סענאטאר יוסף (זשאוסעף) ליבערמאן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

סענאטאר יוסף (זשאוסעף) ליבערמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

א שאד, א שאד.

שוין יא געווען א נארמאלער מענטש אין סענאט איז ער אויך מן הסתם פארביי.

סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן האט הערשט פארלוירן די דעמאקראטישע פריימעריס צו זיין אפענאנט נעט לעמאנעיד - אר וואטעווער היס נעים איס.

די סיבה פארוואס איינער פון די איינציגע נארמאלע, באזעסענע, רעספעקטירטע, און טראסטבארע סענאטארס האט פארלוירן צו א קליינעם צוציק, שפילט זייער קלאר אויף ווי פארשטינקן די אמעריקאנע פאליטיק איז היינט צוטאג.

אנשטאט מענטשן זאלן ארויפקוקן אזא איינעם ווי סענאטאר ליבערמאן, און אפילו רעספעקטירן דעם פאקט אז ער איז דרייסט און קלאר מיט זיין מיינונג אין א הינזיכט, נאו מעטטער וועטהער יו לייק איט ארר נאט. טוט מען אים אונטערברענגען און אראפווארפן פארן חטא פון נישט מיטזינגען עי. בי. סי. די. מיטן ניגון וואס איז גוט פאר די פארטיי'ס פאליטיק אויפן יעצטיגן מאמענט.

א שאד, א שאד, חבל על דאבדין. לאמיר נאר כאטשיג האפן אז ער וועט אפשר לויפן אויף די אינדעפענדענט טיקעט, און געבן נאך א שאנס פאר די קאנעטיקוט ווילער צו ווידער-ערוועלן און האלטן נאך א טראסטבארער לאנד טאטע אינעם צודרייטן וואשינגטאן פאליטיק 'פייטינג עריע'.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאב שוין געמיינט אז ער איז נישט בין החיים, נעקסטיים שרייב עפעס אנאנדער לשון אין קעפל.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יענטאאש;

זייער א שיינע הספד, אבער צו פריה!

הרב יוסף ליבערמאן שליט"א, וועלכער האט שוין אפגעדינט 18 יאר אין סענאט, וועט אי"ה ווייטער דינען און קוועטשן דעם זעלבן באנק, און וועט ווייטער דבר'ן מיט זיין באבע'ס שטומע ווען עס וועט אויספעלן, ער איז נאכנישט קיין פארגאנגענהייט.

אלץ אינדעפענדענט - וואס ער האט פארשפראכן צו לויפן אויף יענע ליניע אין פאל ער פארלירט - וועט ער זיין שטארק ארויפגעקוקט אין סענאט, ביידע זייטן וועלן זיך לעקן צו אים און פרובירן האבן זיין שטיצע ביי אלע וויכטיגע טעמעס וואס וועלן ארויפקומען אויפן סדר היום.

רומארס האבן קורסירט אין די נייעס אגענטורן אז די רעפובליקאנע פארטיי האט געלייגט אן אויג אויף אים, און ווילן אים נעמען אלץ זייער קאנדידאט. קענענדיג ר' יוסל'ען, קען איך אייך זאגן אז דאס פאסט גארנישט פאר אים, ער וועט נישט אזוי שנעל ווערן א רעפובליקאנער, הגם די פארטיי זיינע, די אייזל פארטיי וואס ער האט גאר געטריי געדינט און אפילו מיטגעלאפן מיט על גאור פאר זעקס יאר צוריק אנכאפענדיג זיין געטריי פרוי הדסה ביי די האנט, האט אים פארראטן ביג טיים.

צווישן אונז גערעדט, אמעריקע איז דען די איינציגע לאנד וואס איז אין דער ערד אויפן מאמענט? זי האט מעכטיגע קאמפאניע אונטערן אויבערפלאך! לאמיר נישט אנהייבן רעדן פון לבנון, איראק, סיריע, איראן, אפגאניסטאן, צפון קארעא, נאר אפילו די גאר 'נארמאלע' און 'רעספעקטירטע' לענדער געפונען זיך יעצט טיף אינעם אפגערונד, נישט קענענדיג אויפקומען מיט א נארמאלע לעזונג, זאל עס שוין זיין אפילו א קורצטערמיניגע, פארן מיטל מזרח וועלכע ברענט ווי א קעסל רח"ל.

