יהודי האט געשריבן:דעם שבועות איז אין טריסקער שטיבל געווען 728 איבערגעלאזטע רעגן מאנטלעך (318 מער פון אינמיטן יאר), 483 איבערגעלאזטע שאלן (294 מער פון אינמיטן יאר), 326 איבערגעלאזטע רעזשוואלקעס (147 מער פון אינמיטן יאר) און 179 איבערגעלאזטע סידורים (52 מער פון אינמיטן יאר).
אזוי אויך איז אויסגעגאנגען דורכאויס דעם יו"ט 285,163 טישאס (82,905 מער פון אינמיטן יאר), 73,811 פאום קאפס (22,074 מער פון אינמיטן יאר) און 62,106 לעפלעך (39,244 מער פון אינמיטן יאר).
20 נייע מיסט קאסטענעס זענען צוגעלייגט געווארן אינעם שטיבל אין בעפארברייטונג צו די מאסן צווייטע-האנט טישאס וואס זענען ערווארטעט געווארן איבער יו"ט: 3 אינעם צפון פליגל, 3 אינעם דרום פליגל, 5 אינעם מערב פליגל (צוליב די ריבוי שפייאכץ פון די דברי קין והבל פון די יושבים), 1 אינעם מזרח פליגל (פארן רבי'ן זז"ג), 2 אין חדר קריינטשא שפרינצא, 2 אין חדר קאקאשקאוויטש, 1 אינעם חצר (פאר די טישאס וואס לאנדן בטעות אין ציהל), 1 נעבן די זיידעס, 1 נעבן די ליבעראלן און 1 אינעם קאווע שטיבל. דערצו זענען צוגעלייגט געווארן 10 מיסט קאטענעס און 2,000 טישא באקסעס אין ווייבער שוהל פאר די נשים שלא טעמו טעם דמעות (האסטע געזעהן א פרוי אנע טישא...? זי לאטעך נישט די טרערן פליסן, א געוויין אן טרערן ווי א פייער אן רויעך, ווי א טישא אן קיין באקס, ווי א באנק אן קיין שוהל, ווי א פליגל אן קיין שוהל, ווי אן איבלט שרייבער אן קיין עקסעס).
עהם, נאכמער, אין טריסקער שטיבל זענען פארלענדעט געווארן אן ערך פון 200,000 פונט מילכיגס (מ'ברענגט טאקע נייע בענק צוליב'ן חורבן, נעה, נישט פון די קריעם קעיק, פון די איבערוואגיגע!), די טריסקע חסידים זענען אריין רעב ככלב און (כמעשהו בראשון כך וכו') ארויס ככלבא (עסנ'דיג ווי אזוינס) און גוט שבוע.
די אקדמות איז דאך אפגערעדט! ס'האצעך געגאסן דארט ביים אקדמות, געגאסן מיינעך געגאסן! אבער געגאסן! ס'אצעך געגאסן טייכן, טייכן מיינעך טייכן! אבער טייכן! ס'אצעך געגאסן דארט טייכן טייכן פון קנאק יענקל'ס, די עולם האט ממש געדונערט און געבליצט אזש ס'אצעך געשפירט א ריכטיגע מתן תורה אטמאספער, בעצם איז געווען דארט אן הכנה למתן תורה אטמאספער - כנהוג ביי אונז חסידים אז די הכנה איז דאך גרעסער ווי די מצוה, און אזויווי ביי מתן תורה ביים בארג סיני האט די עולם מקיים געווען די הכנה למתן תורה די זעלבע, נעמליך מיטן שנארכעצן עד לב השמים פון די וואדקע, די שנארכעצן האבן פראדוצירט דונערן וואס האט אפגעשראקן די מלאכים וואס זענען זיכער געווען אז דא קומט פאר מתן תורה ווידעראמאל, ומי שלא ראה מעמד זה לא ראה כלום וסימן שאז ישן משה.
מי ידמה לן ומי ישוה לן, טריסק איט איז...!
קרעדיט: די רבי אליין.
געהערט נישט אין נייעס אשכול, אריין אין קרעטשמע פאר א גלעזל שנאפס