פעדעראלע פראסיקיאטער גרייטן זיך אנצוקלאגן באב מענענדעז

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עס קומט שוין די טעג אן ענדע צו די קראפשאן טרייעל קעיס פון סענטאר באב מענעדעז.

די דזשורי האט שוין באקומען די קעיס און עס איז מער מסתבר אז זיי וועלן צוריקומען מיט א "גילטי" פסק הגם עס עס איז דא אסאך סברות צו זאגן אז נישט צוליב געוויסע לעכער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט דורכאויס די קעיס.

ע"פ רוב ווען א פאליטישאן ווערט אינדייטעד וועלן די פארטיי פירער לייגן אומגעהאערע דרוק אויף דעם באטראפענעם פאליטישאן ער זאל שוין זאפארט ריזיינען עס זאל מאכן ווי ווייניגער שאדן פאר די ברענד פון די פארטיי א בחינה פון בדיל ויעבור.

מענעדעז איז שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט אויב ער ווערט אנגעקלאקט אויב ער וועט זיך דאנקען פון אמט? אבער ער האט זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן.

די "גילטי" פסק קען קומען אין א גאר וויטיגע צייט פאר ביידע פארטייען. אויב מענעדעז ווערט אנגעקלאקט און ריזיינט און קריסטי וואס איז דערווייל גאווענאר פון ניו דזשערסי, ביז יאנעווער, קען ער נאך אויסקלויבן א רעפוליקאנער פאר א סענאטאר. אויב די רעפוליקאנער וועלן האבן נאך א סענאטאר און די דעמאקראטן מיט איין סענאטאר ווייניגער קענען די רעפוליקאנער אינעם סענאט אסאך גרינגער דורכפירן די טעקס רעפארם ביל און קען אפילו זיין אז זיי וועלן אפילו ארויסשלעפן דעם "אבאמא קעיר ריפיעל ביל" פונעם בית הקברות!!

אע"כ אפילו די דעמאקראטן וועלן ווילן ער זאל ריזיינען, איז זייער מסתבר אז זיי וועלן פרובירן דאס אויס צוציען ביז נאך וואס דער דער נייער גאווענאר פון ניו דזשערסי קומט אריין אין אפיס.

פאר די רעפוליקאנער אים ארויסצוווארפן פון סענאט וועט זיין זייער שווער צוליב דעם וואס זיי דארפן האבן צוויי דריטל פונעם סענאט אים ארויסצוריקן.

די רעפוליקאנער וועלן לכאורה לייגן שווערע דרוק ער זאל זאפארט ריזיינען ווייל זייער דעם זיץ אין ניו דזשערסי אפילו אויף טעמפארערי.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

טעינקס פאליטקלי פאר דיינע באריכטן.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:טעינקס פאליטקלי פאר דיינע באריכטן.
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכח פאליטקלי פאר דיינע שיינע באריכטן און אנאליזן!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:עס קומט שוין די טעג אן ענדע צו די קראפשאן טרייעל קעיס פון סענטאר באב מענעדעז.

קוקט אויס נישט אזוי שנעל.

פון געוויסע אינסייד באריכטן זעהט אויס ווי עס גייט זיך ענדיגן אין א "האנג זשורי" און אלס רעזולטאט א מיסטרייעל. די פראסעקיוטער וועלן דאן דארפן באשליסן צו אדער דראפן די קעיס אדער עס אנהייבן פריש, אויב געשעהט דאס לעצטע איז אפילו ער ווערט אינדייטעט ביים צווייטן מאל וועט עס שוין זיין לאנג אריין אין מורפי'ס טערמין.

אבער ס'איז נאך נישטא קיין אפיציעלע דזשורי באשלוס און זיי קענען נאך צוריק קומען מיט א גילטי ווערדיקט.

כ'בין נייגעריג, האלט מען די דזשורי אפגעהאקט פון די נייעס? איז דען נישט מעגליך אז די ניו דזשערזי חברה פארגינען פשוט נישט דעם אומפאפולערן קריסטי?!
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

די סיבה פארוואס מ׳ווייס וואס דארט גיייט פאר איז צוליב דעם וואס איינע פון די דזושרערס האט זיך אויסגענומען אז דעם פרייטאג דארף ער גיין אויף וויקאציע, אין אזא פאל נעמט איבער איינע פון די אלטרענעט דזושרערס (סגן) וואס מ׳גרייט אלעמאל צו פאר אזעלעכע פעלער.

