Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבר על שבר "וירמסו אותו בשער וימות" צוויי לויות אין איין טאג

זונטאג אפריל 05, 2015 4:58 pm

מיט שאק און שוידער קומט אן די ביטערע נייעס פון א"י איבער די שודערליכע פאסירונג ווען א אינגערמאן איז צוטרויטן געווארן צום טויט ל"ע ביי די לוי' פון מרן פוסק הדור בעל שבת הלוי זצוק"ל מוצאי יו"ט אין בני ברק, און 3 זענען שווער פארוואנדערט געווארן און זיי זענען אין א קריטישע צושטאנד

לויט ווי די באריכטן קומען אריין, איז די לוי' געווען אן קיין געהריגע ארגנעזאציע, און אין ליכט פון דעם האט מען ארויס גענומען די מיטה פון היכל הישיבה חכמי לובלין דורך די טויער אויף די דאסקל גאס אין בני ברק, ווען די היכל הישבה איז נאך געווען פול מיט מענטשען (און מען האט נישט אויסגליידיג די היכל פאר די מטה איז ארויס ווי ביי יעדע גרויסע לוי'), ביים ארויס טראגן די מיטה זענען 2 מענטשען אראפ געפאלן די שמאלע טרעפ, און פון די גרויסע געדרענג האט מען זיי נישט באמערקט און די נושאי המיטה און אלע מלווים זענען ארויף אויף זיי, נאך א מינוט צוויי זענען נאך עטליכע מענטשען אראפ געפאלן אויף די צוויי ערשטע און די תוצאה פון דעם איז ליידער געווען ביטערליך, ווען ליידער איז איינער נפטר געווארן און צוויי זענען אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד.

7 מינוט האט גענומען פון דעם וואס האברך החשוב ר' מרדכי גערבער ז"ל איז אראפ געפאלן צוזאמען מיט הבחור החשוב החתן יצחק סאמעט ביז ווען זיי האבן באקומען ערשטע הילף, אבער ליידער איז כבר נגזרה הגזירה און דער 27 יעריגער אינגערמאן האט ליידער צוריק געגבען זיין נשמה אין א ביטערע טראגדיע וואס וועט טוישן דעם סדר פון אפרעכטען מעמדים און לויות ביים יהדות החרדית, דער חתן הבחור יצחק בן איידל סאמעט א אייניקל פון הרבני החסיד ר' יעקב צבי סאמעט און א חתן ביי א זון פון המקובל הרב דניאל פריש זצ"ל איז ליידער אויף גאר א קריעטישן מצב ווען זיין מוח האט נישט באקומען 7 מינוט קיין לופט, און אין ליכט פון דעם איז ער אויף זייער א שווערע מצב, אזוי אויך זענען דא נאך צוויי פארוואנדערטע, א יונגערמאן תומר תנחום בן שושנה סוזן וואס איז אויך צוטרעטען געווארן ביים טויער פון די ישיבה, און א בחור פון 14 יאר ישראל מאיר בן רוזא, וואס איז אראפ געפאלן פון א פארטש און איז אין א שווערען מצב.

דאס איז אויסער 113 פארוואנדערטע וואס זענען געווען ביי די לוי', וואס פון דעם זענען געווען איבער 60 בחורים וואס האבן צובראכן הענט און פיס בשעתן פאלן ביים טויער פון די ישיבה.


אויב איז דער יו"ט צושטערט געווארן מיט די בשורה אז דער שריד לדור דעה דער זקן ופוסק הדור איז שוין נישט מיט אונז, איז דער שבר על שבר געווארן אסאך מער ווען די ביטערע נייעס איז ארויס געקומען אז ליידער האט עס געקאסט נאך א נפש פון א יונגער יונגערמאן בלויז 27 יאר וואס די ערשטע מאל אין די היינטיגע היסטוריע איז מקויים געווארן דעם פסוק פון וירמסו אותו בשער וימות רח"ל, דער יונגערמאן וואס איז א יתום פון טאטע און מאמע פון אלס קינד איינער פון 6 געשוויסטער און דער פוסק הדור האט זיי אויפגעאדעוועט ווי זיינע קינדער, ער האט געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין און האט חתונה געהאט פאר 9 יאר צוריק מיט די טאכטער פון הר"ר חיים דוב קרומאן (פאטער פון הקדוש ר' בן ציון קרומאן פון די קדושי מומביי), ער האט געהאט איין קינד וואס איז יעצט דריי יאר.

