ק.נ.א. פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

ק.נ.א. פאליטישע קאך לעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ברשות פון די מנהלים עפן איך די אשכול ווי פאליטישע נייעסן און קרישקעלעך וואס פאדערן נישט קיין עקסטערע אשכול זאלן ווערן אריינגעשטעלט.
- - -

די לעצטע וואך רידערט די אלגעמיינע אמעריקאנע מידיע איבער א סטעיטמענט וואס דער געוועזענע ניו יארקע מעיאר רודי דזשוליאני האט געלאזט פאלן איבער אבאמא׳ס ליבשאפט צו אמעריקע. ביי א צוזאמקום ווי אסאך רעפובליקאנע שישקעס, אריינגערעכנט וויסקאנסין גאווערנאר סקאט וואקער, האבן זיך באטייליגט האט דזשוליאני געזאגט, ״איך ווייס נישט אויב ער האט ענק ליב. איך ווייס נישט אויב ער האט מיך ליב. ער [אבאמא] איז נישט אויפגעצויגן געווארן ווי ענק און מיך מיט ליבשאפט צו אמעריקע.״ פאר קאנסערוואטיוון איבערן לאנד זענען די ווערטער מכלל נישט קיין חידוש; זיי טענה׳ן שוין אזוי נאך פון אבאמא׳ס 08׳ קאמפיין. פילע ביכער זענען שוין ארויסגעקומען איבער אבאמא׳ס היבש פארהוילענע בעקראונד, און דאס וואס מ׳ווייסט יא איז די לערערס וואס האבן געהאט די גרעסטע השפעה אויף זיין לעבן זענען געווען פארברענטע קאמיניסטן. ווען אבאמא האט געזאגט געציילטע טעג פארן איינגעשוואוירן ווערן אז ״מיר שטייען בלויז עטליכע טעג ווען מיר וועלן טוישן אמעריקע פונדעמאנטאל״, צו ווען זיין כנגדו האט געזאגט נאך זיין געווינס אז ״דאס איז ערשטע מאל וואס איך בין שטאלץ מיט לאנד״ האט דאס דאן ארויסגערופן שארפע קריטיק פון די רעכטע לאגער, אבער זיי זענען אין יענע צייט, ווען דער אמעריקאנע עולם איז ווי פארשיכורט געווען מיט אבאמא׳ס ׳האפענונג און טעינדזש׳ מעסעדזש, בלויז באטראכט געווארן ווי א באנדע ציושעטע ראסיסטן. דזשוליאני דארף אבער צו היייסן פון די מער מעסיגע פליגל פון די פארטיי, און אז ער מאכט אזא סטעיטמענט האט די ליבעראלע מידיע באשלאסן צו אפסטעמפלען די גאנצע רעפובליקאנע פארטיי אלץ ראדיקאלע משוגעים.

גראד האט די די ען סי טשעירמאן׳טע אראפגעריסן די רעפובליקאנער און פארלאנגט אז סקאט וואקער זאל פארדאמען די סטעיטמענט, ווייט האוס פארבינדענע האבן געטוויט פארדראמונגען, און בעיקר די מידיע חברה האבן זיך גענומען האמערן יעדע רעפובליקאנער צו ענטפערן וואס ער האלט בנוגע די אישו. זעהט אויס אז אבאמא׳ס נארישע ווערטער שפיל צו אייסיס איז יא איסלאם צו נישט און זיין מאדנע צוגאנג צו מיטל מזרח איבעקערעניש האט איבערצייגט די מידיע צו שנעל טוישן דעם סובדזשעקט, און אויף דערווייל ארבעט עס: מארקא רוביא האט פרייטאג פראבירט נישט צו ענטפערן אויף די פראגע, אבער אזוי נישט ענטפערענדיג האט ער אריינגעווארפען אז אבאמא אליין האט יא ליב אמעריקע אבער זיינע פאלעסיס טויגן נישט. מער האט נישט געפעלט אין די מידיע האט געפאכעט אז רוביאו קריגע זיך מיט דזשוליאני. אפי׳ סקאט וואקער, וואס נישט געענפערט א פראגע צו ער האלט אז אבאמא איז א קריסט, האט זוכה געווען צו העדליינס, ״וואקער זאגט אבאמא איז נישט קיין קריסט!״

