אידישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג ינואר 07, 2019 9:36 pm

צו געזונט האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פאר די אלע וואס זענענן מצדיק די קולט פירער זאגט שלמה המלך אין משלי: מַצְדִּיק רָשָׁע וּמַרְשִׁיעַ צַדִּיק תּוֹעֲבַת השם גַּם שְׁנֵיהֶם.

איך מאך אים נישט פאר א צדיק.
איך זאגט נאר אז איך זע נישט רבנים זאלען שרייבען אז זיי זענען רשעים אין ממעג רעדען לשון הרע,מסרן...
בד"ו איך האב געקענט שלמה ווען ער האט נאך געהייסען ארז פאר איבער 30 יאר צריוק אין איך בין נישט קיין חסיד פין אים. איך בין פערסנעל ברוגז אוף עם.
אבער שרייבען אזוי אף א קהילה יודען איז נישט שיין.
אין סאיז נישט פאר אייוועלט

יאפ, ביי משה אהרן שטיינבערג אין שטוב האט ער געהייסן ארז, דאן האט מען געלאכט פון זיינע שטיקעס

איך קען אים נישט פין משה אהרון.
איך בין פין וולימסברוג.
ער פלעגט נאך דעמאלס ....
Sorry for my misspellings

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:15 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:א גאנטצע אשכול א שטיק לשון הרע ממש מאיז חושד יודישע קינדער אויף די ערגסטע.... :evil:
Come on :roll:


אויב עפעס ווערט געטוהן אין די עפענטליכקייט הייסט נישט קיין לשון הרע

דאס איז אויסער די פאקט אז ביי כלל ישראל קאכט זיך יעצט די פרשה און יעדע איז שטארק נייגעריג מיט צו האלטן און אז מען וועט נישט לאזען דא שרייבן וועלן מענטשען זיך דרייען ביי פארומס וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטען
Ecco שיך פאר גאר ביליגע פרייזען
https://amzn.to/2O1Ct07

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:22 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:א גאנטצע אשכול א שטיק לשון הרע ממש מאיז חושד יודישע קינדער אויף די ערגסטע.... :evil:
Come on :roll:


אויב עפעס ווערט געטוהן אין די עפענטליכקייט הייסט נישט קיין לשון הרע

דאס איז אויסער די פאקט אז ביי כלל ישראל קאכט זיך יעצט די פרשה און יעדע איז שטארק נייגעריג מיט צו האלטן און אז מען וועט נישט לאזען דא שרייבן וועלן מענטשען זיך דרייען ביי פארומס וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטען

ווען נישט די אשכול וואלט קיינער נישט געוויסט דיטעלס ....
משרייבט עס אויף די וועב אין נאכדעם זאגט מען אז סאיז אין די עפעענטליכקייט
Sorry for my misspellings

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:00 pm

איך גיי מיך זיכער נישט אננעמען פאר שלמה העלבראנס נאר איין נקודה וואס מען האט פשוט געזען אז ווען ער איז געשטארבן האט זיך די אונטערדריקונג פילפאכיג פארערגערט און איך ווייס דערויף כמה פרטים
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:46 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:איך גיי מיך זיכער נישט אננעמען פאר שלמה העלבראנס נאר איין נקודה וואס מען האט פשוט געזען אז ווען ער איז געשטארבן האט זיך די אונטערדריקונג פילפאכיג פארערגערט און איך ווייס דערויף כמה פרטים

האסט נישט ריכטיג פארשטאנען וואס העלבראנץ איז, אזוי ארבעט דיקטאטור ביזנעס, ווען דער נייער דיקטאטור שטייט אויף מוז ער באפעסטיגן זיין הערשאפט דורך אינטערדריקן די אלע וואס האבן גענאסן פון פריוועליגיעס ביים פריערדיקע דיקטאטור, אזוי הייבט זיך אן נייע צייטן, מרס. טעלער איז מער נישט דעם רבין'ס טאכטער זי איז נאר א שוועסטער, מען דארף דאס איינפעדעמען מיט אלעם בייזן.

