שבת "קרבתנו" זיך צו דערנענטערן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

שבת "קרבתנו" זיך צו דערנענטערן

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:28 pm

צום ערשטן מאל אין די חסידישע היסטאריע!

מיט גרויס פרייד נעמן אויף שלומי אמוני ישראל איבער די געפלאנטן שבת "קרבתנו" - זיך צו דערנענטערן, וועלכע וועט פארקומען אי"ה קומעדיגן שב"ק אמור מיט די באטיילוגונג פון בארימטע מחנכים און משפיעים.
די שבת איז אינטער די אויפזיכט און פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע וועט באשיינען די שבת און וועט אויפטרעטן דורכאויס דעם שבת.

א טיילווייזע רשימה פון די רעדנערס:
האדמו"ר מקאסוב שליט"א
הרב משה שטעסעל שליט"א
הרב אליהו ברגשטיין
הרב בן ציון טברסקי
הרב אברהם מרדכי מלאך
הרב יו"ט גלאסער פון דא
הרב זכרי' וואלערשטיין
הרב אהרן משה רויד - פון די גרינדער פון טרעוועלינג חסידים
הרב יחזקאל קויפטייל - בארימטע עסקן גרינדער פון " משכן יחזקאל

ווער סווייסט מער פרטים ווערט געבעטן מיטצוטיילן דא
צוגעלייגטע
KeiravtuniShabbaton.jpg
KeiravtuniShabbaton.jpg (129.8 KiB) געזעהן 6459 מאל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4539
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:39 pm

וואס זענען די פנימ'ער פארשווארצט?

וואלערשטיין הייסט זייער א גוטער רעדנער
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:41 pm

איך ניץ VCF פילטער און עס ווערט אזוי אטעמאטיש
קען איינער אפשר ברענגן א נארמאלע בילד פון זייער סייט- http://keiravtuni.com/

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:42 pm

זייער א פאני מיקס...פון גאר חסידיש ביז אולטרא-האסידיק און נאך אסאך ווייטער...

וועלכע סארט מענטשן דארף אזא צעטל רופן?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:46 pm

מר. גרין האט געשריבן:קען איינער אפשר ברענגן א נארמאלע בילד פון זייער סייט- http://keiravtuni.com/
צוגעלייגטע
KeiravtuniShabbaton.jpg

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:48 pm

ווינקל האט געשריבן:זייער א פאני מיקס...פון גאר חסידיש ביז אולטרא-האסידיק און נאך אסאך ווייטער...

וועלכע סארט מענטשן דארף אזא צעטל רופן?


WOW עס האט צוריק-גערופן ווינקל..

עס איז דא אסאך חסידיש'ע יודן וואס גלייכן אזא קאלירפולע זאך, און קענען עס נוצן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:49 pm

בעלז וועט זיין א ווינקל ביז משיח וועט קומען...

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:55 pm

ווינקל האט געשריבן:בעלז וועט זיין א ווינקל ביז משיח וועט קומען...


בעלזא וועט טאקע זיין א ווינקל (נד"נ) אבער אז א בעלזא אינגערמאן מאכט עס פריוואט מיינט נישט אז בעלזא מאכט עס.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:56 pm

ווינקל האט געשריבן:זייער א פאני מיקס...פון גאר חסידיש ביז אולטרא-האסידיק און נאך אסאך ווייטער...

וועלכע סארט מענטשן דארף אזא צעטל רופן?


אויפן שפיץ גאפל איז די תירוץ אזוי:

