בד"ה הגאון רבי חיים גריינימאן זצ"ל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

אין אור החיים ה"ק איז דא אויף עטליכע פלעצער ווי ער ברענגט ארויס די גרויסע זאכן וואס עס ליגט דערינטער מיתת צדיקים, ער זאגט נישט אין ערגעץ א מספר שנים וויפול די צדיק דארף זיין בשעת די פטירה.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

עבודת_הבורא האט געשריבן:אין אור החיים ה"ק איז דא אויף עטליכע פלעצער ווי ער ברענגט ארויס די גרויסע זאכן וואס עס ליגט דערינטער מיתת צדיקים, ער זאגט נישט אין ערגעץ א מספר שנים וויפיל די צדיק דארף זיין בשעת די פטירה.


אוי זאגסטו ריכטיגע דיבורים.


פונקט היינט האבן מיר געלערנט דעם אור החיים הק' פון די היינטיגע סדרה, און ער שרייבט דארט שרעקעדיגע ווערטער אויפ'ן פסוק "ואחיכם כל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'". איך וועל מעתיק זיין דערפון.
אוהחה''ק האט געשריבן:אשר שרף ה', יתבאר על דרך אומרם ז"ל (שבת קה ב) שכל הבוכה ומתאבל על אדם כשר מוחלין לו כל עונותיו "ולא יבכה עוד"! והוא מה שרמז באומרו אשר שרף וגו' פירוש אם יבכו השרפה, אין להם אלא מה שכבר שרף מקודם, לשלול שלא תהיה שריפה אחרת עוד.
עוד ירצה באומרו ולא תמותו ועל כל וגו' פירוש כי באמצעות מיתת הצדיקים מגיע קצף לכללות ישראל, "כי חוזק ישראל וחיותם הם גדוליהם הצדיקים" וכו'.

אין אנדערע ווערטער אז כלל ישראל באוויינט "גדוליהם הצדיקים" וועט דאס זיין די לעצטע מאל וואס מען וועט דארפן וויינען, "שלא תהיה שריפה אחרת עוד"!

די זעלבע געדאנק זאגט ער אויך אין אנהייב פרשת כי תשא וזלש"ק:
אוהחה''ק האט געשריבן:שירגישו בפטירת הצדיק שנלכד בשחיתותם, וכל אחד ישכיל כי חייב מיתה לשמים ויתקן מעשיו, והוא מה שמפורש בדברי קבלה (ישעי' נז) מפני הרעה נאסף הצדיק, פירוש אם הסובבים דבר הרגישו החסרונו, ותקנו מעשיהם שלא תבא, ואם לא הרגישו, כדי שלא יהיה בתוך הרעה שתבא אחריו, עיי"ש.
[נאך מער שרעקעדיג שרייבט ער נאכדעם]:
ואמר בפקוד אותם, רמז כי לא יאוחר העונש אלא תכף לפקידה, "וכן תמצא שבכל עת שיסתלק הצדיק, רעה הבאה אחריו היא סמוכה לפטירתו", וכו' וכמו שראינו בעינינו בדורות הללו!

און ער שרייבט דארט איז מען קען אלעס מתקן זיין מיט לערנען תורה, אדער מיט שטיצן לומדי תורה.

בדרך אגב דעם שטיקל אור החיים הק', איז רביה"ק מסאטמאר מבאר ביי א שובבי"ם תורה (משפטים תשט"ו) מיט מורא'דיגע בכיות.


דער סך הכל איז, אז מען קען נישט נעמען פאר לייכט מיתת צדיקים, אפילו זיי ווערן נפטר אין טיפן עלטער, און אז מען האט שכל צו באוויינען ווי מען דארף, האט מען די כפרה דערפון.
ובזכות וואס מען נעמט עס פאר א פאטש אין פנים, וועט מען נישט באקומען קיין אנדערע פעטש!
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

מי לנו גדול פון די תוה"ק וואס איז מעיד אז די יודישע קינדער האבן באוויינט משה און אהרן וואס זענען נסתלק געווארן ביי די 120/123
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

