אידישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » זונטאג ינואר 06, 2019 1:58 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קאווליר האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אזוי פול מיט צומאכן אין איין יאהר. אירע טאטע איז אוועק [איך האף זי ווייסט דערפון], איר רבי איז אוועק אויף א טראגישע אופן, אירע מאן איז אין תפיסה, אלעס פאלט זיך צוזאם. נעבעך.

זי האט גארניקס געהאט קיין קשר מיטן טאטן.
דעם רבי'ן איז א שאלה אויב ער איז אזוי טראגיש אומגעקומען...
איין זאך יא איהר מאן איז אין תפיסה.

אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

יא, אבער א טאטע בלייבט א טאטע.
אין די רבי איז טראגיש אומגעקומען, קען זיין אונטערגברענגט.
אין זי אליין איז נישט אין תפיסה
האסט גארנישט קיין רחמנות אויף אזא אידיש טאכטער?

מען האט דיר שוין געזאגט יא די ווייבער און קינדער זענען א רחמנות

זי איז אן אויסנאם, זי איז די מקור הרשעות אויף די פרויען דארטן.
זי איז די בעלעבאסטע אויף אלע פרויען אינעם קולט.

אלעס נאר פאר איר מאן מען קען איר נאך אויך ראטעווען
ארויס פין בבל

מחאה
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג ינואר 06, 2019 2:23 pm

הענדימען האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:באמת די איינציגסטע וועג איז נישט צו העלפן גארנישט נאר זיי אהער ברענגן און אויפלעזען די קולט

באמת האלב פון די מענטשן דארט זענען לכאורה נישט קיין אידן, גירים וואס זענען נישט גירים להלכה , סא באמת גייט נישט אן פיקוח נפש זיי צו ראטעווען,זיי זענען ניטאמאל קיין אידן

האסט סמיכה צו פסק'ענען דיני נפשות?

וואס?! נישט גרים להלכה? אפשר נישט מקיימי תורה ומצוות כהלכה... אבער נישט גרים כהלכה?!
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » זונטאג ינואר 06, 2019 2:43 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:הר''ר הערשל ווייס שו''ב מיט נאך אן עסקן זענען פארלאפענע וואך געפלויגן קיין מעקסיקא, ער דערציילט אסאך אינטערעסאנטע זאכן, איך וואלט געשיקט די מאמענט צו אים פאר אן אינטערוויא.

נאך א סיבה פון זיין פאהרן איז געווען צו מודיע זיין פארן עולם אז די געים איז אווער אין די מנהיגי הקהילה זענען אונטער גראטעס, קיינער האט אים נישט געוואלט גלייבן, ער האט פרובירט צו רעדן צו זיי אין אויפקלערן אז זייער גאנצע עתיד איז א שאלה פון טעג, אבער ער זאגט אז די עולם דארט האט ניטאמאל געהעריג געכאפט אז א באשעפעניש רעדט מיט זיי...

זי מרת ראזנער האט אויכט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן קומיט טאקע נישט צוריק.ער האט איר איבער געגבן די קארט פעפערס צו זעהן אלעס אליין..

עס איז אים אויסגעקומען צו רעדן מיט נאך א 20-15 מענטשן און געוואלט אויפקלערן וואס די מצב איז דארט, באט וויאזוי ער זאגט איז עס מענטשן וואס זענען נישט אויף אונזער וועלט
זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער זאגט צו זיי

איינע פון די זאכן וואס ער האט פארציילט אז ער איז אנגעקומען דארט א פאר מנחה ער האט נישט געטראפן דארט וואס צו לערנען א חוץ ספרי קבלה און א משניות
מנחה האט גענומען איבער 45 מינוט

די גאנצע וועג וויאזוי ער איז אנגעקומען אינערווענדיג איז עקסטער אינטערעסאנט...

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:לויט זיין אינפארמאציע גייט אין די קומענדיגע וואך/צוויי זיין אסאך נייעס.

לויט ווי ער זאגט ארבעטן דארט שוין די יענדיגע חברה פון ארץ ישראל אז אלע קינדער זאלן אנקומען קיין Israel ווייל לויט די געזעץ באלאנגן קינדער פון א קולט צו די ריגירונג סא זיי קענען שיקן די קינדער צו ווי זיי האלטן עס פעלט אויס ,
און ווער עס אנטלויפט פארדעם קען זיך עפשר ארויסדרייען

--
דעס איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך, ער איז עקסטער דארט געווען אפער וואכן צוריק ביי די גרים פאר א ברית

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג ינואר 06, 2019 3:12 pm

לויט די גואטאמאלער געזעץ?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג ינואר 06, 2019 3:18 pm

רבותי, פארוואס מאכט מען נישט קיין געוואלד?