קאפי אנאן מיט זיינע קאלעגעס אינעם יו.ען. געביידע, כאסאן נאסראלא מיט זיינע געהילפן אינעם אונטערערדישן בונקער, אהוד אולמערט מיט זיין באוואנצטן קריגס מיניסטער, אלע אלע געפונען זיך יעצט טיף טייער למטה מעשרה טפחים אלף פעמים ככה, נישט נאר יוסף ליבערמאן, המקום ינחם אותו.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

שכח קרעמער פאר דיין קאנטער אנאליז. מיר עגריען דאך אויף דעם אז ער האט שאנסן נאך האפענטליך צו ווערן ערוועלט. אבער דער פונקט בנוגע די פארשטינקענע אמעריקאנער פאליטיק איז נאך אלץ רעלאוואנט, און נישט צו פרי, אפשר צו שפעט.

דאס אז מיר זענען אין דר'ערד. יא ליידער. כ'האף נאר אז נישט אין ממש די זעלבע לעכל ווי דעם אקצענט-צעהאקטן קאפי אנאן ןשותפיו. און אוודאי נישט די ישמעלים, חס מלהזכיר.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אקעי

דאס אז סענעטער ליבערמאן האט פארלוירן קען מען אויס טייטשען אויף צוויי וועגען

1)די דעמאקראטישע פארטיי גייט איבער נעמען קאנטראל אויף די קעפיטעל אין נאוועמבער אין אזוי די ווייט האעז פאר די קומענדע פאר יאר, (נישט גוט פאר מיר נישט גוט פאר אמעריקע , נישט גוט פאר די וועלט , בקי' נישט גוט פאר קיינעם נאר פאר די ליב'ס)

2)לאמיר אריין גיין אביסעל טיפער , ליבערמאן האט געוואויט דעמעקראטיק אין סענאט זיינע אלע יאר'ן 97 פראצענט ער איז פון די מערסטע דעמאקראטישע סענעטארען וואס זענען דא -נאכאמאל איך רעד נישט יעצט פון די אנטי וואור משוגעים וואס כ'האלט זיי נישט פאר דעמאקראטען איך רעד יעצט םון אישו'ס אויף וואס ער האט אלץ געשטימט דעמאקראטיש- יעצט דעמאלט'ס פארוואס זאל קענען אזא איינער ווי ער -וואס זיין זיץ איז א שטארקע זיץ- און זאל פארלירען צו א קעגענער די קשיא איז נאכמער פארוואס זאל די דעמאקרטישע פארטיי אפי' שטיצען א קעגענער א קעגען אים ,
נאר וואס דען זייט די אינגע חברה האבען איבער גענומען די דעמאקראטישע פארטיי -טאקע די וואס האבען געבויעט האווערד דיען'ס פרעזידענטשעל קאמפיין און דערנאך צו געשטופט אז ער זאל ווערן זייער פארזיצער- האבען זיי מיט כח געשטיפט דעם פארטיי אלץ מער און מער לינק'ס און איינער וואס אגריעד נישט מיט זיי אויף די הייסטע טעמע ווילען זיי אראפ ווישען זעהט מען טאקע לעצטענ'ס אז אלע וואס האבען נאר אין חלום צו לויפען פאר פרעזידענט אמאל טאנצען זיי נאך (כ'רעד פון די דעמאקראטען) ווי א שטייגער הילערי מיטן רופען פאר ראמספעלד'ס ריטייערמענט,
איצטערט די פאקט האט באוויזען אז וואס מער די דעמאקראטען ריקען זיך צו רעכט'ס געווינען נאר די ריפאבליקאנער מער פארוואס ? גוט א קוק וואס איז געווען נאך די וויעטנאם וואור וואס דאס איז געווען פון די אומפאפילערסטע מלחמות וואס קען נאר זיין די דעמאקראטען האבן געשימפט רעכט'ס און לינק'ס אריין געשניטען אינעם פרעזידענט('ס) עד חרמה , האבען זיי דערנאך עפעס געהאט דערפון ? ניין פארוואס ווייל דאס אמעריקאנע פאלק האט פיינט א שוואכע אמעריקע במילא וואס מער זיי האבען זיך געריקט לינק'ס אלץ לענגער האט זיי גענומען ארויס צו קריכען פון זייער בלאטע,
במילא דא קען זיין די זעלבע , נאר וואס דען לעצטענ'ס האבען די ריפאבליקענ'ס זיך גענומען זיך אליינ'ס צו שיסען אין די פוס און זיי מוזען עס סאפען בעצייטענס .