אלע רעדנערס זענען באוויסטע עובדי ה' און יראי שמיים און זענען עוסק און פארשידענע מומחות איינער און חינוך איינער און קירוב א.א.וו. און זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע שבת גייט אינטער די פיקוח אין אויפזיכט פון האדמו"ר מקאסוב. אזוי ארום אז איינער וואס וויל אהינגיין קען גיין מיט א ריהוגקייט וויסענדיג אז די קאסובער רבי שטייט על המושמר.
ווען עס קומט צו הערן דרשות בעניני השקפה דארף מען צוטיילן די נושא אין 2 חלקים
נומער 1 איז דא דרשות בעניני יסודות היהדות און נומער 2 איז די חלק פון היינטיגע נושאים וואו לדוגמה די צוגאנג פון פארשידענע זאכם וואס זענען אמאל נישט געווען (ציונות, טעכנעלאגיע וכדומה)
אצינד די שבת גייט זיין געבויעט פון יסודות אין אידישקייט און ביי דעם איז נישט קיין חילוק צו דער רעדנער איז אן אפשטאמיגער פון עדות המזרח אדער ספרד, חסידיש אדער ליטוויש ווייל ווען עס קומט צו די נקודות הפנימיות זענען מיר אלע אויפן זעלבן פעידש.
פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך אמאל א קליינע חילוק צווישן די צוגאנג צו פארשידענע מהלכים דעריבער האט די שבת א שטרענגע אויפזיכט פון רבנים כדי ארויסצונעמען א שלימות'דיגע תועלת.
------------------------
עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שיינע מאנגעל אין די חסידישער וועלט פון בעלי משפיעים און דעריבער איז כמעט אוממעגליך צוזאמצושטעלן א שבת פון נאר חסידישער רעדנער אויב וויל מען האבן רעדנער אויף די אלע נושאים וואס מען גייט אדורכמועסן ביים שבת.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מארטש 24, 2015 12:59 pm

זינגער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:בעלז וועט זיין א ווינקל ביז משיח וועט קומען...


בעלזא וועט טאקע זיין א ווינקל (נד"נ) אבער אז א בעלזא אינגערמאן מאכט עס פריוואט מיינט נישט אז בעלזא מאכט עס.

רוב א.ג. חסידישע דארט זענען בעלזער, רב שטעסל, צוויי בינעטה'ס, בערקאוויטש.

און די אנדערע גראדואירטע זענען אויך גענומען פון די שבת צוהר.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:02 pm

מר. גרין האט געשריבן:אצינד די שבת גייט זיין געבויעט פון יסודות אין אידישקייט און ביי דעם איז נישט קיין חילוק צו דער רעדנער איז אן אפשטאמיגער פון עדות המזרח אדער ספרד, חסידיש אדער ליטוויש


נישט ריכטיג, ווען עס קומט צו עניני קדושה וצניעות, וכדו' איז דא א ריזיגע חילוק.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:04 pm

מר. גרין האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:זייער א פאני מיקס...פון גאר חסידיש ביז אולטרא-האסידיק און נאך אסאך ווייטער...

וועלכע סארט מענטשן דארף אזא צעטל רופן?


אויפן שפיץ גאפל איז די תירוץ אזוי:

אלע רעדנערס זענען באוויסטע עובדי ה' און יראי שמיים און זענען עוסק און פארשידענע מומחות איינער און חינוך איינער און קירוב א.א.וו. און זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע שבת גייט אינטער די פיקוח אין אויפזיכט פון האדמו"ר מקאסוב. אזוי ארום אז איינער וואס וויל אהינגיין קען גיין מיט א ריהוגקייט וויסענדיג אז די קאסובער רבי שטייט על המושמר.
ווען עס קומט צו הערן דרשות בעניני השקפה דארף מען צוטיילן די נושא אין 2 חלקים
נומער 1 איז דא דרשות בעניני יסודות היהדות און נומער 2 איז די חלק פון היינטיגע נושאים וואו לדוגמה די צוגאנג פון פארשידענע זאכם וואס זענען אמאל נישט געווען (ציונות, טעכנעלאגיע וכדומה)
אצינד די שבת גייט זיין געבויעט פון יסודות אין אידישקייט און ביי דעם איז נישט קיין חילוק צו דער רעדנער איז אן אפשטאמיגער פון עדות המזרח אדער ספרד, חסידיש אדער ליטוויש ווייל ווען עס קומט צו די נקודות הפנימיות זענען מיר אלע אויפן זעלבן פעידש.
פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך אמאל א קליינע חילוק צווישן די צוגאנג צו פארשידענע מהלכים דעריבער האט די שבת א שטרענגע אויפזיכט פון רבנים כדי ארויסצונעמען א שלימות'דיגע תועלת.
------------------------
עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שיינע מאנגעל אין די חסידישער וועלט פון בעלי משפיעים און דעריבער איז כמעט אוממעגליך צוזאמצושטעלן א שבת פון נאר חסידישער רעדנער אויב וויל מען האבן רעדנער אויף די אלע נושאים וואס מען גייט אדורכמועסן ביים שבת.