מען ווייסט אז אסאך קינדער גייען בקרוב אריבערגיין צו די רעגירונג פון איזרעאיל, דארט וועט מען טון מיט זיי ככל העולה על רוחם, זיי אריינשטעלן אין טריפה'נעם צה"ל און זיי אויס'שמד'ן חלילה. און מיר שטייען און שווייגן?

פארוואס קערט מען נישט איבער קיין וועלט? - פארוואס מאכט מען נישט זיכער אז די קינדער זאלן אנקומען ביי היימישע משפחות? - פארוואס זעט מען נישט אז זיי זאלן ענדערש געברענגט ווערן דאהי אדער קיין קאנדאדע, וואו מען קען ראטעווען אידישע נפשות?

וואו איז יעדער איינער? - פארוואס איז שא שטיל?

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » זונטאג ינואר 06, 2019 3:20 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:לויט די גואטאמאלער געזעץ?

ווייס איך נישט, איך האב נאר געשריבן וואס ער האט געזאגט

ער האט ארויסגעברעגט אז אויב די קינדער קומען אן קיין ארץ ישראל וועט זיין אן עקסטערע פראססעס פאר יעדע קינד עקסטער צוריק צו ברענגן אדער קיין USA אדער קיין Canada

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 06, 2019 3:24 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

אינטערעסאנט.
קענסטו דאס ברייטער אויסשמועסן?
זינט ווען? וואס איז געווען די סיבה? וכו'

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » זונטאג ינואר 06, 2019 3:29 pm

חסדי אבות האט געשריבן:רבותי, פארוואס מאכט מען נישט קיין געוואלד?

מען ווייסט אז אסאך קינדער גייען בקרוב אריבערגיין צו די רעגירונג פון איזרעאיל, דארט וועט מען טון מיט זיי ככל העולה על רוחם, זיי אריינשטעלן אין טריפה'נעם צה"ל און זיי אויס'שמד'ן חלילה. און מיר שטייען און שווייגן?

פארוואס קערט מען נישט איבער קיין וועלט? - פארוואס מאכט מען נישט זיכער אז די קינדער זאלן אנקומען ביי היימישע משפחות? - פארוואס זעט מען נישט אז זיי זאלן ענדערש געברענגט ווערן דאהי אדער קיין קאנדאדע, וואו מען קען ראטעווען אידישע נפשות?

וואו איז יעדער איינער? - פארוואס איז שא שטיל?

זיי טרייען צו טהון (קען זיין מען דארף דיין הילף אויכט) עס איז נישט גרינג מיט די חברה דארט ווען זיי האלטן אז די ביסטו נישט ערליך און אז משיח גייט "נאר קומען פון דארט און "נאר דארט קען מען אויפציען יודשע ערליכע קינדער, און אז פאר משיח קומיט גייט זיין שווערע צייטן...

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 06, 2019 6:15 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:הר''ר הערשל ווייס שו''ב מיט נאך אן עסקן זענען פארלאפענע וואך געפלויגן קיין מעקסיקא, ער דערציילט אסאך אינטערעסאנטע זאכן, איך וואלט געשיקט די מאמענט צו אים פאר אן אינטערוויא.

איינע פון די סיבות פון זיין פאהרן איז געווען צו מברר זיין ווי הלכה'דיג די גירות פראצעדור פלעגט געמאכט ווערן, נאכן רעדן דארט מיט די דיינים דארט זאגט ער מיט א ברירות אז די גירים זענען געהעריגע אידן.

נאך א סיבה פון זיין פאהרן איז געווען צו מודיע זיין פארן עולם אז די געים איז אווער אין די מנהיגי הקהילה זענען אונטער גראטעס, קיינער האט אים נישט געוואלט גלייבן, ער האט פרובירט צו רעדן צו זיי אין אויפקלערן אז זייער גאנצע עתיד איז א שאלה פון טעג, אבער ער זאגט אז די עולם דארט האט ניטאמאל געהעריג געכאפט אז א באשעפעניש רעדט מיט זיי...

פארן אוועקגיין האט ער אויפן פארלאנג פון עסקנים איבער געלאזט פאר רביצין ראזנער א סעלפאון ווי איר מאן גייט איר רופן פון טורמע, מיט קאפיעס פון די קאורט פעיפערס.

לויט זיין אינפארמאציע גייט אין די קומענדיגע וואך/צוויי זיין אסאך נייעס.