מחותן האט געשריבן:עס פארלאנגט א עקסטערע אשכול, עס איז דא גאר אסאך וואס צו שרייבען

מנהלים?
(כ'וועל זאגן די אמת, כ'בין נייגעריג וואס מחותן האט צו שרייבן.)
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מיתת צדיקים מעסט זיך נישט אין יארן, מען באוויינט דען דעם גוף פונעם צדיק? מבוויינט אויף די ריזן סכום תורה און עבודה וואס איז געווען צווישן אונז, און סאיז מער נישט דא, עקסטער פון דעם, ווען מנעמט אוועק גרויסע מענטשן, זעט מען זיך נאכאמאל מיט וואס מען בלייבט איבער, דער מצב הדור, ווערט זויער אויפן הארץ.

א רמז, קשה מיתת צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו, מבאוויינט די בתי מקדשות כאטש דאס זענען געווען גאר אלטע אפגעדינטע בנינים.

----
ר' איציק לעווי ע"ה געדענקען מיר גוט, אויב מיין זכרון נארט מיך נישט האט ער אסאך עוסק געווען אין מס' מדות, ער האט איבערגעדרוקט עפעס א ספר אויף מס' מדות, ווי אויך האט ער אויפגעשטעלט א קליינע ביהמ"ק אין זיין סוכה, ווי ער האט אונז מסביר געווען די משניות, אזוי געדענק איך, אויב פארמיש איך זיך מיט א צווייטן, זאל יענער אויך זיין געבענטשט.
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

נא_שכל האט געשריבן:איך מיין אז מען ברויך אן עקסטערן אשכול פאר דעם אדם גדול, איך וועל שרייבן עפעס אין די שנעלקייט.

ער איז געווען אינדערהיים מיט א קלארקייט און טיפקייט בכל התורה, ממש!! עס קענען מעיד זיין אויף דעם אלע טויזענטער אידן וואס פלעגן עם כסדר פרעגן שאלות און קושיות בכל מקצועות התורה, פון סתם הלכות צו שווערע פארפלאנטערטע סוגיות עמוקות, און ער האט אלעס גענטעפערט מיט א פשטות און קלארקייט כאילו ער האט ממש יעצט אדורכגעלערנט דעם סוגיא בעמקות. ובדידי הוי עובדא, איך האב אים געפרעגט עטליכע הארבע קושיות און א סוגיא עמוקה בש"ס, און ער האט מיר גענטעפערט מיט א פשטות און א שמייכל אן אנדערען מהלך אינעם סוגיא וואס לויט דעם איז נישט שווער וואס איך פרעג, ווי אויך האט ער מיר צוגעוויזן בעל פה פארשידנע אחרונים ובתוכם דודו החזו"א וואס רעדן שוין איבער די קושיא.

ווי אויך טויזענטער אידן - פון אלע שיכטן און קרייזן - האבן זיך שואל עצה געווען מיט עם אויף למעשה הן בעניני רפואה [ער פלעגט טיילן מעדיצינישע פרעסקריפשנ"ס און מען האט מיט דעם געקענט ארויסנעמען מעדיצינען אין פארמאס"י], והן בעניני מסחר, און מען פלעגט מפקיד זיין ביים עם גרויסע געלטער, און ער פלעגט מייעץ זיין ווי עס צו אריינלייגען, וכמדומה אז ער האט פון דעם אויך פארדינט געלט פאר גאנץ משפחת גריינימאן וואס רוב פון זיינע קינדער און אייניקלעך זענען גדולים בתורה ואין התורה פוסקת מפיהם.

ער האט אויפגעשטעלט א כולל מחוץ לעיר בני ברק און א שטעטל (?) וואס ער פלעגט דארט זיין א גאנצע וואך מופרש פון די משפחה און עוסק געווען בתורה ביגיעה עצומה ברוב שעות המעת לעת, כדרך שלמד דודו החזו"א, און דארט האט ער אפגעשריבן זיינע חיבורים אויף "כל התורה" בעיון כדרך החזו"א, זיינע ספרים זענען נישט נאר סתם קושיות און לאקאלע תירוצים, נאר עס איז אויך מהלכים אין די גאנצע סוגיא, וואס דורך דעם שטימט אלעס. און סוף וואך פלעגט אר אהיים קומען, און יעדן פרייטאג אינדערפרי נאך שחרית כוותיקין פלעגט ער אויפנעמען לאנגע שורות מיט מענטשען. היינט לערנען דארט זיינע קינדער און אייניקעלך וואס א טייל פון זיי האבן שוין אויך געשריבן חידושים אויף כמעט גאנץ ש"ס.