ס'דא א ריזיגע נפק"מ כמרחק שמים וארץ און נאך מער צווישן א היימישער רעדנער וואס פארקויפט נקודות הפנימית און א פרעמדער. צענדליגע דוגמאות קען איך דיר געבן.

ממש נישטא קיין היימישע רעדענערס?? וואס איז למשל מיט רב וואקסמאן, רב אייזענבערגער, רב שלעזינגער, וכדומה, די גאנצע זאך א צריך עיון מתחילתו ועד סופו.

קאסובער רבי גייט נישט דארט זיין אויף שבת לפי ידיעתי.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:09 pm

מר. גרין האט געשריבן:עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שיינע מאנגעל אין די חסידישער וועלט פון בעלי משפיעים און דעריבער איז כמעט אוממעגליך צוזאמצושטעלן א שבת פון נאר חסידישער רעדנער אויב וויל מען האבן רעדנער אויף די אלע נושאים וואס מען גייט אדורכמועסן ביים שבת.

אבי גערעדט, יעדע גרויסע קהלה קען דיר צושטעלן א שיינע פאר מנינים רעדנערס און בעלי משפיעים, אנגעהויבן ביי סאטמאר און געענדיגט ביי בעלזא און אלע אינמיטן וואס באלאנגן נישט ספעציעל ערגעץ, אטו כי רוכלי נחשוב וניזל

אזא מין צוזאמען שטעל צינדט אן א רויט לעמפל וואס דער ציל איז, און אויב ס'האט נישט עפעס אגענדעס

און איך זע נאכנישט וועלכע סארט מענטשן דאס גייט שלעפן, חוץ אזעלכע וואס באלאנגן איבעראל און נאשן פון אלע רבי'ס ביינאזאם, און זענען נישט נכנע אונטער קיינעם.

ס'פעלט נאר דער "בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:12 pm


לוי יצחק האט געשריבן:
ממש נישטא קיין היימישע רעדענערס?? וואס איז למשל מיט רב וואקסמאן, רב אייזענבערגער, רב שלעזינגער, וכדומה, די גאנצע זאך א צריך עיון מתחילתו ועד סופו.

קאסובער רבי גייט נישט דארט זיין אויף שבת לפי ידיעתי.


די אלע דערמאנטע רבנים/משפיעים האבן קהילות צי וועמען זיי זענען אראפגעבינדען. ס'גייטזיך נישט סתם אזוי צי א שבתון.
(לכאורה)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:14 pm

מי יודע האט געשריבן:אזא מין צוזאמען שטעל צינדט אן א רויט לעמפל וואס דער ציל איז, און אויב ס'האט נישט עפעס אגענדעס

#becoming closer

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:17 pm

עס גייט מיר ממש נישט אין קאפ ווי מענטשן טרעפן ב"ה פראבלעמען מיט אלעם!! אלעס מיין איך א-ל-ע-ס! (אינקלאדינג הממ.. אללעס!!)

אויב קוקט איר גוט הייסט דאס שבת "קרבתנו" ווי איך פארשטיי איז דאס פאר מענטשן וואס זוכן קירוב און חיזוק. ביז היינט פלעגט דאס זיין נאר אויפן מאדערענעם שטייגער און דעריבער איז די חידוש אז יעצט מאכט מען דאס מיט חסידישע רעדנער און חסידישע רביים, דערצו אנגעפירט דורך אזא היימישן רב. איז אויב זוכט אירנ ישט די חיזוק איז דאס געוויס נישט פאר אייך, אויב אבער יא איז דאס א גאלדענע אפערטוניטי פאר אזא איינער וואס האט זיך נישט געפינען דאס פלאץ געהעריג ביי די מאדערענע קראוד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

אלערט

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:19 pm

אלערט
קען מען נישט רעדן וואו נארמאלע מענטשן?!
מ'האט קוים אנגעהויבן א נארמאלע אשכול איבער א נארמאע נייעס און באלד איז שוין דא עטליכע תגובות וואו מ'באפאלט שוין חסידיות'ן און דאס איז א סגולה בדוק ומנוסה אז די אשכול זאל פארשפארט ווערן.

