נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

@Ivelt cockpit
Welcome aboard
מיר האבן הנאה פון אייער פלייט
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מיטוואך פרשת תצוה 3:00 נאכמיטאג

עירליינס:
Brussels עירליינס האט ארויסגעשטעלט איר סקעדזשועל פאר די קומענדיגע זוממער הבעל"ט, לויט די פילע רוטס וואס זיי לייגן זעהט מען אז זיי רישן זיך אז ס'זאל זיין היפש א פארנומענע טרעוול סעזאן, בעיקר פאר וואקאציענערן. דאס קומט ארויס קלאר ווען מען זעהט וויפיל רוטס זיי לייגן צו דעסטינאציעס וואו מייסטנס פארן אהין אויף אפרוה.
נאך א נייעס מיט די בעלגישע עירליינ'ס רוטס איז, אז די עירליין וועט אנהייבן אין קומענדיגן אוגוסט א נייע רוט קיין פראנקפורט, דייטשלאנד, א פאפולערע קאנעקשן עירפארט פאר אייראפע. יעצט האט די עירליין נאר פלייטס קיין בערלין, דייטשלאנד, די רוט קיין פראנקפורט וועט האבן ערווארטעט צו זיין פאפולער פאר מענטשן וואס וועלן טרעפן גוטע Lufthansa קאנעקטינג פלייטס צו גאנץ יוראפ (Brussels און Lufthansa זענען אין איין אליאנץ אונטער די Star Aliance פראגראם, און וועלן אפפערן קאנעקטינגס פון איין עירליין צום צווייטן).
די נייע רוט וועט אויך זיין א גוטע בריק פון דייטשלאנד צו אפריקאנע דעסטינאציעס דורך Brussels פלייטס, זייענדיג די יוראפעאישע עירליין מיט די מערסטע פלייטס צו אפריקע.

א גרויסע A380 פליגער פון British Airways איז אויפגעכאפט געווארן פליען פון א סטארעדזש ארט אין דייטשלאנד צוריק צו איר הויפטקוואטיר אין די לאנדאן Heathrow לופטפעלד.
די עירליין וועלכע באזיצט 12 פון די ריזיגע פליגער, האט געהאלטן פארפאקט און פארקירט אלע פון זיי אין עטליכע פלעצער איבער אייראפע זינט דעם פארגאנגענעם אפריל ווען טרעוול איז דראסטיש געפאלן.
ס'איז נישט קלאר אויב די עירליין האט צוריקגעברענגט דעם פליגער ווייל זיי גרייטן זיך שוין אויף באנייטע טרעוול אדער עס איז בלויז פאר מעינטענענס א.ד.ג., אבער ס'האט אריינגעבלאזן אסאך אפטימיזם פאר ענטוזיאסטישע לאנדענער וועלכע זאגן אז ס'איז א צייכן פון לעבן פאר די הימלען.

עירפארטס:
א פרישע BBC באריכט ברענגט ארויס פון א פרישע angle די פארלוסטן פון די 2020 פארמינערטע טרעוול יאר.
די נייעס באריכט ציטירט א שמועס מיט די CEO פון די לאנדאן Heathrow עירפארט. די CEO דערציילט אז אין גאנץ 2020 זענען בלויז ארום 22 מיליאן פאסאדזשירן געפארן דורך די לופטפעלד אין פארגלייך צו די איבער אכציג מיליאן אין 2019! איבער האלב פון די 22 מיליאן זענען געפארן אין יאנואר און פעברואר פון 2020 נאך איידער די קאוויד קריזיס האט זיך אנגעהויבן.
די פאקט אז די עירפארט האט צוגעזעהן אזא קליינע צאל פאסאדזשירן וואס זי האט שוין נישט געהאט זייט די 1970 יארן, האט געשאפן פאר די עירפארט א פארלוסט פון איבער 2 ביליאן פונט פאר די פארגאנגענע יאר! דאס איז אנטקעגן די פארדינסט פון 546 מיליאן פאר 2019!
די עירפארט האט אויסגעשטעלט אירע אויסגאבן און אפאראציעס אויף א וועג אז אפילו אויב זאכן וועלן בלייבן וויאזוי ס'איז, קען נאך די עירפארט אנגיין ביז אין 2023, אבער די CEO זאגט אז מ'וועט מוזן נעמען מער דראסטישע טוישונגען אויב ס'פארציהט זיך טאקע, ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו פירן אזא ריזיגע ווירטשאפט מיט אזוי ווייניג ביזנעס.
די עירפארט וועלכע האלט שוין לאנגע יארן מיט שטאלץ איר טיטל אלס די פארנומענסטע עירפארט אין יוראפ, האט אין 2020 אויפגעגעבן איר קרוין און זיך אראפגערוקט צו די 3'טע פלאץ, ווערנדיג איבערגעשטיגן דורך אינסטאנבול, טערקיי, און פאריז, פראנקרייך. אנדערע שאצונגען שטעלן איר אזוי נידריג ווי אויפן זעקסטן ארט!
די רעקאווערי פון די עירפארט איז אנגעוואנדן לויט וויאזוי די UK וועט שטעלן די רעגולאציעס אין די קומענדיגע חדשים. די רעגירונג האט געלאזט הערן דעם פארגאנגענעם מאנטאג אז זיי וועלן אפשאצן אין אפריל די סיטואציע און דאן זעהן וואס די צוקונפט פאר טרעוול אין די UK איז.


