בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין די נייע עקסטענטשן האט מיין חבר געציילט זעקס הונדערט עטליכע אין די ניינציג זיצן.

אין פאליש איז דא א גאנץ יאר דאכציך 180 זיצן, און שבועות דאכציך 400.

אויך קומט צו זיצן ביי די קארנערס פון ביהמ"ד (נישט פאליש) פון מערב זייט ווי א גאנץ יאר איז דא טישן און שבועות נעמט מען עס ארויס.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

צל עובר האט געשריבן:אין די נייע עקסטענטשן האט מיין חבר געציילט זעקס הונדערט עטליכע אין די ניינציג זיצן.

אין פאליש איז דא א גאנץ יאר דאכציך 180 זיצן, און שבועות דאכציך 400.

אויך קומט צו זיצן ביי די קארנערס פון ביהמ"ד (נישט פאליש) פון מערב זייט ווי א גאנץ יאר איז דא טישן און שבועות נעמט מען עס ארויס.

קוק דעי פיקטשער וואס איך האב פריער געלייגט פין פאליש עס איז דא ארום 550 זיצן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גערעכט, ברויך מען גיין ציילן וויפיל זיצן עס איז דא אין פאליש א גאנץ יאר, דאס ווייסעך אז אין גאנצן ביהמ"ד איז דא א גאנץ יאר 1960 זיצן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין די נייע עקסטענטשן האט מיין חבר געציילט זעקס הונדערט עטליכע אין די ניינציג זיצן.

אין פאליש איז דא א גאנץ יאר דאכציך 180 זיצן, און שבועות דאכציך 400.

אויך קומט צו זיצן ביי די קארנערס פון ביהמ"ד (נישט פאליש) פון מערב זייט ווי א גאנץ יאר איז דא טישן און שבועות נעמט מען עס ארויס.

קוק דעי פיקטשער וואס איך האב פריער געלייגט פין פאליש עס איז דא ארום 550 זיצן

מיין חבר האט יא געציילט 750 זיצן און די נייע עקסטענשאן
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איז אמת די שמועה, אז מען גייט ארויסבויען אין ק"י אויף די רעכטע זייט אויך, אזוי ווי אויף די לינקע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז וואר אז מ'רעדט דערפון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רבותים
די אשכול איז רעזערווירט צו רעדן פון רענאוואציעס נישט פון זיצן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מען האט צוגעלייגט שבועות,

750 זיצען אויף די צפון פליגעל
375 אויף דרום זייט
250 אין פאליש
200 חדר קילא
200 חדר מארקאוויטש
60 ביי מזרח

= 1835

חוץ א גאנץ יאריגע זיצן וואס איז זיכער מער ווי די צוגעלייגטע, איך האב עס נאר פשוט נישט געציילט.

250 צוגעלייגטע זיצן אין פאליש גוזמא קתני
חוץ אז איר רעכנט דע גאנץ יעריגע זיצן

די פאליש האט געהאט שבועות ארום 550 זיצן קענסט עס ציילן אויף די בילדער. סאיז ארום 250 מער פין א גאנץ יאר

א גאנץ יאר איז דא 475 בערך, שבועות איז געווען 750.

14 שורות פון 52 זיצען, פער שירה + די זייטיגע
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז וואר אז מ'רעדט דערפון.

שואלכענין האט געשריבן:איז אמת די שמועה, אז מען גייט ארויסבויען אין ק"י אויף די רעכטע זייט אויך, אזוי ווי אויף די לינקע?

פון די פאנדרעיזינג קוקט אויס אז זיי ווילן שוין סזאל זיין פארן 2טען זייט אויך, ווי אויל גייט שוין ארום א שמועה א לאנגע צייט אויף א נדבן אויף די מאנעו וכדו' אבער אזוי ווי סאיז נישט באשטעיטיגט ברענג איך עס נישט דא
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
קארטל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארטל »

ווייסט איינער וויפיל געלט דארף צוקאסטן צו אראפ נעמען א חלק פון עזרת נשים און מאכן גרעסער די חלל ביהמ"ד הגדול איו קרית יואל?
קארטל
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארטל »

שואלכענין האט געשריבן:איז אמת די שמועה, אז מען גייט ארויסבויען אין ק"י אויף די רעכטע זייט אויך, אזוי ווי אויף די לינקע?

