עד דעי, שטעל אפ די האס קעגן ארטאדאקסישע אידן (פעטיציע)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נאכען ליינען @ אך שמח רייכע תגובה האב זיך דערמאנט פון די פראטעסט וואס סאטמער האט אנגעפירט קעגן מעיאר עד קאטש פאר וועלן בויען א גארביטיש אינסירעטעיר סטאנציע אין זייער געגענט {וומסב"ג}, מען האט אפגעשפארט די ת"ת און ארויס געברענגט אנשים נשים וטף צו פראטעסטירען.

עד דעי איז נאך אזוי שעדליך פאר די אידן פון ראקלענד ווי דאס וואס קאטש האט געוואלט טיען אין וומ"ס, און איז עס דעמלאטס געווען תורה'דיג איז עס יעצט די זעלבע.

אנשטאט קריטקירען די פעטעציע - וואס איז מעגליך די נישט ריכטיגע צוגאנג ווי אזוי צו לאזען וויסען פאר די גאס ווער עד דעי איז - הלוואי ווען די ערפארענע עסקנים פון אנדערע געגענטער קימען ווען צו הילף פאר די אידן פון ראקלענד, און מיט א כוח הרבים שיקט מען ווען עד דעי דארט ווי ער באלאנגט.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מאנטאג אפריל 13, 2015 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

סקווער האט ביטערע רדיפות אויסצושטיין פון אים, סיי פאר'ן אים רופן צו די חתונה און סיי נאכדעם. אין פאקט האט סקווער זיך אפגעזאגט צו שטיצן עד דעי'ס זון ווען ער איז געלאפן פאר קאנגרעס, אפילו נאכ'ן קומען צו די חתונה. די קשיא איז: פארוואס צו סאטמאר איז ער נישט געקומען, פארוואס צו וויזניץ איז ער נישט געקומען אא"וו. יעדער ווייסט אז ווען ס'קומט צו כניעה לעמים איז סאטמאר די ערשטע. פאקטיש האט סאטמאר אים גערופן כמה פעמים, אבער ווי געזאגט, ער האלט נישט ביים גיין צו די חסידים.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

בדרך אגב, דארף באמערקט ווערן אז אין יענע פריימערי איז געלאפן נאך איינער. זיין נאמען איז דעגען לעקארט, א געוועזענער מעיאר אין סאפערן, ער האט אויך נישט באקומען די שטיצע פון די היימישע קאמיוניטי, און ער איז אויך געווען זייער אומצופרידן דערמיט. אבער היינט איז ער א גוטער פריינד פאר די היימישע קאמיוניטי, כאטש מען האט אים קיינמאל נישט געשטיצט און ער פלאנט נישט צו לויפן פאר קיין שום פאליטישן אמט, איז לאמיר נישט איבער'חזר'ן די נארישקייט אז עד דעי האט נאר פיינט חסידים וועגן די וואלן, ווייל אויב ס'איז וועגן די וואלן דאן האט עד דעי נאכאמאל וואלן אין דריי יאר ארום, און יעדער פאליטישאן ארבעט פאר די פיוטשער, אפילו אויב מען האט אים נישט געשטיצט אין די פריערדיגע וואלן.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

וואס עד דעי האט יא געטאן נאך די וואלן איז געווען אז ער האט אנגעפאנגען צו פירן זיין קאונטי אפיס כאילו ער איז דער מעיאר פון ראמאפּא. כמעט פונעם ערשטן טאג האט ער אנגעפאנגען פארצושלאגן געזעצן מיט'ן ציל צו רודפ'ן דעם היימישן ציבור.

אויב האבן צוואנציג מענטשן געמאכט א פּראטעסט ערגעץ קעגן חסידים האט מען דארט געטראפן עד דעי, און ער איז געווען דער ראש המדברים. פארשטייט זיך אז ס'איז א פחיתות הכבוד פאר א קאונטי עקזעקוטיוו, וואס איז דער גאנצער שאץ מאץ אין די קאונטי, צו גיין צו א נארישן פראטעסטל, אבער ווען ס'קומט צו חסידים איז גארנישט צו מינדערוויכטיג פאר עד דעי.

ער האט אפּלייט ביי די פעדעראלע רעגירונג צו געבן א גרענט פאר ראקלענד קאונטי כדי צו קענען אויספארשן מעדיקעיד פראוד און פוד סטעמפס פראוד, מיט'ן ספּעציעלן ציל צו רודפ'ן דווקא די חסיד'ישע קאמיוניטי, נישט די שווארצע און נישט די ספאנישע.

נאכמער, ווען עד דעי האט אומלעגאל געוואלט אוועקנעמען גאווערמענט פּראגראמען פון כולל יונגעלייט און א ריכטער האט אים דאס נישט ערלויבט, איז ער געגאנגען אויף פעיסבוק און געשריבן א ווילדן טיירעיד אין וועלכן ער האט באשולדיגט, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר אז די חסידים גנב'ען געלט פון "די קאלירטע".

און דא קומט מען טאקע צו צו די גרויסע סכנה פון עד דעי'ס הערשאפט: יעדער ווייסט אז ס'איז דא אנטיסעמיטיזם איבעראל אין דער וועלט, די גוטע נייעס איז אז מיר אידן וואוינען אין דעמאקראטישע לענדער, וואו די רעגירונגס פירער זענען געווענליך אנשטענדיגע מענטשן וואס האלטן ארדענונג, און לאזן נישט די אנטיסעמיטן זיך צעפירן די הענט, און אויב ס'איז היציג קעגן די אידן פּרובירן זיי דיפּלאמאטיש צו בארואיגן די געמיטער. עד דעי איז א פאליטישאן וואס נישט נאר פּרובירט ער נישט צו בארואיגן די געמיטער נאר ער לייגט צו אויל צום פייער.