טובה גדולה עשו לו (הרב ש"ך ודעימיה לאחר פטירת החזו"א בשנת ??) אז מען האט עם ארויסגעשטופט פון פאליטיק, אזוי איז ער נישט געווען פארמישט און אלע עניני כנסת און פארטיי זאכן, און ער איז געבליבן כולו "קודש לה' ולתורתו" און האט ארויסגעגעבן זיינע חיבורים אויף כל התורה.

ווי אויך איז ער געווען באקנט מיט זיין געוואלדיגע מדה פון הכנסת אורחים ווי ער פלעגט כסדר אהיימרופן מענטשען עסען ביי זיך אינדערהיים.

זיין עבודת התפלה איז אויך געווען מיט א עמקות, ווי ער פלעגט אריינלייגן גרויסע יגיעה דערינען.

און די לעצטערע יארן איז ער שוין געווען אביסל אפגעשוואכט אבער די קאפ איז עם נאך אלס דא געווען און ער האט גענטפערט שוואכערהייט פאר די שואלים.

אוי מי יתן לנו תמורתו!!
ת.נ.צ.ב.ה
וזכות תורתו יגן בעדינו.


יישר כח
לעצט פארראכטן דורך א שטילער איד אום מאנטאג אפריל 13, 2015 4:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

זי"ע
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

נא_שכל האט געשריבן:איך מיין אז מען ברויך אן עקסטערן אשכול פאר דעם אדם גדול, איך וועל שרייבן עפעס אין די שנעלקייט.

מנהלים, אז איך על עפענען אן עקסטערע אשכול עט מען אריבערפירן די תגובות פון דא?
איך לעכץ צו הערן וואס נא_שכל און מחותן האבן צו שרייבן!

ער איז געווען אינדערהיים מיט א קלארקייט און טיפקייט בכל התורה, ממש!! עס קענען מעיד זיין אויף דעם אלע טויזענטער אידן וואס פלעגן עם כסדר פרעגן שאלות און קושיות בכל מקצועות התורה, פון סתם הלכות* צו שווערע פארפלאנטערטע סוגיות עמוקות, און ער האט אלעס גענטעפערט מיט א פשטות און קלארקייט כאילו ער האט ממש יעצט אדורכגעלערנט דעם סוגיא בעמקות. ובדידי הוי עובדא, איך האב אים געפרעגט עטליכע הארבע קושיות און א סוגיא עמוקה בש"ס, און ער האט מיר גענטעפערט מיט א פשטות און א שמייכל אן אנדערען מהלך אינעם סוגיא וואס לויט דעם איז נישט שווער וואס איך פרעג, ווי אויך האט ער מיר צוגעוויזן בעל פה פארשידנע אחרונים ובתוכם דודו החזו"א וואס רעדן שוין איבער די קושיא.

*הערה, ביי דער חזו"א ז"ל ותלמידיו כהגאון ז"ל זענען "סתם הלכות" און סוגיות עמוקות "היינו הך ממש" והא בלא הא לא סגי...
און א בקשה צו נא_שכל, אויב האט איר אראפגעשריבן דעם געשפרעך מיט'ן גאון ז"ל קענט איר מיר עס ביטע אריינווארפן אין אישי (פארשטייט זיך אויב ס'נישט דא קיין חשש גילוי ח"ו..).

