בלאט 1 פון 8

נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 11:54 am
דורך עין טובה
איך עפען די אשכול וואס זאל זיין געווידמעט פאר סיי וועלכע נייעס וואס פאסירט אין און אינערהאלב די לופטפעלדער.

אויב שוין דא אזא אשכול, ביטע אריבערפירן.

ובזה החלו;

די טי עס עי האט פארשפראכן 15 אלפים כסף פאר דער וואס וועט געבן א רעיון וואס וועט פארשנעלערן די זיכערהייט פראצעדור אין די לופטפעלדער, פארשטייט זיך אז די רעיון מעג נישט פארמינערן די הויכע שטאפל זיכערהייט וואס די אמעריקאנע אגענטור נוצט.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 2:19 pm
דורך Elmo
whats the number where to call them with an idea

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 2:29 pm
דורך מעקל
עלמוי איך ברויך די מעשר!!!

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 3:58 pm
דורך עין טובה
פרוביר צו זוכן דא

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:48 pm
דורך יציב פתגם
Exclusive photos of Niklesburger Rebbe seeing at the Airport for a meeting with security personals In regards to some Buchrim who were stuck there

געשריבן: מיטוואך פאברואר 18, 2015 6:25 am
דורך ניסעל
What's the story with the Bochirim?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 18, 2015 9:55 am
דורך פריילאך
ווי איז דרעזדנער מיט א באריכט אויף קולמע?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:38 am
דורך derech eretz
פריילאך האט געשריבן:ווי איז דרעזדנער מיט א באריכט אויף קולמע?

ער'ז פארנומען מיט די טרוקענע קעלט פון סיביר אין טשעכאסלאוואקיע.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 6:05 pm
דורך מיסטעריעז
@KolHaolam: NEW YORK: Two women with guns in their handbags were stopped at checkpoints within 90 minutes of each other at JFK Airport today.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 3:26 pm
דורך מיסטעריעז
א פעקל וואס איז אנגעקומען קיין JFK פון Ecuador האט פארמאגט אין זיך 652 פאלשע הונדערט דאללער ביללס.
זיי זענען געווען אריינגעקלעבט אין די חפצים וואס זענען אנגעבליך געווען די אינהאלט פונעם פעקל.


נאך א אינטערעסאנטע עפיזאד איז פארגעקומען אנהייב חודש (מארטש), אז די גארדס האבן געטראפן ביי איינעם וואס האט געדארפט צו פארן קיין Qatar אזויפיל ווי זיבן הונדערט און זיבעציג טויזענט דאללער קעש!
ער האט געשריבן אויף די קאסטומס פארם אז ער האט 6500$ און למעשה נאר געצייגט 5870, אריינקוקנדיג אין זיינע פעקלעך האט מען געטראפן הונדערטער דאללארן ביללס אריינגעלייגט אין זייף באקסעס וכדו'.
ער האט געזאגט אז דאס איז צו בויען א הויז אין תימן.

נאך אויספארשונגען האט מען דערשנאפט אז דאס איז פארדינט געווארן דורך פארקויפן אומלעגאל ציגארעטלעך.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 4:15 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיסטעריעז האט געשריבן:א פעקל וואס איז אנגעקומען קיין JFK פון Ecuador האט פארמאגט אין זיך 652 פאלשע הונדערט דאללער ביללס.
זיי זענען געווען אריינגעקלעבט אין די חפצים וואס זענען אנגעבליך געווען די אינהאלט פונעם פעקל..

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 11:06 am
דורך מיסטעריעז
NEW JERSEY: Terminal C at Newark Airport being evacuated as Authorities investigate a suspicious package left at entrance to the AirTrain.

געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2015 11:26 am
דורך מיסטעריעז
NEW YORK: Part of LaGuardia Airport lost power this morning after workers accidentally cut a cable, causing 119 cancellations, other delays.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 10:42 am
דורך גערעכטער
ענדליך! גאווענער קאומא האט נעכטן געמאלדן א 4 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו גענצליך רענאווירן די לעגווארדיע עירפארט, מיט וויצע פרעזעדענט ביידען צו זיין זייט -וואס האט עס אמאל אנגערופן א דריטע וועלט ערפארט- האט דער גאווענער דערקלערט אז דאס וועט זיין די ערשטע עירפארט צו ווערן געבויט נאך 9/11, די ארבייט איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן קומענדיגע יאר.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 10:48 am
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:ענדליך! גאווענער קאומא האט נעכטן געמאלדן א 4 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו גענצליך רענאווירן די לעגווארדיע עירפארט, מיט וויצע פרעזעדענט ביידען צו זיין זייט -וואס האט עס אמאל אנגערופן א דריטע וועלט ערפארט- האט דער גאווענער דערקלערט אז דאס וועט זיין די ערשטע עירפארט צו ווערן געבויט נאך 9/11, די ארבייט איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן קומענדיגע יאר.

אוי איז זיס צו זען ביידען'ס געלעכטער (שמאטע קום אריין...) ווען קאומאו זאגט "עי פעימאס פערסאן וואנס סעד: איף איי בליינדפאלדעד יו ענד טוק יא טו לאגווארדיע עירפארט אין ניו יארק, יו וואלד טינק איי מאסט בי אין סאם טירט ווארלד קאנטרי"

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2015 10:49 am
דורך שמאטע
איך בין דא

געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2017 11:41 pm
דורך מיסטעריעז
טערמינאל עי. אין ניוארק איז עוואקואירט געווארן היינט נאכמיטאג צוליב א פרעשער-קוקער. צוריקגעעפנט געווארן נאך וואס די באמבע איינהייט האט עס פעסטגעשטעלט אלס אומשעדליך.

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 2:09 am
דורך Potus
גערעכטער האט געשריבן:ענדליך! גאווענער קאומא האט נעכטן געמאלדן א 4 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו גענצליך רענאווירן די לעגווארדיע עירפארט, מיט וויצע פרעזעדענט ביידען צו זיין זייט -וואס האט עס אמאל אנגערופן א דריטע וועלט ערפארט- האט דער גאווענער דערקלערט אז דאס וועט זיין די ערשטע עירפארט צו ווערן געבויט נאך 9/11, די ארבייט איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן קומענדיגע יאר.

ווען גייט מען אנהייבן בויען

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 2:16 am
דורך ראפאט קראמפלי
Potus האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ענדליך! גאווענער קאומא האט נעכטן געמאלדן א 4 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו גענצליך רענאווירן די לעגווארדיע עירפארט, מיט וויצע פרעזעדענט ביידען צו זיין זייט -וואס האט עס אמאל אנגערופן א דריטע וועלט ערפארט- האט דער גאווענער דערקלערט אז דאס וועט זיין די ערשטע עירפארט צו ווערן געבויט נאך 9/11, די ארבייט איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן קומענדיגע יאר.

ווען גייט מען אנהייבן בויען

איך בין דארט געווען א פאר חדשים צוריק און ס'איז געווען דארט קאנסטראקשען אל אווער, איך ווייס נישט אויב עס האט געהאט עפעס מיטן איבערבויען.

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 1:51 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
Potus האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ענדליך! גאווענער קאומא האט נעכטן געמאלדן א 4 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט צו גענצליך רענאווירן די לעגווארדיע עירפארט, מיט וויצע פרעזעדענט ביידען צו זיין זייט -וואס האט עס אמאל אנגערופן א דריטע וועלט ערפארט- האט דער גאווענער דערקלערט אז דאס וועט זיין די ערשטע עירפארט צו ווערן געבויט נאך 9/11, די ארבייט איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן קומענדיגע יאר.

ווען גייט מען אנהייבן בויען

קוקט אויס איר זענט שויניש דארט געווען א שטיק צייט. מהאקט שטיקער דארט. סיז א דיזעסטער אריינצופארן דארט

געשריבן: זונטאג מאי 28, 2017 2:01 pm
דורך shalsheles
צוליב דעם קאנסטרוקשען טרעפיק האט מען געמאכט אז מען קען נישט רופן א Uber, Lyft וכדו׳ צום טערמינאל נאר מען דארף נעמן א שאטל צו א לאט עטליכע מינוט אוועק און דארט באשטעלן דעם קאר, און דער ליין פאר א געלע טעקסי קען נעמען א האלבע שעה אדער מער.