יעדער איינער ווייסט אז פעיסבוק איז ליידער א טול וואס ווערט גענוצט דורך אנטיסעמיטן צו פארשפּרייטן זייער האס קעגן אידן, און ספּעציעל קעגן חסידים, אבער ווילאנג ס'איז פּשוט'ע גוים באקומט עס נישט צופיל אנערקענונג, און די אטאקעס גייען נישט זייער ווייט. ווען ס'איז א פאליטישאן וואס טוט דאס דאן האבן זיינע אטאקעס א שטארקן אפעקט און טוט נאר נאכמער אויפרייצן די אנטיסעמיטן, און אפילו אזעלכע גוים וואס זענען ביז דאן נישט געווען בייז קעגן חסידים, ווייל אויב דער קאונטי עקזעקוטיוו זאגט עס דאן איז עס זיכער אמת!

דאס איז וואס ס'קומט פאר דא אין ראקלענד קאונטי, עד דעי ניצט זיין פעיסבוק פעידזש צו שרייבן אפענע העץ קעגן די חסידים, פארשטייט זיך אז נישט אלעמאל שרייבט ער ארויס אפן חסידים, אבער אלעמאל איז עס אישוס וואס האבן א שייכות מיט ראמאפּא און מיט אונזער וועג פון לעבן, און אויב לייגט ער נאך צו אז באמת איז ער א אידן פריינד, ווייל ער האט זיך באטייליגט אין א האלאקאסט מעמאריעל, דאן קען קיינער שוין נישט שרייען אז ער טוט דאס ווייל ער האט פיינט חסידים.

נאך ערגער איז אז ער לאזט אנדערע מענטשן שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם און האס קעגן חסידים אויף זיין פעיסבוק פעידזש! דאס איז פרעצעדענטלאז און נאך קיינמאל נישט געווען אין אמעריקע.

נאך סאך ערגער איז אז ער האט באפוילן פאר א סאושעל סערוויסעס ארבעטער, וואס האט צוטריט צו אלע מעדיקעיד רעקארדס, צו עפענען א פעיסבוק פעידזש מיט'ן ציל צו אויפדעקן אז די חסידישע געמיינדע בא'גנב'עט ראקלענד קאונטי. יענער טוט דאס בשעת ער דארף זיין ביי די ארבעט. אין יעדן אנדערן פּלאץ וואלט ער פאר דעם פארברעכן אליין פארלוירן די ארבעט.

דער צוועק פון דעם פעיסבוק פעידזש איז איין זאך: וויבאלד עד דעי האט פארנאכלעסיגט וואס ס'קומט פאר אין ראקלענד קאונטי און נאר פארנומען געווען מיט ראמאפּא, גייט די קאונטי כאדאראם, די קאונטי מוטשעט זיך מיט בודזשעט פּראבלעמען און אין יעדן הינזיכט איז די קוואליטי פון לעבן אין ראקלענד שטארק געפאלן זייט ער איז געווארן קאונטי עקזעקוטיוו. אבער עד דעי ווייסט דעם סוד וואס דער צאר האט געוואוסט אין רוסלאנד: אויב די מלוכה וואקלט זיך, דייווערט די אטענשאן צו די אידן, העץ די מאסן קעגן די אידן, און דאן וועלן די פּויערן ראמפאזשירן די אידישע קהילות און דעם צאר'ס מלוכה וועט נישט ליידן.

ס'איז קלאר בלי שום ספק אז "בלאק די בלאק וואוט" האט געהעכערט די שנאה צו חסידים אויף א פארנעם וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען. דער פעיסבוק פעידזש האט יעדן איינציגסטן טאג ווילדע אטאקעס קעגן היימישע אידן, און האט טויזנטער לייענערס וואס פארשפּרייטן די העץ ווייטער, און די רעזולטאטן שפּורן זיך ליידער זייער שטארק. ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזויפיל העץ אויף חסידים אין די סאושעל מידיע ווי ס'איז יעצט דא!

נאך סאך סאך ערגער איז אז נישט נאר האט עד דעי נישט ארויסגעווארפן דעם ארבעטער נאר ער קאלאבארירט צוזאמען מיט אים און שיקט אים אריין סחורה (בשעת די ארבעט) ארויפצולייגן קעגן חסידים (אדער קעגן גרויסע הייזער, וכו', נישט קיין חילוק וואס. יעדע זאך וואס האט א שייכות מיט חסידים.)

מען קען לעבן מיט עד דעי'ס אנקלאגע קעגן ראמאפּא פאר'ן געבן עפראוועל פאר א ישיבה, מען קען לעבן מיט'ן שיקן אינספּעקטארס צו הייזער, צו טרעפן אומלעגאלע דירות, מען קען לעבן מיט די הונדערטער לאוסוטס וואס די קאונטי האט אריינגעגעבן קעגן משפּחות אויף מכלומר'שטע מעדיקעיד פראוד (ווי למשל, אז מען האט געמאכט אינשורענס פאר'ן האבן א בעיבי), וואס האט שוין אפגעקאסט קאלעקטיוו פאר מאנסיער אידן, מיליאנען דאלאר אין לאיערס, און אין שווערע סעטלמענט פיינס אינדרויסן פון געריכט, און צענדליגער קעיסעס זענען נאכנישט פארטיג, מען קען לעבן מיט'ן פאקט אז ער פארט קיין אלבאני שתדל'ען אוועקצונעמען די רעכטן פון מאנסיער אידן צו עלעקטן זייערע סקול באורד מעמבערס, מען קען לעבן מיט'ן פאקט אז יעדן שני וחמישי לאזט ער זיך הערן איבער אישוס וועלכע האבן אך ורק א שייכות מיט די חסידישע קאמיוניטי אין ראמאפּא, מען קען לעבן מיט אלע זיינע אנדערע טאג-טעגליכע פארשלאגן צו מאכן נייע שטרענגע געזעצן כדי צו לימיטן די חסידים.