די לוי' זיינע איז ארויס היינט נאכמיטאג אין א"י פון די ביהמ"ד קהל חסידים אין אלעד צום היכל ישיבת חכמי לובלין אויפן פלאץ ווי ער האט אויסגעהויכט די נשמה, און ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים סגולה אין פתח תקוה,

ויהי רצון אז די ימי השמחה זאלן אריבער גיין בשלימות און מען זאל מער נישט הערן פון אזעלעכע שרעקליכע טראגעדיעס

די טרעפ וי די טראגעדיע האט זיך אנגעהויבן

טרעפ.JPG
טרעפ.JPG (62.86 KiB) געזעהן געווארן 5292 מאל


http://www.ch10.co.il/news/155507/

http://www.jdn.co.il/news/474106

http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=82033

http://www.kikar.co.il/167948.html

Advertisement

זונטאג אפריל 05, 2015 8:15 pm

אוי וויי, ר״ל.

זונטאג אפריל 05, 2015 8:22 pm

אוי וויי, פארלוירן א זון אויף אזא טראגישע אופן, און יעצט אן איידעם.

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

זונטאג אפריל 05, 2015 8:45 pm

דער נפטר ווערט געזעהן ביי די לוי'
עטעטשמענטס
IMG-20150405-WA0006.jpg

זונטאג אפריל 05, 2015 8:47 pm

ווער אויפן בילד איז דער נפטר?

זונטאג אפריל 05, 2015 8:49 pm

ער שטייט אונטער דעם רב מיטן ביבער היט.

אט האט איר א בילד.
עטעטשמענטס
IMG-20150405-WA0028.jpg

זונטאג אפריל 05, 2015 8:53 pm

ביי זיין לוי'
עטעטשמענטס
IMG-20150405-WA0019.jpg
IMG-20150405-WA0017.jpg

זונטאג אפריל 05, 2015 10:16 pm

השם ירחם!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

זונטאג אפריל 05, 2015 10:31 pm

הרה"צ ר' חיים מאיר הלוי וואזנער באזוכט די פארוואונדעטע אין שפיטאל.
עטעטשמענטס
IMG-20150405-WA0063.jpg

זונטאג אפריל 05, 2015 10:40 pm

חסידי תולדות אהרן זענען מתפלל ביי קבר רבי שמעון הצדיק לרפואת דעם בחור מחסידי תו"א וואס געפינט זיך אין א קריטישע מצב.
עטעטשמענטס
IMG-20150405-WA0022.jpg

זונטאג אפריל 05, 2015 10:45 pm

צאדיקימלאך. השם יענה תפלותיהם.

זונטאג אפריל 05, 2015 11:56 pm

.
עטעטשמענטס
Screenshot_2015-04-06-00-50-49-1-1-2.png
Screenshot_2015-04-06-00-50-49-1-1-2.png (103.02 KiB) געזעהן געווארן 3952 מאל

מאנטאג אפריל 06, 2015 12:50 am

וואס מיינט די לעצטע בילד?

מאנטאג אפריל 06, 2015 2:51 am

נישט פאר שוואכע הערצער,
https://vimeo.com/124140364

הרבי מויז'ניץ: "איני סובל הדחיפות סביבי. זה גובל בשפיכות דמים"

האדמו"ר מויז'ניץ גינה את הדחיפות באירועים ציבוריים והבהיר לחסידיו: "איני סובל את הדחיפות של הבחורים סביבי, זה כואב לי ומציק לי. באירועים ציבוריים, מה לציבור אנ"ש להידחף סביבי?"

ויז'ניץ

הטרגדיה בהלווית פוסק הדור זצ"ל • המחדל הנורא שהתרחש אמש במסע הלוויתו של הגאון רבי שמואל הלוי וואזנר זצ"ל בבני ברק, במהלכו נמחץ למוות מרדכי גרבר ז"ל, בן 27 מאלעד, שלושה נפצעו באורח אנוש וקשה, ולמעלה מ-100 נזקקו לטיפול רפואי - בעקבות הדחיפות והדוחק הרב, מעוררים סערת רוחות עצומה בציבור החרדי.

