אידישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:52 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:די וואס שרייען לשון הרע וכו' מיינען באמת גוט,

נאר זיי זענען נישט אזוי באקאנט מיט די שוידערליכע פאקטן.

זיין באקאנט מיט די פאקטאן מאכט עס נישט אויס לשון הרע.
ביי דע ווע איך בין זייער באקאנט מיט די פאקטען.
אין וועגען דעם טוט מיר וויי אז מבשרייבט עס אזוי ווי מבשרייבט נייעס
יעדער ליינט עס מיט די פיס ארוף אן קיין געפיל...
איינער פין די שרייבערס אדער ליינערס וואלטען אוועק געגבען א נאכט שלאפען,אריין גענומען ביי זיך אין שטוב איינער וואס גייט אוועק פין דארט???
אוועק געגבען זיין פעי טשעק???
שרייבען אן קיין ציל אין עס ליינען מיט די זעלבע געפיל ווי מליינט א ריפארט פין טשאדעלא אין פאלטיק איז נישט מענטשלעך אין נישט יודיש.
א גיטן נאכט...

גלייבט מיר אז איך ענדזשוי צו ליינען די נייעס (ליידער) און איך האף אויף די אונטערגאנג פון די כת

אבער טראכט אריין א רגע שרייבען נייעס אדער אויספראקען מיט בילדער מיט נעמען פון מענטשען וואס מאנכע האבן קינדער בתוכינו, אדער אנגעווייטאגטע עלטערן, ברידער און שוועסטער וואס ווערן אויפגעהאנגען ווי שמוץ וועש ברבים איז נישט מענטשליך.
נ.ב. מיין אפיניען איז נישט קיין דעת תורה, אויב די דעת תורה פארלאנגט דאס צו טוהן לתועלת, הנני מבטל את דעתי
שבעה מי יודע!?

מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:12 pm

בענין יחידים איני יודע אבער אויף די עצם קולט איז לכאו' קיין שום פראבלעם...
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:16 pm

@געוואלד געשריגן, אז דיין גוי ווייסט וואס מען זאגט דארט אין די פרעסע, ביטע ברענג אהער.

ישר כח.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אשמע
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:19 pm

די אלע וואס זענען אזוי פארנומען ארום די נושא פון לשון הרע, איר זענט העפליך געלאדענט אפצוטרעטן פון דעם אשכול.

הערט אויף צו פירקלען.

אידיש בלוט גיסט זיך אין די גאסן, עלטערן און געשוויסטער פון איינגעשלאסענע דארט בעבר ובהווה פארגיסן טייכן טרערן אויף וואס ס'איז געטוהן געווארן צו זייערע קינדער און אייניקלעך און משפחה ארום. ווער רעדט נאך איבער די האקעלע נושא פון יחוס, וד"ל. יארן לאנג האבן זיי געשריגן מיט אנגסט און זייער ווייטאג איז אין ערגעץ נישט ריכטיג דערהערט געווארן. זיי האבן געמוזט איינהילן זייער צער אין זיך. זיי האפן און קוקן ארויס בכליון עינים אז דער איצטיגע פרשה דארט וועט ענדליך זיין סוף וקץ לכל צרותיהם. זיי ווילן קלאר אז יא, אידישע קינדער זאלן זיך אויפוועקן און הערן און זעהן וואס דארט טוט זיך. עס איז הצלת נפשות במלוא מובן המילה. זיי שרייען "ווארפט עס נישט נאכאמאל אונטערן טעפיך", שוין גענוג געווען פון דעם.

קומט נישט מיט אייערע תמ'ווטע נאיווקייט וועגן לשון הרע, בשעת מ'רעדט דא פון הצלת נפשות ממש. מ'האט שוין דא ערווענט די מדרש תנחומא אין פרשת מצורע, און ס'איז גאר שטארק גילטיג דא: "כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים".

דרוקט נישט 'ציטור' אויף מיין תגובה אויף עפענען א פרישע דעבאטע, סתם זיך אנכאפן דערויף (איך גיי סייווי נישט ענפערן דערויף), נאר וועם עס געפעלט נישט, ס'איז פארהאן אין דעם פארום פילע אנדערע אשכולות. יישר כח.

מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:22 pm

צל עובר האט געשריבן:@געוואלד געשריגן, אז דיין גוי ווייסט וואס מען זאגט דארט אין די פרעסע, ביטע ברענג אהער.

ישר כח.
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
שקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:23 am

שטיל?

שטיל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 5:27 pm

תגובהדורך שטיל » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:56 am

שקר האט געשריבן:שטיל?

יא יא איך בין דא

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך ינואר 09, 2019 12:48 pm

געטראכט, אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן א קונטרס למשל מיטן נאמען "רצון השם", און דארט ערקלערן מיט א ברייט לשון די יסודות פון אידישקייט און נארמאלקייט וואס די תורה פארלאנגט, און דאס זיי געבן צו ליינען. למשל ערקלערן די ענין פון דרכיה דרכי נועם און מעורב בין הבריות. פעסט אויפווייזן די ריכטיגע תורה'דיג מהלך, און וואס דער רצון ה' איז פון זיי איצט.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:01 pm


מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:11 pm

אדער יא האט געשריבן:געטראכט, אפשר וואלט געווען כדאי צו מאכן א קונטרס למשל מיטן נאמען "רצון השם", און דארט ערקלערן מיט א ברייט לשון די יסודות פון אידישקייט און נארמאלקייט וואס די תורה פארלאנגט, און דאס זיי געבן צו ליינען. למשל ערקלערן די ענין פון דרכיה דרכי נועם און מעורב בין הבריות. פעסט אויפווייזן די ריכטיגע תורה'דיג מהלך, און וואס דער רצון ה' איז פון זיי איצט.

איך קען נישט אזוי גוט די מציאות פון א קולט אבער לויט ווי איך פארשטיי קען א קונטרס פון לאגיק און אונזער דעת תורה נישט איבערווייזן קעגן די פארפוילטע "לאגיק" ודעת תורא פונעם "הייליגן רבי זצוקללה"ה" און אפילו נישט אין א קולט וועט א ויואל משה נישט איבערווייזן א בעלזער און א ספר קעגן ויואל משה וועט נישט איבערווייזן א סאטמארער ווייל ווען איינער איז בטל צו א רבי אפי' נישט א קולט פירער פארשטייט ער אז זיין דעת איז בטל כעפרא דארעא קעגן דעת רבו וק"ל
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

בבל
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:31 pm

ווי איך הער, האט מאיר יששכר ראזנערס מאמע געווען וויזיטן מאיר יששכר אין תפיסה נאכן נישט האבן קיין די לעצטע 20 יאר

לויט א מעסידש זענען ביידע וויינגארטן ברידער פין לב טהור ארעסטירט

מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:34 pm

WOW נעבעך נאכן נישט זען אזוי לאנג דארף מען זיך זען אין תפיסה...
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:29 pm

בבל האט געשריבן:לויט א מעסידש זענען ביידע וויינגארטן ברידער פין לב טהור ארעסטירט

האחים וינגרטן.png
האחים וינגרטן.png (124.21 KiB) געזעהן 2682 מאל
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:36 pm

שמועות פורחות אז מרת ראזנער איז דא. איז עס אמת?
ארויס פין בבל

בבל
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:02 pm

קאווליר האט געשריבן:שמועות פורחות אז מרת ראזנער איז דא. איז עס אמת?

איך ווייס נישט.
דעס ווייס איך יא אז הרה'' ח ר'הערשל ווייס מוהל האט גערעדט צי איר א שעה פאריגע וואך ר' הערשל האט א משהי ריספעקט דארט ער פלעגט אמאל קימען זיין מוהל . עס האט אויסגעקיגט ווי ער רעדט צים וואנט אינמיטן האט זי געזאגט אז זי בלייבט דארט מיז משיח קימט האט ר' הערשל געזאגט אז פאר משיח קימט איז והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם פאר משיח קימט דארפסטי מיט דיין מאמע מיט משפחה וואס שטייט גרייט דיך אריינצינעמן
אגב ווען ער איז דארט געווען האבן די קינדער אים נישט געגריסט האט ער געפרעגט איך בין א איד מען האט ענק נישט אויסגעלערנט מכבד זיין א עלטערע גאסט אין זיי האבן נישט גענפערט האט ער זיי געפרעגט אפשר בין איך אליהו הנביא דארט האבן די קינדער אנגעהויבן לאכן