ער האט אויפגעשטעלט א כולל מחוץ לעיר בני ברק און א שטעטל (?) וואס ער פלעגט דארט זיין א גאנצע וואך מופרש פון די משפחה און עוסק געווען בתורה ביגיעה עצומה ברוב שעות המעת לעת, כדרך שלמד דודו החזו"א, און דארט האט ער אפגעשריבן זיינע חיבורים אויף "כל התורה" בעיון כדרך החזו"א, זיינע ספרים זענען נישט נאר סתם קושיות און לאקאלע תירוצים, נאר עס איז אויך מהלכים אין די גאנצע סוגיא, וואס דורך דעם שטימט אלעס. און סוף וואך פלעגט אר אהיים קומען, און יעדן פרייטאג אינדערפרי נאך שחרית כוותיקין פלעגט ער אויפנעמען לאנגע שורות מיט מענטשען. היינט לערנען דארט זיינע קינדער און אייניקעלך וואס א טייל פון זיי האבן שוין אויך געשריבן חידושים אויף כמעט גאנץ ש"ס.

לכאורה מיינט איר זכרון יעקב. אויך אין "תפרח" פלעגט ער זיצן בהתבודדות. (אפשר איז היינו הך?)

ס'איז מיר א 'חידוש' וואס איר שרייבט אז טייל פון זיין זין האבן שוין אויך געשריבן חידושים אויף כמעט גאנץ ש"ס, אפשר קענט איר מרחיב זיין? לויט וויפיל איך ווייס האבן זיינע זין ר' יצחק דוד און ר' יהושע אהרן ארויסגעגעבן איין ספר (דער ערשטער עמ"ס קדושין און דער צווייטער אויף הל' מקואות).

---

וואס איז געווען זיין מיינונג בנוגע השתתפות בבחירות לכנסת און נעמען געלט פונעם מדינה? האט ער געוועלט? און וואס איז מיט זיינע (צוועלף!) זין הגאונים שליט"א?
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שפכי האט געשריבן:לכאורה מיינט איר זכרון יעקב. אויך אין "תפרח" פלעגט ער זיצן בהתבודדות. (אפשר איז היינו הך?)

ס'איז מיר א 'חידוש' וואס איר שרייבט אז טייל פון זיין זין האבן שוין אויך געשריבן חידושים אויף כמעט גאנץ ש"ס, אפשר קענט איר מרחיב זיין? לויט וויפיל איך ווייס האבן זיינע זין ר' יצחק דוד און ר' יהושע אהרן ארויסגעגעבן איין ספר (דער ערשטער עמ"ס קדושין און דער צווייטער אויף הל' מקואות).


יא איך האב געמיינט "תפרח".
זיין זוהן ר' אברהם ישעי' שליט"א האט געשריבן חיבורים אויף גאנץ ש"ס, עס איז נאך בכת"י, אבער עס דרייט זיך ארום אין די "חוג" קאפיעס פון זיינע העפטען (כך שמעתי פעם), און עס איז באקאנט ביי אלע וואס האבן זיך אביסל געדרייט דארטן אז ער האט געשריבן פיל חיבורים, נאר משום כבוד אביו אדער אנדערע סיבות האט ער זיי נישט ארויסגעגעבן, מן הסתם יעצט וואס ער הייסט דער "ממשיך" וועט מען עס ארויסגעבן.
ווי אויך איז דא נאך קינדער וואס האבן געשריבן אויף אסאך מסכתות (כך שמעתי).

דאס שרייבן חידושי תורה ע"ד הפשט והלכה איז געווען איינע פון די זאכן וואס ר' חיים גריינימאן האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש, שטענדיג פלעגט די "חידושי תורה" זיין די שמועס מיט די קינדער און די אייניקלך.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

איבער זיינע רפואות דרייען זיך ארום סיפורים נוראים
בד"ה

,,,
אינטערסאנט אז זייער אסאך וואס האבן זיך געדרייט און מקבל געווען תורה ביים חזו"א זענען אויך געווען גרויס בעניני העולם
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען א איד פון העכער מאה שנים ווערט נסתלק הייסט דאס 'משמייסט אין פנים'?
נידער מיט די רעטאריק ביטע

ווען א איד וואס האט מרביץ תורה געווען, געפסק'ט שאלות פארן דור, און נישט געלאזט נאך זיך בדומה לו ווערט אוועקגנומען הייסט עס א פראסק אין פנים!