אקעי יעצט קרעמער
מיין מיינוג איז אז ליבערמאן וועט עס נישט מאכען אלץ א אינדיפענדענט פשוט ווייל "רוב" דעמאקראטישע פירער'ס וועלן מוזען שטיצען דעם דעמאקראט ווי פריער געשריבען , אין א נארמאלע ריפאבליקען וועט נישט וואוטען פאר אים , פארגעס נישט אז ער האט געוואוט אקעגען די טעקס קאט'ס וכו' וכו' ,
אבער ווי זאגט מען ימים ידברו,
לעצט פארראכטן דורך מעסטערמיינד אום מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

סאכדעס האט געשריבן:כאב שוין געמיינט אז ער איז נישט בין החיים, נעקסטיים שרייב עפעס אנאנדער לשון אין קעפל.

האסט אויך געמיינט אז ער איז געווארן א חסיד?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד;

דו האסט זיך עפעס פארמישט מיט די דירעקציעס, דו רעדסט פון "רעכטס" אדער - דאכט זיך מיר - אז דו מיינסט גאר "לינקס"... קוקסט שוין באלד אויס ווי פליפ-פלאפ קערי.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

יישר כח קרעמער שוין פאראכטען, (קענסט דיך פארשטעלען נאך עד היום האב איך פראבלעמען מיט רעכט'ס און לינק'ס לאו דוקא ביי פאליטיק'ס נאר אפי' אין טאג טעגליכען לעבען אז איך פרעג איינעם דיירעקשענ'ס און ער זאגט מיר מאך א רעכט'ס דארף איך קוקען אויף מיינע הענט , אקעי דאס איז די רעכטע און דעס איז די לינקע קומט אויס אז רעכט'ס איז דארט, און גלייב מיר ס'איז בזיונות).

עניוועי נחזור לעינינו ביטע הייב נישט אן מיט דעם נאט קעיס קערי,

וועגען די מיטל איסט כ'מיין אז כ'האב שוין אמאל ארויס געזאגט מיין מיינונג, אבער צו זאגען אז אמעריקע איז איןנדער ערד ( ווי יענטאאש) בשום אופן ,
און לגבי איראק ווייז מיר איין נארמאלער מענטש -מעג עס זיין אפי' א ליבעראל ער זאל נאר וועלן ענטפערן צו דער זאך אין נישט בלויז שיסן האס- וואס זאל ארויף קומען מיט א נארמאלען פלאן וואס צו טוהן און נישט סתם ווידערהוילען אז מדארף אהיים ברענגן די טרופ'ס,
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

דעמאקראטן רעפובליקאנער, אינדיפענדענס, שטותים מיט הבלים, גייט מיר נישט אן, האו קערס, איך ווייס עפעס אנדערש, איך זעה אז די אלע טעראריסטן בני ישמעאלים דרייען זיך ארום מיט די ארגסטע וואפן, און די גררררררררווווווווווייייייייססססססססעעעעעעעעעע אמממממממממעעעעעעעערררריייייייטטטטשששששששקקקקקקעעעעע, גיט זיך משינה'דיג אן עצה (בלשון סגי נהור) דהיינו, מריקט די נאציאנאלע אלערט סיסטעם פון ארענדש אויף געל און פון געל אויף רויט, משרייט נא נא, מסטראשעט אז מגייט ווייזען, און??????????. גארנישט דארטן ווי די האסט געהאלטן

קאמ אן, נעם דיינע געווער און זיי עים מסדר!!

נע כקען נישט כהאב מורא,

פון וועם האסטו מורא? ביסטאך די שטארקע גרויסע אמעריטשקע?

וואס הייסט פון וועם איך האב מורא, די אלע אנטי אקטיוויסטן, אנטי וואר, אנטי איראק, אנטי פרעזידענט, און אנטי מענטשן, אנטי נארמאל, אנטי כווייסעך וואס נאך.


פארשטייט עטץ?