די גאנצע שוי שפיל קומט אין די זעלבע וואך ווי א רייע הויעך ראנקיגע דעמאקראטן וואלטן באמת געדארפט זיין אין בריעדיג הייסע וואסער: אנגעהויבן האט זיך עס מיט הילערי קלינטאנ׳ס פאונדעישאן אננעמען באשטייערונגען פון אויסלענדישע רעגירונגען, דאן איז ארויסגעקומען אז אלץ סעקרעטאי או סטעיט האט זי גענוצט נאר פירמעס וואס האבן בייגעשטייערט צו איר פאונדעישאן. נאך איז ארויסגעקומען אויף וואסערמאן שולץ אז זי האט צוגעזאגט צו טוישן איר קעגנערשאפט צו דראג פארבאטן בתנאי א גרויסע באשטייערער זאל איר נישט קריטיקירן. היינט איז ארויסגעקומען אז ווען אבמא האט געקלערט איר צו שלח׳ן ענדע פאריגע למספרם יאר האט זי שוין געהאט אנגעהויבן א קאמפיין אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי אז אזא באשלוס איז ראסיסטיש און אנטי סעמיטיש. אבער! די אלע זאכן זענען נישט אין די נייעס יעצט: דזשוליאני איז פיל אינטערסאנטער.

דאנערשטאג איז דער מעיאר געווען אויף אן אנערקענטע פאקס ניוז פראגראם ווי דער האוסט האט אים פראבירט צו דריקן צום וואנט מיטן אויפברענגן אז אבאמא׳ס זיידע איז געווען א וועטעראן אין די צווייטע וועלט מלחמה. ער האט צוריקגעשאסן, פרעגענעדיג רעטאריש צו דער האוסט וואלט געבליבן אין א קירכע מיט א גלח וואס שעלט אמעריקע אויף וואס דער האוסט האט באליידיגטערהייט געענטפערט אז זי איז נישט די רעדע. דזשוליאני האט אויף דעם רעאגירט, ״אוודאי נישט! די וואלסט נישט דארט געבליבן א רגע, ווייל די ביזט אויפגעצויגן געווארן מיט ליבשאפט צו די לאנד״ משא״כ אבאמא.

די מאחערייקע קען גוט דינען פאר א קורצע פריוויו פון די מידיע באהאנדלונג וואס רעפובליקאנע 2016 קאנדידאטן קענען ערווארטען.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

גראדע האט דער מעיאר געגעבן א פייערדיגע רעדע צוויי וואכן צוריק שוין, דאכט זיך אין אריזאונע, ווי ער האט געשריגען האלב וויינעדיג, ״מר. פרעזידענט קום צוריק אויף די וועלט!״ ער האט דארט אריינגעריסן אין אבאמא׳ס פאלעסיס בנוגע איסלאמישע טעראר, און אויך שיין אויסגעלויבט ביבי נתניהו.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח יואב, שיינע באריכט!

וואס איז דזשוליאני'ס פלאן? ער לויפט פאר א קאבינעט אמט?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זייער שיין באשריבן @יואב.
קיפיראפ!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

א דאנק פארן קאמפלימענטן.

לכאורה, לויט וויפיל איך פארשטיי האט ער גארנישט פלאנירט. די צוזאמקום ווי ער האט געזאגט די סטעיטמענט איז באמת געווען א פריוואטע און ס׳האט פשוט געליקט.

אויך האט ער דערווייל נישט געמאלדן קיין שום פלענער פאר פובליק אפיס, מעגליך אז ער וויל זיך אוועקשטעלן אלץ א קאנדידאט פאר סעקרעטערי או סטעיט/דעפענס און א קומענדיגע רעפובליקאנע אדמיניסטראציע. #שפעקולאציעס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זאפטיגע התחלה. א גוטע איידיע פון אן אשכול
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

על הראשונים אנו מצטערים וויאזוי די מידיא באהאנדעלט רעפובליקאנער און נאך ערגער איז וויאזוי די רעפובליקאנער שעמען זיך און זוכן מויזן לעכער וואו זיך צו באהאלטן און זיך ארויסדרייען, אנשטאט צו שטיין מיט אים און שרייען יא מיר אלע האלטן אזוי און אבאמא איז א קאלטער אומפאטריאטישער מוסלעם-ליבהאבער (אפי' נאך ערגער ווי אונז האלט מיר באמת). עס פעלט זיי דעם עם עקש תתפתל, די רעפובליקאנער דארפן פעטש, ווען וועלט איז וועלט, אדער ווען די מעשה איז פארקערט, הוי וואלט מיר אונז נישט אויפגעהערט הערן פון די שולץ, קלינטאן, וכו'!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווען די רעפובליקאנע האבען ווען שכל בעקן זיי דעם סטעיטמענט אלע צוזאמען ווי א קווייער, ווייל דאס ברענגט ריכטיג ארויס ארויס ווער אבאמא איז.

