בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:01 am

וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:46 am

חנוכת הבית פון ביהמ"ד מכתב סופר אין לעיקוואד (JDN)
8669E971-D668-4C3D-8E2B-A2717519CA69.jpeg
8669E971-D668-4C3D-8E2B-A2717519CA69.jpeg (81.03 KiB) געזעהן 2350 מאל

עניבאדי מיט אינפוי אויף ווער דאס איז? קומט מיר פאר אז דער רב זיצט נאך רבי מלכיאל
דביה תחדי נפשא

בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:57 am

אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:14 am

נישט געוויסט אז ס׳דא אויף אייוועלט אירע וואס פארנעמען נישט קיין צחות...
דביה תחדי נפשא

בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:21 am

חמרא טבא האט געשריבן:נישט געוויסט אז ס׳דא אויף אייוועלט אירע וואס פארנעמען נישט קיין צחות...

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 1:03 pm

בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:17 pm

נאך יארן פון ארויסקוק און ערווארטונג האבן דער ציבור חסידים אין ק"ק באבוב - 45 אויפגענומען די בשורה מרנינה אז בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד וועלכער וועט דינען אלס דער אלטוועלטליכער צענטער פאר'ן חסידות.

מיט עטליכע חדשים צוריק האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב – 45 שליט"א פארופן א דרינגענדע אסיפה פאר די חסידים פון גאנץ ניו יארק, און אויפגעפאדערט די חסידים זיך אונטערצונעמען גרויסע סכומים כדי צו קענען אריינשפרינגען אינעם מאסיוון פראיעקט. אויפ'ן רבינ'ס רוף איז טאקע אין דער נאכט פונעם אסיפה געשאפן געווארן די היסטארישן און פאנטאסטישן סומע פון אריבער 18 מיליאן דאלער.

אין די לעצטע חדשים האבן די עסקנים אינעם וועד קרן הבנין געארבעט אומערמידלעך אויף אלע פראנטן. קודם מיט שאפן נאך נדבות ביי די נדיבים בעם צו קענען אנהייבן דעם פראיקט. און דאן מיט'ן פאראויסרוקן די דעטאלירטע פלענער, און פארזיכערן אז דער בנין דינט יעדן צוועק פון דער קהילה און פונעם חצר הקודש.

באזונדער האבן א שטאב פון עסקנים זיך אפגעגעבן מיט'ן ערלעדיגן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן די בוי ארבעט, און בס"ד איז עלתה בידם, אינעם פארלאפענעם זומער תשפ"א, צו קריגן די ערלויבענישן פון רעגירונג צו קענען צוטרעטן צום חלק המעשי, און בשטומ"צ זענען די טראקטארן אנגעקומען צום שטח און אנגעהויבן מיט דער פאקטישע ארבעט אנצוהייבן בויען דעם בית הגדול והקדוש.

אין די יעצטיגע טעג האט דער וועד קרן הבנין ארויסגעשטעלט פאר'ן ציבור - וואס פאלגט נאך נאך די בוי ארבעט מיט אינטערעסע און גרויס פרייד - א ספעציעלער לוח וואס טוט אנצייגן דער סדר פון דער ארבעט פאר די קומענדיגע 11 חדשים טריט ביי טריט.

דער נייער ביהמ"ד אנטשפרעכט צו זיין א מאיעסטעטישע פראכטפולע געביידע ווי עס פאסט פאר אזא בית גדול וקדוש. עס וועט געבויעט ווערן אויפ'ן שטח פון דער קהילה אויף דער 14'טער עוועניו פון 49 ביז 50, עס וועט געבויעט ווערן אין צוויי באזונדערע שטאפלען, און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.

דער בנין וועט זיין פונדרויסן 75 פיס הויעך, עס וועט אויך אראפגעראבן ווערן 40 טיף אונטער דער ערד, וואס דארט וועלן זיין דער היכל התורה, מקוה און נאך פילע איינריכטונגען פארן געברויך פון דער קהילה און חצר הקודש.

אינעם ערשטן שטאפל וואס ווערט געבויעט אויפ'ן ווינקל פונעם 49'סטן גאס און די 14'טע עוועניו, וועט דער היכל הביהמ"ד אנטהאלטן 14,000 סקווער פיס, און וועט פארמאגן 3 גאלעריען. דער היכל וועט זיין 50 פיס הויעך און וועט אריינעמען ארום 2000 זיץ פלעצער.

