בלאט 3 פון 58

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2018 2:04 pm
דורך ווישוואש
נישט טעקסטן און דרייוון..

https://www.dropbox.com/s/bm7bfspx6zifm ... 9.mp4?dl=0

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2018 2:25 pm
דורך שטייגען
ווישוואש האט געשריבן:נישט טעקסטן און דרייוון..

https://www.dropbox.com/s/bm7bfspx6zifm ... 9.mp4?dl=0

אין טערקיי???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:03 pm
דורך שטיין
איך האב גהערט אז עס איז דא א נייע משען וואס גייט קענען קיקן צי פליסקייטן איז שידלך צי נישט
גיטע נייעס

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:33 pm
דורך אהבת השם
די יונייטעד עירליינס לופטליניע האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון קומענדיגן יאר, וועט זי פליען פון און צו תל אביב און וואשינגטאן די-סי.

'יונייטעד', וואס איז די דריט-גרעסטע לופטליניע אויף דער וועלט, פארמאגט שוין יעצט דירעקטע פלי-רייזעס קיין ארץ ישראל פון נוארק אין ניו דזשוירזי און סאן פראנציסקא אין קאליפארניע.

די נייע דירעקטע פארבינדונג קיין ארץ ישראל, וואס וועט זיך אנגעהויבן אין מאי 2019, וועט פליען דריי מאל אין וואך

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 4:48 pm
דורך מיסטעריעז
א קליינע יונייטעד פליגער האט אריינגעבעקט אין א קעיטערינג טראק אין ניוארק עירפארט, די טראק איז אומגעפאלן זייטיג און די דרייווער וואס איז מילד פארוואונדעט געווארן האט מען אריינגעפירט אין שפיטאל.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 5:04 pm
דורך יוראפ
נישט ס'ערשטע מאל וואס איצוס טרעקלעך פארן זייטיג

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:54 pm
דורך דניאל אויערבאך
כווייסנישט אויב סקומט דא (אז נישט קענען די גבאים אריבערפיהרען)
אז כזוך פלייטס אויף גוגעל (אדער אנדערע פלייט סייטס) און מען פארט פון נ"י איז דא א מעלה אז מען דארף נישט לייגן באזונדער JFK אדער נוארק
נאר מקען שרייבן NYC און אין דעם איז נכלל עני פלייט פון די 3 גרויסע עירפארטס (לאגוארדיע, קענדעי און נוערק)
אבער מיין קשיא פארוואס איז נישט נכלל אויך סטוארט אדער וועסטשעסטער??? אמער זיי זענען אויכעט אין NY
עס וואלט מיר געווען א גרויסע הילף ווען זיי ערשיינען אוכעט מיט די רעזאלטס ווייל די קלענערע עירפארטס זענען מיט אפאר זאכן גרינגער, קלענער און ווייניגער טראפיק און אויך קען איך האבן מערער אפציעס

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:06 pm
דורך קניידל פארעם
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אבער מיין קשיא פארוואס איז נישט נכלל אויך סטוארט אדער וועסטשעסטער??? אמער זיי זענען אויכעט אין NY

קודם, דאס באלאנגט לכאורה אין "זאכן וואס איך וויל וויסן".

נאכדעם, זאגסטעך אליין, ס'קומט ארויף NYC, דאס באדייט די דריי עירפארטס אין די סיטי, ווייל דאס איז אלעס אין איין געגנט, און פאר אסאך איז נישט קיין גרויסע נפ"מ אין וועלכן פון די דריי מ'קומט אן אדער מ'פליט ארויס, פארדעם איז דאס צאמגעשמאלצן אין איין נאמען, ווידעראום דיינע צוויי זענען טאקע אין NY, אבער נישט אין NYC.

פאר די אנדערע, קלאפ אריין זייער ענישעלס, אדער סטוארט עירפארט, אויב זוכסטע דוקא דאס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:27 pm
דורך יצחק ראזענפעלד
נוארק איז נישט אין די סיטי נאר נישט ווייט. איבער ניו יארק סטעיט בכלל איז דא צענדליגער און הינדרעטער עירפארטס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:29 pm
דורך Gevald Geshrigen
קניידל פארעם האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אבער מיין קשיא פארוואס איז נישט נכלל אויך סטוארט אדער וועסטשעסטער??? אמער זיי זענען אויכעט אין NY

קודם, דאס באלאנגט לכאורה אין "זאכן וואס איך וויל וויסן".