#ארויס פון בבל...

(געהערט פון איינער וואס האט עס געהערט פון אים דעם שבת)

ער איז געגאנגען צו מעקסיקא אדער צו געוואטימאלע ?
און בכלל הר"ר הערשל איז נישט די בעסטע מענטש צו רעדן צו זיי..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 06, 2019 6:22 pm

בענקעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

אינטערעסאנט.
קענסטו דאס ברייטער אויסשמועסן?
זינט ווען? וואס איז געווען די סיבה? וכו'

זעה אינעם מאמענט פון א שמועס מיט הרב נתן העלבראנץ וואס איז אנטלאפן פון דארטן ארום 6 יאר צוריק.
צוגעלייגטע
IMG_20190106_182151.jpg
IMG_20190106_182151.jpg (257.31 KiB) געזעהן 2991 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 06, 2019 6:47 pm

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:רבותי, פארוואס מאכט מען נישט קיין געוואלד?

מען ווייסט אז אסאך קינדער גייען בקרוב אריבערגיין צו די רעגירונג פון איזרעאיל, דארט וועט מען טון מיט זיי ככל העולה על רוחם, זיי אריינשטעלן אין טריפה'נעם צה"ל און זיי אויס'שמד'ן חלילה. און מיר שטייען און שווייגן?

פארוואס קערט מען נישט איבער קיין וועלט? - פארוואס מאכט מען נישט זיכער אז די קינדער זאלן אנקומען ביי היימישע משפחות? - פארוואס זעט מען נישט אז זיי זאלן ענדערש געברענגט ווערן דאהי אדער קיין קאנדאדע, וואו מען קען ראטעווען אידישע נפשות?

וואו איז יעדער איינער? - פארוואס איז שא שטיל?

זיי טרייען צו טהון (קען זיין מען דארף דיין הילף אויכט) עס איז נישט גרינג מיט די חברה דארט ווען זיי האלטן אז די ביסטו נישט ערליך און אז משיח גייט "נאר קומען פון דארט און "נאר דארט קען מען אויפציען יודשע ערליכע קינדער, און אז פאר משיח קומיט גייט זיין שווערע צייטן...

זאגסט געוואלדיג גוט!
אפילו מ'וויל זיי העלפן וועלן זיי זיך נישט לאזן העלפן.

זיי גייען לכאורה נישט אקצעפטירן הילף, נאר פון איינעם וואס וועט אהערשטעלן א פנים ווי ער איז א חסיד פון די אלטע רבי זייערע, און ער וויל זיי העלפן מכלומר'שט ווייטער ממשיך זיינע דרכים, און צוביסלעך צוביסלעך זיי ארויסנעמן פון די זומפ, א פראסעס וואס קען נעמען יארן יארן, און מ'דארף זיין גרייט זיך אינגאנצן מוסר נפש זיין און אלעס אוועקלייגן אין די זייט, וואס איז זייער א שווערע אויפגאבע,

אפילו מ'וועט זיי שיקן ברייט צו עסן וועלן זיי עס נישט וועלן אננעמן ווייל זיי האבן זיך זייערע ספעציעלע כשרות אישוס.

ווידעראום טאמער ס'וועלן קומען עסקנים [מיט גוטע כוונות] און אויפלעזן די קולט און זיי געבן פרייהייט אינגאנצן, וועט געשען 2 זאכן,
1- טייל עולם וועלן אפפארן פון אידישן דרך אינגאנצן, אדער זיך נעמען דאס לעבן,
2- זיי גייען בלייבן וואוינען דארט און נישט וועלן אוועקגיין און וועלן שטעלן א נייע ראש.

סיבה פאר נומער 1 איז: ווייל טאמער דו קומסט מיר זאגן אז די גאנצע זאך איז נאר געווען א געים און בעצם מעג איך יא עסן און טוען וואס איך וויל, קומט אויס אז ס'צופאלט גאנץ אידישקייט אין זייערע אויגן, אויב אזוי קען מען שוין גיין ביזן סוף און צוקומען צו אפיקורסות ממש, כך היא הדרך ביי א קולט, איינמאל מ'זעהט אז ס'דא א ספק און די זאך מאכט מען א ס"ה א ס'גארנישט דא, ווייל די קולט מעסידזש גייט אריין אזוי טיעף אינעם מענטש אז בשעת מעשה גלייבט ער א 'נאר' דא איז די זאך

סיבה פאר נומער 2- זייער פשוט זיי האלטן אז נאר דעיס איז די ריכטיגע וועג און זיי גייען זיין גרייט דארט צו בלייבן מיט מסירות נפש.

