נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:57 pm

איך מיין אז אויב ס'איז אן עמערדזשענסי לאנדונג איז נישט שייך קיין טיקעט.

טשאדי, ביזט אייזן גוט! בילד

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:59 pm

Wow

ס'זעהט אויס ווי ער האט זיך געהויבן אויף א געדרייטע שטיקל הייוועי, נישט געגלייבט מ'קען אזוינס.

Cute

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re:

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:11 pm

אדמיראל האט געשריבן:איך מיין אז אויב ס'איז אן עמערדזשענסי לאנדונג איז נישט שייך קיין טיקעט.

טשאדי, ביזט אייזן גוט! בילד

האט ער נישט געדארפט מאכן זיכער אז האט גענוג געז?
חוץ אויב שטעלט זיך ארויס אז זיין זייגערל איז געווען צובראכן.

שטאפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: Re:

תגובהדורך שטאפיק » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:36 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אדמיראל האט געשריבן:איך מיין אז אויב ס'איז אן עמערדזשענסי לאנדונג איז נישט שייך קיין טיקעט.

טשאדי, ביזט אייזן גוט! בילד

האט ער נישט געדארפט מאכן זיכער אז האט גענוג געז?
חוץ אויב שטעלט זיך ארויס אז זיין זייגערל איז געווען צובראכן.


נאר מיט א קאר קען מען טועה זיין?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:32 pm

נאך חדשים פון שפעקולאציעס ווער ס'וועט ווערן דער אינוועסטירער פון אל על לופטליניע, איז צום סוף אלי ראזענבערג, א זון פון ניורסינג האום מעצענאט קענעט ראזענבערג פון מאנסי, געווארן דער פרישער מעין שעיר האלדער פון די קאמפאני.

ווי ס'לויטעט דער געזעץ אין מדינת ישראל, מוז דער קויפער זיין א איזרעילי, ממילא האט קענעט ראזענבערג עס געקויפט דורך זיין 26 יעריגער זון אלי, וואס וואוינט אין די מדינה.

קעני ראזענבערג איז דער אייגענטומער פון סענטער'ס העלט קעיר, א שטארק באקאנטע ניורסונג האום נעץ אויך אין די היימישע קאמיוניטי.
דער מולטי מיליאנער קענעט וואוינט אין מאנסי, און דאווענט אין די שול פונעם אנדערן ניורסינג האום מעצענאט - אליעזר שיינער.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:32 pm

א גוטן,
איך עפן דעם ווינקל פאר נייעס אין די אוויאציע וועלט, אריינגערעכנט, געשעענישן מיט\אין עראפלאנען, עירפארט און עירליין נייעס א.א.וו.
ס'איז דא א אשכול פון עראפלאן קראכן נייעס אבער זייער אסאך מאל (אזויווי היינט) האב איך געוואלט שרייבן אינטערעסאנטע אוויאציע נייעס, אבער ס'איז נישט געווען קיין קראך, און ס'איז נישט קיין יושר אז אן עראפלאן זאל מוזן קראכן און מענטשן זאלן שטארבן כדי ס'זאל באריכטעט ווערן דא. פארדעם עפן איך דעם אשכול.
פארשטייט זיך אז גאר גרויסע נייעס באקומען געווענליך סייווי א אשכול פאר זיך, אבער גרויסע און קליינע נייעס קען מען דא באריכטן.
קומט אריין, ליינטס אדער לאזטס איבער א באריכט, און פליהטס מיט אויף די רייזע...
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:40 pm