---------------------


איך זעה נאר גאז, א גאלאן טייערער פון א ברויט, זשאבס א הויקער, ווילסט גיין קאלעקטן געלט, קוים וואס מקען פון איינעם ארויסשלעפן א גרייצער.

גיב א קוק אין די וועלט, טשיינע לאכט פון די וועלט, אלעס ווערט פון דארטן געברענגט, און די גרויסע ריזיקע געלונגענע פארגעשריטענע אמעריטשקע, קען זיך מיט זיי נישט אן עצה געבן. גנבענען רעכטס אין לינקס, און רעד צום לאמפ, כקאן גארנישט טוהן, סריקט זיך דא אריין א פרישע ווארט, גלאובעל אקאנאמי!!!!!!!!!!!!!

קאם אן האק דיר ארויס פון קאפ די אלע שטיתים, קוק וואס סטוט זיך אין דיין לאנד, גארנישט קאנסטו נישט טוהן, וואס דו פרובירסט צו פאבריצירן, סגייט נישט דורך קיין צוויי וואכן, בומס, דער טשייניז מיט די דינטשיגע אויגן און שמייכל פון אויער צום אויער, און ער מאכט די זעלבע פראדוקט. די פענטאגאן גיט אויס ביליאנען דאלארן צו פאבריצירן נייע פארגעשריטענע געווער, גיב עס א יאר, און טשיינע האט עס, אן ספענדן ביליאנען. גיי ווייס פון ווי.

רבותי עפענטס ענק די אויגן, אמעריקע איז אויפן שוועל פון באנקראט, יא באנקראט.

שוין איך רעד שוין נישט צו די זאך....................

כמיין אז איך גיי עפענען א פרישע אנטי גרופע, איינער קען מיר געבן עפעס א אנטי נאמען????
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ליינענדיג דיין תגובה האב איך באשלאסן אנצואווענדן אלע מיטלן דיר צו בארוהיגן, אויב נישט אינגאנצן, זאל כאטש זיין למחצה לשליש ולרביע, ווייל מיט אזא אויפברויז, גלייב איך נישט אז דו וועסט היינט קענען מיט א קלארן קאפ לערנען די צוויי סעיפים אין קיצור שלחן ערוך. על כן דא האסטו, נעם אן מיינע בארוהיגונג רייד וואס קומען פון טיפעניש פון מיינע געדערים:

טרייסט אייך - טאגליכט - טרייסט אייך, די פרייז פון א גאלאן גאזאלין איז נאך דערווייל ביליגער ווי די פרייז פון א גאלאן מילך! אפילו די חלב ישראל'דיגע! טשעק איט אוט.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער
טאגליכט
איך וועל צולייגען צו קרעמער'ס רייד, די פרייז פון א גאלאן געזאלין איז נאך אלץ ביליגער ווי א גאלאן געבאטעלטע וואסער,,,,,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
טאגליכט
איך וועל צולייגען צו קרעמער'ס רייד, די פרייז פון א גאלאן געזאלין איז נאך אלץ ביליגער ווי א גאלאן געבאטעלטע וואסער,,,,,


שקר ווי די עבודה זרה.

אפשר אין אן האטעל, נישט אין געשעפט.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער
די ווערטער האב איך געהערט פון א גאז סטאנציע בעל בית
נאכאמאזעל אז די געז פרייזען זענען הויך אזוי רעד מען זיך אפ נאר אויף דעם און מ'כאפט זיך נישט אז געבאטעלטע וואסער איז טייערער, ווייל א 24 אונס באטעל וואסער קאסט בערך צווישען 75 סענט צו א דאללער א גאלען איז 128 אונסעס יעצט רעכען אויס 24 מאל 5 איז בערך א גאאלאן יעצט 85 מאל 5 איז פיר דאאלער און פינעף אין צוואנציג סענט ,,
יעצט וואס איז טייערער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד;

ביסט גערעכט ווען מען קויפט די קליינטשיגע באטלעך וואסער, וואס די היימישע קאמפאניס רייסן געלט, א שלונג = א קוואדער. אבער ווען מען קויפט א שאכטל מיט זעקס אדער אכט גאלאנען וואסער, קומט עס אויס אסאך ביליגער ווי בארשט.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער האט געשריבן:מעסטערמיינד;

ביסט גערעכט ווען מען קויפט די קליינטשיגע באטלעך וואסער, וואס די היימישע קאמפאניס רייסן געלט, א שלונג = א קוואדער. אבער ווען מען קויפט א שאכטל מיט זעקס אדער אכט גאלאנען וואסער, קומט עס אויס אסאך ביליגער ווי בארשט.