מען קען אבער אבסאלוט נישט לעבן מיט'ן פאקט אז ער פירט אַן אפענע אנטיסעמיטישע העצע קעגן חסידים, ווייל דאס ברענגט אנטיסעמיטיזם און שטעלט אידישע לעבנס אין א סכנה.

דער עולם האט מיטגעהאלטן די לעצטע שערורי' פּשוט וויבאלד ס'איז געווען חוה"מ און ס'איז געווען אַן אישו וואס אפעקט גאנץ ניו יארק און נישט נאר ראמאפּא, אבער דאס טוט ער א גאנץ יאר. די לעצטע געשיכטע איז געווען גאר טיפיקל. ער האט גענומען אַן אנטיסעמיטישן פּאוסט אויף זיין פעיסבוק פעידזש וואס יענער האט צוזאמגעהאקט פעך און שוועבל אויף חסידים ווי זיי פארפּעסטן די פארקס וכו' וכו', און אנשטאט עס אויסמעקן (עט די ווערי ליעסט) אדער אויס'מוסר'ען יענעם און די נאכפאלגנדע שרייבער פאר'ן שרייבן אנטיסעמיטיזם, איז ער געגאנגען און געמאכט זיין אייגענע פּאוסט און נאך געהאט די חוצפּה צו זאגן אז ס'האט גארנישט מיט אידן. ס'איז פּשוט אַן אישו וואס באדערט אים זייער שטארק. די ערשטע שטיק צייט האט ער זיך אפילו אפּגעזאגט אויסצומעקן די אנטיסעמיטישע פאוסטס, זאגנדיג אז ער איז א דעפענדער פון פרידאם אוו ספיטש (אין די זעלבע צייט וואס אַן אנדערע אנטי-חסידים פעיסבוק פעידזש אין ראקלענד קאונטי האט יא אויסגעמעקט אלע קאמענטס).

ליידער האט דאס געפירט צו א ווילדן פלייץ פון אנטיסעמיטישע פאוסטס, פּי כמה ווי די ערשטע אנטיסעמיטישע פּאוסט האט געפירט. ס'איז געווען כמים קרים על נפש עייפה צו הערן עטליכע נארמאלע שטימעס צווישן די פילע העצערישע פאוסטס, וועלכע האבן געזאגט, "העלא! דאס קומט פאר יעדן איינציגסטן טאג איבער גאנץ אמעריקע! און מען האט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין אישו דערפון. נאר ווען חסידים טוען עס ווערט מען צעלאזט!" טייל פון די נארמאלע שטימעס האבן מודה געווען אז זיי אליין האבן אויך נישט ליב דעם חסיד'ישן וואוקס אין ראמאפּא, אבער זעען דעם פּאוסט פון עד דעי ווי א קלארער וועג פון אויפהעצן די געמיטער. עטליכע האבן אפילו מודה געווען אז זיי לאזן זייערע קינדער אליין זיצן אויף 9/11 מעמאריעלס כאטש זיי פארשטייען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן.

ס'איז קלאר ווי דער טאג אז מען האט דא צו טאן מיט א נייעם סארט פאליטישאן, וואס איז נישט א פריינד, ער איז אויך נישט פאסיוו און איגנארירט די חרדי'שע געמיינדע, נאר ער איז איינער וואס האסט חסידים און זיין ציל איז אויפצורייצן די מאסן קעגן די חסידים, און דאס איז זיין סטראטעגיע וויאזוי אנצוהאלטן זיין בענקל, אזוי ווי דעם צאר אין רוסלאנד!

נאכ'ן אריינקומען אין אמט האט עד דעי אויסגעקלינט די רעפּובליקאנער פּארטיי אין ראקלענד. ער האט ארויסגעקאפעט די לאנגיעריגע רעפּובליקאנער פירערס און אפילו גע'מסר'ט און איינגעזעצט ווער ס'איז אים געשטאנען אין וועג. יעצט וויל ער טאן די זעלבע מיט'ן ראקלענד קאונטי לעדזשיסלעטאר.
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

מחותן האט געשריבן:נאכען ליינען @ אך שמח רייכע תגובה האב זיך דערמאנט פון די פראטעסט וואס סאטמער האט אנגעפירט קעגן מעיאר עד קאטש פאר וועלן בויען א גארביטיש אינסירעטעיר סטאנציע אין זייער געגענט {וומסב"ג}, מען האט אפגעשפארט די ת"ת און ארויס געברענגט אנשים נשים וטף צו פראטעסטירען.

עד דעי איז נאך אזוי שעדליך פאר די אידן פון ראקלענד ווי דאס וואס קאטש האט געוואלט טיען אין וומ"ס, און איז עס דעמלאטס געווען תורה'דיג איז עס יעצט די זעלבע.

אנשטאט קריטקירען די פעטעציע - וואס איז מעגליך די נישט ריכטיגע צוגאנג ווי אזוי צו לאזען וויסען פאר די גאס ווער עד דעי איז - הלוואי ווען די ערפארענע עסקנים פון אנדערע געגענטער קימען ווען צו הילף פאר די אידן פון ראקלענד, און מיט א כוח הרבים שיקט מען ווען עד דעי דארט ווי ער באלאנגט.