אט איז א שטיקל נייעס וואס מאכט העדליינס אין די טעג אבער איך האב נישט געטראפן אז מ'זאל רעדן דערפון דא.
דעם פארגאנגענעם שבת פרשת תצוה-זכור, ולמספרם פעברואר 20, ארום 12:45 מיטאג צייט האט זיך United Airlines פלייט נאמבער 328 ארויסגעלאזט פון די די Denver Int'l Airport אין דענווער, קאלאראדא פלאנענדיג א 9 שעה'יגע רייזע קיין האנאלולו. עטליכע מינוט נאכן זיך הייבן, ווען די עראפלאן איז געווען ארום 12,000 פיס אין די לופטן האבן די פאסאדזשירן פלוצלינג געהערט א הויכע זעץ, ווען זיי האבן דערשראקענערהייט ארויסגעקוקט פון די רעכטע ווינדאו האבן זיי - צו זייער גרויס שרעק - געזעהן ווי די רעכטע Engine ברענט!
די פילאטן האבן זיך דערשראקענערהייט פארבינדן מיט די Air traffic control אין דענווער און פארלאנגט אז זיי ווילן זיך צוריקקערן צום עירפארט, די קאנטראל טאוער האט זיי געאפפערט אז זיי קענען תיכף צוריקומען דורך סיי וועלכע ראנוועי זיי ווילן, אבער די פילאטן האבן נאך געדארפט אפאר מינוט אין די לופטן איבערצוגיין די עמערדזשענסי פראטאקאלן (א פליגער קען פליען נאר מיט איין ענדזשין), נאך עטליכע מינוט האבן זיי זיך טאקע צוריקגעקערט און געלאנדעט זיכערערהייט אן קיין שאדן די צו קיינע פון די 241 נפשות, פון וועלכע 231 זענען געווען פאסאדזשירן און 10 פון די מאנשאפט.
די פאסאדזשירן האבן באריכטעט אז די פילאטן און די מאנשאפט האבן געטוהן גאר א גוטע ארבעט מיטן האלטן דעם עולם די רואיגסטע שייך אין אזעלכע מאמענטן, און די לעצטע אויסרוף פון די מאנשאפט איז אייגנטליך געווען "אפגעזעהן פון וואס איר וועט דערציילן איבער די אינצידענט איז קלאר אז אין יונייטעד צילן מיר אייך צו האלטן די זיכערסטע מעגליך אזויווי איר האט זיך אליין געקענט איבערצייגן היינט".

פאלגנד איז א ווידיאו וואס איינע פון די פאסאדזשירן האט אפגעכאפט.

אונטן אויף די ערד האט די אינצידענט געמאכט א היפשע מהפיכה ווען גרויסע שטיקער פון די ברוכווארג זענען געפאלן איבער א שטעטל Broomfield, Colorado. שטיקלעך פון די ברוכווארג זענען שוין געפונען געווארן אזוי ווייט ווי א מייל אפגערוקט פון איין עק ביז די אנדערע. די גרעסטע שטיק איז געפאלן אין די לאט פון אן איינוואוינער, וועלכער האט זיך געטראפן מיט די גאנצע רים הארט פאר זיין טיר. די פאליציי אין Broomfield האט געזאגט אז זיי זענען פארפלייצט געווארן מיט רופן פון באריכטן איבער שטיקלעך ברוכווארג און האבן עווענטועל געדארפט ארויסלייגן א מודעה מ'זאל מער נישט רופן 911 מיט די באריכטן.
נאר מיט נסים איז קיינער אונטן אויך נישט געשעדיגט געווארן.

210220171559-03-flight-returns-debris-colorado-0220-exlarge-169.jpg
210220171559-03-flight-returns-debris-colorado-0220-exlarge-169.jpg (44.35 KiB) געזעהן 950 מאל


די NTSB וועלכער איז די אגענטור וואס איז אחראי אויף אויספארשן טראנספארטאציע אינצידענטן אין אמעריקא, איז תיכף אריינגעקומען און פירן יעצט דורך א גרינטליכע אויספארשונג.
די ערשטע זאכן אויף וואס מ'קוקט ביי די אויספארשונג זענען די פליגער און די engine.
די פליגער איז א Boeing 777-200 וועלכער איז שוין אין דינסט זייט 1994 איז בלויז די פיפטע 777 וואס איז פראדוצירט געווארן. 26 יאר איז נישט אומגעווענליך פאר א עראפלאן, און איז נישט קיין ריזיקע אויף די סעיפטי פון א פלייט.
די 777 סארט האט נישט קיין ערנסטע סעיפטי אישוס אויף איר רעקארד, די מער ערנסטע אינצידענטן וואס האבן פאסירט מיט א 777 זענען געווען די פארלוירענע מאלאזיע פליגער, און די אראפגעשאסענע מאלאזיע אין אוקריינע. נאך איין אינצידענט מיט 3 פאטאליטעטן אין סאן פראנציסקאו איז געווען די שולד פון די עירליין און דעם פילאט. אלזא, קיין איינס פון די אינצידענדטן קענען נישט צוגעשריבן ווערן צו די שולד פון די פליגער גופא.
אבער ווען מ'קוקט אויף די engine הייבן זיך די ברעמען. די PW4000 סארט האט אין פאריגן דעצעמבער געצווינגן א יאפאנעזע פליגער צו א עמערדזשענסי לאנדונג, און נאך א ענדזשין פון די סארט האט אין דעם זעלבן טאג ווי די UA328 אינצידענט עקספלאדירט אויף א 747 פליגער אין האלאנד וואו ברוכווארג האט געשעדיגט צוויי אויף די ערד.
דאס האט שוין תיכף געברענגט קשיות פון אלע ריכטונגען אויב די ענדזשין האט א פראבלעם וואס האט הערשט יעצט אנגעהויבן ארויסקומען.