איך מיין אז פאר מען בועיט ארויס די צווייטע זייט זאל מען קודעם גרעסער מאכן די חלל הביהמ"ד
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קארטל האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איז אמת די שמועה, אז מען גייט ארויסבויען אין ק"י אויף די רעכטע זייט אויך, אזוי ווי אויף די לינקע?

איך מיין אז פאר מען בועיט ארויס די צווייטע זייט זאל מען קודעם גרעסער מאכן די חלל הביהמ"ד

איך האלט אויך אזוי די שאלה איז נאר צו מען קען? און וויפיל עס גייט קאסטען?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

געהערט האב איך, ווייסעך נישט צי ס'קראנט, אז מ'גייט אט אט זיך נעמען צום צווייטן זייט, הערשט דערנאך וועט מען אראפ נעמען די אלטע ווייבער שילס.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ווייבער שולן הענגען פון דאך אראפ מיט שיפע ביעמס, ווער עס געדענקט די שול איידער ר' אברהם יושע ע"ה האט עס פארענדיגט און באצירט די ווייבער שול מיט די האלץ ווייסט במה הדברים אמורים, איינס איז אן עכטע און די אנדערע א פאלשע, ודו"ק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אפ' איך געדענק נישט פון דעמאלטס, קען מען דאס זען אויב מקוקט גוט ווייל די וואס זענען נאר א פאלטשע ביעם גייט נישט ארויף ביז אויבן, מיין קשיא איז נאר פארקערט צו איז מעגליך אוועקצונעמען די לאנגע ביעמס וועלכע שלענגען זיך אונטערן וויבער שוהל? (העכערן ריק וואנט פון חדר שמואל בנימין)
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אחת ואחת האט געשריבן:אפ' איך געדענק נישט פון דעמאלטס, קען מען דאס זען אויב מקוקט גוט ווייל די וואס זענען נאר א פאלטשע ביעם גייט נישט ארויף ביז אויבן, מיין קשיא איז נאר פארקערט צו איז מעגליך אוועקצונעמען די לאנגע ביעמס וועלכע שלענגען זיך אונטערן וויבער שוהל? (העכערן ריק וואנט פון חדר שמואל בנימין)

אלעס איז מעגליך, ס'קאסט נאר ממון ודמים
מ'האט שוין גערעדט וועגן אראפנעמען די ווייבער שול ס'קאסט אבער אן אסטראנאמישע סכום, ס'דארף פשוט קומען דער ריכטיגער נדבן וואס זאל זיין גרייט דאס צו ספאנסערן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

דעם שבועות איז אין טריסקער שטיבל געווען 728 איבערגעלאזטע רעגן מאנטלעך (318 מער פון אינמיטן יאר), 483 איבערגעלאזטע שאלן (294 מער פון אינמיטן יאר), 326 איבערגעלאזטע רעזשוואלקעס (147 מער פון אינמיטן יאר) און 179 איבערגעלאזטע סידורים (52 מער פון אינמיטן יאר).

אזוי אויך איז אויסגעגאנגען דורכאויס דעם יו"ט 285,163 טישאס (82,905 מער פון אינמיטן יאר), 73,811 פאום קאפס (22,074 מער פון אינמיטן יאר) און 62,106 לעפלעך (39,244 מער פון אינמיטן יאר).

20 נייע מיסט קאסטענעס זענען צוגעלייגט געווארן אינעם שטיבל אין בעפארברייטונג צו די מאסן צווייטע-האנט טישאס וואס זענען ערווארטעט געווארן איבער יו"ט: 3 אינעם צפון פליגל, 3 אינעם דרום פליגל, 5 אינעם מערב פליגל (צוליב די ריבוי שפייאכץ פון די דברי קין והבל פון די יושבים), 1 אינעם מזרח פליגל (פארן רבי'ן זז"ג), 2 אין חדר קריינטשא שפרינצא, 2 אין חדר קאקאשקאוויטש, 1 אינעם חצר (פאר די טישאס וואס לאנדן בטעות אין ציהל), 1 נעבן די זיידעס, 1 נעבן די ליבעראלן און 1 אינעם קאווע שטיבל. דערצו זענען צוגעלייגט געווארן 10 מיסט קאטענעס און 2,000 טישא באקסעס אין ווייבער שוהל פאר די נשים שלא טעמו טעם דמעות (האסטע געזעהן א פרוי אנע טישא...? זי לאטעך נישט די טרערן פליסן, א געוויין אן טרערן ווי א פייער אן רויעך, ווי א טישא אן קיין באקס, ווי א באנק אן קיין שוהל, ווי א פליגל אן קיין שוהל, ווי אן איבלט שרייבער אן קיין עקסעס).