עס הייסט א גרויסע פארלוסט, א גאר גרויסע פארלוסט. אבער א "פראסק אין פנים" גלייב איך איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק. דאס א משיח איז נאך נישט דא, און מיר בלייבן נעבעך ארימער און ארימער יעדע פארבייגייענדע טאג, דאס איז ענדערשט א פראסק.

האמיר נעכטן אויסגעהערט אדמו"ר מהרי"י' מסאטמאר'ס חוהמ"ד דרשה, זאגט ער אז עס ווייזט אויס אז דער עולם האט נישט גענוג געפילט דעם קשה מיתתן של צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו אז מען האט דערפאר געדארפט פון הימל צו-לייגן די שרעקליכע אסונות ביים לוי'.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיסטעריעז האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ווען א איד פון העכער מאה שנים ווערט נסתלק הייסט דאס 'משמייסט אין פנים'?
נידער מיט די רעטאריק ביטע

ווען א איד וואס האט מרביץ תורה געווען, געפסק'ט שאלות פארן דור, און נישט געלאזט נאך זיך בדומה לו ווערט אוועקגנומען הייסט עס א פראסק אין פנים!

עס הייסט א גרויסע פארלוסט, א גאר גרויסע פארלוסט. אבער א "פראסק אין פנים" גלייב איך איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק. דאס א משיח איז נאך נישט דא, און מיר בלייבן נעבעך ארימער און ארימער יעדע פארבייגייענדע טאג, דאס איז ענדערשט א פראסק.

האמיר נעכטן אויסגעהערט אדמו"ר מהרי"י'ס חוהמ"ד דרשה, זאגט ער אז עס ווייזט אויס אז דער עולם האט נישט גענוג געפילט דעם קשה מיתתן של צדיקים יותר משריפת בית אלוקינו אז מען האט דערפאר געדארפט פון הימל צו-לייגן די שרעקליכע אסונות ביים לוי'.


איך האב געהערט אז הגר"ש וואזנער זי"ע אליינס האט אזוי געזאגט ביי די שוידעליכע עקסידענט נאך די לוייה פון בבא סאלי זצ"ל בשנת תשמ"ד, ווי 4 אידן ובתוכם א זוהן פון ספינקא רבי זענען אומגעקומען דורך אן עקסידענט, אז דא קומט צוליב וואס מען מיינט אז ווען אן אלטער צדיק ווערט נסתלק איז דאס גארנישט, אבער דער אמת איז נישט אזוי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

נא_שכל האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:לכאורה מיינט איר זכרון יעקב. אויך אין "תפרח" פלעגט ער זיצן בהתבודדות. (אפשר איז היינו הך?)

ס'איז מיר א 'חידוש' וואס איר שרייבט אז טייל פון זיין זין האבן שוין אויך געשריבן חידושים אויף כמעט גאנץ ש"ס, אפשר קענט איר מרחיב זיין? לויט וויפיל איך ווייס האבן זיינע זין ר' יצחק דוד און ר' יהושע אהרן ארויסגעגעבן איין ספר (דער ערשטער עמ"ס קדושין און דער צווייטער אויף הל' מקואות).


יא איך האב געמיינט "תפרח".
זיין זוהן ר' אברהם ישעי' שליט"א האט געשריבן חיבורים אויף גאנץ ש"ס, עס איז נאך בכת"י, אבער עס דרייט זיך ארום אין די "חוג" קאפיעס פון זיינע העפטען (כך שמעתי פעם), און עס איז באקאנט ביי אלע וואס האבן זיך אביסל געדרייט דארטן אז ער האט געשריבן פיל חיבורים, נאר משום כבוד אביו אדער אנדערע סיבות האט ער זיי נישט ארויסגעגעבן, מן הסתם יעצט וואס ער הייסט דער "ממשיך" וועט מען עס ארויסגעבן.
ווי אויך איז דא נאך קינדער וואס האבן געשריבן אויף אסאך מסכתות (כך שמעתי).

דאס שרייבן חידושי תורה ע"ד הפשט והלכה איז געווען איינע פון די זאכן וואס ר' חיים גריינימאן האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש, שטענדיג פלעגט די "חידושי תורה" זיין די שמועס מיט די קינדער און די אייניקלך.