אבער וואו גאוסט-גלויביגע ווערן דערשראקן איז, ווען מ'קוקט וויאזוי די פאסאדזשירן האבן למעשה דערגרייכט זייער ציהל. יונייטעד האט צוגעשטעלט א פלייט פאר די געשטראנדעטע פאסאדזשירן פון דענווער (ווער ס'האט נאך געוואלט פליען), אן אנדערע 777 וועלכע האט זיי געברענגט צום ציהל ארום 6 שעה שפעטער ווי געפלאנט.
די אינטערעסאנטע חלק איז אז די צווייטע פליגער איז די פיפטע 777 וואס איז פראדוצירט געווארן - אויך אין 1994, און די רעגיסטראציע נאמבער (אזויווי די VIN פון א קאר) פון די צוויי עראפלאנען זענען זייער ענליך, די רעגיסטראציע נאמבער פון די ארגינעלע פליגער איז N772UA און די רעפלעיסמענט וואס איז למעשה געפלויגן איז N773UA.
יא, נאך איין קלייניקייט, די צווייטע פליגער האט אין 2018 געהאט עפעס א אינצידענט ווען ס'איז געפארן ערגעץ. וואו ווילסטו וויסן? אה… קיין האנאלולו. וואס ס'איז געשעהן פרעגסטו? אה… עפעס א קלייניגקייט, די רעכטע ענדזשין האט אראפגעלאזט ברוכווארג אינמיטן וועג!

פאלגנד איז א ווידיאו פון די 2018 אינצידענט.

די אויספארשונג גייט אן, די FAA האט געהייסן מ'זאל אינספעקטן אלע פליגער מיט די סארט ענדזשין, יונייטעד האט שוין געמאלדן אז זי האט "געגראונד" אלע פון די סארט פליגער (עטליכע 50 אין צאל), די UK האט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף אלע פון די סארט אריינצוקומען אין אירע לופט רוימען און די סטאקס פון Boeing און פון Raytheon Technologies (די קאמפאני וואס פראדוצירט די ענדזשין) זענען געפאלן איטליכער מיט איבער 2 פראצענט היינט.
די גאנצע זאך פעלט בכלל נישט אויס פאר Boeing נאך וואס זיי זענען נארוואס ארויסגעקראכן פון זייער סומאטוכע מיט די 737 מעקס, עקספערטן און אינוועסטירער קוקן ארויס צו זעהן וויאזוי זאכן גייען זיך אנטוויקלען און אויב דאס קען האבן א לאנג-טערמיניגע אפפעקט אויף די קאמפאני.
לעצט פאראכטן דורך Ivelt Cockpit אום מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך Ivelt Cockpit » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:43 pm

ווישוואש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=25670

אוי, איך האב זייער לאנג געזוכט אזאנס און נישט געטראפן.
די אחראים קענען עס צאמשטעלן. (שטערט מיך גראדע נישט ס'זאל זיין באזונדער, אבער ס'ווענדט זיך אין די אחראים).
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

יוסי בן דוד
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2021 11:57 am

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך יוסי בן דוד » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:54 pm

Salt lake City: a Seattle bound delta 757 plane with 128 aboard made an emergency landing in Utah
after engine failure. It was Boeing's 3rd incident in 3 days.
אין די טונקל זעט מען נישט קיין טונקלקייט, מען זעט פשוט נישט. ווען מ'זעט טונקלקייט מיינט עס אז עס איז ליכטיג, נאר עפעס פארשטעלט עס.

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:55 pm

וואס מיינט "אוויאציע"?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג פאברואר 22, 2021 11:04 pm

sheetrock האט געשריבן:וואס מיינט "אוויאציע"?




די ענין פון פליען אין די ליפט



https://yi.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%99%D7%A2
רייזעס ארום די וועלט


אלעס איבער לענדער

מיין טויזענט

אוועטאר
ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך ממוצע » מאנטאג פאברואר 22, 2021 11:12 pm

ייש"כ הרב קאקפיט!