עראפלאן טרעוול:
האט איר א פלייט מיט AirFrance? זייט גערישט פאר א שפאגל נייע דיגיטאלע סעיפטי דעמאנאסטראציע פארן זיך הייבן!
אין די לעצטערע יארן טוען מער און מער עירליינס איבערמאכן זייער Safety Demonastrtion פון די טראדיציאנעלע פאקסן און האנט-גרימאסן דורך די פלייט-אטענדענדענטס, צו דיגיטאלע ווידיאוס וואס ווערן אויפגעשפליט אויף די סקרין וואס יעדער האט פאר זיין זיץ (In flight entertainment screen). די עירליינס מאכן עס אינטערעסאנט און הומאריסטיש כדי ס'זאל זיין ציענד פאר די רייזענדע עס צוצוקוקן.
אין זייער נייע ווערסיע פון די סעיפטי ווידיאו טוען די פלייט אטענדענטס געבן די אינסטרוקציעס פאר סיעט בעלטס וכדו' בשעת'ן באזוכן אסאך לענדמארקס איבער פראנקרייך ווי היסטארישע סטאדיומס, בארס, ביעטשעס א.א.וו.
די ווידיאו ענדיגט זיך ווען די פלייט אטענדענטס שטייען אויף א הויכע שטאק פון די אייפעל טורעם.
די עירליין איז זייער שטאלץ מיט זייער נייע ווידיאו וואס איז פאטריאטיש פאר פראנקרייך און געט זיך גוט אריין מיט די מצב פון טרעוול אין וואס פאסאדזשירן געפונען זיך אויף א פליגער.
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 1:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח!
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

יישר כח פאר די אינהאלטסרייכע באריכטן ארויס פונעם פילאט קאבינע!
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח קאקפיט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך טו מיטשטימען אויף די דאנקען פארן אזוי שיין באשרייבן דיע זאכן!
Ivelt Cockpit האט געשריבן: ווי ער זאגט, טוט באואינג צופיל פאוקוסן אויפצוטרעפן נייע פליגער צו ברענגען צו די מארקעט ווי איידערן זיך אפגעבן מיט די ריכטיגע מעינטענעס און טרענירונג אויף די עקזיסטירנדע פליגער.

איך ווינדער מיך אייביג אויף די סארט קאמענטס. מען קען מיינען אז די זעלבע מענטש אינזשענירט נייע פליגערס און נעמט קעהר פון די אלטע!! עס זענען דאך פאראן ריזיגע אפטיילונגען מיט מעכטיגע אפעראציעס פאר ביידע, נישט אזוי?

די שאלה איז ווי מען לייגט די ריסאורסעס
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך טו מיטשטימען אויף די דאנקען פארן אזוי שיין באשרייבן דיע זאכן!
Ivelt Cockpit האט געשריבן: ווי ער זאגט, טוט באואינג צופיל פאוקוסן אויפצוטרעפן נייע פליגער צו ברענגען צו די מארקעט ווי איידערן זיך אפגעבן מיט די ריכטיגע מעינטענעס און טרענירונג אויף די עקזיסטירנדע פליגער.

איך ווינדער מיך אייביג אויף די סארט קאמענטס. מען קען מיינען אז די זעלבע מענטש אינזשענירט נייע פליגערס און נעמט קעהר פון די אלטע!! עס זענען דאך פאראן ריזיגע אפטיילונגען מיט מעכטיגע אפעראציעס פאר ביידע, נישט אזוי?

די שאלה איז ווי מען לייגט די ריסאורסעס

Exactly!
ווי אייביג, קומט אלעס צוריק צו געלט. מ'קען די זעלבע געלט אינוועסטירן אדער דא אדער דארט.

אגב, אסאך נייעס געווען דורך די וויקענד, איך וועל אי"ה באלד זיין צוריק מיט א לאנגע באריכט (אויסער אויב איינער וועט מיך אויסכאפן פארדעם, ס'וועט מיך בכלל נישט וויי טוהן, אדרבה)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
אגב, אסאך נייעס געווען דורך די וויקענד, איך וועל אי"ה באלד זיין צוריק מיט א לאנגע באריכט


Thank you!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מאנטאג תשא 6:20 נאכמיטאג

פליגער:
נאך א געשיכטע מיט א 777 מיט פראבלעמען אין די ענדזשין האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם פרייטאג.
דאסמאל איז עס געווען מיט א רוסישע פליגער אויפן וועג קיין מאסקעווע, ווען די פראבלעמען האבן זיך געשאפן מיט די לינקע ענדזשין הארט פארן לאנדן. די עראפלאן האט געהעריג געלאנדעט אן קיין שאדנס.
אזעלכע קליינע אינצידענטן מאכן זיך טעגליך איבער די גאנצע וועלט, די געשיכטע איז בלויז אונטער א פארגרעסערונג גלאז אין ליכט פון די מער ערנסטע געשיכטע וואס איז פארגעקומען מיט די יונייטעד 328 פליגער, ווי באריכטעט פאריגע וואך.