די קהילה איז אויך אין קאנטראקט מיט'ן גרויסן Y געביידע ביים ווינקל פון 14 און 50, און ווען די געביידע וועט פריי ווערן וועט דארט געבויעט ווערן דער צווייטער שטאפל פונעם בית המדרש הגדול, און אינאיינעם וועט דער ריזיגער היכל הביהמ"ד פארמאגן א סכה"כ פון 23,000 סקווער פיס, און וועט קענען אריינעמען איבער 3000 זיץ פלעצער. און נאך 1500 זיץ פלעצער אינעם עזרת נשים.

דער בנין וועט פארמאגן 6 ברייטע אריינגענג. 8 חדרי תפילה, און וועט קענען אריינעמען בערך 1000 מתפללים שחרית פער שעה בימות החול. מיט א באקוועמער היכל התורה מיט קרוב צו 400 זיץ פלעצער, און צענדליגער טויזנטער ספרים.

די מקוה וועט אנטהאלטן 4 בורות און 65 שויערס, און ווערט געבויעט ספעציעל צו קענען אריינעמען אזויפיל ווי 1200 אידן א שעה בימי שבת ויו"ט, און 600 א שעה אין די וואכן טעג.

די חסידים פון איבער דער גארער וועלט פאלגן נאך די פארשריט, און געבן א שבח והודיה פאר הקב"ה וויסנדיג אז מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערן זיי נענטער צום טאג וואס זיי קוקן שוין יארן לאנג ארויס, צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, און קענען מיטהאלטן די תפילות, די טישן און מעמדי קודש, מיט אן הרחבת הדעת אין א פראכטפולן בנין אשר הוא כולו קודש לד'.

ויה"ר שחפץ בידם להצליח להגדיל תורה ולהאדירה.
צוגעלייגטע
unnamed (43).jpg
unnamed (43).jpg (167.77 KiB) געזעהן 1766 מאל
unnamed (42).jpg
unnamed (42).jpg (189.22 KiB) געזעהן 1766 מאל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:26 pm

משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:33 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:34 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?

איך ווייס נישט און איך נעם נישט קיין שטעלונג (איך האב סתם גע C/ P) אבער דער שרייבער זאגט דאך ניו יארק סיטי די 2 וואס די דערמאנסט איז אין די סטעיט.. ודו"ק :lol:
--
האקט

מחצה''ק
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך מחצה''ק » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:36 pm

גארגארפיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?

קאן זיין ס'גייט דאך זיין אויך פאר די מוסדות?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:41 pm

יאך וואלט זיי גע'עצה'ט צו בויען וואס זיי דארפן און נישט קוקן וויפיל ס'איז גרעסער וכו', דער מהלך פירט אין ערגעץ, מיר קומען שוין פון דארט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך א גולם » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:42 pm

הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:42 pm

גארגארפיק האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?


איך האב פארשטאנען איך פרעג נאר ווער עס גייט למעשה האבן די גרעסטע שיל צווישן די 3
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך יש לו מנה » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:45 pm

א גולם האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...

:lol: :lol:
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 3:42 pm

א גולם האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...


נאר די אלטע איז געווען צוקראכט, די נייע איז אסאך שענער.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
נקודהלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 4:33 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...


נאר די אלטע איז געווען צוקראכט, די נייע איז אסאך שענער.

ווער ס׳ווייסט ווייסט אז אלו ואלו דא״ח
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13500
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:43 pm

א גולם האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...

ווראנג! מיר האבן אנגעטוהן א הויעכע ביבער הוט אינאיינעם מיטן ירושלימ'ע רבינס גבאי

משמש בקודש
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך משמש בקודש » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:00 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
בפשיטות האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס איז מיט 500 בעדפארד? גאנץ שיין און בא'טעם'ט צו לערנען, פאר מיר (אלץ חסיד סאדיגורה) שפירט זיך עס זייער נייטראל...

וואאאף... נישט געוויסט אז וויליאמסבורג פארמאגט סאדיגורה חסידים...

סטאוו למשל איז נישט א וויליאמסבורגער?…

נעי סטאוו גייט א קראכע היט...