עכ"פ די מצב איז א גרויסע סכנה ס'קען צוקומען צו סכנת נפשות ברוחניות ובגשמיות, מ'ברויך דן זיין בכובד ראש א קלוגע וועג וויאזוי זיי ארויפצופירן לאט לאט צום דרך הישר, והוא רחום...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 06, 2019 7:04 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

אינטערעסאנט.
קענסטו דאס ברייטער אויסשמועסן?
זינט ווען? וואס איז געווען די סיבה? וכו'

זעה אינעם מאמענט פון א שמועס מיט הרב נתן העלבראנץ וואס איז אנטלאפן פון דארטן ארום 6 יאר צוריק.

וואו! ישר כוח.
!What a sick and stupid place

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » זונטאג ינואר 06, 2019 8:07 pm

eller האט געשריבן:ער איז געגאנגען צו מעקסיקא אדער צו געוואטימאלע ?

ווי ער איז געווען ווייס איך נישט, ער איז געווען דארט ווי זיי זענען יעצט..

און וועגן ר' הערשל איז נישט די בעסטע. ר' הערשל אליינס איז אויכט נישט גרינג אנגעקומען אינערווענדיג.. ער קען אביסעל די עלטערע דארט ווען ער פלעגט נאך מאכן בריסן און קאנדא פאר זיי, גראדע געציילטע קלייניקייטן וואס ער האט געזאגט וואס ער האט דארט גערט מיט זיי איז ער זיך גאנץ פיין דרויך געקומען מיט זייערע געדאנקן

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג ינואר 06, 2019 10:59 pm

איך פרעג אינעסענט קשיא, פארוואס גייען זיי נישט קיין אינדעניזיע? איך מיין, וואסי טאקע פשט א לענדעל אין מיטל מזרח קלעימט בעלות אויף קינדער וואס זענען געבוירן אין אמעריקע אדער קאנאדע? ווער האט זיי בכלל געפרעגט? מיט וועלעכע לעגאלע אטארעטעיט קענען זיי לייגן זייערע לאפעס אויף די קינדער? איך פרעג באמת, וויאזוי ארבעט דאס?

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג ינואר 06, 2019 11:02 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

אינטערעסאנט.
קענסטו דאס ברייטער אויסשמועסן?
זינט ווען? וואס איז געווען די סיבה? וכו'

זעה אינעם מאמענט פון א שמועס מיט הרב נתן העלבראנץ וואס איז אנטלאפן פון דארטן ארום 6 יאר צוריק.

איר קענט אפשר ארויף לייגן די גאנצע אינטערויא?
ישר כח

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 06, 2019 11:18 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אגב זי איז ריספאנסיבל פארוואס די פרויען דארטן גייען אנגעטאן אזוי ווי די אראבער!

אינטערעסאנט.
קענסטו דאס ברייטער אויסשמועסן?
זינט ווען? וואס איז געווען די סיבה? וכו'

זעה אינעם מאמענט פון א שמועס מיט הרב נתן העלבראנץ וואס איז אנטלאפן פון דארטן ארום 6 יאר צוריק.

איר קענט אפשר ארויף לייגן די גאנצע אינטערויא?
ישר כח

זעה דא די גאנצע אינטערוויו.
בבל האט געשריבן:א ארטיקל אינעם מאמענט א אינטערעסאנטע אינטערוויא מיט הרב נתן העלבראנס
https://drive.google.com/file/d/1IkjWbu ... 2jJ2g/view
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:03 am

וואס איז פשט פון אהינפארן מל זיין גרים זיי אריינצוברענגן אין די לב טהור קולט?

Cognitive hypnosis
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 08, 2014 12:19 am

תגובהדורך Cognitive hypnosis » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:46 am

shalsheles האט געשריבן:וואס איז פשט פון אהינפארן מל זיין גרים זיי אריינצוברענגן אין די לב טהור קולט?

די גרים וואוינען מער נישט אין לב טמא. נאר אין די סיטי וואס איז 4 שעה אוועק פון בבל..

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:50 am

shalsheles האט געשריבן:וואס איז פשט פון אהינפארן מל זיין גרים זיי אריינצוברענגן אין די לב טהור קולט?

די גרים זענען שוין נישט אין ל"ט

זיי האבן זייער אייגענע קהילה און האבן קינדער ב"ה
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:39 am

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ער איז געגאנגען צו מעקסיקא אדער צו געוואטימאלע ?

ווי ער איז געווען ווייס איך נישט, ער איז געווען דארט ווי זיי זענען יעצט..