ווי באריכטעט פאריגע וואך איז א בריטישע A380 געזעהן פליען קיין Heathrow און שפעקולאציעס האבן קורסירט אז ס'גייט צוריק אריין אין דינסט. ס'האט זיך אבער יעצט ארויסגעשטעלט אז ס'איז פשוט געפארן אהין פאר געווענליכע מעינטענענס.
ענליכס האט זיך אפגעשפילט מיט א סינגאפאור A380 וואס איז אהיימגעפארן און די קאמפאני איז ארויסגעקומען אויסקלארן אז מ'ברענגט עס פשוט אהין אביסל איבערצומאכן די אינעווייניגסטע אויסשטעל.

אין אנדערע נייעס מיט די ריזיגע פייגל וועט סינגאפאור שיקן רעטייערן 7 פון אירע A380 פליגער אבער נאך ווייטער האלטן אנדערע 12.
רובא דרובא פון די ריזיגע סארט פליגער זענען סטאנציאנירט געווארן אין "קוואראנטין" ווען די פארלאנג איז געפאלן, און אסאך האבן עס גענצליך אויסגעשניטן פון זייער פלאטע אויף דערווייל.
אויך באואינגס גרעסטע פליגער די 747 ליידט פון א מאנגל אין פאפולערקייט צווישן פאסאדזשיר עירליינס. Thai Airways (טיילאנד) האט ארויסגעשטעלט נאך 9 747'ס אויף די סעילס מארקעט, זיי האבן שוין איינס אויף די מארקעט פון 2018 און יעצט זוכן זיי צו פטר'ן נאך 9.
די 747 איז נאך אלץ שטארק באנוצט פאר קארגאו פלייטס, צוליב דעם וואס זי האט א ספעציעלע פאפולערע ווערסיע פאר קארגאו פלייטס.

6.6 מיליאן דאללער אין שטראפן איז ארויפגעלייגט געווארן אויף…. טרעף צו… באואינג!
די שטראפן זענען אין גרויס טייל פאר פארלעצונגען אויף א 2015 אפמאך מיט די FAA איבער לעכער אין זייער עירקרעפט אפראוול סיסטעם, אין וועלכע באואינג האט זיך אונטערגענומען אז זיי וועלן פארבעסערן די פראבלעמען אבער האבן נישט געטוהן גענוג דערצו.
א חלק פון די געלט קנס איז אויך פאר באשולדיגונגען אז ארבעטער וואס זענען נישט געווען אויטאריזירט האבן אונטערגעשריבן צעטלעך וואס האבן געהערט פאר העכערע פון זיי.
6 אהאלב מיליאן איז קליינגעלט קעגן די ביליאנען וואס די קאמפאני האט שוין געדארפט צאלן אין יאנואר אין פארבינדונג מיט די 737 MAX, אבער שטייענדיג אין א תקופה וואו זייערע פארלוסטן שטייגן מיט יעדן פארבייגייענדע קווארטל טוט 6.6M אויך האבן א גרויסע אפפעקט.

:737 MAX
אסאך פאזיטיווע נייעס האבן זיך אויסגעשפילט דורכאויס די לעצטע פאר טעג פאר די 737 MAX.
אין א רעפארט וואס יונייטעד האט היינט געפיילט ווערט אויפגעדעקט אז א די קאמפאני האט באשטעלט פרישע 25 פון די MAX סארט, די עירליין וועט עס ערהאלטן ביז אין 2023. אין די זעלבע צייט האט יונייטעד צוגעאיילט 25 פון עקזעסטירנדע ארדערס עס צו באקומען דעליווערד פריער ווי ארגינעל אפגעשמועסט.
אלאסקא עירליינס האט היינט געהאט א ערשטע פלייט מיט א 737 MAX! די עירליין האט שוין באשטעלט נאנט צו 70 פון די MAXס, די ערשטע 2 האבן זיי ערהאלטן דעם פארגאנגענעם יאנואר, איינע פון די צוויי האט היינט געמאכט איר ערשטע סקעדזשועלד טריפ פאר די עירליין.
אין אויסטראליע האט די Smartwings עירליין צוריק אנגעהויבן פליען מיט די MAX. דאס איז די צווייטע אייראפעאישע עירליין וועלכע ברענגט צוריק די פליגער אין דינסט. אויף די הימלען איבער די אמעריקאנע קאנטינענט איז די פליגער שוין א געהעריגע עובר ובא, אבער אין אייראפע איז Smartwings בלויז די צווייטער.
דער ערשטער צוריקצוברענגען די MAX אין אייראפע איז געווען TUI וועלכער איז א בריטישע עירליין. סימבאליש, איז TUI אויך געווען די ערשטער צו באקומען א נייע 73M דעליווערד זינט וועלטס רעגירונגען האבן געגעבן דעם אקעי פאר די פליגערס צוריקצוקומען, די דעליווערי איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם שבת-פורים אינדערפרי.