יישר כח רעבע.
אין חדושים ובאורים האלט ער דאך אין איין ברענגן פון זיינע זין און איידעמער און אייניקלעך.

---

יישר כח מנהלים פאר'ן אריבערפירן.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגר"ח גריינימאן זצ"ל בתפלה

7430.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

7435.jpg
7436.jpg
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

נא_שכל האט געשריבן:ער פלעגט טיילן מעדיצינישע פרעסקריפשנ"ס און מען האט מיט דעם געקענט ארויסנעמען מעדיצינען אין פארמאס"י


וואו האט ער געלערנט חכמת הרפואה?
לאמיר שוין זאגן ער האט דאס געקענט, וועלכער פארמאסי וועט געבן מעדעצינען פאר אזא פרעסקריפשאן געשריבן דורך א נישט לייסענדס דאקטער?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

ע"ע מיילעך פיר{ע}ר...
(כ'האב גראדע געהערט אז ר' מיילעך האט זיך אדורכגערעדט מיט'ן גאון ז"ל.
(ס'איז באקאנט אז דער חזו"א ז"ל האט געהאט א גרויסע ידיעה אין רפואה, און הרב וואזנער ז"ל האט א תשובה דאס מסביר צו זיין..)
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

ווי איז דער תשובה ?
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

עס איז דא נאך איינער הרב יוראוויטש וואס איז אויך גרויס אין די זאכן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך גלייב נישט אז מען האנערט ר׳ מילך פירער׳ס פרעסקריבציעס, טראצדעם וואס ער האט א האנערערי דאקטאראט (phd) האט בכלל נישט קיין ווערד אין מעדיקל. אפילו א געהריגע phd. קען נישט שרייבן קיין פריסקריבשאן׳ס אין רוב וועלט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

שפכי האט געשריבן:ע"ע מיילעך פיר{ע}ר...
(כ'האב גראדע געהערט אז ר' מיילעך האט זיך אדורכגערעדט מיט'ן גאון ז"ל.
(ס'איז באקאנט אז דער חזו"א ז"ל האט געהאט א גרויסע ידיעה אין רפואה, און הרב וואזנער ז"ל האט א תשובה דאס מסביר צו זיין..)

כ'נעם נישט אחריות אויף נא_שכל'ס ווערטער. כ'האב נאר פרובירט אביסל מדמה צו זיין מילתא למילתא.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

הגאון ר' חיים ז"ל ולהבלחט"א בנו הג"ר אברהם ישעיהו שליט"א.
אטעטשמענטס
רבי חיים שאול.JPG
רבי אברהם ישעיהו.jpg
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

דברים כדרבונות בענין שלטון הכופרים, והתחברות עמהם בשלטון.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מוראדיגע קלארע און שארפע דעת תורה מהגאון האדיר שר התורה רבי חיים שאול גריינימאן זצ"ל בענין להשתתף בהרכב שלטון הכופרים במדינה. וגם משביח מאוד אלו המתנתקים לגמרי מלהשתתף.

Pages-from-מכתבי-רחש-גרינימן_Page_2.jpg


Pages-from-מכתבי-רחש-גרינימן_Page_3.jpg


Pages from מכתבי רחש גרינימן_Page_4.jpg


גענומען פון דא און קובץ הנ"ל איז דא הערליכע בריוון פון עם בענין יגיעת התורה השקפת החיים ועוד, ומשם תדרשנו לטובה, עס געפינט זיך אין ספר אהבת תורה (שבאוצר החכמה).
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דינסטאג אפריל 14, 2015 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

והרגשת הלב גם הוא הלכה בדברים אלו
די ווערטער אליין איז נורא ואיום. די תורה רעדט פון אים.
תנצבה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

שוועמל האט געשריבן:והרגשת הלב גם הוא הלכה בדברים אלו
די ווערטער אליין איז נורא ואיום. די תורה רעדט פון אים.
תנצבה

ענדלט צום בריוו פון חזו"א ז"ל בנוגע שירות לאומי (אדער גיוס בנות?).
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”