הדחיפות, הדוחק והאלימות באירועים השונים של הציבור החרדי הפכו לשגרה מאיימת, וכעת נראה כי מתחיל להתחולל מהפך בגישה אל מול המחדלים.

במהלך 'טיש חול המועד', גינה האדמו"ר מויז'ניץ את הדחיפות באירועים והגדיר אותם ב"בחינת שפיכות דמים". האדמו"ר הורה לפרסם ברבים שלא להידחף סביבו באירועים ציבוריים.

האדמו"ר אמר: "איני סובל את הדחיפות של הבחורים סביבי, זה כואב לי ומציק לי. באירועים ציבוריים, מה לציבור אנ"ש להידחף סביבי, אין להם מה להידחף ב-20 מטר הקרובים אליי. אינני מסכים שידחפו לידי יהודים, אפילו לא לרגע. בכלל, הדחיפות בציבור שלנו בכל מקום גובלות בשפיכות דמים ממש".

מאנטאג אפריל 06, 2015 4:38 am

seferid_36101_page_126.jpg

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:43 am

בד"ה - ליידער שבר על שבר, דער חתן יצחק סאמעט איז ליידער אויסגעגאנגען רח"ל.

שומו שמים, ווי קען מען דאס דערהייבן.

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:50 am

דערווייל איז עס נישט אמת, עס שטייט טאקע מנין ביי זיין בעט און דער מצב זייער קריטיש אבער אפילו חרב חדה.. אל תתיאש.

מאנטאג אפריל 06, 2015 10:44 am

מצלמה האט געשריבן:בד"ה - ליידער שבר על שבר, דער חתן יצחק סאמעט איז ליידער אויסגעגאנגען רח"ל.

שומו שמים, ווי קען מען דאס דערהייבן.


http://www.jdn.co.il/news/474957

מאנטאג אפריל 06, 2015 11:52 am

מצלמה האט געשריבן:בד"ה - ליידער שבר על שבר, דער חתן יצחק סאמעט איז ליידער אויסגעגאנגען רח"ל.

שומו שמים, ווי קען מען דאס דערהייבן.

נישט וואר!

מאנטאג אפריל 06, 2015 1:30 pm

מ'איז מתפלל לעבן בחור'ס בעט
ה"י
עטעטשמענטס
בחור2.jpg

מאנטאג אפריל 06, 2015 4:18 pm

אוי באשעפער - - -

מאנטאג אפריל 06, 2015 4:29 pm

איז דא נייעס פין שפיטאל ?

מאנטאג אפריל 06, 2015 4:36 pm

קריטיש שווער ה"י, אבער נישט ערגער פון וואס ס'איז געווען מיטאג צייט.
והקב"ה יאמר לצרותינו די, ווייל מ'קען שוין נישט אויסהאלטן!

מאנטאג אפריל 06, 2015 4:56 pm

לויט די באריכטן האט דער בחור נישט באקומען 7 גאנצע מינוט קיין Oxygen צום מוח, און זיינע לינגען זענען צופליגט רח"ל, די שמחה נעכטען איז געווען אז 24 שעה נאכדעם איז נישט ערגער געווארן די מצב וואס דאס מיינט אז ס'ווערט בעסער, אבער ליידער יעצט ווערט דער מצב ערגער די היץ איז ארויף און די מוח געשווילאכץ איז גרעסער געווארן

ביטע זאגן א קאפיטל תהילם פאר יצחק בן איידל

מאנטאג אפריל 06, 2015 5:02 pm

יָדֶיךָ עָשׂוּנִי, וַיְכוֹנְנוּנִי; הֲבִינֵנִי, וְאֶלְמְדָה מִצְו‍ֹתֶיךָ.
יְרֵאֶיךָ, יִרְאוּנִי וְיִשְׂמָחוּ: כִּי לִדְבָרְךָ יִחָלְתִּי.
יָדַעְתִּי יְהוָה, כִּי-צֶדֶק מִשְׁפָּטֶיךָ; וֶאֱמוּנָה, עִנִּיתָנִי.
יְהִי-נָא חַסְדְּךָ לְנַחֲמֵנִי-- כְּאִמְרָתְךָ לְעַבְדֶּךָ.
יְבֹאוּנִי רַחֲמֶיךָ וְאֶחְיֶה: כִּי-תוֹרָתְךָ, שַׁעֲשֻׁעָי.
יֵבֹשׁוּ זֵדִים, כִּי-שֶׁקֶר עִוְּתוּנִי; אֲנִי, אָשִׂיחַ בְּפִקּוּדֶיךָ.
יָשׁוּבוּ לִי יְרֵאֶיךָ; וידעו (וְיֹדְעֵי), עֵדֹתֶיךָ.
יְהִי-לִבִּי תָמִים בְּחֻקֶּיךָ-- לְמַעַן, לֹא אֵבוֹשׁ.