עירליינס:
א פרישע רינגעלע אין די קייט פון שוועריגקייטן וואס די אוויאציע און עירליין אינדוסטרי האט אויסצושטיין אין די יעצטיגע חדשים.
Czech Airlines האט געמאלדן אז זי טוט אפלייגן אלע אירע ארבעטער און סטעף אויף דערווייל. די טערמין "אפלייגן" (Layoff) ווערט באנוצט ווען מ'זאגט אויף ארבעטער אויף צייטווייליג אבער מיטן פלאן צוריקצונעמען. צענדליגע עירליינס האבן עס געטוהן אין די לעצטע יאר צייט מיט זייערע פילאטן, פלייט אטענדענטס, עירפארט ארבעטער און קאסטומער סערוויס אגענטן. פילע אנדערע האבן עס נישט געקענט טוהן, כאטש וואס זיי האבן נישט געדארפט אזא גרויסע ארבעטס-קראפט, צוליב רעגולאציעס פון גאווערמענטס אין אויסטויש פאר קריטישע געלט-שטיצע.
די אויבערדערמאנטע עירליין איז א קליינער. זייענדיג סטאנציאנירט אין פראג פליהט זי בלויז צו 15 דעסטינאציעס אין אייראפע און האט א קליינע באזע פון 430 ארבעטער. זי האט זיך שוין געמוטשעט מיט חובות און פינאנץ-פראבלעמען איידער די פאנדעמיע האט איר נאך שווערער צושלאגן, און יעצט ליגט איר גאנצע גורל אויפן וואגשאל.
די עירליין איז די 5'טע עלטסטע עירליין אין די וועלט מיט א פליענדיגע היסטאריע פון 98 יאר. און ווי עס שיינט וועט זי גאנץ מעגליך נישט דערלעבן צו פייערן איר הונדערטסטע געבורטסטאג.
א פשיטת רגל פון די עירליין וועט נישט זיין קיין שווערע פארלוסט, צוליב דעם וואס זי פליהט אויף רוטס וואס זענען סייווי געדעקט דורך עטליכע אנדערע עירליינס. מערסטנס פון אירע 15 רוטס האבן מער ווי 50 אנדערע אפציעס, בלויז איין רוט - וועלכע אפערירט נאר אין די זומער חדשים - האט ווייניגער.
אינדערצייט וואס מיר זענען שוין מספיד די עירליין, איז קיין אפיצעלע מעלדונג פון זייער זייט נאכנישט געקומען, די איינציגסטע זאך וואס איז ארויסגעקומען איז די מעלדונג וואס זיי האבן געשיקט פאר די טשעכישע רעגירונג צו מעלדן די layoff. דאך שמעקט אזא זאך נאנט צו באנקראט, בפרט פון אזא קליינע עירליין.
די ארטיגע רעגירונג האט געאפפערט פאר די עירליין א פינאנציעלע אויסקויף עטליכע חדשים צוריק ווען זאכן האבן אנגעהויבן גיין בארג אראפ, אבער די עירליין - וועלכע האט געוואלט בלייבן פריוואט - האט עס דאן אפגעזאגט. ס'זעהט אויס ווי ס'קען זיי קאסטן א פרייז. אויפן מאמענט זאגט די רעגירונג אז זי פלאנט נישט אונטערצושטיצן די עירליין יעצט.

Qantas עירליינס האט געמלדן אז זי שטופט אפ אירע פלענער אנצוהייבן אינטערנאציאנאלע טרעוול צו אקטאובער. ארגינעל האט די אויסטראלישע עירליין געמאלדן אז זי וועט זיך צוריקלאזן אין די לופטן פאר אינטערנאציאנאלע רייזעס אינעם קומענדיגן יולי, אבער יעצט האט זי עס אפגעשטופט.
שטייענדיג היפש איזאלירט אויף די וועלט מאפע איז דאמעסטיק טרעוול נישט גענוג צום לעבן פאר אן אויסטראלישע עירליין, איז כאטש וואס אויסטראליע האט שוין היפש אויפגעלאזט די אייז ארום טרעוול, און א גרויסע פראצענט פון די איידער-קאוויד דאמעסטישע רוטס גייען שוין געהעריג אן, איז עס אבער אנדערש ווען ס'קומט צו פליען צו אנדערע לענדער.
Qantas האט אין רעזולטאט באריכטעט א פארלוסט פון איבער א ביליאן דאללער אין די לעצטע האלבע יאר און סיגנאליזירט אז זי וועט נאך מעגליך שניידן די דזשאבס פאר עטליכע טויזנט פון אירע ארבעטער איידער זאכן הייבן אן צוריק צו גיין אויף די רעלסן.

