השקדן האט געשריבן:איך זוך בילדער פון די צוויי שטאקיגע אוצר הספרים פון פאפא שוהל. איינער האט אפשר?
אויב איר ווייסט נישט דער אשכול איז געווידמעט פאר סאטמארע בתי מדרשים, אויב ווילט איר פון א אנדער בית המדרש בעט רשות פון די הנהלה....
השקדן האט געשריבן:איך זוך בילדער פון די צוויי שטאקיגע אוצר הספרים פון פאפא שוהל. איינער האט אפשר?
לא לנו האט געשריבן:ער איז גערעכט, אפדעיטס האט א שיעור, כ'באקום אין אימעיל יעדן טאג א פרישע הויפן מיט בילדער פון אפדעיטס, ס'מאכט נערוועז. אז דו ענדיגסט בויען שיק א בילד און פארטיג.
בזה יצאתי ידי נערוועזטי
zurich האט געשריבן:Satmer has the most new Shules!
When was the last time that pupa did construction??
שמן האט געשריבן:איך מיין אז וויזניץ בני ברק האט נאך גאנץ אסאך בתי מדרשים איבער גאנץ ארץ ישראל נאר מאכט נישט אזא עסק ווי סאטמאר יעדעס מאל מ'טוישט די האלטער פאר די פאפיער זיך אנצוווישען
סראלי האט געשריבן:שמן האט געשריבן:איך מיין אז וויזניץ בני ברק האט נאך גאנץ אסאך בתי מדרשים איבער גאנץ ארץ ישראל נאר מאכט נישט אזא עסק ווי סאטמאר יעדעס מאל מ'טוישט די האלטער פאר די פאפיער זיך אנצוווישען
אסאך (אדער רוב) איי וועלט שרייבער/לייענער באלאנגן צו ק״ק סאטמאר
שמן האט געשריבן:סראלי האט געשריבן:שמן האט געשריבן:איך מיין אז וויזניץ בני ברק האט נאך גאנץ אסאך בתי מדרשים איבער גאנץ ארץ ישראל נאר מאכט נישט אזא עסק ווי סאטמאר יעדעס מאל מ'טוישט די האלטער פאר די פאפיער זיך אנצוווישען
אסאך (אדער רוב) איי וועלט שרייבער/לייענער באלאנגן צו ק״ק סאטמאר
צו דעם בין איך אויך מסכים, עס גייט אויף אזוי ווייט אז זיי מיינען זיי זענען אזויווי די big tech אז עפעס וואס שטימט נישט 100% מיט זייער שיטה דארף ווערען געמעקט
שמן האט געשריבן:איך מיין אז וויזניץ בני ברק האט נאך גאנץ אסאך בתי מדרשים איבער גאנץ ארץ ישראל נאר מאכט נישט אזא עסק ווי סאטמאר יעדעס מאל מ'טוישט די האלטער פאר די פאפיער זיך אנצוווישען
שמן האט געשריבן:נאר די גרעסערע זאכן ווי למשל פארבן די ריקעדיגע ווענט, אין טוישן די סינקס אין די פאליש וכדומה וד"ל
חסד השם האט געשריבן:סקווירא האט אויך גאנץ אפט דא אפדעיטס פון בית מדרש הגדול. נאר גראדע בויעט סאטמאר אסאך
כהאלט גראדע אויך אז מדארף נישט שיקן יעדן טאג פיקטשערס ווי מהאלט און יעדע שטיבל וואס מבויעט איבער
נקודהלע האט געשריבן:חסד השם האט געשריבן:סקווירא האט אויך גאנץ אפט דא אפדעיטס פון בית מדרש הגדול. נאר גראדע בויעט סאטמאר אסאך
כהאלט גראדע אויך אז מדארף נישט שיקן יעדן טאג פיקטשערס ווי מהאלט און יעדע שטיבל וואס מבויעט איבער
סתם צו אינטערשטרייכן זיין פוינט, דו ווייסט פון איין מאסיווע סקווירא שוהל וואס ווערט געבויט. און ווערט טאקע געדעקט מיט אפדעיטס, אבער די שוהל איז אסאך א גרעסערע פראיעקט ווי איבערמאכן א דאך אין ק"י אדער ווענט אין ראדני, דאס איז א נייע ריזוגע בנין, לאמיר זאגן כאילו אויף ראדני וואלט מען געבויט אינגאנצן א נייע שוהל איבער 2 מאל אזוי גרויס ווי די יעצטיגע אדער די קרית יואלער שוהל וואלט געווארן לדוגמא די כולל אדער פלאץ פון טישן און נעבן דעם וואלט מען געבויט א נייען בנין, איבער 2 מאל אזוי גרויס וכו'.