גערעכט, און ס'געדענקט זיך אויך גוט ווען די ילדי הבית רחל האבן געלערנט אין גאס אלס א פראטעסט קעגן די סיטי, און ס'געדענקט זיך גוט ווען די ילדי הת"ת האבן דורכמארשירט די בריק און מען האט לכבוד דעם פארשלאסן די בריק, כדי צו פראטעסטירן קעגן די שטאטישע רעגירונג, און ס'געדענקט זיך נאך גוט, ווען סאטמארער אידן אין וויליאמסבורג האבן געהאלטן סיינס קעגן דעם מעיאר דורכאויס די מאראטאן און ווען זיי האבן אראפגעלייגט א גרויסן בולדאזער כדי צו פארשעמען קאטש, פאר'ן זאגן אז ער וועט בולדאזן די חסידים, און ווען ליפא פר"מ האט קאמפיינט פאר אן אנטיסעמיט כדי אים צו מאכן פארלירן די וואלן.

איך גיי נישט יעצט אנפאנגען צו באשרייבן די אלע פעטיציעס און פראטעסטן וואס סאטמאר האט געמאכט קעגן זייערע שטאטישע רעגירונגען און פאליטישאנס וואס זענען געווען קעגן זיי, ווייל מען קען אנפולן ביכער. איך האב אויך נישט דערמאנט וואס קרית יואל האט געטאן מיום הווסדה, פון חיים הערש ליימזידער'ס קאסקעט און הינטל ביז גדלי' סעגעדינ'ס לאוסוט קעגן די קאונטי פאר'ן געבן סוער פאר אנדערע מוניציפאליטעטן, וכו' וכו'

ס'איז צייט אז מיר זאלן אויפהערן אריינצולייגן דעם קאפ אין די ערד ווי א בת היענה.

מען האט אלעמאל געטאן אזעלכע זאכן. פונקט ווי ר' ליפא פר"מ האט געפרעגט זיינע רבנים, און ר' גדלי' סעגעדין האט געפרעגט זיינע רבנים אזוי האבן די עסקנים אין מאנסי געפרעגט זייערע רבנים פאר זיי האבן געטאן זייערע זאכן.
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

אךשמח האט געשריבן:ו
נאכ'ן אריינקומען אין אמט האט עד דעי אויסגעקלינט די רעפּובליקאנער פּארטיי אין ראקלענד. ער האט ארויסגעקאפעט די לאנגיעריגע רעפּובליקאנער פירערס און אפילו גע'מסר'ט און איינגעזעצט ווער ס'איז אים געשטאנען אין וועג. יעצט וויל ער טאן די זעלבע מיט'ן ראקלענד קאונטי לעדזשיסלעטאר.


זייער אמת, די קאונטי לעזשעסלעטאר איז די סיבה וואס ער קען נישט אויספירן זיינע אלע פלענער ווייל די זעקס לעזשעסלעטארס וואס פארטרעטען די היימישע ציבור בלאקן עם אויף ווי ווייט זיי קענען (ליידער קענען זיי נישט אפשטעלן זיינע אנטיסעמעטיזם אויף פעיסבוק) וועגען דעם האט ער באשלאסען אז אין די קימענדיגע וואלען גייט ער זיי ארויסקאפען און אריינלייגן זיינע מענטשן אויך אין די לעזשעסלעטער. זאל דער אייבישטער שומר ומציל זיין
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

if you really think the petition will make it then so be it
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

אינטערסאנט אז ווי מער די רעדסט אלץ מער פארשטיי איך שוין דעם עד דעי. מען האקט צאם לגיונות מיט לאקשען וואס ער האט מכלומרשט געטאן און אלעס קומט צוריק צו זיין הויפט עבירה פון א פאוסט וואס איינער האט געשריבן אויף פעיסבוק. און דאס טוט מען מיט תושבי מאנסי נעבעך ביי יעדע עלעקשאן און ער וויל זיך נאך פארגלייכען צו סאטמאר און קרית יואל און מיטן אינסינערעיטאר וואס אלעס איז געווען מיט א קלארע ציל. גראדע איין זאך האט עטס דא פארגעסן אריינצווארפן ענקער פעיוואריט ווערטער ווי נאצי און איראן.

אגב. קען עימעצער ארויפשטעלן א בילד פון עד דעי ביי די סקווירא חתונה
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

פרוזדור האט געשריבן:אינטערסאנט אז ווי מער די רעדסט אלץ מער פארשטיי איך שוין דעם עד דעי. מען האקט צאם לגיונות מיט לאקשען וואס ער האט מכלומרשט געטאן און אלעס קומט צוריק צו זיין הויפט עבירה פון א פאוסט וואס איינער האט געשריבן אויף פעיסבוק. און דאס טוט מען מיט תושבי מאנסי נעבעך ביי יעדע עלעקשאן און ער וויל זיך נאך פארגלייכען צו סאטמאר און קרית יואל און מיטן אינסינערעיטאר וואס אלעס איז געווען מיט א קלארע ציל. גראדע איין זאך האט עטס דא פארגעסן אריינצווארפן ענקער פעיוואריט ווערטער ווי נאצי און איראן.

אגב. קען עימעצער ארויפשטעלן א בילד פון עד דעי ביי די סקווירא חתונה


פרוזדור
מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיך ביי די שמות אשכול
כ'מיין זאלסט קודם ענדיגן באשילדויגען די רבנים ביי די שמות אשכול און דערנאך העמיר הערן דיין דעה איבער עד דעי און פארוואס ער איז גאר גערעכט..
לעצט פארראכטן דורך מר. גרין אום מאנטאג אפריל 13, 2015 2:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קאטשעניו האט געשריבן:
מען האט אלעמאל געטאן אזעלכע זאכן. פונקט ווי ר' ליפא פר"מ האט געפרעגט זיינע רבנים, און ר' גדלי' סעגעדין האט געפרעגט זיינע רבנים אזוי האבן די עסקנים אין מאנסי געפרעגט זייערע רבנים פאר זיי האבן געטאן זייערע זאכן.