ווראנג! מיר האבן אנגעטוהן א הויעכע ביבער הוט אינאיינעם מיטן ירושלימ'ע רבינס גבאי


:lol:

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:14 pm

אוי סטאוו׳ל ביזט צוקאש....
דביה תחדי נפשא

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: גרויס פרייד אין ק"ק באבוב – 45, ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן גיגאנטישן נייעם ביהמ"ד

תגובהדורך חסד השם » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:21 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:און ביים פארענדיגט ווערן וועט דאס זיין דער גרעסטער בית המדרש אין גאנץ ניו יארק סיטי, און וועט אפקאסטן די פאנטאסטישע סומע פון אריבער 60 מיליאן דאלער.


וועט עס זיין גרעסער ווי סקווירא? סאטמאר קי מהר"א?

סקווירא ווייסעך נישט, אבער לויט די נאמבערס וואס זיי באבוב 45 שרייבן גייט סיי די היכל און סיי די גאנצע בנין זיין גרעסער ווי די קרית יואלע בית מדרש
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:22 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווראנג! מיר האבן אנגעטוהן א הויעכע ביבער הוט אינאיינעם מיטן ירושלימ'ע רבינס גבאי

:lol:
און וואו האסטו איבער געלאזט די אלטע? אויף גריבויבער רבין'ס בענקל?
לעצט פאראכטן דורך סטיטשינער אום מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Don't blame me, I voted Trump

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:39 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווראנג! מיר האבן אנגעטוהן א הויעכע ביבער הוט אינאיינעם מיטן ירושלימ'ע רבינס גבאי

:lol:
און וואו האסטו איבער געלאזט די אלטע? אויף גריבויבער רבין'ס בענקל?

אויף די דריטע-פערדע שטאק
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
פליפ פאון
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:01 pm

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך פליפ פאון » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:19 pm

farshlufen האט געשריבן:יאך וואלט זיי גע'עצה'ט צו בויען וואס זיי דארפן און נישט קוקן וויפיל ס'איז גרעסער וכו', דער מהלך פירט אין ערגעץ, מיר קומען שוין פון דארט.

יאך ווייס נישט פון ווי עטץ קומטס, אבער יעדע ביהמ"ד פון יעדע גרויסע חסידות וואס איז געבויעט געווארן אין די פריערדיגע יארן (סאטמאר, בעלזא, באבוב, וויזשניץ ב"ב, מאנסי ועוד ועוד), האט געדויערט א קנאפע פופצען יאהר ביז מ'איז אויסגעוואקסן די פלאץ, איז אין די לעצטערע יארן ווען די גרויסע חסידות'ן (וויזניץ ב"ב, סקווירא, גור) בויען נייע בתי מדרשים, בויען זיי אסאך אסאך גרעסער ווי זיי דארפן יעצט, פלאס נאך אפאר גאלאריען מיט א בליק אויף להבא, לכשירחיב.
באבוב 45 נעמט די זעלבע מהלך, גראדע הייבן זיי אהן יעצט מיט שלב א', וואס גייט נאר זיין 14000 סקווער פיס'יגע היכל הביהמ"ד מיט 3 גאלאריען. נאך שלב ב' וואס נעמט אריין גאר אסאך דיטאלען (בויען א נייע בנין פאר די וויי, צוזאם ווארפן און אויפבויען פון פריש פאר א ביהמ"ד) און עס וועט נאך נעמען א שיינע פאר יאר אנצוקומען אהין, וועט דאס היכל הביהמ"ד זיין 23000 סקווער פיס, וואס קומט אויס אז דאס איז די גרעסטע בית המדרש אין ניו יארק סיטי. דאס זיין די גרעסטע ביהמ"ד איז נישט די מטרה, נאר א תוצאה. כנלע"ד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:52 pm

איבעיא להו, ניו יארק סיטי תנן לאפוקי מניו יארק סטעיט מפני שיש שם סקווירא וסאטמאר, או אורחא דמילתא קתני כיון שהוא בתוככי ניו יורק סיטי וגדולה היא אף מסקוווירא וסאטמאר, ואת"ל סיטי דוקא גדולה בכמותה קתני או באיכותה ומאי גדולה שמגדלין בה תורה ותפלה, ואת"ל גדולה בכמות למאי אי להווה או לעתיד קתני, ואת"ל לצורך העתיד העתיד בקרוב או רק לאחר ירושה וישיבה בבניית וסתירת הוויי וכל שום וחניכא דאית להו, ועוד בה שלישיה האם למטרה קתני או לתוצאה קתני, תיקו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”