נאכדעם, זאגסטעך אליין, ס'קומט ארויף NYC, דאס באדייט די דריי עירפארטס אין די סיטי, ווייל דאס איז אלעס אין איין געגנט, און פאר אסאך איז נישט קיין גרויסע נפ"מ אין וועלכן פון די דריי מ'קומט אן אדער מ'פליט ארויס, פארדעם איז דאס צאמגעשמאלצן אין איין נאמען, ווידעראום דיינע צוויי זענען טאקע אין NY, אבער נישט אין NYC.

פאר די אנדערע, קלאפ אריין זייער ענישעלס, אדער סטוארט עירפארט, אויב זוכסטע דוקא דאס.

וועסטשעסטער עירפורט האט נישט קיין קאמערשל פלייטס און ווערט בעיקר באנוצט דורך די פרייט אינדוסטרי (יו פי עס/פעדעקס) און פאר קליינע פליגערס. סטוארט אפיציעל הייסט אן אינטערנעשאנאל עירפארט מיט די צוגעהערן פאר קאסטומס ענד אימיגרעישן ענטרי עט ליעסט אויף פאפיר אבער עס האט זייער ווייניג פלייטס ווייל די עירליינס נוצן נאכנישט זייערע פעסיליטיס געהעריג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:17 pm
דורך אונגארישער
Gevald Geshrigen האט געשריבן:

איר האט געמאכט א שטיקל מישמאש

וועסטשעסטער איזא געהעריגע קאמערשאל עירפארט,ער ווערט טאקע מער באניצט ביי פריוואטע פליגערס אבער אמעריקען יונייטעד דעלטא אין דזעט בלו האבן דארט טעגליכע פלייטס,עס איז נישט ווי טיטערבארא עיר פארט וואס איז אויסשליסליך נאר פרייואטע פלייטס

נישט דא קיין פעדעקס יו פיעס אין וועסטשעסטער איר מאכט א טועת מיט סטוארט עיר פארט דארט האבן ביידע ריזיגע אפעראציעס.

יא סטוארט איז טאקע א אינטערנעשאנאל עיר פארט אין וועסטשעסטער נישט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:33 pm
דורך מיסטעריעז
ביי momondo.com איז סטוארט [שוין] אונטער די NYC קאוד.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:02 pm
דורך בשבילי נברא
מיסטעריעז האט געשריבן:ביי momondo.com איז סטוארט [שוין] אונטער די NYC קאוד.

נישט אינגאנצן אזוי.

ווען דו לייגסט אריין סטוארט עירפארט און נאכדעם לייגסטו צו ער זאל אויך זוכן ביי Nearby Airports דעמאלטס וועט עס דיר אויך ווייזן אלע ניו יארקער עירפארטס.

אבער ווען דו זוכסט נאר פאר ניו יארק סיטי דעמאלטס וועט ער דיר נישט ווייזן פלייטס פון/צו סטוארט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:37 pm
דורך מיסטעריעז
זוך פון NYC צו א פלאץ וואו זיי פארן, BGO למשל, וועט עס ארויפקומען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 4:58 pm
דורך אהבת השם
טיילן פון דעם אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין פראנקפורט איז עוועקיואירט געווארן און צענדליגע פליגער רייזעס זענען אפגערופן געווארן נאכדעם וואס די זיכערהייט אינסטאנצן האבן זיך געכאפט אז א פראנצויזישע פאמיליע איז אריבערגעלאזט געווארן דעם זיכערהייט אונטערזוך פונקט טראץ וואס דער מאשין האט געצייגט אז זיי פארמאגן מעגליך אויפרייס מאטריאל.

עס האט גענומען א שטיק צייט ביז מען האט צוריק געפונען די פאמיליע און עס איז באשטעטיגט געווארן אז די מאטריאל איז אומשעדליך, און זיי זענען ערלויבט געווארן צו גיין ווייטער, אבער דער אינצידעט האט עפעקטירט טויזנטער רייזנדע.

