אידישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג מאי 27, 2019 10:19 am

די אידישע וועלט שטורמעט נאך וואס דער קאמישענאר אין דייטשלאנד געשטעלט צו באקעמפן אנטיסעמעטיזעם האט געזאגט אז ער רעקאמענדירט נישט אז אידן אין דייטשלאנד זאלן גיין מיט א קאפעל און ארויס ווייזען זייער אידישע אינדענדעטי.

דייטשלאנד האט א שפע פון אייגענע אנטיסעמיטין, און אימפארטירטע אראבער וואס האסען און שעדיגען אידן.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 27, 2019 7:28 pm

אין א קאמישע אינצידענט נעכטן, האט א גרופע ישיבה בחורים אין באסטאן, מעסטשוסעס געהאלפן ארויסשלעפן א שגצ'ל וואס האט זיך געהאלטן ביים דערטרונקען פון טייך, ווען ער אז ארויס געקומען האט מען באמערקט אז ער האט א כתובות קעקע פונעם עקלדיגן נאצישן סימבאל, די פאליציי אפיציר וואס האט אים ארויסגעשלעפט האט געזאגט "די בחורים האבן מיך געבעטן אז איך זאל זאגן פאר דעם געהאלפענם אז אידן האבן אים ארויסגעשלעפט".
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 27, 2019 7:29 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די אידישע וועלט שטורמעט נאך וואס דער קאמישענאר אין דייטשלאנד געשטעלט צו באקעמפן אנטיסעמעטיזעם האט געזאגט אז ער רעקאמענדירט נישט אז אידן אין דייטשלאנד זאלן גיין מיט א קאפעל און ארויס ווייזען זייער אידישע אינדענדעטי.

דייטשלאנד האט א שפע פון אייגענע אנטיסעמיטין, און אימפארטירטע אראבער וואס האסען און שעדיגען אידן.

אין רעספאנס האט צייטונג אין דייטשלאנד געשריבן "אויב איין איד קען נישט גיין מיט א קאפל אויס מורא, דארפן מיר אלע גיין, און מיר וועלן האבן די קומענדיגע טאג א קאפל אויפן פראנט ראווער ארויסצושניידן"!
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 27, 2019 8:35 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:די אידישע וועלט שטורמעט נאך וואס דער קאמישענאר אין דייטשלאנד געשטעלט צו באקעמפן אנטיסעמעטיזעם האט געזאגט אז ער רעקאמענדירט נישט אז אידן אין דייטשלאנד זאלן גיין מיט א קאפעל און ארויס ווייזען זייער אידישע אינדענדעטי.

דייטשלאנד האט א שפע פון אייגענע אנטיסעמיטין, און אימפארטירטע אראבער וואס האסען און שעדיגען אידן.

אין רעספאנס האט צייטונג אין דייטשלאנד געשריבן "אויב איין איד קען נישט גיין מיט א קאפל אויס מורא, דארפן מיר אלע גיין, און מיר וועלן האבן די קומענדיגע טאג א קאפל אויפן פראנט ראווער ארויסצושניידן"!

germany.PNG
germany.PNG (730.32 KiB) געזעהן 4950 מאל

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 27, 2019 9:28 pm

פוי, ס'איז גרויליג צו זען די ווערטער "די קאפל געהערט צו דייטשלאנד" אין די זעלבע שפראך וואס מ'האט געשריגן "הייל הי**ער" אדער "אידן ר**ן".
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מאי 27, 2019 10:45 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:פוי, ס'איז גרויליג צו זען די ווערטער "די קאפל געהערט צו דייטשלאנד" אין די זעלבע שפראך וואס מ'האט געשריגן "הייל הי**ער" אדער "אידן ר**ן".

גרויליג?? ס'איז הייליג און לעכטיג אז אין דעם זעלבן לאנד קען אזאנס געשריבן ווערן אויפן זעלבן דייטשן שפראך!!