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:12 pm

איך האב געגעבן א בליק אויף צוריק ווי אזוי מען האט אנגעקוקט פרשת לב טהור אפאר יא צוריק בד״ה: הרב שלמה העלבראנץ - מייסד קהילת לב טהור
ווען מענטשן האבן שוין געשריגן אין געוויינט וואס עס קומט דארט פאר, און ווי אזוי אנדערע האבן דאס פארשריגן אז עס איז נישט אמת, ס'איז לשה"ר וכדומה, און למעשה ווי מיר שטייען היינט. האט מיר דאס דערמאנט פון ווי ביי די צווייטע וועלט מלחמה ס'איז געווען אידן וואס זענען אנגעקומן פון פולין קיין אונגארען און זיי האבן דערציילט וואספרא שחיטות און רציחות עס קומט פאר אין פולין האט מען זיי באשריגען און נישט געוואלט גלייבן און ליידער נישט צו לאנג דערויף זענען זיי נעבען געווען אין די זעלבע פעקעל, האבן זיי חרטה געהאט אז מען האט דאך אונז געווארענט,
לעניננו מען שרייט שוין און מען וויינט שוין יארן, מענטשן וואס זענען פון דארט אנטלאפען האבן דערציילט וואס מען האט געטיען מיט זיי און גארנישט אין קול ואין עונה, יעצט ווען מען האלט שוין און אזא מצב אוים ונורא וועקט מען זיך אויף, מען שרייט מען דארף עפעס טיען ווי זענען די עסקנים??!!!. ווען מען וואלט זיי געגלייבט אפאר יאר צוריק וואלט מען אפשר געקענט מער ראטעווען און אפשר וואלט מען נישט צוגעקומען צו די יעצטיגע מצב.
איך וואונדער זיך די מערסטע אויף די מענטשן וואס שרייען נאך אלץ אז דאס איז לשון הרע, מען זעט דאך שוין קלאר אז די אלע לשון הרעס זענען נישט געווען לשון הרעס נאר אמת.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

מחנך
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:34 pm

משה11 האט געשריבן:רוב פון די יוצאים רעדן נישט אויף אים נאר אויף די הנהלה


איך האב געהערט ערשטע האנט פון א האלאקאסט איבערלעבער אז היטלער ימ"ש האט אים קיינמאל גארנישט געטון, נישט געשלאגן און אפילו נישט געזאגט א שלעכט ווארט, אלעס איז נאר געווען די הנהלה, און רוב מאל אפילו נישט די הנהלה, נאר נידעריג ראנגיקע חברה לייט, ווי די געסטאפא, פאליציי און פשוט'ע זעלנער, לכאורה קומט דא אויס אז היטלער איז פשוט אונשולדיג.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:42 pm

מחנך האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:רוב פון די יוצאים רעדן נישט אויף אים נאר אויף די הנהלה


איך האב געהערט ערשטע האנט פון א האלאקאסט איבערלעבער אז היטלער ימ"ש האט אים קיינמאל גארנישט געטון, נישט געשלאגן און אפילו נישט געזאגט א שלעכט ווארט, אלעס איז נאר געווען די הנהלה, און רוב מאל אפילו נישט די הנהלה, נאר נידעריג ראנגיקע חברה לייט, ווי די געסטאפא, פאליציי און פשוט'ע זעלנער, לכאורה קומט דא אויס אז היטלער איז פשוט אונשולדיג.

איך גיי נישט אריין אין איך האלט נישט אז ער איז אימשילדיג
נאר ווי איך האב פארשטאנען איז די עיקר רשעות געקומען פון די הנהלה
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 09, 2019 6:38 pm

טעד קרוז: ארץ ישראל׳דיגער רב האט מיר געהייסן לאזן וואקסן א בארד
עס איז נישט קלאר אויב דאס איז קאמיש אדער ערנסט, אבער דער סענאטאר פון טעקסאס טעד קרוז האט זיך לעצטנס געלאזט וואקסן א קמץ בערדל, און האט היינט זיך גענומען די מיה צו ערקלערן אויף טוויטער אז ער האט באקומען שטיצער דערפאר פון א רב אין ארץ ישראל, שרייבנדיג ״א חבר מיינער וואס לערנט אין ישיבה אין ארץ ישראל האט מיר געזאגט אז זיין רב האט אים געזאגט אז ער גלייכט דעם געדאנק אז איך זאל מיך לאזן וואקסן א בארד, ער זאגט אז איך האב א רבני׳שע צורה און דאס מאכט א גוטן רושם…״
unnamed.jpg
unnamed.jpg (50.54 KiB) געזעהן 2229 מאל