צַדִּיק אַתָּה יְהוָה; וְיָשָׁר, מִשְׁפָּטֶיךָ.
צִוִּיתָ, צֶדֶק עֵדֹתֶיךָ; וֶאֱמוּנָה מְאֹד.
צִמְּתַתְנִי קִנְאָתִי: כִּי-שָׁכְחוּ דְבָרֶיךָ צָרָי.
צְרוּפָה אִמְרָתְךָ מְאֹד; וְעַבְדְּךָ אֲהֵבָהּ.
צָעִיר אָנֹכִי וְנִבְזֶה; פִּקֻּדֶיךָ, לֹא שָׁכָחְתִּי.
צִדְקָתְךָ צֶדֶק לְעוֹלָם; וְתוֹרָתְךָ אֱמֶת.
צַר-וּמָצוֹק מְצָאוּנִי; מִצְו‍ֹתֶיךָ, שַׁעֲשֻׁעָי.
צֶדֶק עֵדְו‍ֹתֶיךָ לְעוֹלָם; הֲבִינֵנִי וְאֶחְיֶה.

חֶלְקִי יְהוָה אָמַרְתִּי-- לִשְׁמֹר דְּבָרֶיךָ.
חִלִּיתִי פָנֶיךָ בְכָל-לֵב; חָנֵּנִי, כְּאִמְרָתֶךָ.
חִשַּׁבְתִּי דְרָכָי; וָאָשִׁיבָה רַגְלַי, אֶל-עֵדֹתֶיךָ.
חַשְׁתִּי, וְלֹא הִתְמַהְמָהְתִּי-- לִשְׁמֹר, מִצְו‍ֹתֶיךָ.
חֶבְלֵי רְשָׁעִים עִוְּדֻנִי; תּוֹרָתְךָ, לֹא שָׁכָחְתִּי.
חֲצוֹת-לַיְלָה--אָקוּם, לְהוֹדוֹת לָךְ: עַל, מִשְׁפְּטֵי צִדְקֶךָ.
חָבֵר אָנִי, לְכָל-אֲשֶׁר יְרֵאוּךָ; וּלְשֹׁמְרֵי, פִּקּוּדֶיךָ.
חַסְדְּךָ יְהוָה, מָלְאָה הָאָרֶץ; חֻקֶּיךָ לַמְּדֵנִי.

קָרָאתִי בְכָל-לֵב, עֲנֵנִי יְהוָה; חֻקֶּיךָ אֶצֹּרָה.
קְרָאתִיךָ הוֹשִׁיעֵנִי; וְאֶשְׁמְרָה, עֵדֹתֶיךָ.
קִדַּמְתִּי בַנֶּשֶׁף, וָאֲשַׁוֵּעָה; לדבריך (לִדְבָרְךָ) יִחָלְתִּי.
קִדְּמוּ עֵינַי, אַשְׁמֻרוֹת-- לָשִׂיחַ, בְּאִמְרָתֶךָ.
קוֹלִי, שִׁמְעָה כְחַסְדֶּךָ; יְהוָה, כְּמִשְׁפָּטֶךָ חַיֵּנִי.
קָרְבוּ, רֹדְפֵי זִמָּה; מִתּוֹרָתְךָ רָחָקוּ.
קָרוֹב אַתָּה יְהוָה; וְכָל-מִצְו‍ֹתֶיךָ אֱמֶת.
קֶדֶם יָדַעְתִּי, מֵעֵדֹתֶיךָ: כִּי לְעוֹלָם יְסַדְתָּם.