זייער געשמאק געשריבן! געלעהזט מיט גרויס הנאה.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:31 am

ממוצע האט געשריבן:ייש"כ הרב קאקפיט!

זייער געשמאק געשריבן! געלעהזט מיט גרויס הנאה.
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג פאברואר 23, 2021 7:20 am

נישטאמת האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:ייש"כ הרב קאקפיט!

זייער געשמאק געשריבן! געלעהזט מיט גרויס הנאה.

אוועטאר
הענדימען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג פאברואר 23, 2021 8:52 am

איפה פייביש האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:ייש"כ הרב קאקפיט!

זייער געשמאק געשריבן! געלעהזט מיט גרויס הנאה.
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:16 am

הענדימען האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:ייש"כ הרב קאקפיט!

זייער געשמאק געשריבן! געלעהזט מיט גרויס הנאה.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Surface » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:34 am

שיין געשריבן, א געשמאק צו ליינען.
יישר כח קאקפיט!

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:51 am

שכח פאר יעדעם, איך וועל אי"ה ברענגן כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:02 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:שכח פאר יעדעם, איך וועל אי"ה ברענגן כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס.

איר קוקט אויס אביסל ניי דא, סתם צו לאזן וויסן אויב איר האט נאכנישט געוואוסט, די 737 מעקס האט א עקסטערע אשכול,
viewtopic.php?f=6&t=39626&hilit=737+%D7%9E%D7%A2%D7%A7%D7%A1

יישר כח נאכאמאל

אוועטאר
בשבילי נברא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:23 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:שכח פאר יעדעם, איך וועל אי"ה ברענגן כסדר'דיגע נייעס און אפדעיטס.

יישר כח! זייער הנאה געהאט צו ליינען.
געשריבן גוט, געשמאק, און מיט א שטארקע קלארקייט נישט אויסלאזענדיג קיין שום דיטעיל
---

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אוויאציע נייעס (עראפלאנען, עירפארטס א.א.וו.)

תגובהדורך שלמה מולכו » דינסטאג פאברואר 23, 2021 2:02 pm

Ivelt Cockpit האט געשריבן:

Wow

הערליכע קלארע באריכט,
זייער אינטרעסאנט, קיפ איט אפ.

אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך Ivelt Cockpit » דינסטאג פאברואר 23, 2021 3:49 pm

לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
דינסטאג פרשת תצוה 3:45 נאכמיטאג

פליגער:
ווי ס'זעהט זיך אויס וועט Boeing נישט אזוי שנעל ארויס קריכן פון אירע פראבלעמען. דריי ענדזשין אינצידענטן האבן זיך געשאפן אויף Boeing פליגער אין בלויז די לעצטע דריי טעג (ווי שוין באריכטעט דורך "יוסי בן דוד"). אין צוגאב צו דעם האט די FAA ארויסגעגעבן א נאטיץ, אין וועלכע זיי דעקן אויף אז זיי האבן באריכטן פון פראבלעמען וואס שאפן זיך מיט די טיר פון צוויי סארט Boeing עראפלאנען. לויט די באריכטן איז די Frame ארום די טיר נישט גענוג פעסט צו האלטן די טיר, און דאס שאפט קרעקס אין די פלאץ ארום, ברענגענדיג א ריזיקע פאר לופט זיך אריינצובאקומען אין די עראפלאן וואס פירט אז די לופט-פרעשור אינעווייניג זאל פאלן (Cabin Depressurization). דאס איז א סיטואציע אויף וואס די פלייט אטענדענטס צייגן פארן זיך הייבן אז ספעציעלע אקסידזשען מאסקעס וועלן אראפפאלן.
די אפעקטירטע עראפלאנען זענען פון די 737NG סארט און פון די בארימטע פראבלעמען-עדיקט דער 737 MAX!