נעמען פון די געפרעגט רבנים ביטע, און דו קענסט אויפהערן שרייען
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

פרוזדור האט געשריבן:אינטערסאנט אז ווי מער די רעדסט אלץ מער פארשטיי איך שוין דעם עד דעי. מען האקט צאם לגיונות מיט לאקשען וואס ער האט מכלומרשט געטאן און אלעס קומט צוריק צו זיין הויפט עבירה פון א פאוסט וואס איינער האט געשריבן אויף פעיסבוק. און דאס טוט מען מיט תושבי מאנסי נעבעך ביי יעדע עלעקשאן און ער וויל זיך נאך פארגלייכען צו סאטמאר און קרית יואל און מיטן אינסינערעיטאר וואס אלעס איז געווען מיט א קלארע ציל. גראדע איין זאך האט עטס דא פארגעסן אריינצווארפן ענקער פעיוואריט ווערטער ווי נאצי און איראן.

אגב. קען עימעצער ארויפשטעלן א בילד פון עד דעי ביי די סקווירא חתונה

און אנשטאט איבערצוגיין די קראנטקייט פון איעדע באשולדינגוג אויף עד דעי, וואלטן מיר אפרישיעט הרב אךשמח זאל אונז אומווייניגסטענס ברענגן מער דעטאלן איבער די "מיליאנען" שאדן וואס ער האט אנגעמאכט פאר אחינו בנ"י הנתונים בצרה אין מאנסי.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31266
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א איד אין גלות האט געשריבן:און אנשטאט איבערצוגיין די קראנטקייט פון איעדע באשולדינגוג אויף עד דעי, וואלטן מיר אפרישיעט הרב אךשמח זאל אונז אומווייניגסטענס ברענגן מער דעטאלן איבער די "מיליאנען" שאדן וואס ער האט אנגעמאכט פאר אחינו בנ"י הנתונים בצרה אין מאנסי.

וואס מאכסטו זיך נאריש? וואס פונקטליך ווילסטו ער זאל שרייבן? די נעמען פון די וואס ער זיי שאדן געמאכט? וועלכע דעטאלן פונקטליך?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

דאס איז זיייער וועג צו שרייבן יאר איין יאר אויס פאר א יעדע עלעקשאן אין מאנסי פירקלען זיי אן אלע יודישע צייטונגען אז סגייט קומען פאגראמן מגייט הרגנן מגייט אונז אלע ווארפן אונטערן טאפן זי בריק מגייט שיקן אינספעקטארס. די זעלבע חברה מיט שמאלע ביליגע אינטערעסן האקן אין קאפ אריין ווי כאלו סנישטא קיין בילדינג אינספעקטארס וכדו אין אלע אנדערע פלעצער. הערטס שוין אויף גענוג איז גענוג.
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

מיללער האט געשריבן:
קאטשעניו האט געשריבן:
מען האט אלעמאל געטאן אזעלכע זאכן. פונקט ווי ר' ליפא פר"מ האט געפרעגט זיינע רבנים, און ר' גדלי' סעגעדין האט געפרעגט זיינע רבנים אזוי האבן די עסקנים אין מאנסי געפרעגט זייערע רבנים פאר זיי האבן געטאן זייערע זאכן.


נעמען פון די געפרעגט רבנים ביטע, און דו קענסט אויפהערן שרייען

קאטשעניו טייערע,
אויב איז אמת אז מען האט געפרעגט די רבנים וואלט עס דאך געדארפט זיין אפיציעל, נישט אזוי?

ווען די ילדי ת"ת זענען געגאנגען פראטעסטירן איז עס דאך געווען א אפיציעלע דעמאנסטראציע געשטיצט דורך די רבני העיר נישט ווי ווי יעצט וואס די מיסטריעזע רבנים זענען נישט צום געפונען, הא?
אייביג צום פינטל...
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

קאטשעניו האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:פראטעסט וואס סאטמער האט אנגעפירט קעגן מעיאר עד קאטש פאר וועלן בויען א גארביטיש אינסירעטעיר סטאנציע אין זייער געגענט {וומסב"ג}, מען האט אפגעשפארט די ת"ת און ארויס געברענגט אנשים נשים וטף צו פראטעסטירען... הלוואי ווען די ערפארענע עסקנים פון אנדערע געגענטער קימען ווען צו הילף פאר די אידן פון ראקלענד, און מיט א כוח הרבים שיקט מען ווען עד דעי דארט ווי ער באלאנגט.


גערעכט, ...ווען סאטמארער אידן אין וויליאמסבורג האבן געהאלטן סיינס קעגן דעם מעיאר דורכאויס די מאראטאן און ווען זיי האבן אראפגעלייגט א גרויסן בולדאזער כדי צו פארשעמען קאטש, פאר'ן זאגן אז ער וועט בולדאזן די חסידים, און ווען ליפא פר"מ האט קאמפיינט פאר אן אנטיסעמיט כדי אים צו מאכן פארלירן די וואלן... וואס קרית יואל האט געטאן מיום הווסדה, פון חיים הערש ליימזידער'ס קאסקעט און הינטל ביז גדלי' סעגעדינ'ס לאוסוט קעגן די קאונטי פאר'ן געבן סוער פאר אנדערע מוניציפאליטעטן, וכו' וכו'


אלס פשוט נאסטאלגיע איז איין זאך... גראדע בין איך געווען אלס ת"ת יונגעל ביי יענעם פראטעסט פון אנשים נשים וטף אריבער די ברוקלין בריק צו סיטי האל. געדענק מיר עס גוט, אריין אין די ביינער. אבער לענינינו ווערן דא צוזאמגעמישט טויזנט זאכן ולא קרב זה על זה.

