ק.נ.א. פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איבער די ערשטע טעג סוכות איז גוט געלונגען פאר מיטש מעקאנעל - מלחוץ אב״ד סענאט ארצה״ב ומלפנים ולא כלום - צו אונטערברענגען און פארשעמען זיין ארכי שונא טעקסעס סענאטאר און פרעזידענטליכע קאנדידאט טעד קרוז.

די געשיכטע גייט שוין צוריק א עטליכע וואכן, ממש איידער סענאט איז געגאנגען אויף איר אפיציעלע וואקאציע. נישט לאנג פארדעם זענען ארויסגעקומען אנדערקאווער ווידיאוס וועלכע האבן אויפגעדעקט אומלעגאלע און גרויזאמע טהאטן פון א געוויסע גרויסע פריוואטע העלט קער פראוויידער וועלכע באקומט א האלבן ביליאן דאלער אין פעדעראלע רעגירונגס פאנדן יערליך.

די רעכטע לאגער האט אלץ געקוקט אויף די ארגעניזאציע מיט א קרום אויג צוליב איר ווילד לינקע שטעלונגען אויף געוויסע סאציאלע אישוס און אסאך רעפובליקאנע גאווערנארס - א שטייגער ווי דזשעב בוש, קריס קריסטי, באבי דזשינדאל און סקאט וואקער - האבן זיכער געמאכט אז זייערע שטאטן שיקן נישט קיין איין פרוטה אהין. ווידעראום די לינקע זייט איז זייער צופרידן פון די ארגעניזאציע און מאכט שטענדיג זיכער צו שטערן סיי וועלכע פראבעס אונטערצוהאקן פאנדינג פאר איר.

ווען די א.ד. ווידיאוס זענען ארויסגעקומען איז עס גראד געווארן א פארטייאישע אישו. די רעכטע האבן פארלאנגט אויספארשונגען און א אפשטעל אין פאנדינג פאר די ארגעניזאציע, אבער די לינקע האבן פה אחד געשריגן אז די ווידיאוס זענען פאלטש און גע׳עדיטעד. פעלאוסי און אנדערע בהמות האבן גאר פארלאנגט א אויספארשונג אין די לעגאליטעט ווי אזוי די ווידיאוס זענען ערצייגט געווארן.

די היפאקראציע און איינזייטישקייט פון די לינקע איז פאר יעדן בר דעת שטארק קענטבאר געווען, ווארום ווען די 47%-מיט-ראמני ווידיאו איז ארויסגעקומען האבן זיי נישט געצווייפלט און נישט פארלאנגט קיינע אויספארשונגען. מיסעס קלינטאן האט נישט געדארפט קיין ראיות אז די דזשערעמייע רייט ווידיאוס זענען אויטענטיש. דא איז עס נאך געווען סאך מער: רוב פון די לינקע וואס האבן אוועקגעמאכט די ערנסקייט פון די פארברעכנס אויף די ווידיאוס האבן גאר מודה געווען אז זיי זיי האבן ניטאמאל געזעהן, א שטייגער ווי דזשאש ערנעסט.

אזוי ווי די רעפובליקאנע פירן דאך (עהעם...) אבער היינט קאנגרעס איז אנטשטאנען א גרויסע מאוומענט צו איינ-מאל-פאר-אלע-מאל ענדיגן די פעדעראלע גרענט פאר די ארגעניזאציע. די פירער פון די מאוומענט האבן געטענהט אז אזוי ווי מ׳שטייט סייווי נאנט צו סעפטעמבער וואס דאן דארף די רעגירונג האבן א פרישע פאנדינג ביל, זאלן בעינאר און מעקאנעל אדורכפירן א ביל וואס פאנד די גאנצע רעגירונג אבער נעמט ארויס די גרענט פון די בודזשעט. כ׳מיין, נאכאלעמען פארוואס זאל א פריוואטע ארגעניזאציע אונטער אויספארשונג אין פולע שטאטן באקומען שטייערצאלער גרענטס? זייער פשוט.