און וועגן ר' הערשל איז נישט די בעסטע. ר' הערשל אליינס איז אויכט נישט גרינג אנגעקומען אינערווענדיג.. ער קען אביסעל די עלטערע דארט ווען ער פלעגט נאך מאכן בריסן און קאנדא פאר זיי, גראדע געציילטע קלייניקייטן וואס ער האט געזאגט וואס ער האט דארט גערט מיט זיי איז ער זיך גאנץ פיין דרויך געקומען מיט זייערע געדאנקן

וואס מיינט נישט גרינג אנגעקומען אנעווייניג מען קען נישט פלעין אהין גיין עס איז דא אגעיט אדער גארד'ס ?

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:46 am

שמואל שמעלקא האט געשריבן:

יא סאיז דא א גארד מיט א גאן, ער דארף באקומען רשות צו אריין לאזן מענטשן דארט

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:53 am

האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:
האבגרויסהצלחה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ער איז געגאנגען צו מעקסיקא אדער צו געוואטימאלע ?

ווי ער איז געווען ווייס איך נישט, ער איז געווען דארט ווי זיי זענען יעצט..

און וועגן ר' הערשל איז נישט די בעסטע. ר' הערשל אליינס איז אויכט נישט גרינג אנגעקומען אינערווענדיג.. ער קען אביסעל די עלטערע דארט ווען ער פלעגט נאך מאכן בריסן און קאנדא פאר זיי, גראדע געציילטע קלייניקייטן וואס ער האט געזאגט וואס ער האט דארט גערט מיט זיי איז ער זיך גאנץ פיין דרויך געקומען מיט זייערע געדאנקן

וואס מיינט נישט גרינג אנגעקומען אנעווייניג מען קען נישט פלעין אהין גיין עס איז דא אגעיט אדער גארד'ס ?

יא סאיז דא א גארד מיט א גאן, ער דארף באקומען רשות צו אריין לאזן מענטשן דארט

ווי איך פארשטיי לאזט די גארד נישט ארויס אויכעט דאס מיינט אז מען קען נישט אנטלויפן אפילו אויב מען וויל.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:02 am

נו שוין האט געשריבן:איך פרעג אינעסענט קשיא, פארוואס גייען זיי נישט קיין אינדעניזיע? איך מיין, וואסי טאקע פשט א לענדעל אין מיטל מזרח קלעימט בעלות אויף קינדער וואס זענען געבוירן אין אמעריקע אדער קאנאדע? ווער האט זיי בכלל געפרעגט? מיט וועלעכע לעגאלע אטארעטעיט קענען זיי לייגן זייערע לאפעס אויף די קינדער? איך פרעג באמת, וויאזוי ארבעט דאס?

my two cents

די רעגירונג אין גואוואטאמאללא האט די רעכטן און אזוי ווי די רעגירונג אין גוואטאמאלא פארשטייט אז זיי זענען אידן זענען זיי גרייט איבערצגעבן די קינדער פארן אידישן מדינה ביז מען טרעפט זיי א פערמאנענטן אידישן היים

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:06 am

זיי קענען יא ארויס, זיי גייען ארויס קויפן זאכן דארט און די געגענט

מחנך
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:06 am

עמיצער האט דא געלייגט א אבן הפינה אז איזראעל וויל פארכאפן די קינדער דארט, דאס איז א ליגנט וואס לב טהור פארקויפט שוין פאר די גאסן 30 יאר, איזראעל זוכט זיי, איזראעל וויל זיי ווייס איך וואס, שקר ווי נאכט! איזראעל זוכט זיי נישט, איזראעל דארף זיי נישט!

איך קען נישט די היינטיגע עסקנים און אקציעס, איך ווייס אבער אז א לאנד קען נישט קומען צו א משפחה אדער קהילה און קלעימען בעלות אויף, אפשר קאנאדא, אדער אמעריקא, ווי די רוב זענען געבוירן און - אדער זענען סיטיזנס, און דאס איז די גרעסטע טובה, מ'דארף זיי אויסלייזן פון דארט, מ'טאר זיי נישט מאכן באקוועמט דארט, אוועקנעמען זיי פון די מענטשן פרעסערס, און זיי צושפרייטן צווישן נארמאלע מענטשן, און זיי קענען נאך האבן א שיינע לעבן נאך די באפרייאונג, די עיקר דארף מען זען זיי ארויס פון זייער געפאנגעניש.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Max Refund, Organic, rogers, yeah, א מוח, גאלדגרוב, טווערסקי, יעך'בין שוין גרויס, פארקלאצט, פרעג נישט, שכל טוב און 73 געסט