ס'איז גרויליג ווען אמעריקע דארף פארדאמען אנטיסעמיטיזם אויף דער ענגלישער שפראך...
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מאי 27, 2019 10:47 pm

ס'איז א שאלה איבער רעדן בשבחם אויב זענען זיי עמלקים. פארדעם האב איך געלאזט @אסדר'ן שרייבן די תגובה.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 27, 2019 11:00 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פוי, ס'איז גרויליג צו זען די ווערטער "די קאפל געהערט צו דייטשלאנד" אין די זעלבע שפראך וואס מ'האט געשריגן "הייל הי**ער" אדער "אידן ר**ן".

גרויליג?? ס'איז הייליג און לעכטיג אז אין דעם זעלבן לאנד קען אזאנס געשריבן ווערן אויפן זעלבן דייטשן שפראך!!

לעכטיג? אולי.
הייליג? נאו וועי!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מאי 28, 2019 12:59 am

דארפסט וויסן וואס די עקספרעשאן הייליג מיינט היינט..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דינסטאג מאי 28, 2019 1:04 am

דאס זעלבע ווי הגאון הקדוש
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מאי 28, 2019 1:20 am

גראבע פרעס ווערט היינט אנגערופן אין wd40 קאמיונעטיס "הייליג"..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 29, 2019 4:35 pm

לאטוויע ערוועלט א אידיש-אפשטאמיגער פרעזידענט
דער לאטוויער פארליאמענט האט נעכטן ערוועלט א אידישער-אפשטאמיגער אלס פרעזידענט פון לאנד. דער 63 יעריגער עגילס לעוויץ איז א געוועזענער ריכטער האט געווינען מיט א שטארקע מערהייט פון 61 צווישן די הונדערט דעפוטאטן און געניסט פון שטארקע פאפולאריטעט אין לאנד. לעוויץ איז דער זון פון א אידישער פראפעסאר וואס האט ליידער געהייראט א נישט-אידישע ווייב, אבער אידענטיפיצירט זיך אלס לאטוויער איד. זיין פאטער׳ס גאנצע פאמיליע איז אומגעקומען אינעם האלאקאוסט און ער איז א אויסגעשפראכענער קעמפער קעגן אנטיסעמיטיזם. דער פרעזידענט אין לאטוויע האט געוויסע עקזעקיוטיווע מאכטן, אבער איז מערסטנס א סימבאלישע פאזיציע אזוי ווי אין אנדערע פארליאמענטארער דעמאקראטיעס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

נייעס אין קרישקעלעך פון פרעשבורג

תגובהדורך יערסלוב » מאנטאג יוני 10, 2019 10:07 pm

התרגשות ברחבי עולם היהודי
התקדמות בהכנת להקמת בית תורה ותפילה ליד ציונו של מרן החתם סופר זצוק"ל
צוגעלייגטע
Screenshot_20190611-050040.png
Screenshot_20190611-050040.png (545.41 KiB) געזעהן 4320 מאל

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג יולי 09, 2019 3:43 pm

שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך ביי לב טהור אין גוטמאווללא... איז דא עפעס נייעס דארט

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יולי 09, 2019 3:54 pm

שמן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך ביי לב טהור אין גוטמאווללא... איז דא עפעס נייעס דארט

לויט מיין אינפא איז די רבי איז אין וועסט טשעסטער תפיסה קענסט גיין וויזיטן , איינער פון די קאשוי משפחה נעמט קער פון די אידישע געברויכן אין יענע תפיסה
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דינסטאג יולי 09, 2019 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג יולי 09, 2019 4:07 pm

בבל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך ביי לב טהור אין גוטמאווללא... איז דא עפעס נייעס דארט

לויט מיין אינפא איז די רבי איז אין וועסט טשעסטער תפיסה קענסט גיין וויזיטן , איינער פון די קאשוי משפחה נעמט קער פון די אידישע געברויכן

און וואס איז מיט די פארבליבענע עולם דארט ?

אנבעליוועבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:59 pm

תגובהדורך אנבעליוועבל » דינסטאג יולי 09, 2019 6:36 pm

שמן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך ביי לב טהור אין גוטמאווללא... איז דא עפעס נייעס דארט

געווען אינדייטמענט די וואך

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג יולי 09, 2019 6:47 pm

אנבעליוועבל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך ביי לב טהור אין גוטמאווללא... איז דא עפעס נייעס דארט

געווען אינדייטמענט די וואך

און
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

Kollel
שר האלף
תגובות: 1302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דינסטאג יולי 09, 2019 10:31 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:דאס זעלבע ווי הגאון הקדוש

;l;p- ;l;p-
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג יולי 09, 2019 10:44 pm

אין די נייעס (ק''מ) דרייט זיך איבער, איבער א זיכעריי ביי די נארפאלק ביעטש אין ווירזשיניע ווי א מלמד וועלנדיג ראטעווען איינער פון די תלמידים א עלף יעריג יונגל פון דערטרינקען, איז ער אליין אריינגעשלעפט געווארן אין די כוואליעס אין זייט דעמאלטס איז ער פארלוירן, שוין אגאנצען טאג האט מען געזיכט מיט שיפלעך אין עליקאפטערס ביז צו די שקיעה, ווי די זיכעניש וועט צוריק אנגיין מארגען צופרי, ווי זיי גיבן איבער זענען די חברים ד'מאנסי שטארק טעטיג און ווי אויך אנדערע היימישע הילף'ס אגענטורן פון דאהי, וועלכע פרובירן צו טוען וואס מ'קען.

די נאמען צו מתפלל זיין איז ראובן צבי בן אסתר בילא בוילמאן

די עלף יעריג אינגעל געפינט זיך אין א גוטע צושטאנד אין שפיטאל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 10, 2019 12:49 pm

מאתים האט געשריבן:אין די נייעס (ק''מ) דרייט זיך איבער, איבער א זיכעריי ביי די נארפאלק ביעטש אין ווירזשיניע ווי א מלמד וועלנדיג ראטעווען איינער פון די תלמידים א עלף יעריג יונגל פון דערטרינקען, איז ער אליין אריינגעשלעפט געווארן אין די כוואליעס אין זייט דעמאלטס איז ער פארלוירן, שוין אגאנצען טאג האט מען געזיכט מיט שיפלעך אין עליקאפטערס ביז צו די שקיעה, ווי די זיכעניש וועט צוריק אנגיין מארגען צופרי, ווי זיי גיבן איבער זענען די חברים ד'מאנסי שטארק טעטיג און ווי אויך אנדערע היימישע הילף'ס אגענטורן פון דאהי, וועלכע פרובירן צו טוען וואס מ'קען.

די נאמען צו מתפלל זיין איז ראובן צבי בן אסתר בילא בוילמאן

די עלף יעריג אינגעל געפינט זיך אין א גוטע צושטאנד אין שפיטאל.

הצלה'ס נייע לופט אפטיילונג ביים ארומזוכן
צוגעלייגטע
3.jpeg
3.jpeg (46.75 KiB) געזעהן 2447 מאל
2.jpeg
2.jpeg (62.86 KiB) געזעהן 2447 מאל
1.jpeg
1.jpeg (72.25 KiB) געזעהן 2447 מאל

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

תגובהדורך טראמבאן » מיטוואך יולי 10, 2019 1:09 pm

וואס זוכן זיי מיט די קוקערס? אריין אין וואסער זוכן זיי?

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 10, 2019 1:43 pm

די קאוסט גארד האט שוין אויפגעהערט זוכן, וויבאלד לויט זיי איז ער שוין ווארשיינליך נישט צווישן אונז. אידישע ארגאניזאציעס האבן איבערגענומען די לייצעס.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג יולי 16, 2019 11:00 pm

עס איז דא א 13 מינוטיגע קליפ ווי איינער דערציילט נייע פרטים איבער די מעשה ביים ים אין נארפאלק ווירדזשיניע מיט שוידערליכע אויפדעקונגען וואס איז נישט געווען באקאנט ביז יעצט. עפעס זאגט ער וועגן אן אומבאקאנטע גוי וואס האט זיך פלוצלינג באוויזן ביים ים און האט געראטעוועט צוויי קינדער און איז מיסטריעז פארשוואונדן געווארן. עס איז זייער מרוגש און אינטערעסאנט.

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דינסטאג יולי 16, 2019 11:29 pm

נא ברענגג עס ביטע אהער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב. און 10 געסט