בלאט 1 פון 4

אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 12:41 am
דורך לכתחילה אריבער
(נישט געטראפן אזא אשכול, אפשר דארף נישט זיין עקסטער? קען גיין אין "קורצע טעגליכע נייעס"?)

א שטארקער קעגנער פון פוטין - אלעקסיי נעוואלניע (Alexei Navalny) איז געפונען געווארן שולדיג אין קעראפציע, און באקומען צוגעטיילט 3.5 יאר, אבער די סענטענס איז געווארן "סאספענדעט", דאס מיינט ער דארף עס נישט סערווירן.

דער אלעקסיי איז זייער א פאפיולערער פיגור אין רוסלאנד, און האט אין יאר 11' און 12', אנגעפירט מיט די פראטעסטען קעגן פוטין, נאכן אויספארשען קוראפציע אינהאלב פוטינ'ס רעגירונג.

אין יאר 13' איז ער אויך געפונען געווארן שולדיג און דעמאלס איז ער יא געשיקט געווארן אין טורמע, אבער נאך איין טאג האט מען אים ארויסגעלאזט, צוליב די מאסיווע פראטעסטען וואס האבן זיך אנגעהויבן זאמלען איבער דעם.

עס קוקט אויס אז רוסלאנד האט געוואלט איינשפארן אצינד די פראטעסטן, האט מען סאספענדעדט די סענטענס. אבער צענדליגער טויזענטער זענען נאך אלס ארויסגעקומען פראטעסטירן, אין א "באווייז פון כח" וואס די פראטעסטירער האבן שוין לאנג נישט געהאט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 12:47 am
דורך צווייפעל
יישר כח פאר די באריכט.

ספרייזד אז פוטין האט מורא פון פראטעסטן.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:02 am
דורך לכתחילה אריבער
צווייפעל האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.

ספרייזד אז פוטין האט מורא פון פראטעסטן.

זיכט נישט עקסטערע אטענציע די טעג.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 1:09 am
דורך סביב העולם
צווייפעל האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.
.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2015 10:02 am
דורך פערפעקט
"צפון קארעע'ס פירער" וועט מאַכן זיין ערשטער אפיציעלער באַזוך קיין רוסלאַנד אום חודש מאי.

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
באריס נעמסאוו, איינע פון וולאדימער פוטינ'ס גרעסטע קריטיקירער, איז געשאסען געווארן צום טויט עטליכע גאסען פון די קרעמלין. ער האט געפלאנט אנצופירן א מארש קעגען פוטין פארן זיך אריינמישען אין אוקריינע, און איין טאג פאר די מארש, האט ער באקומען פיר קוילן אין קאפ.

פוטין איז "זייער אויפגעברויזט "און וועט "פערזענדליך אנפירן מיט די אינוועסטעגעשן" איבער די שיסעריי.

#אלטע גוטע צייטן

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:45 pm
דורך לכאורה
אלס ענינא דיומא דערמאן איך מיך אז עס איז געווען אמאל וואס א דיקטאטור האט אליינס אנגעפירט די אויספארשונג, און דעמאלטס האט מען געברויכט אריינמישן א מלאך אז די פינגער זאל נישט טייטלן אויף אים אליין.

#מי הוא זה ואיזה הוא

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:47 pm
דורך עקבי הצאן
ככה יעשה לאיש אשר אין המלך פוטין חפץ ביקרו

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 28, 2015 11:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער האט געהאט געמאלדן, אז ער האט געטראפן פראוף אז רוסלאנד רידערט אין אוקריינא, און האט זיך געגרייט עס מפרסם צו זיין.

געשריבן: זונטאג מארטש 01, 2015 1:29 am
דורך פאמיליעמירעלס
געווען א איד

געשריבן: זונטאג מארטש 01, 2015 1:31 pm
דורך להודיע
די טיפישע רוסישע רעאקציע, דערמאנט פון א נישט לאנג פארגעסענע תקופה. כ'ווייס נישט צי לאכן אדער וויינען.