איך ווייס נישט צו מען קען זאגן להבדיל, באט ווען קים דשאנג און איז געווארן פירער פון נארט קאריע האט ער אויסגע'שחט'ן אלע זיין טאטענס מיוחסים און זיין פעטער און מומע און זיין ברודער, וכו'. נישט ווייל ער איז געווען מער מערדער פון זיין טאטן, נאר יעצט איז געווען זיין צייט, זיין טאטע האט עס אויך געטוהן ווען עס איז געווען זיין צייט.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:54 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אויב עפעס ווערט געטוהן אין די עפענטליכקייט הייסט נישט קיין לשון הרע

נישט אזוי זיכער. קוק אין חפץ חיים

הרב_שלום האט געשריבן:אז מען וועט נישט לאזען דא שרייבן וועלן מענטשען זיך דרייען ביי פארומס וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטען

אויב טאר מען נישט שרייבן איז דאס נישט קיין תירוץ

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:וען נישט די אשכול וואלט קיינער נישט געוויסט דיטעלס ....
משרייבט עס אויף די וועב אין נאכדעם זאגט מען אז סאיז אין די עפעענטליכקייט

וואס זיי טוען, טוען זיי אין די עפענטליכקייט

כ'מיין ס'פעלט אויס אז די וועלט זאל וויסן כדי זיי נישט צו העלפן אנגיין מיט זייערע שטיק

ויציב ונכון האט געשריבן:איך גיי מיך זיכער נישט אננעמען פאר שלמה העלבראנס נאר איין נקודה וואס מען האט פשוט געזען אז ווען ער איז געשטארבן האט זיך די אונטערדריקונג פילפאכיג פארערגערט און איך ווייס דערויף כמה פרטים

שלמה איז געווען קלוג אויך. ער האט געוואוסט וויאזוי צו מאניפיולעיטן מענטשן אז זיי זאלן אפילו נישט כאפן וואס ער מאכט מיט זיי. די איבעריגע קענען דאס נישט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:59 pm

דממה דקה האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:איך גיי מיך זיכער נישט אננעמען פאר שלמה העלבראנס נאר איין נקודה וואס מען האט פשוט געזען אז ווען ער איז געשטארבן האט זיך די אונטערדריקונג פילפאכיג פארערגערט און איך ווייס דערויף כמה פרטים

האסט נישט ריכטיג פארשטאנען וואס העלבראנץ איז, אזוי ארבעט דיקטאטור ביזנעס, ווען דער נייער דיקטאטור שטייט אויף מוז ער באפעסטיגן זיין הערשאפט דורך אינטערדריקן די אלע וואס האבן גענאסן פון פריוועליגיעס ביים פריערדיקע דיקטאטור, אזוי הייבט זיך אן נייע צייטן, מרס. טעלער איז מער נישט דעם רבין'ס טאכטער זי איז נאר א שוועסטער, מען דארף דאס איינפעדעמען מיט אלעם בייזן.

איך ווייס נישט צו מען קען זאגן להבדיל, באט ווען קים דשאנג און איז געווארן פירער פון נארט קאריע האט ער אויסגע'שחט'ן אלע זיין טאטענס מיוחסים און זיין פעטער און מומע און זיין ברודער, וכו'. נישט ווייל ער איז געווען מער מערדער פון זיין טאטן, נאר יעצט איז געווען זיין צייט, זיין טאטע האט עס אויך געטוהן ווען עס איז געווען זיין צייט.


אין די ״ענימעל קינגדאם״ איז באקאנט די שרעקליכע שחיטה וואס דער ״זכר לייב״ רצח׳ט אלע אינגע זכרים, וועלכע זענען נישט זיינע קינדער - כדי צו באקומען בעלות אויף די ״לייב - פּראייד״, (לייב נעסט).

