליטיקאנטן זענען דאסמאל נישט גערעכט. דיסקלעמער, איך באלאנג נישט אהין בכלל, אבער אזוי קוק איך עס אן...


לענ״ד האט באבוב45 פארדאמט (טאקע נאר באזוך און ביהמ״ד) טישלער, ווייל ער האט ״שכל״ אז דאס ווידערשפעניגן ברענגט דאס פארקערטע, און אויך בעיקר ווייל ער איז א תורה טרייער = ערליכער/גלות איד.
און ממילא ״ווילן זיי אויך נישט״ אז ״אזוינע מיני״ עסקנים זאלן זיי העלפן איצטער (ליין: חרוב מאכן יעצט און אויף שפעטער).

טישלער האבן זיי פארדאמט, ווען יעגער און אייכנשטיין טוען עס וואלטן זיי נישט פארדאמט, כמובן.


דיסעגרי, פארדאמט די ״מהלך״.
(איך האף נאר אז יעגער וכו׳ זענען נאכנישט אזוי נידריג)

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:15 pm

איך קען ספינען די שמועס ווייטער, אבער ס'איז א שאד צו קייען ווערטער. יעדער וועט ווייטער באשולדיגן דעם צווייטן זיך צו בארעכטיגן, אנשטאט איינצוזען אז מ'איז אליינס אין פלאנטער.

וויליאמסבורג וועט שרייען בארא פארק, ב"פ וועט שרייען טישלער, טישלער וועט שרייען פלוני, פלוני וועט שרייען רבנים, רבנים וועלן שרייען הייקינד, הייקינד וועט שרייען דעבלאזיא, דעבלאזיא שרייט קואמא, קואמא שרייט טראמפ, טראמפ שרייט טשיינע, טשיינע שרייט א פייגל, און שוין.

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:20 pm

אמת. פיינעלי זעמיר אויף איין פעידזש.
נאר יעדער דארף זיכער מאכן אז ״ער״ טוט/טוט נישט ״זיין חלק״, אויף דאס מערסטע אויסגעהאלטענע וועג, כדאי צו זיין (כאטשיג) א נטפל לעושי מצוה און נישט חלילה פארקערט.
א לעכטיגן שבת!

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך א גולם » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:31 pm

0
10574.jpeg
10574.jpeg (109.56 KiB) געזעהן 3153 מאל

פארשער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פארשער » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 2:55 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך קען ספינען די שמועס ווייטער, אבער ס'איז א שאד צו קייען ווערטער. יעדער וועט ווייטער באשולדיגן דעם צווייטן זיך צו בארעכטיגן, אנשטאט איינצוזען אז מ'איז אליינס אין פלאנטער.

וויליאמסבורג וועט שרייען בארא פארק, ב"פ וועט שרייען טישלער, טישלער וועט שרייען פלוני, פלוני וועט שרייען רבנים, רבנים וועלן שרייען הייקינד, הייקינד וועט שרייען דעבלאזיא, דעבלאזיא שרייט קואמא, קואמא שרייט טראמפ, טראמפ שרייט טשיינע, טשיינע שרייט א פייגל, און שוין.

;l;p- לייק. קנייטש.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 3:48 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די 45 שול. לענ"ד אויב וואלט סיי וועלכע אנדערע גרויסע שול פארמאכט געווארן, וואלטן שוין אלע עסקנים און פאליטישאנס דארט געווען ביז א שעה, און גענוצט דעם זעלבן שלאס ווי די פארקס.

שטעלט אייך פאר די גרויסע באבובע שול ווערט פארשפארט, ביז איין שעה וואלט געווען א פרעס קאנפרענץ אויף 15, מיט פעלדער, יעגער, אייכנשטיין און שפיצער. נאר וויבאלד די רעדע איז פון א קהילה וואס איז נישט מעין סטרים, איגנארירט מען עס.

סאו בעצם איז טישלער נישט אזוי אומגערעכט, נאר די אנדערע פאליטיקאנטן זענען דאסמאל נישט גערעכט. דיסקלעמער, איך באלאנג נישט אהין בכלל, אבער אזוי קוק איך עס אן...


רבי אייזיק מיט וואס איז 45 ווייניגער מעינסטריעם ווי עני אנדערע גרויסע חסידות אין ב״פ?
דביה תחדי נפשא

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:05 pm

נישט גענוצט די גוטע אויסדרוקט, סארי, אבער פארשטיי מיין נקודה.

איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די נושא, געזאגט מיינס, און עד כאן אומרים בשבת הגדול...

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:22 pm

סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך ירום הודו » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳


אדער בקנין מסירה
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:54 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:אינטערעסאנט: מען טיילט דא איין פאר די רבנים וואס צו טוהן - און דערנאך וועט מען שרייען אויף יעדן: דו פאלגסט נישט די רבנים! [לייען: דו פאלגסט נישט מיך...]


;l;p-

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:55 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:נישט גענוצט די גוטע אויסדרוקט, סארי, אבער פארשטיי מיין נקודה.