בַּמֶּה יְזַכֶּה-נַּעַר, אֶת-אָרְחוֹ-- לִשְׁמֹר, כִּדְבָרֶךָ.
בְּכָל-לִבִּי דְרַשְׁתִּיךָ; אַל-תַּשְׁגֵּנִי, מִמִּצְו‍ֹתֶיךָ.
בְּלִבִּי, צָפַנְתִּי אִמְרָתֶךָ-- לְמַעַן, לֹא אֶחֱטָא-לָךְ.
בָּרוּךְ אַתָּה יְהוָה-- לַמְּדֵנִי חֻקֶּיךָ.
בִּשְׂפָתַי סִפַּרְתִּי-- כֹּל, מִשְׁפְּטֵי-פִיךָ.
בְּדֶרֶךְ עֵדְו‍ֹתֶיךָ שַׂשְׂתִּי-- כְּעַל כָּל-הוֹן.
בְּפִקּוּדֶיךָ אָשִׂיחָה; וְאַבִּיטָה, אֹרְחֹתֶיךָ.
בְּחֻקֹּתֶיךָ אֶשְׁתַּעֲשָׁע; לֹא אֶשְׁכַּח דְּבָרֶךָ.

נֵר-לְרַגְלִי דְבָרֶךָ; וְאוֹר, לִנְתִיבָתִי.
נִשְׁבַּעְתִּי וָאֲקַיֵּמָה-- לִשְׁמֹר, מִשְׁפְּטֵי צִדְקֶךָ.
נַעֲנֵיתִי עַד-מְאֹד; יְהוָה, חַיֵּנִי כִדְבָרֶךָ.
נִדְבוֹת פִּי, רְצֵה-נָא יְהוָה; וּמִשְׁפָּטֶיךָ לַמְּדֵנִי.
נַפְשִׁי בְכַפִּי תָמִיד; וְתוֹרָתְךָ, לֹא שָׁכָחְתִּי.
נָתְנוּ רְשָׁעִים פַּח לִי; וּמִפִּקּוּדֶיךָ, לֹא תָעִיתִי.
נָחַלְתִּי עֵדְו‍ֹתֶיךָ לְעוֹלָם: כִּי-שְׂשׂוֹן לִבִּי הֵמָּה.
נָטִיתִי לִבִּי, לַעֲשׂוֹת חֻקֶּיךָ-- לְעוֹלָם עֵקֶב.

אַשְׁרֵי תְמִימֵי-דָרֶךְ-- הַהֹלְכִים, בְּתוֹרַת יְהוָה.
אַשְׁרֵי, נֹצְרֵי עֵדֹתָיו; בְּכָל-לֵב יִדְרְשׁוּהוּ.
אַף, לֹא-פָעֲלוּ עַוְלָה; בִּדְרָכָיו הָלָכוּ.
אַתָּה, צִוִּיתָה פִקֻּדֶיךָ-- לִשְׁמֹר מְאֹד.
אַחֲלַי, יִכֹּנוּ דְרָכָי-- לִשְׁמֹר חֻקֶּיךָ.
אָז לֹא-אֵבוֹשׁ-- בְּהַבִּיטִי, אֶל-כָּל-מִצְו‍ֹתֶיךָ.
אוֹדְךָ, בְּיֹשֶׁר לֵבָב-- בְּלָמְדִי, מִשְׁפְּטֵי צִדְקֶךָ.
אֶת-חֻקֶּיךָ אֶשְׁמֹר; אַל-תַּעַזְבֵנִי עַד-מְאֹד.

יָדֶיךָ עָשׂוּנִי, וַיְכוֹנְנוּנִי; הֲבִינֵנִי, וְאֶלְמְדָה מִצְו‍ֹתֶיךָ.
יְרֵאֶיךָ, יִרְאוּנִי וְיִשְׂמָחוּ: כִּי לִדְבָרְךָ יִחָלְתִּי.
יָדַעְתִּי יְהוָה, כִּי-צֶדֶק מִשְׁפָּטֶיךָ; וֶאֱמוּנָה, עִנִּיתָנִי.
יְהִי-נָא חַסְדְּךָ לְנַחֲמֵנִי-- כְּאִמְרָתְךָ לְעַבְדֶּךָ.
יְבֹאוּנִי רַחֲמֶיךָ וְאֶחְיֶה: כִּי-תוֹרָתְךָ, שַׁעֲשֻׁעָי.
יֵבֹשׁוּ זֵדִים, כִּי-שֶׁקֶר עִוְּתוּנִי; אֲנִי, אָשִׂיחַ בְּפִקּוּדֶיךָ.
יָשׁוּבוּ לִי יְרֵאֶיךָ; וידעו (וְיֹדְעֵי), עֵדֹתֶיךָ.
יְהִי-לִבִּי תָמִים בְּחֻקֶּיךָ-- לְמַעַן, לֹא אֵבוֹשׁ.

