בלאט 1 פון 109

בתי מדרשים וואס גייען אריבער רענאוואציעס

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:43 pm
דורך שלום אויש
אין א צווייטע אשכול ווי מען רעדט פון בתי מדרשים וועלכע מען בויעט איבער פון אלט צו ניי, פון אמאל צו היינט, פון אומבאקוועם צו הערליך שיין האבן עטליכע דערמאנט אז עס וואלט געמעגט געעפנט ווערן אזא אשכול ווי מען זאל צינויפברענגען אונטער איין דאך אלע רענאוואציעס און קרן הבנינים וואס קומען פאר אין די צווייטע היים פון יעדן איד נעמליך די בתי מדרשים ווי אידישע קינדער פארוויילן דריי מאל א טאג צו מער טוענדיג אלע אידישע געברויכן ווי דאווענען צום אויבערשטן טוען מצות ומעשים טובים און פארשטייט זיך לימוד התורה וואס אין די היינטיגע עפאכע בויעט מען הערליכע היכלי התורה אין יעדן בית המדרש.

ווען א בית המדרש איז אנגענעם געבט עס אריין א געשמאק אינעם דאווענען און מען קען רוהיג דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט אונז.

עס איז אויך א פארנעם ווי מען טוט דעם רצון השם יתברך פון "זה קלי ואנוהו" מיטן באצירן דעם אכסניא ווי די שכינה וויילט בזמן הזה און אזא אשכול דארף ארויפברענגען א שטאלץ ביי אינז אידן אז אנשטאט בויען נאך א רעסטוראנט און נאך א ריזן סופערמארקעט פארגעסן מיר נישט פון דעם וואס מיר זענען ארגינעל דא און מיר לייגן אריין גרויסע געלטער אויסצורישן די בתי כנסיות ובתי מדרשות.

אין די לעצטערע חדשים און יארן האט קהל יטב לב ד'סטאטמאר אין וויליאמסבורג געלאזט אין גאנג א היסטארישע קאמפיין פון איבערבויען דעם תורה צענטער וועלכע איז דאס שפיגעלע פון די ממלכת סאטמאר איבער די וועלט די אלטע בית המדרש אויף ראדני סטריט וואס איז נאך געווארן באנוצט דורך רבותינו הקדושים מרנן הבעל דברי יואל זיעועכי"א און בעל ברך משה זיעוכי"א און איז אלץ געווען די הארץ פון
יעדן סאטמארע חסיד.

די בית המדרש ווערט פונדאסניי איבערגעפלאנצט און הערליך אוועקגעשטעלט אלץ א באקוועמע מקום תורה ותפילה ממש נישט צום דערקענען.

סיי וועלכער פרישער אנטוויקלונג אין דעם קאמפיין אדער אנדערע בתי מדרשים וואס נעמען אונטער מערכות צו איבערבויען און פארשענערן ווערן פארבעטן דא צו מעלדן די נייעס און מיר זאלן גאר אינגיכן ווערן אוועקגעפירט מיט משיח צדקנו וואס ווי באקאנט וועלן אלע בתי מדרשים מיטפארן קיין ירשלים עיר הקודש זאל מיר הערן גאר בקרוב דעם קול שופר.
זה קלי ואנוהו!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:49 pm
דורך מחותן
און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:54 pm
דורך שלום אויש
מחותן האט געשריבן:און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

פארשטענדליך.
יענע אשכול איז די נייעס אלגעמיין אנבאלאנגט וויליאמסבורג, איז אנשטאט שרייבן ביי א בית המדרש וואס ווערט איבערגעבויעט אין מאנסי, אינעם מאנסי אשכול, אין אזוי ווייטער בכל מדינה ומדינה.
וועט אבער אזא אשכול זיין געווידמעט פאר אלעס ארום איבערבויען בתי מדרשים, און וועט אויך זיין סאך גרינגער ווען איינער וויל נאכזיכן ווי מען האט גערעדט פון א ספעציפישע בית המדרש וואס מען האט רענאווירט.
גענוג קלאר?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:05 pm
דורך שווייצע זייגער
די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:25 pm
דורך להודיע
שווייצע זייגער האט געשריבן:די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.


