שמשון הגיבור האט געשריבן:אמת ויציב האט געשריבן:משה ישר האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:זייער יאניק די דזיין זייער שיין ריבא האט עס לכורה גמאכט
יא עס איז זייער דיפרענט, ווער איז דער ריבא?
ער האט אויך דיזיינט די נייע שול אויף וואלעבאוט פאר סאטמאר מהר"א
[אגב דארט איז די דיזיין עכט נישט צום דבר סיי מבחוץ און סיי מבפנים אויסער די מקוה, וואס איז גאנץ פיין ]
ווי אויך האט ער דיזיינט די נייע מקוה טהרה פאר סאטמאר מהרי"י אין קרית יואל דארט איז די תבנית הבית מבחוץ א חידוש
משה ישר. זיין נאמען איז לוי יצחק ריבא. א גרויסע דיזיינער היינט.
אמת ויציב. די נייע מהר״א שוהל און ווילי איז א חידוש נפלא און דיזיין. איך האב נאכנישט געזעהן אזא יוניק דיזיין פאר א שוהל.
שמשון, די זאגסט חידוש נפלא און נאכער זאגסטו דיזיין, חידוש נפלא קען אפילו געזאגט ווערן אויף עפעס וואס איז נישט שיין, צום ביישפיל,
די על.אי.די לייטס ביים אריינקומען איז א חידוש, דהיינו סאיז נאכנישט דא אין קיין ביהמ"ד, אבער עס געט בכלל נישט דעם וועלקאם וואס א ביהמ"ד ברויך צו געבן,
ווייטער דער FACADE איז זייער נישט מעטשי,
לוי יצחק האט שוין דיזיינט אסאך גאר שיינע זאכן [לדוגמא אויף די מינוט: די בילדונג אויף WILLOUGHBY ווי סאיז ביהמ"ד קדושת צבי מהחל ועד כלה איז הערליך שיין ממש מיט פשוטע מאטריאלן האט ער געמאכט דארט א גן עדן ] און ער איז פון די טאטעס און דיזיין ביי חסידישע יודן און פון די מערסט קריעטיוו דיזייענערס מיט קאלירפולע איידיעס
אבער דעם שול אויף וואלאבאוט קען נוצן א ערענסטע REDESIGN
קאמ אן, סאיז נישט ל"ח מבויעט נישט יעצט קיין ראדני סטייל שולן
די LAYOUT איז א פרשה פאר זיך וצריך תיקון גדול