פראנקפורט איז דער גרעסטער לופטפעלד אין דייטשלאנד און דער אינצידענט עפעקטירט גאר שווערע דעם פארנומענעם לופטפעלד, אמווייניגסטנס 49 פליגער רייזעס זענען גענצליך אפגערופן געווארן און נאך צענדליגע זענען פארשפעטיגט געווארן, פאליציי זאגט אז אלעס האט זיך גענומען פון א בלויזע טעות פון איין וועכטער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:40 am
דורך מיסטעריעז
א מעכאניקער אינעם לופטפעלד אין סיאטעל האט אנגעכאפט א זעלבסטמארד אטאקע, זיך אריינגעזעצט אין א פליגער, און זיך געהויבן.

די לופט קאנטראלירער זענען געווען אין קאנטאקט מיט איהם, פראבירט איהם איבערצייגן צו לאנדן אין א דערנעבנדיגע מיליטערישע באזע, אבער אהן ערפאלג.

אין ענדע האט ער באקומען א קניידל פון א מיליטערישע פליגער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:50 am
דורך צולייגער
א קניידל פון מאשין מצה?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:58 am
דורך יאצמעך
איך האב פארשטאנען אז ער האט אליינס אראפ געקראכט דעם פליגער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:34 am
דורך טשאדעלע באדעלע
דא האסטע א קורצע קליפ׳ל ווי ער האקט א לעבן מיטן ערעפלאן.. פון דא קוקט נישט אויס ס׳זאל בכלל האבן אויסגעפעלט קניידלעך אים אראפצוזען..

https://www.dropbox.com/s/elq35u8gujbuv ... 0.mp4?dl=0

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:42 am
דורך אלי' מקוה יוד
וואסערע סארט פליגער איז דאס?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:55 am
דורך טשאדעלע באדעלע
ס׳הייסט א באָמבארדיער Q400 . ס׳פארמאגט 76 זיצן

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:04 am
דורך טשאדעלע באדעלע
מיסטעריעז האט געשריבן:אין ענדע האט ער באקומען א קניידל פון א מיליטערישע פליגער.

יאצמעך האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער האט אליינס אראפ געקראכט דעם פליגער.

מ׳האט געהאט ארויסגעשיקט א F15 מיליטערישע דזשעט נעס אראפצושיסן, למעשה האט ער עס אליין ארלעדיגט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:18 am
דורך יאצמעך
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין ענדע האט ער באקומען א קניידל פון א מיליטערישע פליגער.

יאצמעך האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער האט אליינס אראפ געקראכט דעם פליגער.

מ׳האט געהאט ארויסגעשיקט א F15 מיליטערישע דזשעט נעס אראפצושיסן, למעשה האט ער עס אליין ארלעדיגט.

אויף דעם זאגט ר' ישמעאל, עד שיבוא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם.

שכח טשאדעלע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:28 am
דורך אזוי גאר!
יאצמעך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין ענדע האט ער באקומען א קניידל פון א מיליטערישע פליגער.

יאצמעך האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער האט אליינס אראפ געקראכט דעם פליגער.

מ׳האט געהאט ארויסגעשיקט א F15 מיליטערישע דזשעט נעס אראפצושיסן, למעשה האט ער עס אליין ארלעדיגט.

אויף דעם זאגט ר' ישמעאל, עד שיבוא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם.

קדיש

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 6:33 pm
דורך יעקב פריינד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין ענדע האט ער באקומען א קניידל פון א מיליטערישע פליגער.

יאצמעך האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז ער האט אליינס אראפ געקראכט דעם פליגער.

מ׳האט געהאט ארויסגעשיקט א F15 מיליטערישע דזשעט נעס אראפצושיסן, למעשה האט ער עס אליין ארלעדיגט.

די שאלה איז נאר ווי לאנג עס וואלט גענומען פארן F15 אנצוקומען צום עירפלעין אפשר אין די צייט וואלט שוין געווען 100 טויטע איך גלייב נישט אז אין יעדע עירפארט איז דא F15