סוכנות המשטרה הפדרלית הרוסית מסרה שהיא בוחנת מניעים אפשריים לרצח נמצוב. אחת האפשרויות היא שהרצח בוצע כדי לערער את המצב הפוליטי ברוסיה ושנמצוב היה "קורבן שהוקרב על ידי אלה שלא בוחלים בשום שיטה כדי להשיג את המטרות הפוליטיות שלהם". אפשרות זו קיבלה ביטוי בתגובותיהם של פוטין ופוליטיקאים רוסים, שאמרו שרצח נמצוב היה פרובוקציה נגד המדינה.

געשריבן: זונטאג מארטש 01, 2015 1:32 pm
דורך להודיע
מער ווי זיבעציג טויזנט מענטשן האבן היינט מארשירט אין מאסקאווע אלס פראטעסט אויף די רציחה.

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2015 12:23 am
דורך לכתחילה אריבער
6 זענען שוין ארעסטירט געווארן איבער די אטענטאט. איינער פון די 5 האט זיך אויפגעריסן ווען מען האט אים געוואלט ארעסטירן............. #פראקטיש!

איינע פון די 5 געבליבענע האט שוין מודה געווען...... #פראקטיש!! די אנדערע פיר ווערן נאך "געהאלטן".

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2015 4:58 pm
דורך וואס איז
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דער האט געהאט געמאלדן, אז ער האט געטראפן פראוף אז רוסלאנד רידערט אין אוקריינא, און האט זיך געגרייט עס מפרסם צו זיין.

די רוסישע געהיים פאליציי האט דורכגעפירט אן אבלאווע אויף זיין הויז באלד נאך דעם אטענטאט, 'אין פארבינדונג מיט די אויספארשונג', און האט שוין גאנץ זיכער פארניכטעט סיי וועלכע באווייזן ער האט געהאט.

יעצט קען מען עס שוין אנלייגן אויף די מוסולמענער...

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2017 10:17 am
דורך מיסטעריעז
עס גייט ווידעראמאל פאר אנטי-רעגירונג און קארופציע פראטעסטן, און דער אלעקסיי נעוואלניע שטייט ווידער בראש. ער האט אבער נישט עספיעט אנצוקומען צו א פראטעסט ווייל די פאליציי האט איהם ארעסטירט ווען ער איז ארויסגעקומען פון זיין דירה.

פערצופאל האט זיך די עלעקטעריציטעט אין די פראטעסטן הויפטקווארטיר אפגעהאקט, און פערצופאל שבפערצופאל האט זיך די עלעקטעריציטעט אין אלעקסיי נעוואלניע׳ס דירה אויך אפגעהאקט.

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2017 11:47 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
זאל ער זיך פרייען אז ער לעבט נאך

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2017 12:00 pm
דורך Gevald Geshrigen
אינטערסאנט אז די פערצופאל איז געווען אז פאליציי האט עם ארעסטירט אוןן נישט אז פערצופאל האט ער נישט געהאט קיין צייט ווייל ער האט געוואלט גיין קויפן א זשענערעיטער און נאר פערצופאל נישט געהאט געז אין זיין קאר

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:33 pm
דורך פעיק ניוז
דער רוסישער אפאזיציע פיגור אלעקסיי נאווואלני איז באפרייט געווארן פון טורמע, נאכ'ן זיין איינגעשפארט פאר א מאנאט פאר'ן העלפן אראנזשירן אן אומאויטאריזירטן פראטעסט.

נאוואלני איז באפרייט געווארן פרייטאג, און האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז ער וועט ווייטער אנהאלטן מיט זיינע שריט און פראטעסטן קעגן דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.

נאוואלני'ס באפרייאונג קומט אין א צייט וואס ס'הערשט א נייע כוואליע פון כמעט וועכנטליכע פראטעסטן קעגן דער רעגירונג אין מאסקווע.