צו מאכן זאכן שווערער האט זיך א לאנגיעריגע Boeing קאסטומער געלאזט הערן מיט קריטיק קעגן די עירליין, שאפנדיג שפעקולאציעס אז זיין קאמפאני קוקט זיך מעגליך אום אויף נאך אפציעס אויב Boeing נעמט זיך נישט אין די הענט אריין.
די רעדע איז פון די Air Lease Corp - א קאמפאני באזירט אין קאליפארניע - וועלכע קויפט פליגערס דירעקט פון די מענופעקטשורער און דינגט עס ארויס פאר עירליינס צו אפערירן. א גרויסע פראצענט פון די קאמפאניס פלאטע באשטייט פון באואינג עראפלאנען, מער ספעציפיש 737ס, און גרויסע ארדערס פון 787ס זענען אויך אין פראסעס יעצט.
די CEO פון די קאמפאני האט נעכטן געזאגט פאר אינוועסטירער אז די פראבלעמען מיט באואינג האבן זיך פארברייטערט און זיי קוקן ארויס צו זעהן אז באואינג זאל זיך נעמען מאכן ארדענונג. ווי ער זאגט, טוט באואינג צופיל פאוקוסן אויפצוטרעפן נייע פליגער צו ברענגען צו די מארקעט ווי איידערן זיך אפגעבן מיט די ריכטיגע מעינטענעס און טרענירונג אויף די עקזיסטירנדע פליגער.
אויסער דעם האט ער זיך אפגערעדט אז לעצטנס זענען די ארדערס זייער פארשלעפט און באואינג קומט נישט נאך די טערמינען אויף זייערע קאנטראקטס.
די מארקעטס האבן רעאגירט צו די נייעסער מיט רויטע צייכענעס, די Boeing סטאק איז שוין געווען היינט געפאלן אזוי נידריג ווי איבער 2.75 פראצענט אבער מאמענטאל האט זיך עס שוין צוריקגעכאפט.

אז מ'רעדט שוין פון די 737 מעקס, איז עטליכע טעג צוריק ארויסגעקומען די נייעס אז די FAA נוצט סעטאליט טעכנעלאגיע נאכצוקוקן די דאטא פון יעדע איינציגסטע 737 מעקס וואס פליהט ארום איבער די וועלט. די טעכנעלאגיע איז אויסגעשטעלט צו באריכטן יעדע אומגעווענליכע מאנואווערע פון די פליגערס, א שטייגער ווי א פלוצלינג'דיגע שארפע דריי אדער פאל אויף אראפ וכדו'.
די FAA האט געשלאסן א קאנטראקט מיט א דרויסנדיגע קאמפאני וועלכע אפערירן די סעטאלייטס און וועלן צושטעלן די דאטא, די סיסטעם וועט שיקן אן אלערט איבער סיי וועלכע אויסערארדנטליכע געשעעניש פאר א דעזיגנירטע סעיפטי טיעם אינערהאלב די FAA, וועלכע וועלן עס גרינטליך אנאליזירן אויב עס שטעלט סיי וועלכע געפאר.

עירפארטס:
די עירפארט אין בערלין דייטשלאנד האט געמאלדן אז זיי שפארן איינע פון אירע טערמינאלס ביז א קומענדיגע מעלדונג.
די נייעס וואלט נישט געצויגן קיין ספעציעלע העדליינס ווייל ס'איז גאנץ א אפטע ערשיינונג אין די לעצטערע פאר חדשים, וואו גאנצע טערמינאלס ווערן פארמאל אפגעשפארט אדער שטייען סתם אזוי ליידיג צוליב די דראסטישע רעדוקציע אין טרעוול.
די ספעציעלקייט אין די מעלדונג איז אבער ווען מ'הערט פון וועלכע עירפארט און וועלכע טערמינאל ס'רעדט זיך דא.