קרעדיט פיינע נייעס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מיטוואך ינואר 09, 2019 6:41 pm

eller האט געשריבן:טעד קרוז: ארץ ישראל׳דיגער רב האט מיר געהייסן לאזן וואקסן א בארד
עס איז נישט קלאר אויב דאס איז קאמיש אדער ערנסט, אבער דער סענאטאר פון טעקסאס טעד קרוז האט זיך לעצטנס געלאזט וואקסן א קמץ בערדל, און האט היינט זיך גענומען די מיה צו ערקלערן אויף טוויטער אז ער האט באקומען שטיצער דערפאר פון א רב אין ארץ ישראל, שרייבנדיג ״א חבר מיינער וואס לערנט אין ישיבה אין ארץ ישראל האט מיר געזאגט אז זיין רב האט אים געזאגט אז ער גלייכט דעם געדאנק אז איך זאל מיך לאזן וואקסן א בארד, ער זאגט אז איך האב א רבני׳שע צורה און דאס מאכט א גוטן רושם…״
unnamed.jpg

קרעדיט פיינע נייעס

זאל נאר נישט אריינקומען מארגן מיט א שטאפענע קאפעליטש...
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:59 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:די וואס שרייען לשון הרע וכו' מיינען באמת גוט,

נאר זיי זענען נישט אזוי באקאנט מיט די שוידערליכע פאקטן.

זיין באקאנט מיט די פאקטאן מאכט עס נישט אויס לשון הרע.
ביי דע ווע איך בין זייער באקאנט מיט די פאקטען.
אין וועגען דעם טוט מיר וויי אז מבשרייבט עס אזוי ווי מבשרייבט נייעס
יעדער ליינט עס מיט די פיס ארוף אן קיין געפיל...
איינער פין די שרייבערס אדער ליינערס וואלטען אוועק געגבען א נאכט שלאפען,אריין גענומען ביי זיך אין שטוב איינער וואס גייט אוועק פין דארט???
אוועק געגבען זיין פעי טשעק???
שרייבען אן קיין ציל אין עס ליינען מיט די זעלבע געפיל ווי מליינט א ריפארט פין טשאדעלא אין פאלטיק איז נישט מענטשלעך אין נישט יודיש.
א גיטן נאכט...

ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט מערער מאל שטייט בפירוש אין חפץ חיים אז עס איז א מצוה צו באשמוצן רשעים. פארוואס ענטפערן נישט דערויף?

בנוגע דיין ווייטאג אז מען ליינט עס מיט די פיס ארויף, קודם כאפ איך בכלל נישט די עולה דערפון. אבער לעצם הענין, מהיכי תיתי? ווייסט וויפיל אידן האבן זיך צוקרעכצט ליינען די שוידערליכע רשעות וואס טוט זיך דארט? האלטסט טאקע אז יעדער וואס לאזט א טרער שרייבט גלייך אויף אייוועלט 'איך האב פארלאזט א טרער'? (וואס גראדע האבן עטליכע עס געשריבן דא.)

בנוגע אוועקגעגעבן די פעי טשעק אדער בעט, מיין פעי טשעק קען איך ליידער נישט אוועקגעבן ווייל איך פארדין פונקט גענוג צום לעבן ב"ה, אבער אויב קלאפט מען אריין ביי מיר מיט די נייעס אז עס זענען אנגעקומען עטליכע פליטים פון לב טהור און מען זוכט א פלאץ פאר זיי וועל איך אן קיין קלער זיי איבערגעבן מיין בעט.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך ינואר 09, 2019 8:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Innocent until proven Republican

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:22 pm

Think and Thank האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:די וואס שרייען לשון הרע וכו' מיינען באמת גוט,

נאר זיי זענען נישט אזוי באקאנט מיט די שוידערליכע פאקטן.