הערי ריעד האט אבער נישט מסכים געווען. ער האט דאך נארוואס געווינען אן אומגעווינבארע קריג אין שטיצע פונעם קאטאסטראפישע איראנע דיעל און געוואויר געווארן אז באלעבאס איז ער פונקט ווי פאר די וואלן. פארוואס זאל ער אלזא אויפגעבן אויף זיינע פריינט? נאאא. די געלט פאר פ.פ. בלייבט. איי די רעפובליקאנער האבן די מיאיריטעט? נא נא, מעמער פיליבאסטערן. אבער די רעגירונג וועט דאך נישט האבן קיינע פאנדן אנצוגיין? קען מען דען שטעלן די מיליטער אין פארגעלענגענהייט וועגן איין נארישע ארגעניזאציע? נישט געזארגט. אז די רעגירונג גייט פאר א שאטדאון זענען די רעפובליקאנער שולדיג. וואס?! איך פארשטיי נישט..? פרעג נישט אזויפיל פראגעס; מיטש מעקאנעל האט צוגעזאגט אז די רעגירונג גייט אויף קיין שאטדאון נישט גיין. דאס הייסט אז ער איז שולדיג אויב יא, נו, זאל ער פלאצן.

וכן עשה. מיטש פלאטשיגע נאז מעקאנעל האט ברוב חכמתו און שטאטסמאנישקייט אויפגעברענגט דעם איראנע דיעל פאר אן אפשטימונג איידערן באקומען די געהיימע סייד דיעלס, אפגעשטיפט א וואוט אויפן סי. אר. (אזוי ווערן אנגערופן די צייטווייליגע פאנדינג בילס) פארן לעצטע מינוט און זיך געגאנגען באדן.

פעסט פאוערד צו ענדע סעפטעמבער. די רעגירונג׳ס פאנדינג לויפט באלד אויס. מ׳דארף א ביל וואס זאל אויטאראזירן פאנדינג פאר די נעקסטע יאר. בעינאר אין די הויז קען נישט טון וואס ער וויל ווארום זיין בענקל איז אין געפאר, בא מעקאנעל והכריע. ער האט ארויסגעכאפט די טארט פונעם אויוון און פלינקערהייט אויפגעברענגט א קלינע סי. אר. דאס הייסט א ביל וואס שטעלט צו פאנדן פאר די גאנצע רעגירונג אן קיין שום טוישונגען.

דא איז אבער אריינגעקומען דער עלעפאנט. טעד קרוז. קרוז איז נישט צופרידן. ״וואס טוט זיך דא?!״ ליארעמט ער. ״אונז פיר מיר די טשעמבער! די וויילער האבן אונז אריינגעוועלט! פארוואס זאל הערי ריעד קענען טון וואס ער וויל?! אויב קען ער טון, טא פארוואס זענען מיר בכללל געלאפן פאר אפיס?״ ער פארלאנגט קאטעגאריש אז די ביל אויפן טיש, ווארום די קלינע סי. אר. זאל זאל געטוישט ווערן מיטן ארויסנעמען פאנדינג פאר פ.פ און פון די יו.ען. ביז ווילאנג זי שטעלט נישט צו די סייד דיעלס.

מעקאנעל לאזט נישט. ער אנטזאגט. קרוז פארלאנגט א וואוט אויף זיין אמענדמענט, א פארלאנג וואס ווערט אייביג נאכגעגעבן אפי׳ ווען א דעמאקראט בעט. אבער, נישט קרוז. קרוז וויל אז די פארטיי וואס האט געווינען די וואלן זאל פאקטיש טוען און פירן, ניין! אים דארף מען אונטערברענגען. מעקאנעל׳ס אונטערטאנען זאגן אפ קרוז.

קרוז שרעקט זיך נישט און פארלאנגט א ׳וואויס וואוט׳. דאס הייסט אז ווי אייידער אפגעבן די שטימעס עלעקטעראניש וועלן די וואס זענען איינשטימיג מיט אים זאגן ׳יא׳ און די וואס זענען נישט וועלן זאגן ׳ניין׳. זיינע קאלעגע פארטיי מיטגלידער אנטוישן נישט, און מיט עקסטאז, שרייען הילכיג ווי אין כאר אויס, ׳ניין׳!

קרוז פארלאנגט רשות צו אדרעסירן די טשעמבער. זיין פארלאנג ווערט נאכגעגעבן. ער מיינט ער האט נארוואס באקומען רעכט צו רעדן ווילאנג ער וויל, אבער מעקאנעל האט א סורפרייז פאר אים. קרוז רעדט מיט אייפער, רייסט אריין די רעפובליקאנע פארטיי אין זיבעטען ריפ אריין פארן זיין די פארטיי וואס געט אויף נאך פארן אפי׳ אנהייבן. נאר אבאמא טאר נישט אויפגעבן אין סיריע. זיי מעגן אויפגעבן די סעקונדע ריעד מורמלט די ווארט ׳שאטדאון.׳ א כאפטע דיסקאנעקטעד לצים. א ווינדער א וואונדער-קינד ווי דאנעלד דאק פירט די פריימערי פארמעסט אינערהאלב די צושאסענע פארטיי.