נעכטן 5 אזייגער איז דער וואס גייט אויף וויקאציע באפרייט געווארן. אין די היינטיגע וועלט פון אלע ערליי קאמיאניקאציע כלים און מקומות, מן הסתם האט זיך שוין דער דזושרער עפעס אויסגעדריקט וואס זאל משמע זיין פון אים וועלכע ריכטונג די קעיס גייט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ׳ווייס וואס דארט גיייט פאר איז צוליב דעם וואס איינע פון די דזושרערס האט זיך אויסגענומען אז דעם פרייטאג דארף ער גיין אויף וויקאציע, אין אזא פאל נעמט איבער איינע פון די אלטרענעט דזושרערס (סגן) וואס מ׳גרייט אלעמאל צו פאר אזעלעכע פעלער.

נעכטן 5 אזייגער איז דער וואס גייט אויף וויקאציע באפרייט געווארן. אין די היינטיגע וועלט פון אלע ערליי קאמיאניקאציע כלים און מקומות, מן הסתם האט זיך שוין דער דזושרער עפעס אויסגעדריקט וואס זאל משמע זיין פון אים וועלכע ריכטונג די קעיס גייט.

Dismissed jurors can discuss the trial they were formerly serving if no gag-order is issued by the judge hearing the case.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ע"פ רוב ווען א פאליטישאן ווערט אינדייטעד וועלן די פארטיי פירער לייגן אומגעהאערע דרוק אויף דעם באטראפענעם פאליטישאן ער זאל שוין זאפארט ריזיינען עס זאל מאכן ווי ווייניגער שאדן פאר די ברענד פון די פארטיי א בחינה פון בדיל ויעבור.
.

איך האלט אביסל מיט די נייעס - איך האב נישט געזעהן אף אחד וואס זאל האלטן דאס האט אפילו %1 טשאנס צו פאסירן - טשאק שומער זאל ארויסווארפן א דעמאקראט און מאכן א רעפובליקען איבערנעמען דעם זיץ און באקומען 53 זיצן אין סענאט אווי גארנישט?! אין די צייט וואס ער קען סתם צואווארטן א חודש ביז מורפי ווערט אריינגעוועלט און שטעלט אריין א דעמאקראט?!

Sorry but it doesnt even begin to make sense
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

סאבסיטוט האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ע"פ רוב ווען א פאליטישאן ווערט אינדייטעד וועלן די פארטיי פירער לייגן אומגעהאערע דרוק אויף דעם באטראפענעם פאליטישאן ער זאל שוין זאפארט ריזיינען עס זאל מאכן ווי ווייניגער שאדן פאר די ברענד פון די פארטיי א בחינה פון בדיל ויעבור.
.

איך האלט אביסל מיט די נייעס - איך האב נישט געזעהן אף אחד וואס זאל האלטן דאס האט אפילו %1 טשאנס צו פאסירן - טשאק שומער זאל ארויסווארפן א דעמאקראט און מאכן א רעפובליקען איבערנעמען דעם זיץ און באקומען 53 זיצן אין סענאט אווי גארנישט?! אין די צייט וואס ער קען סתם צואווארטן א חודש ביז מורפי ווערט אריינגעוועלט און שטעלט אריין א דעמאקראט?!

Sorry but it doesnt even begin to make sense

איז דא אפשר א צד אז מענדעז זאל וועלן צופיקסן די דעמאקראטן און רעטייערן פאר די רדיפות וואס די אבאמא זשאסטיס האט געטוהן פאר אים?