די קליינע באטלעך קאסט נישט מער ביי היימישע וואו נישט היימישע
אדרבה גי אין א גוי'אישע געשעפט און קוק עס נאך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך גיי געווענליך נישט אין קיין גוי'אישע געשעפטן, אבער איך ציה צוריק פון מיין סטעיטמענט, עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט.
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

Let's see ???!!!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער איז א זיכערע געווינער, לויט די פאראויסזאגער ביי ק.נ.א.
ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק »

ohrchodosh
האסט שוין געזען?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א גאלאן וואסער קאסט בערך א דאלער פונפציג.

און א קליין 16 אנס באטל קאסט א דאלער.

דערפאר קויף איך ענדערשער א גאלאן'דיגער באטל ווי איידער א גאלאן געזאלין.... (סאררי. ווי איידער א קליין באטל )
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איפה וויכי..??

אינטערסאנטע אשכול,
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

א אינטערסאנטע רוף פון הימל וואס האט צוריקגעברענגט מר. ליבערמאן צו ערליכע אידישקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ר' יוסף ליבערמאן דער געוועזענע סענאטער פון קאנעטיקוט, ווערט לעצטענס פרומער און פרומער.

ער האט שוין ארויסגעגעבן א בוך איבער די שיינקייט פון שבת, און יעצט האט ער ארויסגעגעבן א נייע בוך: With Liberty and Justice: The Fifty Day Journey from Egypt to Sinai איבער פסח ספירה און מתן תורה, פארשטייט זיך ס'נישט קיין חסידיש ספר, אבער ער טוט זיך אידענטעפעצירן מער און מער מיט ערליכע אידנטום.

הכלל, ר' יצחק פראנקפורטער פון עמי מאגאזין האט לאור דעם נייעם בוך געכאפט א שמועס מיט אים איבער זיין אידישקייט און זיין שייכות צום יו"ט שבועות.

קודם זאגט ער אז וויבאלד שבועות האט מען געגעבן די תורה להבדיל די LAW פאר די אידן ממילא פילט ער גאר א שטארקע שייכות צו דעם וויבאלד ער איז אלס געווען א איש המשפט, וכו' וכו'.

נאך פארציילט ער גאר אינטערסאנט (כ'שרייב עס בקיצור אין אידיש) אז ער איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארען און גאר א פרומע הויז, נאר שפעטר אין קאלעדזש האט ער שטארק נאכגעלאזט, דהיינו ער האט נאך געלייגט תפילין, אבער שבת ויו"ט האט ער נישט געהאלטן. און אזוי איז עס ווייטער געגאנגען מעורב טוב ורע, ער פלעגט גיין אין "שוהל" אבער נאכדעם פלעגט ער גיין צו פאליטישע פארבערענגן, מיט די קאר.

איינמאל איז עס געווען שבועות נאכן דאווענען אין שול, איז ער ארויס פון זיין הויז און געוואלט גיין צום קאר, פלוצלינג זעט ער ווי עפעס א זאך פליעט אים אדורך פאר די אויגן, ער בייגט זיך אראפ און זעט אז ס'איז די קלף פון די מזוזה, ס'האט זיך געפענט די האלטער און די פרשיות זענען אים אדורך געפלויגן. ער האט דאס אנגעקוקט ווי א מעסדזש פונעם אויבערשטען אז ער זאל היטן דעם יו"ט. ער האט ווי געשפירט די קול פון השי"ת רעדט צו אים!

און יענט מינוט הסתכל כלפי מעלה, און ער האט געזאגט "באשעפער, איי גאוט איט! דאס איז די לעצטע מאל איך גיי עפעס טון אין יו"ט - חוץ עס איינהאלטן".

און פון דעמאלטס און ווייטער האט ער אלעמאל געהיטן שבת ויו"ט.

און צוליב דעם זאגט ער, האט שבועות ביי אים א ספעציעלע משמעות.

אויסצוגן פון די שמועס:

“I was raised in a frum family and then I went to Yale for college and stopped doing some of the mitzvos. For many reasons—about which I could write a whole book—I continued putting on tefillin every morning, but I stopped observing Shabbos and Yom Tov.