קרוז רעדט שוין א שעה. ער וויל גיין ווייטער אבער דער פרעזידענט האקט אריין אז זיין שעה איז אווער. ער בעט רעכט צו רעדן ווייטער, אריינזאגענדיג בטעות אין די אפענע מייק אז ער האט נישט געוויסט בכלל אז ער איז אונטער א טיים לימיט. א דעמאקראטישע סענאטאר האט אים אפגעשטעלט, געבענדיג מעקאנעל דעם זיגרייכן שמייכל אויפן וועג ארויס פונעם סענאט.

יאפ. ער האט עס געמאכט. ער האט גוט פארשעמט און מחרים געווען קרוז צווישן זיינע אייגענע קאלעגעס. אחוץ מייק לי איז קיינער נישט געווען מיט קרוז און ראנד ׳ווי פאט די רעוועלושין אווער׳ פאול איז גאר ארויסגעקומען אטאקירן קרוז. רוביאו איז נישט געווען צום געפינען. (טראמפ האט זיך טאקע גענומען איבער זיינע ביינער לעצטנס פארן פעלן אסאך. קען זיי ס׳נישט געווען גענוג וואסער.)

אין קאנגרעס האט בעינאר גלייך געמאלדן אז ער טרעט אפ פון אמט, האבענדיג עטליכע פערציג קרוז׳ס. דאס אוועקנעמענדיג איז ער גראד געלאפן מיטן קלינעם סי אר צו פעלאסי, באקומען אלע דעמאקראטישע שטימען און אזוי געפאנד די רעגירונג מיט פ.פ.

דערווייל איז קרוז דער מיט די רויטע באקעלעך און קרים אויף די נאז.
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

א געהעריגער כעלעמער קהל די פארטיי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וואאףף איז דאס א באריכט!! א ריזן דאנק יואב פאר דער קלארער באריכט אלע דעטאלן אזוי שיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

סענאט האט נארוואס די ערשטע מאל געשטימט צו ריפילן אבאמאקעיר. די וואוט איז אריבער אונטער די רעקאנסיליעישאן פראצעדור וואס האט געמאכט אז זי זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו דעמאקראטישע פיליבאסטער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אן אנקעטע פון די 'יונעווערסעטי אוו מערילענד' זאגט אז נאכן אויסרעכענען א ליסטע פון אמעריקאנע און וועלטליכע פירער פאר א סעמפל פון 875 אמעריקאנער שטעלט זיך ארויס אז רעפובליקאנער "שעצן" דאס מערסטע "ראנעלד רעיגאן" און.. "ביבי נתניהו".

אפילו צווישן אלגעמיינע אמעריקאנער איז ביבי דער 3'טער געשעצטער מענטש נאך ראנאלד רעיגאן און אבאמא.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אבאמא און ביבי איינס נאכן צווייטן?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זיך גרייטענדיג צום לעצטן סטעיט אוו די יוניאן רעדע האט א סיניער אדמיניסטראציע אפישאל ארויסגעגעבן א ליסטע פון אבאמא'ס פלענער פאר זיינע לעצטע 12 חדשים אין אפיס און אוף וואס ער גייט פאוקאסן ביי זיין רעדע.

1) ער גייט דורכפירן עקזעקיוטיוו ארדערס איבער גאן קאנטראל.

2 ) אימפלעמינטירן די איראן דיעל

3 ) פארשטערקערן די אייסיס פייט

4 ) פארשטעלן פאר קאנגרעס א ביל צו פארמאכן גונטאנאמע

5 ) ער גייט פארן אויף א טריפ קיין Cuba

6) אימפלעמענטירן אבאמא קעיר

7 ) קרימינאל זשאסטיס רעפארם

8 ) טרענס פאסיפיק דיעל

9 ) אימפלעמענטן נייע קליימעט טשענדזש רעגולאציעס

10) [און די הויפט פריאריטי.. ] וועט זיין צו אסאך זיין אויפן קאמפיין טרעיל ארויסהעלפן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט..
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

1. כ׳האב זיך שוין לאנג געוואונדערט פארוואס ער רעדט אזויפיל און טוט נישט למעשה, אין צייט ווען ער האט שוין עטליכע מאל עקסערסייזט די עקזעקוטיווע פענע. גייט ער איז טאקע קענען באווייזן? ווי אזוי וועט די מאכטפולע ען. אר. עי. רעאגירן? איז עס טאקע אזוי פשוט?

4. איך האב פארשטאנען אז דעיס איז שוין אראפ פון טיש, אלץ איינע פון זיינע קאמפיין צוזאגעכצער וואס איז אוממעגליך אויסצופירן?