וויען זאל מיר מוחל זיין אבער דאס אפשפארן לי עוועניא קאר. ווילסאן שוין פאר יארן לאנג איז נישט קיין שיינע זאך. מיט א קעריזש קענסטו זיך איבער דרייען אדער גיין אויף די גידיכטע לי טרעפיק.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:28 pm
דורך שלום אויש
דאס איז עפעס וואס דו דארפסט אריינגעבן צו די וויענע אפיס און נישט סתם העצן אויף א פארום.
זיי זענען נאבעלע מענטשן און פארשטייען אנדערע.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:39 pm
דורך מיסטעריעז
להודיע, לי/ראובלינג מיינסטו.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:46 pm
דורך גיי שוין גיי
אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:50 pm
דורך מיסטעריעז
גיי שוין גיי האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

פארוואס עפעס נישט?
און ס'שוין דא איינס אזא אשכול ביי די נייעס, 500 בעדפארד רענאוואציעס

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:57 pm
דורך שלום אויש
נו אנשטאט פולע באזונדערע אשכולות פאר ראדני/בעדפארד/וויען און פרישע צו יעדע נייע קרן הבנין איז פראקטישער און באקוועמער איין אשכול בכלליות,

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:47 pm
דורך ניקעל
קראלי בית מדרש מאכט יעצט רענאוואציעס פאר פרישע קלענערע שטיבלעך 

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:10 am
דורך כאפצעם
סאטמאר-קליימער ביהמ"ד ענדיגט יעצט רענאוואציעס אויף די אונטערשטע שטאק פון די מקוה, האלוועי און שטיבלעך.

און גרייטן זיך יעצט פאר א גרעסערע פראיעקט ארויסצובויען דעם ווייבער שול אויף נאך א זייט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:45 am
דורך מיסטעריעז
סאטמאר-מירטל בויעט שוין די עקסטענשן?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:47 am
דורך גערעכטער
הער איך אז פריימאן ביהמ''ד גרייט זיך צו איבערבויען,

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 1:45 am
דורך טאטלע
בית המדרש הגדול אין קרית יואל האט מען שוין איבער געמאכט אלע האלס
אין יעצט גייט מען לייגען טיילס אויף די פאליש וואנט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 10:49 am
דורך maybeeynot
ניקעל האט געשריבן:קראלי בית מדרש מאכט יעצט רענאוואציעס פאר פרישע קלענערע שטיבלעך

קלענערע אדער שענערע ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 11:59 am
דורך שאינו יודע
להודיע האט געשריבן:
שווייצע זייגער האט געשריבן:די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.


וויען זאל מיר מוחל זיין אבער דאס אפשפארן לי עוועניא קאר. ווילסאן שוין פאר יארן לאנג איז נישט קיין שיינע זאך. מיט א קעריזש קענסטו זיך איבער דרייען אדער גיין אויף די גידיכטע לי טרעפיק.


באמת נישט מענטשליך

שלום אויש האט געשריבן:זיי זענען נאבעלע מענטשן און פארשטייען אנדערע.


לערן דיר אויס, איבעראל איז דא פון אלע סארט, עס איז נישט דא א פלאץ ווי עס איז דא נאר פון איין סארט,

מען דארף נישט אריינרופן זאגן א זאך וואס איעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט

פונקט ווי איך דארף נישט אריינרופן זייער אפיס אז זיי האבן נאכנישט געפוצט די שניי ביי בעדפארד קליימער, און עס איז סכנת נפשות

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:04 pm
דורך וואס איז
שאינו יודע האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:זיי זענען נאבעלע מענטשן און פארשטייען אנדערע.