ער באשילדיגט בכלל אז די גאנצע אויספארשונג קעגן אים איז געווען א נקמה וועגן די איראן דיעל, אדער ס'איז נאר א רעפאבליקאנער טעאריע?
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

אוודאי א רעפובליקען קאנספיראציע
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

סאבסיטוט האט געשריבן:אוודאי א רעפובליקען קאנספיראציע

יע און איך געדענק נאך ווען מען האט אזוי געזאגט אזוי אויף די IRS ועוד
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

סאבסיטוט האט געשריבן:אוודאי א רעפובליקען קאנספיראציע

כאטש דו ווילסט זייער שטארק אזוי, האט אבער מענענדעז'ס אפיס אין זייער אפיציעלע סטעיטמענט צו סי ען ען נאך וואס די באשולדיגונגען זענען געווארן פאבליק און די קאנסערוואטיוון - וואס האבן שוין געפילט די האנט פון אבאמא'ס עביוז אוו פאוער דורך די IRS - האבן געזאגט אז דאס איז נקמה פון אבאמא, געשריבן די פאלגנדע ווערטער: As has been reported, the start of this investigation is suspect.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

די זשורי אין די מענענדעז טרייעל איז אפיציעל צוטיילט, ווערן דערקלערט א "האנג זשורי".
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

די זשורי אין די מענענדעז טרייעל איז אפיציעל צוטיילט, ווערן דערקלערט א "האנג זשורי".


judge has ordered them to resume deliberations tomorrow
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Mistrial
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

וואס מיינטעס? וואס געשענהט יעצט?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אלעמאל אין אזעלעכע פעלער האט די גאווערמענט א רעכט איבערצומאכן די קעיס פון אנהויב, אדער דיסיידן אז די קעיס איז א שוואכע קעיס און זיי וועלן עס אפלאזן. זיין געוועזענע קאלעגע 'דשעף סעשאנס' האט א גרויסע ווארט דערויף.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

איינער האט עס שוין אפדעיטעט אויף וויקיפעדיע
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-11-16-13-42-56.png
Screenshot_2017-11-16-13-42-56.png (313.22 KiB) געזען 1802 מאל
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

טראנספארט האט געשריבן:וואס מיינטעס? וואס געשענהט יעצט?


געווענדלעך קימט ארויס וויפעל פין די Jurers זענען געווען ציטיילט. אויב 3 האבן געזאגט גילטי אין 9 נישט. געווענדלעך וועט די גאווערמענט נישט מאכן א רי טרייעל אבער אויב איז געווען איינס צוויי נישט גילטי אין וועגען דעם איז געווען א מיס טרייעל גייט זייער שנעל פארקימען נאך א טרייעל.

אבער דאס איז געווענדלעך.
אין פאליטיק איז נישטא קיין געווענדלעך אין די גאווערמענט קען אייביג מאכן א רי טרייעל.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

One of the jurors, Ed Norris, said the panel was split 10-2 in favor of acquittal, meaning that only two members of the panel wanted to find the senator guilty.


יעצט געזעהן די ארטיקעל. נאר 2 זענען געווען פאר גילטי אין 10 פאר נישט גילטי לאזט זיך שווער גלייבען אז סגייט זיין א ריטרייעל. אבער. העי יו נעווער קנאי
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לאלתר לחיים האט געשריבן:נאך אזאך צוגעשריבן צו טראמפ'ס מזל,
די דעמאקראטן האבן זיך שוין געפרייט אז זייער נייער ניו דזערסי גאווערנאר וועט שטעלן א דעמאקראט אנשטאט באב'ן

דהיינו? וואס איז יעצט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:נאך אזאך צוגעשריבן צו טראמפ'ס מזל,
די דעמאקראטן האבן זיך שוין געפרייט אז זייער נייער ניו דזערסי גאווערנאר וועט שטעלן א דעמאקראט אנשטאט באב'ן

דהיינו? וואס איז יעצט

viewtopic.php?p=1554462#p1554462

און יעצט?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאבסיטוט האט געשריבן:אוודאי א רעפובליקען קאנספיראציע



יע.. דאס איז טאקע אויך די סיבה פארוואס ער האט געזאגט אין זיין יעצטיגע סטעיטמענט אז די וואס האבן זיך פארלייגט אונטערצוברענגען זיין פאליטישע קאריערע זאלן וויסן אז ער האלט חשבון...
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

כאפצעם האט געשריבן:
און יעצט?

You right my mistake, כ'האב געמיינט אז ער איז א רעפאבליקאנער,
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

די יוסטיץ דעפארטמענט דראפט אלע קלאגעס.

רעפובליקאנער האבן שוין געהאט אנגעהויבן רעקרוטירן סענאט קאנדידאטן פאר דעם זיץ זיך גרייטנדיג פאר א רי-טרייעל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”