5. האב איך געליינט יעצט, אז קובא זאגט קלאר אז אבאמא איז ווערי וועלקאם צו זיין לאנד, אבער ער זאל זיך האלטן ארויס פון זייער אינערליכע פאליסיס. ווי אזוי פארענפערט אבאמא טאקע די נייע באציאונגען ווען קובא איז בכלל נישט אינטערסירט זיך צו ריקן כי הוא זה? דער סדר איז אז דער קליינער דארף זיך לעקן צום גרויסן, וואס פונקטליך פארדינט אמעריקע פון דעם גאנצען עסק, אז זיי זענען אזוי גרייט צו קישן קובא׳ס פוס?

6. ס׳איז נאכנישט אימפלימענטירט?

9. סתם פאר נייגעריגקייט, וואס קען מען ערווארטן?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אבאמא וועט לאזן א ליידיג בענקל ביים סטעיט או די יוניאן אלץ אנדענק פאר די פולע אומגעקומענע פון ביקסן געוואלדטהאטן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאג אים ער זאל לאזן די שטענדער ליידיג אלץ אנדענק פאר די וואס זענען אומגעקומען פון אייסיס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויסגערעכנט האט געשריבן:זאג אים ער זאל לאזן די שטענדער ליידיג אלץ אנדענק פאר די וואס זענען אומגעקומען פון אייסיס

טוב מאוד
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן א סטעי אויף אבאמא׳ס קלימאטן טויש פלאן וועלכע שטייט אויס צו מאכן די ארבעט פאר קוילן פלענטס פיל שווערער.

די פלאן איז יעצט אונטער איבערזיכט אין די די.סי. קאורט או אפיעלס וועלכע וועט הערן ארגומענטן יוני 2.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

לינדזי גרעהעם האט פריערט ציניש געזאגט אז זאל עמיצער הארגענען טעד קרוז אויפן סענאט פלאר און די טרייעל וואלט אפגעהאלטן געווארן אין סענאט וואלט יענער נישט אנגעקלאגט געווארן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:לינדזי גרעהעם האט פריערט ציניש געזאגט אז זאל עמיצער הארגענען טעד קרוז אויפן סענאט פלאר און די טרייעל וואלט אפגעהאלטן געווארן אין סענאט וואלט יענער נישט אנגעקלאגט געווארן.


די פראבלעם איז.. אז אין די דשאוק ליגט אויך אביסל אמת...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

מחותן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:לינדזי גרעהעם האט פריערט ציניש געזאגט אז זאל עמיצער הארגענען טעד קרוז אויפן סענאט פלאר און די טרייעל וואלט אפגעהאלטן געווארן אין סענאט וואלט יענער נישט אנגעקלאגט געווארן.


די פראבלעם איז.. אז אין די דשאוק ליגט אויך אביסל אמת...

יא יא ווייל דער גרעהעם איז דאך פון די חברה וואס גייט אן דעם רעפאבליקאנער פארטיי וואו דיר גייט אן מיין פאנגעס.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מחותן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:לינדזי גרעהעם האט פריערט ציניש געזאגט אז זאל עמיצער הארגענען טעד קרוז אויפן סענאט פלאר און די טרייעל וואלט אפגעהאלטן געווארן אין סענאט וואלט יענער נישט אנגעקלאגט געווארן.


די פראבלעם איז.. אז אין די דשאוק ליגט אויך אביסל אמת...

די פראבלעם איז אט דאס:
אטעטשמענטס
Screenshot_2016-02-26-01-10-10-56467020.jpg
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

פרעזידענט רעיגענ׳ס ווייב איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 94 יאר.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

איינע פון די זאכן מיט וואס זי איז געווען באוואוסט איז געווען איהר קאמפיין קעגן דראג אביוז: Just Say No.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ווי עס ווערט איבערגעגעבן, איז א גרויס חלק פון פרעזידענט רעיגען'ס סוקסעס געווען איר צו פארדאנקען. נאכן פארלירן צו פארד, האט רעיגען צום ערשט אויפגעגעבן, און געוואלט צוריקגיין צו פריוואטע לעבן, אבער נענסי האט אים געשטיפט אז דאס לאנד ברויך האבן זיין סערוויס. אזוי אויך דורכאויס די קאדענץ אין ווייסען הויז נאך אן אנגעשטרענגטען טאג ארבייט, איז זי געווען די אויף וועם ער האט ארויפגעווארפן זיין פעקל. זי איז געווען א שטארקע פרוי, און ראנאלד האט געשעצט אירע מיינונגען און זיך פארלאזט דערויף.