לאמיר זיך האלטן צו די יסודות און אופדעיטס אן פערזענליכע אינטערייסונגען

מי יודע האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שיינע מאנגעל אין די חסידישער וועלט פון בעלי משפיעים און דעריבער איז כמעט אוממעגליך צוזאמצושטעלן א שבת פון נאר חסידישער רעדנער אויב וויל מען האבן רעדנער אויף די אלע נושאים וואס מען גייט אדורכמועסן ביים שבת.

אבי גערעדט, יעדע גרויסע קהלה קען דיר צושטעלן א שיינע פאר מנינים רעדנערס און בעלי משפיעים, אנגעהויבן ביי סאטמאר און געענדיגט ביי בעלזא און אלע אינמיטן וואס באלאנגן נישט ספעציעל ערגעץ, אטו כי רוכלי נחשוב וניזל

אזא מין צוזאמען שטעל צינדט אן א רויט לעמפל וואס דער ציל איז, און אויב ס'האט נישט עפעס אגענדעס

און איך זע נאכנישט וועלכע סארט מענטשן דאס גייט שלעפן, חוץ אזעלכע וואס באלאנגן איבעראל און נאשן פון אלע רבי'ס ביינאזאם, און זענען נישט נכנע אונטער קיינעם.

ס'פעלט נאר דער "בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א"


זיי מדייק העסטו זעהן אז כהאב געשריבען רעדנערס מיט פארשידענע מומחיות'ן און אין דעם איז טאקע דא א שטיקעל מאנגעל און די חסידשע מאנגעל
אדרבה נעם אזא מענטש וואו הרב יונתן ריאטי וועלכע איז א וועלטס מומחה און פארשידענע נושאים און פון די גרינדער פון פראיעקט "זוכרו" און נאך. הרב וואלערשטיין וואס האט יארן ערפארונג אין פעלער פון קירוב מיט קינדער א.א.וו.

-----
מצב כללי האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:אצינד די שבת גייט זיין געבויעט פון יסודות אין אידישקייט און ביי דעם איז נישט קיין חילוק צו דער רעדנער איז אן אפשטאמיגער פון עדות המזרח אדער ספרד, חסידיש אדער ליטוויש


נישט ריכטיג, ווען עס קומט צו עניני קדושה וצניעות, וכדו' איז דא א ריזיגע חילוק.


די נישט חסידישער רעדנער גייען נישט רעדן בכלל אויף די נושאים.

נאכאמאל העל איך בעטן די עולם צו שרייבן מיט א איינגעהאלטענקייט למען קיום האשכול. א דאנק פון פאראויס

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:22 pm

צייטליך האט געשריבן:עס גייט מיר ממש נישט אין קאפ ווי מענטשן טרעפן ב"ה פראבלעמען מיט אלעם!! אלעס מיין איך א-ל-ע-ס! (אינקלאדינג הממ.. אללעס!!)

@צייטליך וואס איז דאס סתם הרג'נען א אשכול?? שטעל דיר פאר קירבתנו מאכט א שבתון און אלעס איז כשורה און נאר די וואס דארפן חיזוק שרייבן תגובות... אזא אשכול האט קיין זכות קיום... וועט זינקן לעומקא דתהומא רבא
אלס דארף זיין עפעס סחורה ארום און ארום וואס מאכט דעם אשכול לעבעדיג און אינטערעסאנט
לעצט פאראכטן דורך בנימין הלוי אום דינסטאג מארטש 24, 2015 1:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:26 pm

כ'מיין אז בנימין איז גערעכט און אלע האקערס לעבן אויף די אשכול אבער איך וואלט זיי שטארק געראטן צו לייגן אזא מין האק :i" :i" :i" :i" לאות מוחאה און אזוי ארום זיך איינשפארן צו דארפן שרייבן...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:26 pm