יָדֶיךָ עָשׂוּנִי, וַיְכוֹנְנוּנִי; הֲבִינֵנִי, וְאֶלְמְדָה מִצְו‍ֹתֶיךָ.
יְרֵאֶיךָ, יִרְאוּנִי וְיִשְׂמָחוּ: כִּי לִדְבָרְךָ יִחָלְתִּי.
יָדַעְתִּי יְהוָה, כִּי-צֶדֶק מִשְׁפָּטֶיךָ; וֶאֱמוּנָה, עִנִּיתָנִי.
יְהִי-נָא חַסְדְּךָ לְנַחֲמֵנִי-- כְּאִמְרָתְךָ לְעַבְדֶּךָ.
יְבֹאוּנִי רַחֲמֶיךָ וְאֶחְיֶה: כִּי-תוֹרָתְךָ, שַׁעֲשֻׁעָי.
יֵבֹשׁוּ זֵדִים, כִּי-שֶׁקֶר עִוְּתוּנִי; אֲנִי, אָשִׂיחַ בְּפִקּוּדֶיךָ.
יָשׁוּבוּ לִי יְרֵאֶיךָ; וידעו (וְיֹדְעֵי), עֵדֹתֶיךָ.
יְהִי-לִבִּי תָמִים בְּחֻקֶּיךָ-- לְמַעַן, לֹא אֵבוֹשׁ.

דָּבְקָה לֶעָפָר נַפְשִׁי; חַיֵּנִי, כִּדְבָרֶךָ.
דְּרָכַי סִפַּרְתִּי, וַתַּעֲנֵנִי; לַמְּדֵנִי חֻקֶּיךָ.
דֶּרֶךְ-פִּקּוּדֶיךָ הֲבִינֵנִי; וְאָשִׂיחָה, בְּנִפְלְאוֹתֶיךָ.
דָּלְפָה נַפְשִׁי, מִתּוּגָה; קַיְּמֵנִי, כִּדְבָרֶךָ.
דֶּרֶךְ-שֶׁקֶר, הָסֵר מִמֶּנִּי; וְתוֹרָתְךָ חָנֵּנִי.
דֶּרֶךְ-אֱמוּנָה בָחָרְתִּי; מִשְׁפָּטֶיךָ שִׁוִּיתִי.
דָּבַקְתִּי בְעֵדְו‍ֹתֶיךָ; יְהוָה, אַל-תְּבִישֵׁנִי.
דֶּרֶךְ-מִצְו‍ֹתֶיךָ אָרוּץ: כִּי תַרְחִיב לִבִּי.

לְעוֹלָם יְהוָה-- דְּבָרְךָ, נִצָּב בַּשָּׁמָיִם.
לְדֹר וָדֹר, אֱמוּנָתֶךָ; כּוֹנַנְתָּ אֶרֶץ, וַתַּעֲמֹד.
לְמִשְׁפָּטֶיךָ, עָמְדוּ הַיּוֹם: כִּי הַכֹּל עֲבָדֶיךָ.
לוּלֵי תוֹרָתְךָ, שַׁעֲשֻׁעָי-- אָז, אָבַדְתִּי בְעָנְיִי.
לְעוֹלָם, לֹא-אֶשְׁכַּח פִּקּוּדֶיךָ: כִּי בָם, חִיִּיתָנִי.
לְךָ-אֲנִי, הוֹשִׁיעֵנִי: כִּי פִקּוּדֶיךָ דָרָשְׁתִּי.
לִי קִוּוּ רְשָׁעִים לְאַבְּדֵנִי; עֵדֹתֶיךָ, אֶתְבּוֹנָן.
לְכָל-תִּכְלָה, רָאִיתִי קֵץ; רְחָבָה מִצְוָתְךָ מְאֹד.
שרייב א תגובה

Advertisement