עהם, נאכמער, אין טריסקער שטיבל זענען פארלענדעט געווארן אן ערך פון 200,000 פונט מילכיגס (מ'ברענגט טאקע נייע בענק צוליב'ן חורבן, נעה, נישט פון די קריעם קעיק, פון די איבערוואגיגע!), די טריסקע חסידים זענען אריין רעב ככלב און (כמעשהו בראשון כך וכו') ארויס ככלבא (עסנ'דיג ווי אזוינס) און גוט שבוע.

די אקדמות איז דאך אפגערעדט! ס'האצעך געגאסן דארט ביים אקדמות, געגאסן מיינעך געגאסן! אבער געגאסן! ס'אצעך געגאסן טייכן, טייכן מיינעך טייכן! אבער טייכן! ס'אצעך געגאסן דארט טייכן טייכן פון קנאק יענקל'ס, די עולם האט ממש געדונערט און געבליצט אזש ס'אצעך געשפירט א ריכטיגע מתן תורה אטמאספער, בעצם איז געווען דארט אן הכנה למתן תורה אטמאספער - כנהוג ביי אונז חסידים אז די הכנה איז דאך גרעסער ווי די מצוה, און אזויווי ביי מתן תורה ביים בארג סיני האט די עולם מקיים געווען די הכנה למתן תורה די זעלבע, נעמליך מיטן שנארכעצן עד לב השמים פון די וואדקע, די שנארכעצן האבן פראדוצירט דונערן וואס האט אפגעשראקן די מלאכים וואס זענען זיכער געווען אז דא קומט פאר מתן תורה ווידעראמאל, ומי שלא ראה מעמד זה לא ראה כלום וסימן שאז ישן משה.

מי ידמה לן ומי ישוה לן, טריסק איט איז...!

 קרעדיט: די רבי אליין.
א פשוטע איד.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ככככ דערמאנסט מיר א מעשה ווען א געוויסע אדמו"ר האט אליינס אריינגערופן איבערגעבן זיינע געפילן וואס ער האט געהאט ביי די "גרויסע רבי"שע חתונה" וואס מזאל שרייבן אין די PR... (געהערט פון די ארויסגעבער, נאמען געהיט אין מיר)
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויסגעלאזט וויפיל קנעפלעך מ'האט געטראפן
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יהודי בתפארתו.... :grin: :grin: :grin:

ריכטיגע דברי שירה והספד

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

קארטל האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל געלט דארף צוקאסטן צו אראפ נעמען א חלק פון עזרת נשים און מאכן גרעסער די חלל ביהמ"ד הגדול איו קרית יואל?


וואס איז? דו האסט די פארלאנגטע דערפאר?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

farshlufen האט געשריבן:די ווייבער שולן הענגען פון דאך אראפ מיט שיפע ביעמס, ווער עס געדענקט די שול איידער ר' אברהם יושע ע"ה האט עס פארענדיגט און באצירט די ווייבער שול מיט די האלץ ווייסט במה הדברים אמורים, איינס איז אן עכטע און די אנדערע א פאלשע, ודו"ק.

די ווייבער שוהל איז דעזיינט געווארן דורך בריק אינזשענירן.
אוועטאר
לעבט אין לאכט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבט אין לאכט »

I am looking for an experienced (AutoCAD) Interior and exterior Designer with experience in designing a Beis Medrish anyone with info on a good candidate please post or send me Private
אז מען לאכט לעבט מען
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

לעבט אין לאכט האט געשריבן:I am looking for an experienced (AutoCAD) Interior and exterior Designer with experience in designing a Beis Medrish anyone with info on a good candidate please post or send me Private

ס׳איז דא איינער ביטמאן אין וויליאמסבורג וואס טוט דאס. איך האב אבער נישט זיין נאמבער
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

ארום די זייגער האט געשריבן:
לעבט אין לאכט האט געשריבן:I am looking for an experienced (AutoCAD) Interior and exterior Designer with experience in designing a Beis Medrish anyone with info on a good candidate please post or send me Private

ס׳איז דא איינער ביטמאן אין וויליאמסבורג וואס טוט דאס. איך האב אבער נישט זיין נאמבער

משה וואלף אפענהיים פין קרית יואל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”