די פראטעסט וועגן די אינסינארעיטאר איז געווען אפיציעלע קהלות און מוסדות, אין שפיץ פון גאונים וצדיקים, מיט אחריות ובכובד ראש. און עס איז נישט געווען קיין "טיירעיד" קעגן דעם מעיאר, מען האט אים נישט באשריגן מיט איראן, נאצי, רוסישער צאר, וכל השיינע לענגוויטש. און וועגן קרית יואל אדער ר' ליפא פריעדמאן ז"ל, מ'קען אלץ מאכן קלוגע טריקס, דאס איז די געים אין פובליק-פאליסי-פאליטיק. דוקא דאס, נישט שוימיגע כעס און ווארפן באנאנא שאלאכץ. אדרבה, דאס וויינט מען די גאנצע צייט, זאל מאנסי "דאס" טאן, גיין אין קאורט ווי פראפעשאנעלס, מאכן מאנעוורעס ווי פראפעשאנעלס, שפילן די לאנג-טערם געים וואס באאמטע און פאליטישאנס פארשטייען "אדורך און אדורך". איינער פון די דערמאנטע עסקנים דא במשך הימים האט שוין געהאלטן א רעדע אדער געשריבן אן ארטיקל מיט אזעלכע שוימיגע קולות און די שטעכיגסטע באשולדיגונגען? שוין געהערט אמאל אזאנס? דאס איז דער וועג?

האט מען נישט געהאט "ערנסטע פראבלעמען" מיט מייק בלומבערג? און וואס האט מען געטאן?????????????????????? קאורטס, טשעק. קלוגע מאנעוורעס, טשעק. אלעס מיט מיליאן מאל דורכגעטראכט, טשעק. דעת תורה על טהרת הקודש, טשעק טשעק טשעק, אויף טריט און שריט. איז איינעם בייגעפאלן אזעלכע "טיירעידס" בפומבי? קוק וויאזוי מען האט זיך אן עצה געגעבן מיט די "סופער טאף קוקי" בלומבערג, אויף "דעם" וועג, און וואו מען איז ב"ה אנגעקומען.

די חרדישע מאנסי איז אין א "באקסינג מעטש" מיט די קאונטי ד' ישמרינו?

שוין גלייך נאך זיין געווינס ביי די וואלן האט מען געזינגען אין מאנסי איכה, תשעה באב, אנטיסעמיט, עק וועלט, אפען קעגן זיין פנים. וואס האט מען ערווארטעט אויף צוריק? און דער זעלבער ווישעס-סייקל דרייט זיך ווייטער ה"י. נו, מען האט א טאף קוקי, זייער זייער זייער א טאף קוקי. איז עק וועלט?

אנשטאט שרייבן דא בלעטער מיט אזויפיל היץ קעגן עד דעי, זאל מען אויסגעפינען נאך מעגליכקייטן צו טרעפן א פתח, עפעס, עפעס, עפעס. שוין גערעדט מיט זיינע פאנדרעיזערס? זיינע דאנארס? זיינע מענטארס? ביזנעס באקאנטע? וואס האט ער געטאן אכצן יאר צוריק פאר פרנסה? געארבייט מיט אידן אדער אידן פריינד? ווער זענען זיינע פינעף הויפט סטעף? האט איינער פון זיי א קשר מיט איינעם וואס קען אריינקומען בתוך הדברים?

מען שרייבט "הלוואי ווען די ערפארענע עסקנים פון אנדערע געגענטער קימען ווען צו הילף פאר די אידן פון ראקלענד." איך ווייס נישט וואס מען האט שוין יא אדער נישט גערופן אדער געטאן, אבער די ערפארענע עסקנים וואס מען רופט פאר זייער הילף טרעפן אלץ א וועג. ער איז אנגעקומען צו די חתונה אין סקווירא, סוף כל סוף, הא? מיט א פעטישאן? אדער מען האט אויספרובירט אלע שליסלען ביז די קלאמקע האט זיך געעפנט, הא?

שוין, גענוג פאר יעצט. מען חזר'ט איבער די זעלבע ביטערקייט און האס. אבער מיר האבן א באשעפער, א תורה, א מסורה, ערפארענע וועגן פאר די יונגע ענערגישע עסקנים נאכצוגיין און זעהן גוטע רעזולטאטן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:און אנשטאט איבערצוגיין די קראנטקייט פון איעדע באשולדינגוג אויף עד דעי, וואלטן מיר אפרישיעט הרב אךשמח זאל אונז אומווייניגסטענס ברענגן מער דעטאלן איבער די "מיליאנען" שאדן וואס ער האט אנגעמאכט פאר אחינו בנ"י הנתונים בצרה אין מאנסי.

וואס מאכסטו זיך נאריש? וואס פונקטליך ווילסטו ער זאל שרייבן? די נעמען פון די וואס ער זיי שאדן געמאכט? וועלכע דעטאלן פונקטליך?


עס איז ממש א שאד אריינציגיין אין וויכחים מיט די וואס האבן נישט געטיען די מינדעסטע עפערט נאכצוגיין און זיך אליין איבערצייגען וואס די מציאות איז.