זיין באקאנט מיט די פאקטאן מאכט עס נישט אויס לשון הרע.
ביי דע ווע איך בין זייער באקאנט מיט די פאקטען.
אין וועגען דעם טוט מיר וויי אז מבשרייבט עס אזוי ווי מבשרייבט נייעס
יעדער ליינט עס מיט די פיס ארוף אן קיין געפיל...
איינער פין די שרייבערס אדער ליינערס וואלטען אוועק געגבען א נאכט שלאפען,אריין גענומען ביי זיך אין שטוב איינער וואס גייט אוועק פין דארט???
אוועק געגבען זיין פעי טשעק???
שרייבען אן קיין ציל אין עס ליינען מיט די זעלבע געפיל ווי מליינט א ריפארט פין טשאדעלא אין פאלטיק איז נישט מענטשלעך אין נישט יודיש.
א גיטן נאכט...

ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט מערער מאל שטייט בפירוש אין חפץ חיים אז עס איז א מצוה צו באשיצן רשעים. פארוואס ענטפערן נישט דערויף?

בנוגע דיין ווייטאג אז מען ליינט עס מיט די פיס ארויף, קודם כאפ איך בכלל נישט די עולה דערפון. אבער לעצם הענין, מהיכי תיתי? ווייסט וויפיל אידן האבן זיך צוקרעכצט ליינען די שוידערליכע רשעות וואס טוט זיך דארט? האלטסט טאקע אז יעדער וואס לאזט א טרער שרייבט גלייך אויף אייוועלט 'איך האב פארלאזט א טרער'? (וואס גראדע האבן עטליכע עס געשריבן דא.)

בנוגע אוועקגעגעבן די פעי טשעק אדער בעט, מיין פעי טשעק קען איך ליידער נישט אוועקגעבן ווייל איך פארדין פונקט גענוג צום לעבן ב"ה, אבער אויב קלאפט מען אריין ביי מיר מיט די נייעס אז עס זענען אנגעקומען עטליכע פליטים פון לב טהור און מען זוכט א פלאץ פאר זיי וועל איך אן קיין קלער זיי איבערגעבן מיין בעט.

ר' טינק שיין גענפערעט...
באמת וואס טיט מיר וויי אז משמוסט אזוי ווי די נייעס איז געשען ערגעץ אין יענע עק וועלט...
רבתי סאיז אונזערע ברידערס אין שוועסטערס
נעקסט טאפיק
Sorry for my misspellings

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:19 pm

Think and Thank האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן: אבער אויב קלאפט מען אריין ביי מיר מיט די נייעס אז עס זענען אנגעקומען עטליכע פליטים פון לב טהור און מען זוכט א פלאץ פאר זיי וועל איך אן קיין קלער זיי איבערגעבן מיין בעט.


מיינסט עס ערענסט?

איך דארף וויסן מיט וועם איך קריג מיר ארום אויף אייוועלט, אויב ביסטו באמת גרייט אוועקצוגעבן דיין בעט פאר א צווייטען איד ברויך איך האבן דרך ארץ פאר אייך.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:35 pm

די נאצי װעכטער װעם טראמפ האט דעפאטירט האט יעצט געפײגערט

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:50 pm

eller האט געשריבן:טעד קרוז: ארץ ישראל׳דיגער רב האט מיר געהייסן לאזן וואקסן א בארד
עס איז נישט קלאר אויב דאס איז קאמיש אדער ערנסט, אבער דער סענאטאר פון טעקסאס טעד קרוז האט זיך לעצטנס געלאזט וואקסן א קמץ בערדל, און האט היינט זיך גענומען די מיה צו ערקלערן אויף טוויטער אז ער האט באקומען שטיצער דערפאר פון א רב אין ארץ ישראל, שרייבנדיג ״א חבר מיינער וואס לערנט אין ישיבה אין ארץ ישראל האט מיר געזאגט אז זיין רב האט אים געזאגט אז ער גלייכט דעם געדאנק אז איך זאל מיך לאזן וואקסן א בארד, ער זאגט אז איך האב א רבני׳שע צורה און דאס מאכט א גוטן רושם…״
קרעדיט פיינע נייעס


די באריכט שטימט נישט מיטן טוויטשקע, דער חשוב'ער רב האט בלויז הנאה געהאט נאכן זיך עס לאזן וואקסן, ס'איז א גרויסע חילוק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Max Refund, אבן יקרה, איצל פיצל, בשבילי נברא, דוקטור, נא_שכל און 70 געסט