צו ווייסטו אז סקווירא בויעט יעצט אין מאנסי צוויי נייע בתי מדרשים, אין מאנטריאל האט מען לעצטענס איבערגעמאכט, אין ירושלים האלט מען אינמיטן פארענדיגן - אדער לעצטענס פארענדיגט, אין אנטווערפן גייט מען יעצט בויען פון פריש, בארא פארק 17 עוועניא און 12 עוועניא שטיבל האבן איבערגעמאכט, 14 עוועניא שטיבל בויט, בית שמש, מאנטשעסטער און פיל נאך. און קיינעם פאלט נישט איין צו לייגן יעדען טאג צוויי א בילד פון די אלע.
נאר וואס דען? פארוואס האט סאטמאר דא פון יעדע קליינע שוהל וואס טוישט די טיר אדער דאך? איז דא דערפאר אפאר סיבות: סיבה 1, ס'דא דא מער סאטמארע ווי אנדערע אזוי ווי דו שרייבסט. אבער אויך איז דא נאך א סיבה פארוואס דא ווערט מער געוויזן אפי' קלענערע דערגרייכונגען אין די סאטמארע קהילות: קאמפעטישן.
און אגב, איך האב דייקא יא הנאה פון די אלע בילדער, און אויב מ'וויל דוקא עפענען אן אשכול פאר גרעסערע געשענישן ווי די גור, וויזניץ, סקווירא, באבוב, 770 נייע שוהל, אדער ווען מ'בויט ממש צו א נייע פליגל צום קרית יואלער שוהל, ווער לאזט נישט? און ווי די אנדערע פרעגן ווער לאזט דיר נישט לייגן פון בילדער פון יעדע שוהל פון וויזניץ. כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז ער איז גערעכט אז ס'ווערט דא געדעקט קלענערע זאכן פון סאטמאר ווס. אנדערע, אבער נישט צוליב קיין צענזור אויף אנדערע.
נקודהלע האט געשריבן:די ערשטע בנין רעכטס איז די יעצטיגע ביהמ"ד - קומענדיגע היכל הטישן
די בנין אינטער איר רעכטס איז די יעצטיגע היכל הטישן - קומענדיגע חלק פון ביהמ"ד
די הויז לינקס פונעם יעצטיגן ביהמ"ד איז דעם רבינס הויז
די בנין לינקס פונעם טישן זאל איז אלטע (אראפגעווארפענע) כולל בנין
לינקס פון די כולל איז דא אויפן בילד (געווען אמאל) צוויי הייזער איינס די רביצן'ס הויז - וואס איז געווען די רבי ז"ל'ס הויז גלייך אנהייב שטעטל און דערנאך איז עס געווען דעם רבינס הויז אלץ אינגערמאן
און אינטער איר איז דא נאך א הויז וואס איז דאכט זיך מיר געווען די ראחמיסטריבקער רביס הויז (אדער זיין ברודער ר' אברהם דוב - נישט זיכער)
צווישן די כולל אין די טישן זאל איז דא א שטח - דארט איז געווארן אויפגעשטעלט די סוכה
די פלאץ פון די לעצטע 4 זאכן זענען יעצט די לאך פאר די צווייטע חלק פונעם נייעם בית המדרש און די סוכה איז יעצט אויף די לינקע זייט פונעם בית המדרש דארט ווי דו זעסט טרעילערס. אויך וועט די בית המדרש ארויסקומען ביז די יעצטיגע בית המדרש און די סעפעיס צווישן די יעצטיגע היכל השלחנות און שוהל וועט אוועקגיין.
די בילד איז אביסל אן עלטערע בילד.
אגב זעט מען אויך אינטער די טישן זאל די מקוה טהרה
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, Growth hacker, maybeeynot, א גוטן יונה, אזוי גאר!, בלינצע, בעזרת השם, געשמאקע קוקיס, מצה מעהל, משה צימערינג, נא_שכל, סארקאזי, עירמאנט'ער, פּינטער, פערפלוואל, קושטא, קרייסלער, ראש חדשים און 95 געסט