איך האב הנאה פאר'ן שבת, עס איז דא א וועלט מיט אידן וואס דארפן עס ווי לופט צום אטעמען, און אמת אז עס איז נישט פאר יעדעם איינעם, עס זענענן דא וואס דארפן א שבת נאר מיט ר' יוסף חיים, אנדערע דארפן נאר מיט הרב אייזענבערג אדער מיט ר' ישראל מאיר זילבערבערג שליט"א, דערפאר דארף יעדער וויסען זיין דרגא צו דאס איז וואס ער זיכט, אבער איך קען זען מיט א אויגן בליק צענדליגער אינגעלייט וואס קענענן ניצען אזא שבת, און מען דארף עס נישט קריטעקירן.

איין קליינע הערה, עס איז נישט שייך צו זאגען אז עס איז בהשגחות אדמו"ר מקאסוב, ווייל קיינער קען נישט געבן קיין השחה אויף קיין דרשות - דברים שבלב וואס יענער פלאנט צו זאגען.. אלע רעדנער האבן יסודות און מהלכים אויף וואס זיי בויען זייערע דרשות, און און זיי גייען עס נישט טוישן צילוב אדמו"ר מקאסוב, זיי גייען זאגען דאס וואס זיי זאגען אייביג..
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג מארטש 24, 2015 1:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:27 pm

מר. גרין האט געשריבן:עס איז נישט קיין סוד אז עס איז דא א שיינע מאנגעל אין די חסידישער וועלט פון בעלי משפיעים און דעריבער איז כמעט אוממעגליך צוזאמצושטעלן א שבת פון נאר חסידישער רעדנער אויב וויל מען האבן רעדנער אויף די אלע נושאים וואס מען גייט אדורכמועסן ביים שבת.

אויף וואס פעלט אויס צו בארעדן יענעם אויף צו פראמאוטן זיך?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:30 pm

מחותן האט געשריבן:איך האב הנאה פאר'ן שבת, עס איז דא א וועלט מיט אידן וואס דארפן עס ווי לופט צום אטעמען, און אמת אז עס איז נישט פאר יעדעם איינעם, עס זענענן דא וואס דארפן א שבת נאר מיט ר' יוסף חיים, אנדערע דארפן נאר מיט הרב אייזענבערג אדער מיט ר' ישראל מאיר זילבערבערג שליט"א, דערפאר דארף יעדער וויסען זיין דרגא צו דאס איז וואס ער זיכט, אבער איך קען זען מיט א אויגן בליק צענדליגער אינגעלייט וואס קענענן ניצען אזא שבת, און מען דארף עס נישט קריטעקירן.

גערעכט מיט יעדעס ווארט!

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:31 pm

גערעכט מיטן נקודה פון הרגישים וואס דאס קען מען נישט טוישן און טאקע צוליב דעם האט קאסובער רבי זיכער געמאכט מי ומי ההולכים לדבר און אויף דעם איז זיין השגחה אז פונקט וואו איינער גייט אריין אין פייש געשעפט ווייסט ער אז ס'דא א משגיח תמידי און ער קען זיך פארלאזן מיט פארמאכטע אויגן אויפן בעל המכשיר די זעלבע איז דא אז מ'קען זיך פארלאזן אויפן קאסובער רבי וואס שטייט דערינטער.

די לץ וואס האבן חוזק געמאכט און געזאגט אז מ'וואלט געדארפט שרייבן סקולען וכו' איז ניטאמאל ווערט קיין התייחסות

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:34 pm

פאר די וואס דארפן מער א חסידישער שבת איז דא געיטוועיס
פארשטייט זיך אז דארט איז אויכעט דא די חסידישער המזמרים כואר
צוגעלייגטע
Pesach2015-banner3_960x302.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 24, 2015 1:37 pm

אויך חסיד'יש?.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Iphone, police, private, אויפן שפיץ גאפל, היסטאריקער, וימאןX3, לעגאו מענטשעלע, מתעניין, פרעג נישט, קלאצער, קרייסלער, רעסטאראנט און 78 געסט