בערלין פלעג האבן דריי באזונדערע עירפארטס וואס האבן סערווירט די געגענט. אבער די רעגירונג האט געוואלט האבן בלויז איין צענטראלע עירפארט אין בערלין וועלכע וואלט אויסגעקומען ביליגער און פראקטישער. די צורך פאר א שפאגל נייע איינציגע עירפארט איז נאר געשטיגן מיט די יארן ווען די דריי קלענערע עירפארטס האבן זיך געטראפן דערשטיקט אונטער די פאסאדזשיר פלוס פון\צו די געגנט. די פלענער ציען זיך שוין אזוי לאנג ווי פון 1990 (ווען די צוטיילטע בערלין איז צוריק פאראייניגט געווארן) אבער קאנסטראקשן האט זיך הערשט אנגעהויבן אין 2006 נאך וואס פילע פראבלעמען פון ownership און לעגאליטעטן האבן געדארפט געלעזט ווערן. די רעגירונג האט געמאלדן אז ס'וועט זיך עפענען אין 2011.
די נייע פראיעקט איז געבויעט געווארן הארט נעבן איינע פון די עקזיסטירנדע לופטפעלדער. די עקזיסטירנדע לופטפעלד איז אריינגענומען געווארן אלס א חלק פון די נייע, און עס איז געווארן "טערמינאל 5" פון די גרויסע עירפארט.
פון די ערשטע פאזעס פון די בוי-פראיעקט האבן זאכן אנגעהויבן גיין צפון צו, פון פינאנציעלע דעפיציטן אויף וועלכע מ'האט זיך נישט ריכטיג אויסגערעכנט פון פריער, ביז פרישע EU בויען רעגולאציעס צו וועלכע מ'האט זיך געדארפט צושטעלן און פראבלעמען מיט די טעכנעלאגיע וואס מ'האט געוואלט אינסטאלירן.
אין אקטאובער 2011 האט מען אפגעשטופט די עפענונג צו יוני 2012, אין אפריל 2012 האט מען עס אפגעשטופט צו מארטש 2013 צוליב דעם וואס די פייער פראטעקשן סיסטעם איז געווען א טאטאלע דיזעסטער, און פון דארט צו אפריל 2014, און דערנאך צו יוני 2017, ווייטער איז עס געגאנגען צו 2018 און עווענטועל איז Berlin Brandenburg עירפארט הערשט געעפנט געווארן אין דעם פארגאנגענעם אקטאובער 2020!
די פראיעקט האט שוין אפגעקאסט איבער 7 ביליאן דאללער! ארויף פון די ארום 2.3 ביליאן ארגינעל געשאצט! און די פראיעקט איז נאכנישט פארטיג, ווייל נישט אלע אפטיילונגען זענען שוין אפעראטיוו, ס'איז געשאצט אז ס'וועט נאך קאסטן 1.2 ביליאן ביז איר גענצליכע פארענדיגונג.
דערפאר, ווען די עירפארט האט נעכטן געמאלדן אז טערמינאל 5 - די ארגינעלע קליינע עירפארט - ווערט אפגעשפארט פאר מינימום א יאר האט עס געצויגן ספעציעלע אטטענטשן, ווען מ'נעמט אין באטראכט די ספעציעלע געשיכטע וואס עס טראגט אונטער זיך.
Auf Wiedersehen!

עראפלאן טרעוול:
מיד פון פליגער-טרעוול מיט א מאסק? בוק א ביזנעס אדער ערשטע קלאס טיקעט אויף Cathay Pacific!
די האנג קאנג באזירטע עירליין האט געמאלדן אז פאסאדזשירן אין די פרעסטידזש-קלאסן וועלן קענען אראפנעמען זייער מאסקע ווען זיי ליגן אינגאנצן אויסגעצויגן אויף זייער באקעוועמע זיץ-בעט.
פארשער האבן שוין פון לאנג פעסטגעשטעלט אז כאפן די וויירוס אויף א פליגער איז נישט מצוי, אבער עירליינס און טרעוול רעגולירער זענען זייער שארף מיט די פארלאנגען צו טראגן מאסקעס סטראשענדיג מיט די שטערקסטע פאר פארלעצער.
יעצט האט Cathay Pacific געגעבן די אויסנאם פאר רייזנדע מיט זיצן וואס דינען ווי א בעט, זאגנדיג אז אין אזא פאל איז עס סעיף.
קריטיקירער זאגן אז ס'איז בלויז נאך א וועג צו גרינגער מאכן און בענעפיטירן פאר רייכע טרעוולער.
אוויאציע ארטיקלען סעריע
אוויאציע דיסקוסיע
אוויאציע טערמינען און ראשי תיבות
אלע אינפארמאציע געשריבן זענען בלויז פאר דיסקוסיע און אינטערעסאנטקייט און קענען נישט גענוצט ווערן אלס לעגאלע רעפערענס.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג פאברואר 23, 2021 3:56 pm

Surface האט געשריבן:שיין געשריבן, א געשמאק צו ליינען.
יישר כח קאקפיט!

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג פאברואר 23, 2021 4:29 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:שיין געשריבן, א געשמאק צו ליינען.
יישר כח קאקפיט!

100%
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג פאברואר 23, 2021 8:45 pm

זייער גוט געשריבן!

ייש"כ קאקפיט!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: hk675, Rak Tov, אב של שלמה, גאלדגרוב, גליטשעדיג, געוואלטיג, ודו''ק, זזה, מטעמים, נוסח אשכנז, קרייסלער און 65 געסט