דער זשוליאני האט דאך אזוי גיט געזאגט...

אפטימיסט האקט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

הרב יואב יישר כח פאר די שיינע באריכט!

גראדע האט שוין אבאמא, געלאזט פאלן אן ענליכע סטעיטמענט ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט.ער האט געזאגט אויף געוועזענער פרעזידענט בוש אז ער אומאחרוית'דיג אין נישט קיין "פאטריאט" פארן אויפטרייבן א דעפסיט פין 4 טריליאן דאלער. ס'איז בשעתו געווען א סענזאציע, אבער זיינע פריינט אין די מידיע האבן אים שוין "פראטעקטעט".
לעצט פארראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום זונטאג פעברואר 22, 2015 12:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

איך פלאקער פאר כעס! קען מיך איינער מסביר זיין וואסערע מין קשיא דאס איז 'דו האלטסט אז אבאמא איז א קריסט'? רבונו של עולם, וואס נאך זאל איך האלטן? אדער וויסן?

אזא קשיא האט מען געפרעגט פון סקאט וואלקער און ער האט נאך געמוזט ענטפערן, אז נישט הייסט עס אז ער דרייט זיך ארויס פון ענטפערן, א מין חוצפה, א העזה וואס די מידיא קען אלץ טוהן מיט א רעפאב!

וואלקער האט גאנץ פיין געענטפערט, ער האט געזאגט אז די מידיא פרעגט קשיות וואס קיינעם אין אמעריקע גייט ניטאמאל אהן, איך בין עפעס א יודע מחשבות? איך האב אמאל גערעדט מיט אים דערוועגן?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

גם אני מצטרף להכעס פלאקעריי.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

:grin:
מצב כללי האט געשריבן:גם אני מצטרף להכעס פלאקעריי.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אפטימיסט האט געשריבן:איך פלאקער פאר כעס! קען מיך איינער מסביר זיין וואסערע מין קשיא דאס איז 'דו האלטסט אז אבאמא איז א קריסט'? רבונו של עולם, וואס נאך זאל איך האלטן? אדער וויסן?

אזא קשיא האט מען געפרעגט פון סקאט וואלקער און ער האט נאך געמוזט ענטפערן, אז נישט הייסט עס אז ער דרייט זיך ארויס פון ענטפערן, א מין חוצפה, א העזה וואס די מידיא קען אלץ טוהן מיט א רעפאב!

וואלקער האט גאנץ פיין געענטפערט, ער האט געזאגט אז די מידיא פרעגט קשיות וואס קיינעם אין אמעריקע גייט ניטאמאל אהן, איך בין עפעס א יודע מחשבות? איך האב אמאל גערעדט מיט אים דערוועגן?

ס'איז קלאר א דאפלטע סטאנדארט. אבאמא איז במשך 17 יאר געזעצן אין א קירכע וואו דער הויפט גלח האט געפרעדיגט "ג-ט שעלט אמעריקע". האט עמיצער געהערט די מידיע זאל אים צימבלען דערוועגן?
מילא דער נארישער מ'קעין האט דאס נישט געוואלט ארויפברענגען, אבער פארוואס האבן אים די פרעסע הונט נישט נאכגעיאגט אפצולעקן א ביינדל, אים פארהאלטן "זענט איר מסכים מיט די ווערטער פון אייער גלח דזשערמייע רייט? אויב איר זענט נישט מסכים דערצו, פארוואס זענט איר געזעצן דארט במשך 17 יאר און אויסגעהערט\קיינמאל נישט קריטיקירט זיינע רייד? וועט איר כאטש יעצט פארדאמען גלח רייט אין דער עפענטליכקייט?"

לפענ"ד, איך זעה נישט פארוואס עמיצער זאל קלערן אז אבאמא האט ליב אמעריקע. אלע זיינע מעשים צייגן פארקערט, אז ער קלערט ווירקליך - אזוי ווי אלע לינקע קלערן און אזוי ווי ער אליין האט געזאגט - אז אמעריקע ברויך מען "פונדאמענטאל טראנספארמירן."
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

דער קעניג האט נישט קיין קליידער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