Norwegian עירליין האט געזאגט אז זי וועט מעגליך דארפן ארויסגיין פון ביזנעס אין די צווייטע קווארטל פון 2021.
Norwegian איז א ביליגע עירליין, א שטייגער ווי Spirit אין אמעריקא אדער Ryan אין אייראפע, ספעציעל איז זי געווען אייגנארטיג-בארימט מיט לאנגע אינטערנאציאנאלע רייזעס פאר ביליגע פרייזן.
נאכן זיך טרעפן אין א לאך פון שווערע דעפיציטן האט די קאמפאני אנגעהויבן ארבעטן אויף פלענער זיך צו רעארגענאזירן, אין רעזולטאט האט זיך געמאלדן צוריק אין January אז זי הערט אויף צוצושטעלן ביליגע לענגערע רוטס (long haul). יעצט זאגט די קאמפאני אז זיי פירן אויס אלע פלענער וואס זיי האבן פארגעשריבן אויף זייער רעארגענעזאציע וואס וועט זיך ענדיגן אינעם צווייטן קווארטל פון 2021, אבער אויב וועט זיך עס אין די ענדע נישט אויסארבעטן ווי פאראויס געפלאנט וועלן זיי מוזן קוקן אויף די באנקראט אפציע.

יונייטעד עירליינס וועט צאלן 49 מיליאן דאללער צו שליכטן א באשולדיגונג פון די פעדעראלע רעגירונג.
די עירליין האט א קאנטראקט מיט די רעגירונג צו טראנספארטירן פאסט די USPS צו אינטערנאציאנאלע דעסטינאציעס. לויט די דיעל טוט יונייטעד באקומען באצאלט בלויז אויב די פאסט ווערט איבערגעגעבן צו די נעקסטע פאסט אגענטור איידער די אפגעשמועסטע צייט. יונייטעד האט אבער געהאט אהערגעשטעלט א אויטאמאטישע סיסטעם וואס האט געמארקט די פאסט אלס "דעליווערד" איידער זי איז פאקטיש געווען דעליווערט.
די עירליין איז אויסגעשטאנען קלאגעס פון די פעדעראלע רעגירונג, אבער האט אייער-נעכטן געשליכטעט די קלאגע מיטן סעטטלען אויף א פעימענט פון 49 מילליאן דאללער און וועט נישט אנגעקלאגט ווערן.

עירפארטס:
א שווערע פאל האט פאסירט אין די Pulkovo עירפארט אין סט. פעטערסבורג אין רוסלאנד, וואו אן ארבעטער האט פארלוירן זיין זעה-קראפט נאך וואס עראפלאן לייטס האבן דירעקט אריינגעשיינט אין זיינע אויגן.
די פילאטן אויף יענעם פלייט האבן געוואלט אויספראבירן אויב א לייט אויף די עראפלאן ארבעט און האבן עס אנגעצינדן בשעת'ן פארקן ביים טערמינאל. דער ארבעטער וואס האט געוויזן פאר די עראפלאן וואו צו פארן אויף די ערד (marshaller) איז געשעדיגט געווארן פון די שטארקע קראפט פון די לעכטיגקייט און האט געליטן פערמענאנטע שאדנס צו זיין זעה קראפט ל"ע.
די רעגירונג פארשט יעצט אויב די פילאטן האבן געמעגט אנצידן די לעקטערס לויט די רוסישע רעגולאציעס.

עראפלאן טרעוול:
Emirates האט צוגעלייגט א נייע אפציע פאר זייערע פאסאנדזשירן, צו קענען רעזערווירן א ליידיגע זיץ נעבן זיך.
ס'איז נישט דומה אן עראפלאן רייזע מיט א שכן צו א רייזע וואס די זיץ דערנעבן איז ליידיג. ביז היינט איז די איינציגסטע אפציע געווען צו בוקן נאך א זיץ פאר די פולע פרייז, אבער די עמיראטס עירליין - וועלכע איז באוואוסט פאר איר לוקסעריעזע סערוויסעס - וועט פון היינט אפפערן א פארזיכערטע ליידיגע זיץ פאר א קלענערע אפצאל.
די נייע אפציע קומט אין דירעקטן רעזולטאט פון די קאוויד-אנגעצויגנקייטן אויף וואס מענטשן ליידן און זענען נערוועז צו פארן אזוי לאנג נעבן א פרעמדן.
מ'קען ערווארטן אז אנדערע עירליינס וועלן עס נאכמאכן.
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום מיטוואך מארטש 03, 2021 6:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

(אפשר וואלט געווען בעסער צו לייגן שטיקל ביי שטיקל ווען דו קענסט און נישט דייקא ווארטן פאר א פולער רעפארטאדזש. נישט זיכער אבער איך מיין אז עס קען ברענגען מער ליינער וואס ליינען אזוי צווישן ארבעט און ארבעט און האבן נישט קיין צייט זיך צו זעצן ליינען אזא לאנגע הערליכע באריכט די גאנצע אויפאמאל.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

זייער שיין און קלאר, שקויעך פארן אונז אריינעמען אינעם cockpit!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow!
אונז האבן דא א ריכטיגע נייעם שטערן, מיט קלארע הערליכע באריכטן פון עולם העליון...