איך וויל עכט נישט אריינגיין אין די נושא, געזאגט מיינס, און עד כאן אומרים בשבת הגדול...


וד"ל.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 4:55 pm

חמרא טבא האט געשריבן:סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳

ער האט א פונקט, באבוב 45 איז נישט פירסט קלעס. פינטל. נישט אז זיי זענען ווייניגער ווי וויזשניץ אדער ראחמסטריווקא אבער לבי אומר לי אז זאל ביהמ"ד הגדול באבוב אדער סאטמאר 53 אדער 52 פארשלאסן ווערן וואלט זיך געטוהן א איבערקערעניש...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך דער בדחן » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:00 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳

ער האט א פונקט, באבוב 45 איז נישט פירסט קלעס. פינטל. נישט אז זיי זענען ווייניגער ווי וויזשניץ אדער ראחמסטריווקא אבער לבי אומר לי אז זאל ביהמ"ד הגדול באבוב אדער סאטמאר 53 אדער 52 פארשלאסן ווערן וואלט זיך געטוהן א איבערקערעניש...


גא"מ

lazy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך lazy » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:03 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳

ער האט א פונקט, באבוב 45 איז נישט פירסט קלעס. פינטל. נישט אז זיי זענען ווייניגער ווי וויזשניץ אדער ראחמסטריווקא אבער לבי אומר לי אז זאל ביהמ"ד הגדול באבוב אדער סאטמאר 53 אדער 52 פארשלאסן ווערן וואלט זיך געטוהן א איבערקערעניש...


לבי אומר לי.
זיי וואלטן אויך געהאט שכל, געמאכט זיכער צו זיין שטיל אפאר טעג, און דערנאך גענוצט א זייטיג וכו׳.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:07 pm

lazy האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:סארי מ׳קען נישט שיסן א געבעקס און זאגן עד כאן אומרים בשבת הגדול...

לענייננו ס׳איז זייער אינטרעסאנט אז ס׳נישט געווען מער פארמאכונגען נעכטן כ׳מיין די ווארט איז אז זיי זענען בכלל נישט געווען פארזיכטיג מיטן נוצן די הויפט אריינגאנג וכו׳

ער האט א פונקט, באבוב 45 איז נישט פירסט קלעס. פינטל. נישט אז זיי זענען ווייניגער ווי וויזשניץ אדער ראחמסטריווקא אבער לבי אומר לי אז זאל ביהמ"ד הגדול באבוב אדער סאטמאר 53 אדער 52 פארשלאסן ווערן וואלט זיך געטוהן א איבערקערעניש...


לבי אומר לי.
זיי וואלטן אויך געהאט שכל, געמאכט זיכער צו זיין שטיל אפאר טעג, און דערנאך גענוצט א זייטיג וכו׳.

;l;p-
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג אוקטובער 16, 2020 5:27 pm

אגב זיי האבן געוואוסט בשעת מעשה אז ס׳זיצט איינער אינדרויסן און האלט חשבון וויפיל מענטשן קומען און גייען
דביה תחדי נפשא

עבד אברהם
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך עבד אברהם » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:20 pm

עפעס א גרויסע מיטינג קומט פאר היינט ביינאכט מיט רבנים עסקנים און מנהלים איבער די מצב , איינער מיט דיטעילס ?

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 17, 2020 10:22 pm

עבד אברהם האט געשריבן:עפעס א גרויסע מיטינג קומט פאר היינט ביינאכט מיט רבנים עסקנים און מנהלים איבער די מצב , איינער מיט דיטעילס ?

פריער געשריבן אין אנדערן אשכול דערוועגן, אן אסיפה פון מנכל"י המוסדות.

לאמיר האפן אויפן בעסטן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
תלישא קטנה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך תלישא קטנה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 12:14 pm

ביום שלישי יתפלל האדמור הקדוש והטהור מויזניץ בבית מדרשו בבורו פארק.jpg
ביום שלישי יתפלל האדמור הקדוש והטהור מויזניץ בבית מדרשו בבורו פארק.jpg (62.48 KiB) געזעהן 1579 מאל

האדמור הקדוש והטהור מויזניץ מגיע לארצות הברית.jpg
האדמור הקדוש והטהור מויזניץ מגיע לארצות הברית.jpg (68.69 KiB) געזעהן 1579 מאל

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:44 am

ALERT
Inspaectres are back in BP

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:43 pm

איז אמת אז קלויזנבורגער חדר איז געווארן פארשפארט?
דביה תחדי נפשא

אור
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך אור » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:47 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איז אמת אז קלויזנבורגער חדר איז געווארן פארשפארט?

כן

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:49 pm

אור האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איז אמת אז קלויזנבורגער חדר איז געווארן פארשפארט?

כן

דהיינו? מען האט זיי פארשפארט אדער זיי האבן נישט געעפנט היינט?
אקעי! נאך עפעס?

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:52 pm

Breaking
NYPD is sending away the media from 13 Avenue

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון בארא פארק והגלילות

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 2:18 pm

די מצב אין ב"פ
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (219.84 KiB) געזעהן 444 מאל
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”