צווישן אונז גערעדט, די גאנצע "סקאנדאל" איז בלויז צושטאנד געקומען ווייל דער גראדער דזשוליאני - אזוי ווי די מעשה פון יענעם אינגל ביי דעם קייסערליכן פאראד - האט אנגעוויזן וואס גאנץ אמעריקע ווייסט שוין 7 יאר, אז דער קעניג איז נאקעט!
אוודאי קען מען נישט וויסן וואס ליגט אין יענעם'ס הארץ, אבער מ'קען שפירן. און מ'קען דן זיין לויט די מעשים. אזוי ווי די דאזיגע מאמר ברענגט ארויס. די לינקע שפירן אויך וואו אבאמא'ס הארץ ליגט (לב כסיל לשמאלו), דערפאר האבן זיי אים ליב.
ווער פון די לינקע פרעסע און לינקע בכלל האבן ליב אמעריקע? ביי זיי איז "פאטריאטיזם" א מיאוסע ווארט!
נאר ווא דען? כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו. זיי האבן געטראפן א געלעגענהייט צו האקן אויף רעפובליקאנער בכלל און סקאט וואלקער בפרט, קומען זיי צו פליען ווי די רויב פייגל צו א טויטע סקאנק אויפ'ן זייט פון רוט 42.
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום זונטאג פעברואר 22, 2015 7:40 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

דאפלטע סטאנדארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אז מ'רעדט שוין פון דאפלטע סטאנדארטן, זעהט מען דאס בולט ביי די וואשינגטאן פאוסט דעקונג פון סקאל וואלקערס קאלעדזש יארן. זיי פארשן און פארשן און זוכן פון אונטערן טיש, אבער אבאמא'ס רעקארדס זענען נאך עד היום הזה נישט אפיר געקומען, און קיינעם אין די פרעסע האט עס ניטאמאל אינטערסירט!
ווי אזוי קען זיין אז 7 יאר אין זיין פרעזידענטליכע טערמין, זענען אבאמא'ס קאלעדזש רעקארדס און טרענסקריפטס נאך אלץ באהאלטן??? פארוואס איז דאס בכלל נישט קיין טעמע אין די MSM?
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
די גאנצע שוי שפיל קומט אין די זעלבע וואך ווי א רייע הויעך ראנקיגע דעמאקראטן וואלטן באמת געדארפט זיין אין בריעדיג הייסע וואסער: אנגעהויבן האט זיך עס מיט הילערי קלינטאנ׳ס פאונדעישאן אננעמען באשטייערונגען פון אויסלענדישע רעגירונגען, דאן איז ארויסגעקומען אז אלץ סעקרעטאי או סטעיט האט זי גענוצט נאר פירמעס וואס האבן בייגעשטייערט צו איר פאונדעישאן.
די מאחערייקע קען גוט דינען פאר א קורצע פריוויו פון די מידיע באהאנדלונג וואס רעפובליקאנע 2016 קאנדידאטן קענען ערווארטען.


די מידיע בייעס איז נישט א בלויזע השערה. די WFB האט אויסגערעכנט די דעקונג פון די זשוליאני באמערקונגען אין פארגלייך מיט די קלינטאן פאונדעישאן דעקונג.
אט איז א טבלה:
unnamed1.jpg

אין ווערטער:
Not including Fox News, that’s a disparity of almost 218 to 1. Including Fox coverage, it’s about 65 to 1. Expect it to keep growing throughout the day.

מידיע בייעס? וועלכע מידיע בייעס? :wink:
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיינע 2 צענט;
געדענקענדיג זשוליאני פון די צייטן וואס ער האט געדינט אלס ניו יארק'ער מאיאר, עס מוז נישט זיין אז ער האט אויסגערעכנעט דעם דאזיגן שטורעם כדי צי שלאגען שפעטער קאפיטאל דערפון, עס איז גאנץ מעגליך געווען נישט מער ווי א פליטת פה, אבער דאס'ז אמאל זיכער וואס מ'קען ערווארטען פון אזא ניסל ווי אים אז ער גייט נאר צימבלען ווייטער אבאמא'ן און די מידיע כדי צי זיכער מאכן אז יעדער פארשטייט זיין סטעיטמענט.

געווען אמאל וואס ער האט זיך אויסגעדריקט א מיאוס'ע אויסדרוק (די ר"ת פון שטירען אפפאל...) ווען די מידיע האט אים געצימבעלט דערויף איז געקומען דער נאטורליכער נישט ווערנדיג עקסיידעט; אה, יענס מיינט ב'לאוני ס'טאריס... דאס איז דער זשוליאני, האט קיין מורא פאר מידיע, זייענדיג מעיאר האט ער פון די מאפיא נישט געציטערט, פון די מידיע זיכער נישט...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:איך פלאקער פאר כעס! קען מיך איינער מסביר זיין וואסערע מין קשיא דאס איז 'דו האלטסט אז אבאמא איז א קריסט'? רבונו של עולם, וואס נאך זאל איך האלטן? אדער וויסן?