א הערצליכן יישר כח פארן זיך נעמען די מיה! מיר ליינען מיט דורשט

----

וגא"מ מצטרף צו קנאפער אז אפשר איז כדאי ליתן ריוח בין הדבקים און שרייבן יעדע נייעס'ל אלץ א עקסטערע תגובה אזוי עס צו מאכן גרינגער צו ליינען.
---
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

הערליך שיין מיסטער קאקפיט! זיי ממשיך!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

(אפשר וואלט געווען בעסער צו לייגן שטיקל ביי שטיקל ווען דו קענסט און נישט דייקא ווארטן פאר א פולער רעפארטאדזש. נישט זיכער אבער איך מיין אז עס קען ברענגען מער ליינער וואס ליינען אזוי צווישן ארבעט און ארבעט און האבן נישט קיין צייט זיך צו זעצן ליינען אזא לאנגע הערליכע באריכט די גאנצע אויפאמאל.)

במשקל ראשון האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער נאך דעם האב איך איינגעזען אז דאס איז נישט די סארט נייעס וואס קימט צו ליינען ביי בין גברא לגברא. דאס קימט צי ליינען אויף די קאוטש נאך א טאג ארבעט... און ענדערש יא א לענגערע אבער דאך נישט אויסגעצויגענע באריכט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

להגדיל שמו האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

(אפשר וואלט געווען בעסער צו לייגן שטיקל ביי שטיקל ווען דו קענסט און נישט דייקא ווארטן פאר א פולער רעפארטאדזש. נישט זיכער אבער איך מיין אז עס קען ברענגען מער ליינער וואס ליינען אזוי צווישן ארבעט און ארבעט און האבן נישט קיין צייט זיך צו זעצן ליינען אזא לאנגע הערליכע באריכט די גאנצע אויפאמאל.)

במשקל ראשון האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער נאך דעם האב איך איינגעזען אז דאס איז נישט די סארט נייעס וואס קימט צו ליינען ביי בין גברא לגברא. דאס קימט צי ליינען אויף די קאוטש נאך א טאג ארבעט... און ענדערש יא א לענגערע אבער דאך נישט אויסגעצויגענע באריכט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

Iphone האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

(אפשר וואלט געווען בעסער צו לייגן שטיקל ביי שטיקל ווען דו קענסט און נישט דייקא ווארטן פאר א פולער רעפארטאדזש. נישט זיכער אבער איך מיין אז עס קען ברענגען מער ליינער וואס ליינען אזוי צווישן ארבעט און ארבעט און האבן נישט קיין צייט זיך צו זעצן ליינען אזא לאנגע הערליכע באריכט די גאנצע אויפאמאל.)

במשקל ראשון האב איך אויך אזוי געטראכט, אבער נאך דעם האב איך איינגעזען אז דאס איז נישט די סארט נייעס וואס קימט צו ליינען ביי בין גברא לגברא. דאס קימט צי ליינען אויף די קאוטש נאך א טאג ארבעט... און ענדערש יא א לענגערע אבער דאך נישט אויסגעצויגענע באריכט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

שכח פאר אלע וואס זענען מעיר.

ס'איז מיך גרינגער עס אפצושרייבן אזוי, איך ווייס אז איך בין מקדיש א באשטימטע שטיק צייט וואס ס'געדויערט מיך און איך לייג עס ארויף.
אויך קוק איך עס אן מער אלס אינפארמאציע אויף א "תחום" איידער ווי "נייעס". אסאך זאכן זענען נישט אינטערעסאנט צו ארויפלייגן אלס א עקסטערע שטיקל נייעס, אבער מיין ציהל איז מער "אריינצופילן" דעם עולם וואס איז אינטערעסירט מיט די נייעס אין די תחום, ממילא קומט עס אין אזא פארעם.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

א דאנק דיר!
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

הר גריזים האט געשריבן:הערליך שיין מיסטער קאקפיט! זיי ממשיך!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מיטוואך תשא 6:40 נאכמיטאג

פליגער:
א פליגער קראך איז פארגעקומען נעכטן אין סאוט סודאן איבערלאזנדיג 10 פאטאליטעטן רח"ל.
אלס איינע פון די וועלטס צוריגעשטאנענסטע לענדער, זענען זאכן וואס קומען פאר אין סאוט סודאן אומקראנט און נישט באשטימט, אבער די לאקאלע גאווערמענט האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט איבער דעם קראך.
די קראך האט פאסירט מיט א פליגער פון די ארטיגע South Sudan Supreme עירליין, לויט טייל באריכטן האט שוין די עירליין א פאטאלע קראך אויף איר רעקארד פון 2017, אבער לויט מיין ריסוירטש מישן זיי עס אויף מיט א קראך פון אן געוועזענע עירליין מיט אן ענליכע נאמען.
ס'איז נאכנישט הונדערט פראצענט קלאר די סארט פליגער וואס האט געקראכט, אבער געוויסע זאגן אז ס'רעדט זיך פון א טשעכיש פראדוצירטע Let L410. די סארט פליגער האט שוין אויף איר רעקארד 141 קראכן מיט הונדערטע פאטאליטעטן, שטעלנדיג איר אלס איינע פון די אומזיכערסטע פליגער אויף די וועלט.
מעגליך אז זאכן וועלן קלארער ווערן אין די קומענדיגע טעג.
letter.jpg
letter.jpg (84.37 KiB) געזען 906 מאל