די רציחה פונעם לייב קעגן אלע קליינע יונגלעך לייבן איז זייער קעטשי, און כאפט זיך אריבער צו די מעטשליכע טיראנען / דעספאטן / דיקטאטורן / קולט-פירער.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:20 am

משה11 האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:רוב פון די יוצאים רעדן נישט אויף אים נאר אויף די הנהלה

האסטו נישט גערעט צו קיין יוצאים, א עסקן האט מיר געזאגט אז א יוצא האט געטרייט נאכצוקוקען דעם העלבראנץ צו ער האט געהעריגע פיס, ווייל ער'ז געוועזען זעכער אז ער איז א ש-ד, די אלע גזירות גיטין און סוואפס האט ער געמאכט, ער'ט אויפגעשטעלט די קאלט און עס אנגעפירט ביז זיין טויט

די זאגסט עס פאר א פאקט
אדער עס קען יא זיין א מציאות אז איך האב גערעדט

איך האב גערעדט צו רפאל קעניג מלכה (המכונה ראפי קינג) ער שעלט נאר ראזנער נישט די אלטע רבי

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:11 am

אז ראפי זאגט, הייבן מיר די הענט......
. . . . . . .

real estate
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:13 am

ווען מע זאל ווען נישט שרייען לשון הרע 15 יאר צירוק וואלט מען ווען נישט צוגעקומען צו די מצב.
ווען מען זאל ווען נישט רחמנות האבן 15 יאר צירוק אויף מר. טעלער אין לאנדאן(אין אמעריקע איז עב נישט געגאנגאנען) אז זיין וויב וויל נישט נעמען א גט אין געבן א היתר מאה רבנים אין נאך אין די זעלבע נאכט איז געווען א קידושין מיט די יעצטיגע רעביצן טעלער וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען דא.

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג ינואר 08, 2019 10:35 am

real estate האט געשריבן:ווען מע זאל ווען נישט שרייען לשון הרע 15 יאר צירוק וואלט מען ווען נישט צוגעקומען צו די מצב.
ווען מען זאל ווען נישט רחמנות האבן 15 יאר צירוק אויף מר. טעלער אין לאנדאן(אין אמעריקע איז עב נישט געגאנגאנען) אז זיין וויב וויל נישט נעמען א גט אין געבן א היתר מאה רבנים אין נאך אין די זעלבע נאכט איז געווען א קידושין מיט די יעצטיגע רעביצן טעלער וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען דא.

100%. די אלע וואס האבן קרובים דארט שרייען שוין יארן אז די מצב איז ביטער די רשעות נעמט נישט קיין עק (די טאטע די זוהן די הנהלה וואס א נפק"מ) נאר דער עולם האט נישט געהאלטן ביים הערן אדער טוהן עפעס .ב"ה זאכן קומען ארויס אויף די גאס האף מיר אז יעצט וועט עפעס ווערן .דא קומט אריין לשון הרע ווי די פאריעריגע שניי
ארויס פין בבל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 08, 2019 11:02 am

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:א גאנטצע אשכול א שטיק לשון הרע ממש מאיז חושד יודישע קינדער אויף די ערגסטע.... :evil:
Come on :roll:


אויב עפעס ווערט געטוהן אין די עפענטליכקייט הייסט נישט קיין לשון הרע

דאס איז אויסער די פאקט אז ביי כלל ישראל קאכט זיך יעצט די פרשה און יעדע איז שטארק נייגעריג מיט צו האלטן און אז מען וועט נישט לאזען דא שרייבן וועלן מענטשען זיך דרייען ביי פארומס וואס זענען נישט אזוי אויסגעהאלטען

ווען נישט די אשכול וואלט קיינער נישט געוויסט דיטעלס ....
משרייבט עס אויף די וועב אין נאכדעם זאגט מען אז סאיז אין די עפעענטליכקייט


מיינער א ידיד וואס האט ארבעטארערס וואס קומען פון גוואטאמאלע זאגט מיר אז זיינע גוים האלטן עס געהעריג מיט פון די לאקאלע גוואטאמאלע נייעס סטאנציעס
והשנית די אנקלאגע אין ווייט פלעינס קאורט איז אויך געהעריג פובליק
פאר די לאקאלע גוישע פרעסע איז עס טאקע נישט נייעס

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:12 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:א גאנטצע אשכול א שטיק לשון הרע ממש מאיז חושד יודישע קינדער אויף די ערגסטע.... :evil:
Come on :roll:

דאכצעך אז מ'האט שוין דא אויסגעשמועסט די נארישע טענה געציילטע בלעטער צוריק. ס'נישטא קיין נדנוד לשון הרע אין מפרסם זיין די רשעות פון רשעים, און שרייען לשון הרע קען אריינגיין בגדר כל המרחם על האכזריים וכו'.
Innocent until proven Republican

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:38 pm

עס זענען דא וואס פרובירען זיי העלפן אנטלויפן מען ווארט נאר אז גרעסערע ארג. זאלן צולייגן א פלייצע

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:49 pm

רצון טוב האט געשריבן:עס זענען דא וואס פרובירען זיי העלפן אנטלויפן מען ווארט נאר אז גרעסערע ארג. זאלן צולייגן א פלייצע

עס זענען בכלל דא פין זיי וואס קאפערירן מיטן אנטלויפן?
ארויס פין בבל

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:53 pm

קאווליר האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:עס זענען דא וואס פרובירען זיי העלפן אנטלויפן מען ווארט נאר אז גרעסערע ארג. זאלן צולייגן א פלייצע

עס זענען בכלל דא פין זיי וואס קאפערירן מיטן אנטלויפן?

קוקט אויס

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

ער איז טעללער

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:14 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (340.93 KiB) געזעהן 1062 מאל

איין באשעפער ווייסט ווי ער גייט
ארויס פין בבל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:18 pm

די וואס שרייען לשון הרע וכו' מיינען באמת גוט,

נאר זיי זענען נישט אזוי באקאנט מיט די שוידערליכע פאקטן.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:35 pm

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:א גאנטצע אשכול א שטיק לשון הרע ממש מאיז חושד יודישע קינדער אויף די ערגסטע.... :evil:
Come on :roll:

עס קוקט אויס ווי די ווייסט גארנישט, טוה מיר א טובה מאך אביסל ריסערטש פאר די שרייבסט דא און נאך דערצו אז די שרייבסט לשון הרע.

איך האב פערזענליך גערעדט צו איינעם פון דארט, דאס וואס די נייעס סייטס שרייבן אויף זיי איז א פינטל וואס שלמה העלבראץ האט אלץ געטוהן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

monroe10950
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:56 pm

וואס טוט זיך יעצט דארט אין גוואמענטאלא?
לעצט פאראכטן דורך monroe10950 אום דינסטאג ינואר 08, 2019 4:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:19 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:.

די תגובה פאר מיר איז פארראכטן, איא?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:21 pm

יאצמעך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:.

די תגובה פאר מיר איז פארראכטן, איא?

און מיינס נישט?!
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:25 pm

ש'באמערקט.

און וואס זאגסטו צום בילד?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

קאווליר האט געשריבן:
Capture.PNG

איין באשעפער ווייסט ווי ער גייט

פון ווען איז די בילד? וואו געפינט ער זיך יעצט?

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג ינואר 08, 2019 5:06 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:די וואס שרייען לשון הרע וכו' מיינען באמת גוט,

נאר זיי זענען נישט אזוי באקאנט מיט די שוידערליכע פאקטן.

זיין באקאנט מיט די פאקטאן מאכט עס נישט אויס לשון הרע.
ביי דע ווע איך בין זייער באקאנט מיט די פאקטען.
אין וועגען דעם טוט מיר וויי אז מבשרייבט עס אזוי ווי מבשרייבט נייעס
יעדער ליינט עס מיט די פיס ארוף אן קיין געפיל...
איינער פין די שרייבערס אדער ליינערס וואלטען אוועק געגבען א נאכט שלאפען,אריין גענומען ביי זיך אין שטוב איינער וואס גייט אוועק פין דארט???
אוועק געגבען זיין פעי טשעק???
שרייבען אן קיין ציל אין עס ליינען מיט די זעלבע געפיל ווי מליינט א ריפארט פין טשאדעלא אין פאלטיק איז נישט מענטשלעך אין נישט יודיש.
א גיטן נאכט...
Sorry for my misspellings


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Max Refund, private, אבן יקרה, איצל פיצל, בשבילי נברא, דוקטור, נא_שכל און 63 געסט