בעת דער פרעזידענט פאר זיך איז געווען גאר ווייט פון אבאכט גיבן אויף זיין IMAGE און APPEARANCE איז זי געווען די וואס האט שטענדיג אבאכט געגעבן אויף זיין כבוד.

דער קלימאקס פון איר געטריישאפט איז געווען ווען ראנאלד איז ל"ע אריינגעפאלן אין די אלצהיימערס, האט זי זיך אפגעגעבן זייער געטריי מיט אים. איר APPROACH איז געווען עס איינצומעלדן פארן פובליקום, ווי איידער צו מאכן דערפון א שתיקה, און זיך באגראבן אין א לאך.

זי האט געוואלט זיין ווי א סעמפל פאר אנדערע וואס מאכן דאס מיט, ווי אזוי עס צו באהאנדלען.

פרעזידענט ראנאלד רעיגען איז פארבליבן א לעגענדע אין די אמעריקאנע היסטאריע. ווען אימער א פרעזידענט קאנדידאט וויל איבעררעדן די וויילער, וועט ער זאגן אז ער איז דער ריכטיגער נאכפאלגער.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

לייג צו די קעפל ״ א פרישע טרער אויפן..... ״
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

יא, להבדיל צען מיליאן מאל, עס איז באוואוסט אסאך אידישע גדולים וואס האבן געהאט זייער ב"ב צו פארדאנקען זייער כוחות
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

רעפובליקאנער: די עקאנאמיע האט זיך שטארק פארבעסערט און שטייט גוט, אנאימפלוימענט איז זייער נידעריג.

דעמאקראטן: די עקאנאמיע דארף נאך א תיקון און די זשאבס מארקעט הינקעט נאך אונטער.

הערט זיך אינטערסאנט הא? דאס איז אצינד די דעבאטע בנוגע די וועיווער אויף די 'פוד סטעמפס מינימאלע ארבייטן' געזעץ וואס איז נארוואס אפגעלאפן.

די וועיווער וועלעכע איז באשטעטיגט געווארן אין 2008 ביים עקאנאמישן קראך האט געוועיווט דעם געזעץ וואס פארלאנגט פון פוד סטעמפס געניסער צו ארבייטן כאטשיג 20 שעה א וואך, אצינד, אפריל 1 איז דער וועיווער אפגעלאפן אפשאקלענדיג קרוב צו א האלב מיליאן מענטשן פונעם פוד סטעמפס (סנע"פ) פראגראם, און רעפובליקאנער זענען אין שטיצע פון עס אנולירן זאגענדיג אז ס'איז מער נישט פארהאן דער ארגינעלע סיבה פארן עס איינפירן, נעמליך, די אקאנאמיע איז שוין גוט און די אנאימפלוימענט איז היסטאריש נידעריג, ממילא איז נישטא מער קיין סיבה עס צו האלטן. די ליבעראלן שרייען אבער אז די אקאנאמיע איז נאך נישט אזוי איי איי איי, און כדאי צו שטיפן פאר א גענצליכע ערהוילונג מוז מען ווייטער אנהאלטן דעם וועיווער..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

סענאטאר מייק לי פון יוטא פלאנירט צו לויפן פאר די טשעירמאן פון די סענאט רעפובליקאנע פאלעסי קאמיטי. דער טשעירמאן פון די קאמיטי איז די נומבער פיר רעפובליקאנער אינעם סענאט און עס ווערט יעצט געפירט דורך סענאטאר באראסאו פון ווייאמינג.
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

כאפצעם האט געשריבן:...און רעפובליקאנער זענען אין שטיצע פון עס אנולירן זאגענדיג אז ס'איז מער נישט פארהאן דער ארגינעלע סיבה פארן עס איינפירן, נעמליך, די אקאנאמיע איז שוין גוט און די אנאימפלוימענט איז היסטאריש נידעריג..

אפשר קענט איר זיין אזוי גוט אין ברענגען ווער ס'האט דאס געזאגט?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לאן אתה הולך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:...און רעפובליקאנער זענען אין שטיצע פון עס אנולירן זאגענדיג אז ס'איז מער נישט פארהאן דער ארגינעלע סיבה פארן עס איינפירן, נעמליך, די אקאנאמיע איז שוין גוט און די אנאימפלוימענט איז היסטאריש נידעריג..

אפשר קענט איר זיין אזוי גוט אין ברענגען ווער ס'האט דאס געזאגט?

Supporters of the rule, generally falling into the Republican camp, say that requiring a job or some form of volunteer work is overdue, considering the unemployment rate has dropped from 10 percent in 2009 to under five percent as of February 2016.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”