די בריוו וואס די לאקאלע רעגירונג אין סאוט סודאן האט ארויסגעגעבן אין רעאקציע צו די קראך - קרעדיט: The Aviation Herald

עירפארטס:
די FAA זאגט אז זי וועט אנהייבן טעסטן אנטי-דראון טעכנעלאגיע ארום 5 עירפארטס אין אמעריקא.
דראונס זענען א שטייגנדע געפאר פאר עראפלאנען אין די לופטן. אינדערצייט וואס זיך איינהאנדלען א פריוואטע דראון ווערט מער און מער דערגרייכבאר פאר מענטשן, שטייגן די באריכטן פון דראונס וואס זענען געזעהן געווארן ארום לופט-פעלדער. די קליינע אפאראטן האבן שוין באוויזן אנצוזייען א שרעק אויף אזוי ווייט אז לאנדאנ'ס Gatwick איז געווען פארשפארט צוויי יאר צוריק אויף עטליכע טעג צוליב עטליכע דראון באריכטן.
ס'זענען דא עטליכע קאמפאניס וואס האבן שוין דעוועלאפט סיסטעמען צו באשיצן עירפארטס פון די געפארן, געוויסע אפפערן סעלושנס וואס טוען אראפשיסן די דראונס, אנדערע טוען דזשעמען די סיסטעם און עס אזוי דעאקטיוויזירן, א דריטע איינפאל איז צו טויטן די עלעקטריציטעט דורך לעיזער שטראלן און נאך.
יעצט זאגט די FAA אז זי לייגט אויף פראבע א טעכנעלאגיע וואס וועט באשיצן די עירפארט פון דראונס, אבער די אגענטור האט נישט געזאגט וועלכע סארט טעכנעלאגיע עס איז.

737 MAX:
אינדערצייט וואס מער און מער לענדער זענען שוין באפרידיגט מיט די אפדעיטס וואס באואינג האט געמאכט, וויל טשיינע נאכנישט געבן דעם "אקעי" פאר די פליגער זיך צו הייבן אין די לופטן.
כינעזע אוויאציע רעגולירער האבן מאנטאג געזאגט ביי א פרעסס קאנפערענץ אז זי ארבעט מיט באואינג און מיט די FAA דורכצוגיין גרינטליך אלע טוישונגען, און זיי וועלן עס נישט אפראוון ביז זיי וועלן זיין 100 פראצענט קלאר אז עס איז סעיף צוריקצוקומען.
ס'לאזט זיך גאנץ גרינג שפעקולירן אז טשיינע מיינט דא פאליטיק ענדערש ווי סעיפטי רעגולאציעס, ווייל זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין באשטימטע צייט ווען זיי פלאנען צו מאכן די ענטגילטיגע טעסטינג. די סיבות פארוואס כינע זאל זיך וועלן רייבן מיט באואינג קענען זיין אסאך און ס'איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין אין דעם.
דאס שטעלט אן ערנסטע געפאר אויף ארום 200 ארדערס וואס כינעזע קעריערס האבן באשטעלט פון די MAX, בפרט אז די יונגע כינעזע עראפלאן פראדוצירער Comac גרייט זיך ארויסצוקומען מיט אן ענליכע פראדוקט אין די קומענדיגע הערבסט, און כינעזע קאמפאניס וועלן יענץ גאנץ זיכער קלויבן אויב די MAX וועט נישט זיין קיין אפציע.

עירליינס:
עיר אינדיע שיקט פאזיטיווע סיגנאלן אויף די צוריקקער פון נארמאלע טרעוול צוריקרופנדיג אלע אירע פילאטן וואס זי האט געהאט געלייגט אויף Layoff.
ענליך צו דאס וואס מיר האבן באריכטעט אין אויסטראליע איז די דאמעסטישע טרעוול אין אינדיע שוין כמעט גענצליך די זעלבע ווי איידער די עפידעמיע קריזיס, אבער ווען ס'קומט צו אינטערנאציאנאלע רייזעס איז עס נאך זייער הינטערשטעליג, דערפאר איז אזא מעלדונג א צייכן אז די עירליין ערווארט גוטע נייעס אויף די אונטערנאציאנאלע פראנט אויך ערגעץ אין די קומענדיגע וואכן.

די סאודי אראבישע עירליין Saudia האט זיך אריינגעלאזט אין די מארקעט מיט 70 ארדערס פון שפאגל נייע פליגער! פאר א עירליין וואס איר גאנצע פלאטע באשטייט פון 159 עראפאלאנען איז אזא מקח גרויסע נייעס.
די ארדער איז א געמיש פון באואינג און עירבאס פליגער, פונקטליכע דעטאלן זענען נישט ארויסגעשטעלט געווארן דורך קיינעם פון די זייטן אינעם דיעל.
די עירליין האט שוין געזאגט אין 2018 אז זי פלאנט צו פארגרעסערן איר פלאטע אין 2020. די צייט איז געקומען.