עס איז אבסורד אז מען נעמט דא א שטעלנוג אן ליינען די העצע וואס עד דעי און זיינע שלוחים שטעלן ארויס יעדען איינציגען טאג, און אן אנקאלען פרעגן די באטערעפענדע וואס שפירען עס לייוו.

מען קען ווען דן צו די פעטעציע איז די גיטע מהלך וואס זיי דארפן טיען, אבער לייקענענן שמש בצהרים כאילו עד דעי איז זיך נישט נישט ווערט דאס געלט.. דאן איז ענדערש צו ליינע א קאמיקס ביכל אין די צייט.

אויב א פאליטישען מעג אפציעל העצן קעגן אידן אויף סאשעול וועב זייטליך און שיקען באצאלטע קאנטי איינגעשטעלטע אז זיי זאלען עס טיען פאר אים, דאן איז עס היינט אין מאנסי, איבערמארגען איז עס קר"י... א טאג דערנאך אין די סיטי..

עס שטייט נישט אין די תורה אז מען דארף זיך אינטערבייגען אינטער יעדן אנטיסעמיט..
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מאנטאג אפריל 13, 2015 3:36 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אלץ שטיקעלע דיפענס פאר מאנסי עסקנים, כ'מיין אז אין וויליאמסבורג וכדו' איז מען נאך נישט אויסגעשטאנען פון אזא סארט ערוויילטער פאלעטישן ווי עד-דעי.

יא, קאטש און בלומבערג ימ"ש (ביידע...) אבער גמאכט פראבלעמען, אבער מיט אישוס, נישט מיט אפיציעלע העץ. נישט אז דאס איז מתיר כל האסור, נאר פשוט ארויסברענגען די פאקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

די ערשטע קשיא איז וויאזוי עס ווערט באשאפן א פארשוין "עד דעי", איז עס עפעס א קריטשער וואס ס'האט פערצופל ארויסגעוואקסן אין ראקלענד? פארוואס האט די סיטי נאכנישט געזעהן אזא שעדליכער פארשוין? און יא, פארוואס האט קר"י נישט אזויפיל העצע ווי מאנסי, ווייט פון דעם, פאלט נישט ביי אז די זעלבע עסקנים וואס שרייען נאציס מאכן די מצב זאלן זיין אזוי, דאס איז די נאטורליכע ריספאנס, ווען דו שרייסט נאצי, שרייט ער צוריק אויף דיר פאריזיט וכו.

ווער האט אנגעהויבן? אה, ווען די סקול באורד האט געהעכערט זייער בודזשעט זענען זיי אויך באטיטלט געווארן אלס וויסטע אנטיסעמיטן אדער זעלבסט-האסנדע פארשוינן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך בין א עם הארץ אין די נושא, סערשטע מאל איצט אריינגעפאלן דא אין אשכול, איך פארשטיי נישט די גאנצע נושא.

איינס, עד דעי איז דאך נישט קיין קעניג, ער איז דאך א ערוועלטער באמאטער, קרוב צו 20K האבן געשטימט פאר אים.

יעצט, ער האט דען א פאליטישע קאריע? ער זיכט דען צו גיין ווייטער אויפן לייטער? בכלל, ער איז עפעס דער מייסד פון די פיינטליכע מאוומענט אין מאנסי? כפי הנראה, אויב גיט ער היינט אויף, איז מארגן דא א ריפלעסמענט, פשט איז אז א גרויסע חלק שכינים האבן פיינט חסידים, סא וואס איז די תועלת פון אים מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט, ער האט עפעס א פראבלעם צו זיין אינדעפענדעט?

כמיין לאמיר זאגן אז אברהם ווידער וועט זיין מעיאר אין קר"י אויפן רעפאליקאנע טיקעט, וועט איינעם בייפאלן אים צו מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט אז ער בא'עול'ט די מינארעטי?

די מענטשן וואס האבן אים ערוועלט האבן דאך אינגאנצן א אנדערע אגענדע, און ער איז זייער היראו.
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

צווייפעל האט געשריבן:איך בין א עם הארץ אין די נושא, סערשטע מאל איצט אריינגעפאלן דא אין אשכול, איך פארשטיי נישט די גאנצע נושא.

איינס, עד דעי איז דאך נישט קיין קעניג, ער איז דאך א ערוועלטער באמאטער, קרוב צו 20K האבן געשטימט פאר אים.

יעצט, ער האט דען א פאליטישע קאריע? ער זיכט דען צו גיין ווייטער אויפן לייטער? בכלל, ער איז עפעס דער מייסד פון די פיינטליכע מאוומענט אין מאנסי? כפי הנראה, אויב גיט ער היינט אויף, איז מארגן דא א ריפלעסמענט, פשט איז אז א גרויסע חלק שכינים האבן פיינט חסידים, סא וואס איז די תועלת פון אים מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט, ער האט עפעס א פראבלעם צו זיין אינדעפענדעט?

כמיין לאמיר זאגן אז אברהם ווידער וועט זיין מעיאר אין קר"י אויפן רעפאליקאנע טיקעט, וועט איינעם בייפאלן אים צו מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט אז ער בא'עול'ט די מינארעטי?

די מענטשן וואס האבן אים ערוועלט האבן דאך אינגאנצן א אנדערע אגענדע, און ער איז זייער היראו.

כבין זייער נישט קלאר וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

שטארקע פונקטן אבער וואס זאגסטו?
אייביג צום פינטל...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

צווייפעל האט געשריבן:איך בין א עם הארץ אין די נושא, סערשטע מאל איצט אריינגעפאלן דא אין אשכול, איך פארשטיי נישט די גאנצע נושא.