“My mother’s mother, of blessed memory, who was a powerful force in my life, passed away while my wife was expecting my first son. This might seem simple-minded in a way, but it was at that point when I felt I had a choice to make: either I was going to put myself back in the line—in the chain, if you will—to carry on the traditions now that my grandmother had passed away, or I was going to step back and hope that someone else would do it. Right then, I decided to come back, to return, and so I began to observe Shabbos and Yom Tov again. However, I was still not all the way there, and for a while, I would go to shul on Yom Tov in the morning, come home, and then I would either head to work or to a political event.

It was Shavuos morning, and there was some sort of political event that I had to attend—I think it was a picnic for the Sheriffs’ Association, which was a very powerful political group—but I was feeling badly about it. I had come home from shul, and I getting ready to leave again. I was walking out my front door to drive—I’m embarrassed to say—to this event. As I closed the front door, something flew past my eye. When I looked down, I saw a piece of paper, and I realized it was the klaf from my mezuzah. When I looked up, I saw that the mezuzah had become dislodged. At that moment, I gazed at the heavens and said, ‘Hashem, I get it. This is the last time I’m going to do anything on a Yom Tov other than observe Yom Tov.’

“I’d opened and closed my front door a thousand times, but at this moment and on this day of Yom Tov, the klaf flew out right in front of me. I had already been feeling guilty that I was doing this halfway. I came back, and I haven’t changed since.”

“Your mezuzah spoke to you,” I say.

“In a way,” he says with a smile. “I thought I heard the voice of Hashem.”

“So Shavuos has a special meaning for you.”


“Yes, it does. It has always been one of my favorite Yomim Tovim, and maybe that’s why I wrote a book about it.”

“And why is Shavuos your favorite?” I ask.

“It’s because of what it stands for. I’m a person of the law. I’ve served four terms in the United States Senate as a lawmaker, and before that I was the attorney general of Connecticut and a law enforcer. Today, I practice law as a private lawyer. I’m very proud of the way the law shaped my life, and Shavuos is about the law, particularly the one Hashem gave to the Jewish people.

“I learned from my rabbi, who I’m sure learned it from someone else, that Bnei Yisrael did not really become a nation until they stood at Har Sinai. Once they were there, they received their mission statement and they were given their purpose. But up until then, they were just a small tribe that had grown into a bigger tribe in Mitzrayim, and they of course had the values of Avraham Avinu, but it’s when they got the Torah that they became a nation. Another important point is that the Jewish nation received its values and its national purpose in the Torah and mitzvos before it got to its homeland—before it got to its geographic land. That’s very unusual in the history of nations.”

Freedom and Restrictions
On this pleasant spring afternoon, I’m meeting former Senator Joe Lieberman in his Midtown Manhattan office at the law firm of Kasowitz, Benson, Torres & Friedman, whose notable clients include President Donald Trump. The purpose of my visit is to gain some insight about his recently released book With Liberty and Justice: The Fifty-Day Journey from Egypt to Sinai (Maggid/OU Press), which consists of a collection of 50 essays that coincide with the 49 days of the Omer and Shavuos. In his book he explores the intersection of secular law and religious law. The former he refers to in the lower-case, whereas the latter he reverently capitalizes.

“I write as a layperson, not a rabbi,” he states in his insightful essay on day one, “which means I have less authority but more latitude. Most of all I write as a committed believer in Judaism who loves Shavuot, the law and the Law.”

The walls of his corner office are lined with mementos of his political career, but what intrigues me is how after retiring from politics in 2013, he went on to inspire others to observe Torah and mitzvos—not merely by example, but also by edifying them about the beauty and meaning of G-d’s commandments. In truth, this is not Mr. Lieberman’s first book on religious observance. In 2012 he released The Gift of Rest: Rediscovering the Beauty of the Sabbath (Howard Books). But far more non-religious people are familiar with Shabbos than Shavuos, and by expounding the virtues of this underappreciated holiday to the world—“I believe that Shavuot is the most underappreciated holiday on the Jewish calendar,” he insists—Mr. Lieberman has done something extraordinary.


[גבאים! אויב מעגליך, ביטע פארבעסערן די קעפל פונעם אשכול].
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”