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 10:44 am
דורך צהלה ושמחה
האמלענד סעקיורעטי באטראכט א נייע רעגולאציע צו פארבאטען לעפטאפ קאמפיוטערס אויף אלע אינטערנאציענאלע פלייטס.

צירוק צו די צייטען וואס מען וועט זיך איינפאקען א ספר אדער א בוך צו ליינען בשעת די רייזע.

געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2017 10:53 am
דורך יש ברירה
איך ווייס נישט אויב ס'איז די ריכטיגע אשכול אבער עניוועי...

האט איר אמאל ביים רייזן אויף אן ערעפלאן געהערט די סארט "דינג" קלינגעריי (אויסער ווען די סייט בעלט סינגנאל קומט ארויף) און זיך געווינדערט וואס עס באדייט? ווינדערט אייך מער נישט! (און אויב נישט דאן לייגט צו קאפ נעקסט טיים...)

די קלינגעריי דינט אלץ שטילע קאמיוניקאציע צווישן די פילאטן און די מאנשאפט.

יעדע עירליין האט אנדערע סיגנאלן און אנדערע קאמבינאציעס פון קלינגערייען צו סיגנאלן אנדערע זאכן (געוויסע עירליינס זאגן נישט אויס וואס זיי מיינען צוליב זיכערהייט)

צבש אויף יונייטעד עירליינס מיינט א פשוט'ע קלינג די סיעט בעלט סיין, א "דינג דאנג" מיינט אז די פילאט רופט די פלייט אטענדענטס אויף די אינערליכע פאון סיסטעם

אויף קוואנטעס עירוועיס מיינט א פשוטע קלינג אז א פאסענדשיר רופט א פלייט אטענדענט, א הויעכע קלינג נאכגעפאלגט מיט א נידריגע מיינט אז מען רופט אויף די אינערליכע פאון סיסטעם, און דריי נידריגע קלינגעס איז א ווארענונג פונעם פילאט צב"ש אז מען פארט אריין אין טיערבעלענס

אנדערע עירליינס האבן א ספעציעלע קלינג פאר ווען די פליגער גרייכט 10,000 פיס, געוויסע האבן א סיגנאל אז די פילאט מאכט צו די לאנדונגס גיער, ווי אויך אײנס צו סיגנאלן אז מען גייט באלד לאנדן און די מאנשאפט זאל אנהייבן אויפרוימען

....יעצט האט איר שוין נאך עפעס אן עקטיוועטי אויף א לאנגווייליגע פלייט, פראבירט צוזאם צושטעלן וואס יעדע סיגנאל באדייט...

געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2017 11:16 am
דורך מיסטעריעז
אלץ (זינט איך האב געדרוקט דעם קנעפל...) געוויסט אז עס מיינט אז א פאסאזשיר רופט איינעם פון די מאנשאפט.
קומענדיגע מאל וועט מען מוזן צולייגן מער קאפ, אפשר וועל איך אויך אויספיגערן וואס די אלע קאלירפולע לעמפלעך ביי די בתי כבוד סיינס זענען... איינס דערפון צינדט זיך אהן ביים אויבנדערמאנטע פאל.

Jfk -kbp Ukraine air new 777

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:22 am
דורך דער בדחן
ווער סאיז שוין אמאל געפארען קיין אוקריינא, קיין אומאן אדער אנדערע קברי צדיקים אדער געמאכט א סטאפ אין קיוב ווייסט אז זיי פארען מיט אלטע 767 פליגערס זייער צושטיפט און אלטע בית כסא, אין נישט קיין געהעריגע ביזנעס קלאסס
פון may און ווייטער לייגען זיי א 777 געליסט פון די air india קאמפאני אויף די ניו יארק- קיעוב פליגער, אין פון קיוב קיין tlv אויף די ביינאכט פלייט
לייגען זיי די 767 וואס זיי פלעגען ניצען קיין ניו יארק , און אין געוויסע צייטען לייגען זיי דארט אפילו א 777, דאס איז גיטע נייס סיי פאר די אמעריקאנער יודען און סיי פאר די ארץ ישראל דיגע יודען