איינס, עד דעי איז דאך נישט קיין קעניג, ער איז דאך א ערוועלטער באמאטער, קרוב צו 20K האבן געשטימט פאר אים.

יעצט, ער האט דען א פאליטישע קאריע? ער זיכט דען צו גיין ווייטער אויפן לייטער? בכלל, ער איז עפעס דער מייסד פון די פיינטליכע מאוומענט אין מאנסי? כפי הנראה, אויב גיט ער היינט אויף, איז מארגן דא א ריפלעסמענט, פשט איז אז א גרויסע חלק שכינים האבן פיינט חסידים, סא וואס איז די תועלת פון אים מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט, ער האט עפעס א פראבלעם צו זיין אינדעפענדעט?

כמיין לאמיר זאגן אז אברהם ווידער וועט זיין מעיאר אין קר"י אויפן רעפאליקאנע טיקעט, וועט איינעם בייפאלן אים צו מסר'ן פאר די רעפאבליקאנע פירערשאפט אז ער בא'עול'ט די מינארעטי?

די מענטשן וואס האבן אים ערוועלט האבן דאך אינגאנצן א אנדערע אגענדע, און ער איז זייער היראו.


ביים לויפן האט ער געזאגט אז ער לויפט נאר פאר איין טורום, כאטש אז דאס מיינט נישט גארנישט און ער וועט שפעטר וועלן גיין העכער, שפילט אבער ער די געים אז ער איז נאר דא צייטווייליג.

יעצט איז אזוי, אין מאנסי איז דא א שטארקע באוועגנוג קעגן חסידים, א ריזיגע צאל שכנים האבן פיינט די אידן - ווער עס איז שולדיג דערויף איז אירעליווענט יעצט אויף די מינוט,
עד דעי איז פון דעי וואס האט אונז פיינט, און ער זיכט צוי בויען מיט די שנאה פון די שכנים א קעיס קעגן די אידן, ער ניצט די שכנים'ס שנאה צו העצן קעגן די חסידם אין ראקלענד,
עד דעי האלט אז עס קען אים געלונגען איבערצודרייען אז די גאנצע קאנטי - און די אומגעגענט - זאל ווערן אנטי אידן און דאס גייט אים פארזיכערן אז זיין אגענדע זאל פאראויס גיין,

די עסקנים האלטען אז מיט אויפרידערען אז עד דעי איז אנטיסעמיט וועט מען אים קענענן אויפן בעסטען פאל באזייטיגען {האט נישט קיין רעאליסטישע אויסזיכטען}, און מער רעאליסטיש אים בינדען די הענט אז ער זאל מיזען איינזיצען און נישט רידערען קעגן אידן..
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

פינטל האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:איך בין א עם הארץ אין די נושא, סערשטע מאל איצט אריינגעפאלן דא אין אשכול, איך פארשטיי נישט די גאנצע נושא.

איינס, עד דעי איז דאך נישט קיין קעניג, ער .................ענדע, און ער איז זייער היראו.

כבין זייער נישט קלאר וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

שטארקע פונקטן אבער וואס זאגסטו?


איך האב פראבירט מסביר זיין צוויי נקודות פארוואס סאיז זינלאז די פעטישן.

א) ער לאכט זיך אויס פון די רעפאבליקאנע פירערשאפט, ער דארף צו זיי נישט צוקומען.

פארקערט, ביי זיינע וועלער איז ער א גאנצע היראו.

ב) עס איז זינלאז אז מפאר'מסר'ט אים פערזענליך, מקען שרייבן א פעטישן פאר די פארטיי פירערשאפט, קעגן די 20K מענטשן וואס האבן אים ערוועלט אז זיי זענען אנטיסעמיטן..
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מחותן,
ווען מיר ווייסן געווען נישט ווער די מונסי עסקנים זענען, וואלטן מיר געקענט דן זיין. אזויווי בן בוזי האט שוין ברמיזה אנגעמערקט שטייט אונטער עטליכע יאנגסטערס מיט שגעון גדלות׳דיגע שאיפות וועלעכע האבן קוים ערפארונג אין פריוואטן לעבן וכ״ש אין פובליק לעבן. זיי טראכטן נישט אויף א מינוט פון פאראויס. זיי דארפן נישט אפגעבן דין וחשבון פאר קיין שום ערוואקסענעם... דעליקאטע ציבור׳ישע החלטות ווערען געמאכט אין מילי-סעקונדען (השערה לויט די רעזולטאטן ווי אויך די איכות פון זייער ארבעט), און איידער ווי וואס ווען איז עס שוין געפאוסט אויך בלאגס/טוויטער/פעיסבוק ניטאמאל געהעריג מוגה איז עס.

גלייב מיר איך האלט נישט זיי טוען עס מיט שלעכטע כוונות, עס איז פשוט געפירט ווי א ישיבה מערכה. און אזא פנים טראגט עס נעבעך.

דער פנים פלאמט פאר בושה, אז די רעדן גאר אין נאמען פון אונזער קאמיוניטי.

עס לאזט זיך זאגן אז איידער די אינטערנעט עפאכע וואלטן דיע נישט געקראגן גארנישט אונטער א משכנתא.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שווארצעפעפער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 9:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצעפעפער »

לפי הנ"ל קען גאר זיין אז דער עד דעי האט גארנישט פיינט קיין חסיד'שע אידן, ער קען פשוט נישט דערליידן קיין מאנסיער..
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

@אך שמח, ס'איז ביטער צו ליינען דיינע אויספירליכע באריכטן, אבער א הארציגן דאנק פארן שרייבן, ס'איז הערליך שיין און רייך געשריבן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”