איד דעילי

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 8:19 pm
דורך דריידל
פרעזידענט וולאדאמיר פוטין האט אפגעהאלטן א געווינס היינט ווען וויילער האבן געשטימט צו טוישן די קאנסטיטוציע און אין געבן די מעגליכקייט צו בלייבן אויף די פאזיציע ביז 2036 למספרם.

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 8:42 pm
דורך וואס טוט זיך
וויילער האבן "געשטימט".....


לאל....

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:41 am
דורך פעיק ניוז
דאקטוירים אין רוסלאנד האבן געגעבן דעם אקעי פאר'ן אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני געפירט צו ווערן קיין דייטשלאנד פאר מעדיצינישע באהאנדלונג, נאכדעם וואס ער איז געפאלן אונמאכט צוליב א פארדעכטיגטע פאר'סמ'ונג.

אריגינעל האבן זיי נישט געוואלט לאזן נאוואלני קריגן באהאנדלונג אין דייטשלאנד, פירנדיג צו נאכמער פארדאכטן אז דער פּוטין רעזשים וויל באהאלטן דעם פאקט אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן אין א דירעקטער אטאקע דורך דער רעגירונג.

דעילי איד

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:52 am
דורך פעיק ניוז
דייטשלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי האבן געשטעלט דעם רוסישן אפּאזיציע פיגור, אלעקסיי נאוואלני, אונטער שטרענגע וואך אינעם שפּיטאל, נאכדעם וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז נאוואלני איז קראנק געווארן אלס רעזולטאט פון א פארפּעסטיגונג.

נאוואלני איז שבת אפּגעפירט געווארן פאר באהאנדלונג פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד, און נעכטן האבן דייטשע דאקטוירים געזאגט אז טעסטס צייגן אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט א שעדליכן כעמיקאל וואס מ'נוצט אין פּעסטיסיידס.

דעילי איד

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:02 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פעיק ניוז האט געשריבן:דייטשלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי האבן געשטעלט דעם רוסישן אפּאזיציע פיגור, אלעקסיי נאוואלני, אונטער שטרענגע וואך אינעם שפּיטאל, נאכדעם וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז נאוואלני איז קראנק געווארן אלס רעזולטאט פון א פארפּעסטיגונג.

נאוואלני איז שבת אפּגעפירט געווארן פאר באהאנדלונג פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד, און נעכטן האבן דייטשע דאקטוירים געזאגט אז טעסטס צייגן אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט א שעדליכן כעמיקאל וואס מ'נוצט אין פּעסטיסיידס.

דעילי איד

דייטשע דאקטוירים זאגן היינט אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט די נאוויטשאק כעמיקאל - וואס אפעקטירט די נערוון סיסטעם פונעם באטראפענעם, און איז פון די סאמע טויטליכסטע וואפנ'ס אויפ'ן וועלט.

Novichok is a series of binary chemical weapons developed by the Soviet Union and Russia between 1971 and 1993.Russian scientists who developed the nerve agents claim they are the deadliest ever made, with some variants possibly five to eight times more potent than VX, and others up to ten times more potent than soman.

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:06 pm
דורך אוראייניקל
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דייטשע דאקטוירים זאגן היינט אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט די "נאוויטשאק" כעמיקאל - וואס אפעקטירט די נערוון סיסטעם פונעם באטראפענעם, און איז פון די סאמע טויטליכסטע וואפנ'ס אויפ'ן ערד קוגל.

איז דאס די זעלבע מעשה וואס זיי האבן גענוצט אויפ'ן פאר'סמ'טע אין ענגלאד פאר אפאר יאר צוריק?

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:06 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אוראייניקל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דייטשע דאקטוירים זאגן היינט אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט די "נאוויטשאק" כעמיקאל - וואס אפעקטירט די נערוון סיסטעם פונעם באטראפענעם, און איז פון די סאמע טויטליכסטע וואפנ'ס אויפ'ן ערד קוגל.

איז דאס די זעלבע מעשה וואס זיי האבן גענוצט אויפ'ן פאר'סמ'טע אין ענגלאד פאר אפאר יאר צוריק?

יא!