מען דארף נישט אריינרופן זאגן א זאך וואס איעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 1:45 pm
דורך signout
טאטלע האט געשריבן:בית המדרש הגדול אין קרית יואל האט מען שוין איבער געמאכט אלע האלס
אין יעצט גייט מען לייגען טיילס אויף די פאליש וואנט
זיי זענען א שטיקעל חידוש זיי בויען איבער שטילערהייט אין האב לכאורה אינוועסטירט מער ווי רוב רענאוועישאןס אין זיי רעדן נישט דערפון קיין שום גרויסע שנאר קאמפיין, איז דא א נדבן פאר די אלע זאכען?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 1:58 pm
דורך טאטלע
עס איז דא א יוד ר' ליפא גראס ער שאפט די געלד פאר דאס אלעס

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 4:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
להודיע האט געשריבן:
שווייצע זייגער האט געשריבן:די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.


וויען זאל מיר מוחל זיין אבער דאס אפשפארן לי עוועניא קאר. ווילסאן שוין פאר יארן לאנג איז נישט קיין שיינע זאך. מיט א קעריזש קענסטו זיך איבער דרייען אדער גיין אויף די גידיכטע לי טרעפיק.

די סיבה איז זייער פשוט, זיי האב ןאנהייב געמיינט אז מען רעדט פון מאקסימום א יאר אדער ווייניגער די גאנצע קאנסטראקשען, און די חלק אויף לי נאך ווייניגער. זיי זענען פשוט סטאק אינמיטן בויען צוליב געלט, און עס גייט זייער שטייט, אבער עפענען קען מען נישט, ווייל מען האלט טיעף אינדערמיט. גראדע האט זיך לעצטענס געגעבן א היפשע שאקל.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 5:15 pm
דורך מיסטעריעז
עפענען רעדסטו פון די ביהמ"ד, יא?
ווייל אויב רעדסטו פון די סיידוואלק פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט, מ'קען נישט אביסל אריינרוקן די גרינע ווענט? די לאך וואס זיי האבן דארט געגראבן אז שוין לאנג פארשטאפט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 5:32 pm
דורך דארפסמאן
signout האט געשריבן:
טאטלע האט געשריבן:בית המדרש הגדול אין קרית יואל האט מען שוין איבער געמאכט אלע האלס
אין יעצט גייט מען לייגען טיילס אויף די פאליש וואנט
זיי זענען א שטיקעל חידוש זיי בויען איבער שטילערהייט אין האב לכאורה אינוועסטירט מער ווי רוב רענאוועישאןס אין זיי רעדן נישט דערפון קיין שום גרויסע שנאר קאמפיין, איז דא א נדבן פאר די אלע זאכען?



אויב עס איז דא געלט דארף דאס נישט דארען אזוי לאנג, זיי האלטן און איין שנארען נאר נישט מיט א גרויסע פאמפ

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 5:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטעריעז האט געשריבן:עפענען רעדסטו פון די ביהמ"ד, יא?
ווייל אויב רעדסטו פון די סיידוואלק פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט, מ'קען נישט אביסל אריינרוקן די גרינע ווענט? די לאך וואס זיי האבן דארט געגראבן אז שוין לאנג פארשטאפט.

יענע לאך איז שוין געווארן אויפגעגראפן און פארמאכט מינימום 10 מאל. זיי האלטן אין איין צולייגען זאכען איינס זאך אויף אמאל.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:42 pm
דורך מיסטעריעז
אז זיי ווילן וועל איך האבן שטארק מיטלייד מיט זיי, אבער אפשפארן די סיידוואלק ביי יענע קארנער פאר אזוי לאנג האט קיין אויסרייד!
אז מ'מוז גראבן נאכאמאל, רוקט מען נאכאמאל די וואנט, אבער ווען עס איז פארדעקט זאלן זיי מוחל זיין און אריינרוקן די וואנט.