אזא קשיא האט מען געפרעגט פון סקאט וואלקער און ער האט נאך געמוזט ענטפערן, אז נישט הייסט עס אז ער דרייט זיך ארויס פון ענטפערן, א מין חוצפה, א העזה וואס די מידיא קען אלץ טוהן מיט א רעפאב!

וואלקער האט גאנץ פיין געענטפערט, ער האט געזאגט אז די מידיא פרעגט קשיות וואס קיינעם אין אמעריקע גייט ניטאמאל אהן, איך בין עפעס א יודע מחשבות? איך האב אמאל גערעדט מיט אים דערוועגן?

ס'איז קלאר א דאפלטע סטאנדארט. אבאמא איז במשך 17 יאר געזעצן אין א קירכע וואו דער הויפט גלח האט געפרעדיגט "ג-ט שעלט אמעריקע". האט עמיצער געהערט די מידיע זאל אים צימבלען דערוועגן?
מילא דער נארישער מ'קעין האט דאס נישט געוואלט ארויפברענגען, אבער פארוואס האבן אים די פרעסע הונט נישט נאכגעיאגט אפצולעקן א ביינדל, אים פארהאלטן "זענט איר מסכים מיט די ווערטער פון אייער גלח דזשערמייע רייט? אויב איר זענט נישט מסכים דערצו, פארוואס זענט איר געזעצן דארט במשך 17 יאר און אויסגעהערט\קיינמאל נישט קריטיקירט זיינע רייד? וועט איר כאטש יעצט פארדאמען גלח רייט אין דער עפענטליכקייט?"

לפענ"ד, איך זעה נישט פארוואס עמיצער זאל קלערן אז אבאמא האט ליב אמעריקע. אלע זיינע מעשים צייגן פארקערט, אז ער קלערט ווירקליך - אזוי ווי אלע לינקע קלערן און אזוי ווי ער אליין האט געזאגט - אז אמעריקע ברויך מען "פונדאמענטאל טראנספארמירן."


פארוואס האט ער געמוזט דעמאלטס איבער רייסן זיין קאמפיין און פראקלאמירן א היסטארישע דרשה מסביר צו זיין דעם ענין מיטן גלח רייט, דעם משוגע'נעם פעטער? מסתמא ווייל יודל מענדלזאן אויף אייוועלט האט פארפירט דערוועגן...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

George Stephanopoulos from ABC news did ask mr. obama about wright and George was heavily criticized by some in the media.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גיי ווייס פון וואו דער צרויה האט פארשאפט אזא געלונגענעם זוהן... דער יואב איז גאר פיין!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:גיי ווייס פון וואו דער צרויה האט פארשאפט אזא געלונגענעם זוהן... דער יואב איז גאר פיין!

נישט צו פארקריכן פונעם אשכול, אבער צרויה איז גראדע געווען זיין מוטער'ס נאמען
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

@KolHaolam: NEW YORK: ex-Mayor Rudy Giuliani said his office received death threats in the wake of his "Obama doesn't love America" comments last week.

פיין געזאגט יואב, שרייב נאך
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:@KolHaolam: NEW YORK: ex-Mayor Rudy Giuliani said his office received death threats in the wake of his "Obama doesn't love America" comments last week.
אבער דאך זאגט ער אז רוב פון די פאון קאלס זענען געווען סופפארט אריינגערעכנט פון באבי דזשינדאל דער לואיזיאנע גאווערנאר
פיין געזאגט יואב, שרייב נאך
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פליגל האט געשריבן:

געווען אמאל וואס ער האט זיך אויסגעדריקט א מיאוס'ע אויסדרוק (די ר"ת פון שטירען אפפאל...) ווען די מידיע האט אים געצימבעלט דערויף איז געקומען דער נאטורליכער נישט ווערנדיג עקסיידעט; אה, יענס מיינט ב'לאוני ס'טאריס... דאס איז דער זשוליאני, האט קיין מורא פאר מידיע, זייענדיג מעיאר האט ער פון די מאפיא נישט געציטערט, פון די מידיע זיכער נישט...

אויב געדענק איך גוט איז דאס געווען מיט קלינטאן נישט דשוליאני,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

פליגל האט געשריבן: זייענדיג מעיאר האט ער פון די מאפיא נישט געציטערט,

סליגט מיר עפעס אין זכרון א סטעיטמענט פון אים,
"די קונץ איז נישט, 'נישט' מורא צו האבן פון די מאפיא, איך האב אויך מורא, די קונץ איז אז אפילו ס'ווארפן זיך די איברים פאר שרעק, טוט מען נאך אלץ וואס מ'דארף"

אבער יא, דער איז טראציג ביז גאר,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”