נעכטן האבן מיר באריכטעט אז Thai Airways האט ארויסגעשטעלט 9 פון אירע גרעסטע פליגער אויף סעיל. יעצט ווערט באקאנט אז דאס איז א טייל פון א גרעסערע פלאן וואס די עירליין נעמט אונטער מיט ריזיגע שניטן אין די צאל פון זייערע פליגערס און ארבעטער.
Thai מוטשעט זיך אין א בארג פון חובות, מיט 4 א האלב ביליאן דאללער אין פארלוסטן פאר 2020, זי האלט אינמיטן א בענקראפסי פראסעס מיט די ארטיגע רעגירונג און אלס א טייל פון די זאך וועט זי האלטן בלויז 86 פון איר יעצטיגע 103 פליגער און שניידן איר ארבעטסקראפט צו 13-15 טויזנט, אראפ פון די יעצטיגע 19 טויזנט. איידער די עפידעמיע האט אויסגעבראכן האט זי געהאט א באזע פון 28 טויזנט ארבעטער!

עראפלאן טרעוול:
פארהאן מענטשן וואס זענען מיסטעריע ליבהאבער, זיי וועלן אלס דוקא אריינגיין אין די גורל צו געוואונען די "Mystery פרייז" און שלינגען מיט דארשט אלע נייעס וועגן יו.עף.או.ס.
וויאזוי קען עס אזא מענטש אויסנוצן אויב ער האט ליב עראפלאן טרעוול? Qantas האט אן עצה!
Qantas האט געמאלדן אז זיי וועלן מאכן דריי רייזעס פון באשטימטע עירפארטס צו.... מ'זאגט נישט אויס!
פון מארגן מיטאג וועט מען קענען בוקן א פלייט וואס פארט ארויס 7 אזייגער אינדערפרי און איז צוריק פארנאכטס, און פארברענגען דורכן טאג "ערגעץ"!
"איר וועט זיך מעגליך טרעפן שליגען וויין אויף א הערליכע וויינפעלד, טונקען די פיס אין די וואסערן פון א טראפישן אינזל, אדער הנאה האבן פון די לאנד'ס בעסטע געסטעריי" זאגט די קאמפאני. "אין יעדן פאל, וועט עס זיין באגלייט מיט א נארהאפטיגן לאנטש".
איינע פון די מיסטעריעזע פלייטס וועלן פארן שבת מארטש 27 פון Brisbane, די צווייטע פון סידני אום זונטאג אפריל 18 און די דריטע וועט זיך ארויסלאזן פון מעלבורן מעי 1
לאמיר זעהן אויב די סוד וועט נישט ארויסרינען פריער....
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

און מיר אלע שלינגען געשמאקע ווערטער דא אויפן וועלטל.... ש'כח קאקפיט!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

very nice and informative!!

Thanks!!

שרייב וויאזוי עס איר באקוועם!! מען דארף דאך עפעס קריטיקירן כנהוג סאו העי די שרייבסט צו ווייניג!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

אמר"ש, וויל איך פרעגן אויב ס'איז נאך דא א פלאן אמאל ווייטער ממשיך זיין דערמיט?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

קנאפער ידען האט געשריבן:און מיר אלע שלינגען געשמאקע ווערטער דא אויפן וועלטל.... ש'כח קאקפיט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מיטוואך תשא 6:40 נאכמיטאג
Qantas האט אן עצה!
Qantas האט געמאלדן אז זיי וועלן מאכן דריי רייזעס פון באשטימטע עירפארטס צו.... מ'זאגט נישט אויס!

קודם נאכאמאל א ריזיגע דאנק, איך שלינג מיט דורש יעדע שורה, אזש איך מאך שמאלער מיין בראוזער עס זאל זיין מער שורות :P
נאכדעם וויל איך דיר געבן אנערקענונג אז דו ספעלסט שוין QANTAS ריכטיג (אן די U), אנדערש ווי אויבן ווען דו האסט געשריבן מיט א U.
יעצט צוריקקוקענדיג זעה איך אז דו האסט שוין פארראכטן אויבן אויך! ;l;p-
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
מיטוואך תשא 6:40 נאכמיטאג
Qantas האט אן עצה!
Qantas האט געמאלדן אז זיי וועלן מאכן דריי רייזעס פון באשטימטע עירפארטס צו.... מ'זאגט נישט אויס!

קודם נאכאמאל א ריזיגע דאנק, איך שלינג מיט דורש יעדע שורה, אזש איך מאך שמאלער מיין בראוזער עס זאל זיין מער שורות :P
נאכדעם וויל איך דיר געבן אנערקענונג אז דו ספעלסט שוין QANTAS ריכטיג (אן די U), אנדערש ווי אויבן ווען דו האסט געשריבן מיט א U.
יעצט צוריקקוקענדיג זעה איך אז דו האסט שוין פארראכטן אויבן אויך! ;l;p-

שכח פאר די שיינע ווערטער :grin: און פאר די הגה :smile:
איך בין א פען פון Qantas, איינס פון די סיבות איז ווייל כמעט 10 פראצענט פון זייערע פליגער זענען A380ס, ס'איז מיך אבער קיינמאל נישט אויסגעקומען צו "שרייבן" זייער נאמען, וה' הטוב יכפר.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”