בלאט 1 פון 2
נייע עפארדעבעל האוזינג אין ב"פ דורך אגודת ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 7:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
נעכטען אויף קולמע, האט הרב יונה כהן, געהאט א אינטערוויו מיט עטליכע באמטע פון א "הויזינג" אגענטור פון די אגודת ישראל. און זיי האבן געמאלדן אז מען גייט ממש יעצט - נאך די וואך - אנהייבן בויען נייע עפארדעבל האוזינג אין בארא פארק. אזאך וואס איז שוין פאר צענדליגער יארן נישט געווען.
עס נעמט שוין צענדליגער יארן ביז מען האט באקומען די אוקעי, און יעצט איז עס ענדליך פערטיג. עס איז שוין דא פלענס, שיינע גרויסע קאנדאוס, פיר פעמעלי הייזער. ספעציעל געבויט אז עס זאל זיין געאייגענט פאר אידישע גרויסע משפחות.
כ'בין נישט קיין ב"פ'רקער, ווייסעך נישט פונקטליך וואו און וואס מען רעדט, און וואס די ארגענעזאציע איז בכלל. אלזא, קומט ביטע אריין די וואס ווייסען - אפשר הרב יונה אליין - און ביטע אויסקלארן.
נ.ב. מער דעטאלן ווערן אויסגעשמועסט אויף די אינטערוויו. אויב איינער איז מער באקאנט, קען ער מער פארשטיין פון דארט.
נ.ב.ב. אויב איינער האט א קאנטאקט מיט ר' יונה, וואלט ווען געווען א טובה, אז מען זאל אים אויפמערקזאם מאכען פון דעם אשכול - כ'ווייס נישט ווי אפט ער ליינט דא - און ער זאל אריין קומען פארציילן וואס גייט פאר.
נ.ב.ב.ב. אגב אינעם שמועס, ווערט אריינגעווארפן איבער די פלאן צו בויען איבער די שינעס, יענער מאכט עס נישט אוועק, נאר אז עס וועט נעמען א לאנגע צייט עס צו ערלעדיגן.
Re: נייע עפארדעבעל האוזינג אין ב"פ דורך אגודת ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 8:57 pm
דורך ל.רוזן
ער זאגט דארט אז די דירות וועלען זיין 1,600 Sq foot וועלען ערהאלטן 4-5 בעדראמס 2 ביה'כ און די פרייז וועט זיין צווישען $350,000 און $550,000 ווענט זיך אין די אינקאם
Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 9:17 pm
דורך עבד השם
וויפיל דירות?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 9:28 pm
דורך יונה כהן
שכויח פאר מיינע געטרייע צוהערער פארן מאכן מיך אויפמערקזאם אויך דעם אשכול.
לכבוד דעם עולם דא האט קול מבשר מסכים געווען ארויף לייגען א לינק צו קענען דאונלאדען דעם אודיא פייל פון דעם גאנצען אינטערוויו פון גוגל דרייוו. ישמעו ענוים וישמחו!
http://goo.gl/7E2mlBדער וועב סייט (וואס האט באגרענעצטע אינפארמאציע) פון דער דעוויזיע פון אגודת ישראל
http://www.homeprogram.orgאויב איינער האט מער פראגעס קען מען מיר שרייבען אן אימייל און איך וועל פרובירן שיקען צום ריכטיגען אפיס
yrapaport@agudathisrael.org
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 9:30 pm
דורך galitzyana
Where? And what's number to call to go on waiting list
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 10:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
א שיינעם דאנק אייך ר' יונה פאר די שנעלע ריספאנס.
יעצט אויב איינער קען אביסעל פארברייטערן, ארויף לייגן א מאפע, און בילדער פון גוגל מעפס, מיט א לינק, אז מען זאל פארשטיין וואס טוט זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 10:42 pm
דורך געלעגער
יישר כוח לכתחילה פארן גיין פתיחה און אהער שלעפן ר' יונה'ן
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 10:43 pm
דורך טהור-עיניים
ל.רוזן האט געשריבן:ער זאגט דארט אז די דירות וועלען זיין 1,600 Sq foot וועלען ערהאלטן 4-5 בעדראמס 2 ביה'כ און די פרייז וועט זיין צווישען $350,000 און $550,000 ווענט זיך אין די אינקאם
Sent from my SGH-T599N Using ForumTouch for Android
אין 1,600 סקווערע פוס אריינצוריקן פיר בעדרום'ס איז אביסל טייט. מיט פינף איז שוין זייער טייט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 10:55 pm
דורך איפה פייביש
4 בעדרום'ס אין 1600 סקווערע פוס איז זייער שיין, שוין געמאכט 4 בעדרום'ס אין 1350
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 11:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
איפה פייביש האט געשריבן:4 בעדרום'ס אין 1600 סקווערע פוס איז זייער שיין, שוין געמאכט 4 בעדרום'ס אין 1350
אין וויליאמסבורג איז דא ביי לארמער קארנער מארסי, 4 בעדרומס איז עפעס איבער 1250 סקווער פוס!!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 11:17 pm
דורך שוועמל
וואו אין BP גייט מען דאס בויען?
און ווען הייבט מען אן?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 11:35 pm
דורך לאמפ
שוועמל האט געשריבן:וואו אין BP גייט מען דאס בויען?
און ווען הייבט מען אן?
אויף 37 צווישן 12טע אין 14טע עוו.
די ערשטע פאזע וואס גייט געבויעט ווערן פון 12 ביז 13 עוו. איז שוין עפראווד און מען גרייט זיך אנצוהייבן בויען אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 11:46 pm
דורך שוועמל
דאנק
וויפיל דירות גייט מען אזוי בויען?
וועט עס זיין א CO-UP סטייל אזויווי די ברוקלין ווילאס?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 12:00 am
דורך לאמפ
יאפ, אזא סטייל ווי ברוקלין ווילא'ס.
זיבעצן פיר שטאקיגע געביידע'ס, איין דירה פער שטאק.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 1:42 am
דורך טהור-עיניים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איפה פייביש האט געשריבן:4 בעדרום'ס אין 1600 סקווערע פוס איז זייער שיין, שוין געמאכט 4 בעדרום'ס אין 1350
אין וויליאמסבורג איז דא ביי לארמער קארנער מארסי, 4 בעדרומס איז עפעס איבער 1250 סקווער פוס!!
אוודאי קען מען, אבער דאס איז ווייט פון רחבות. קען זיין פאר ברוקלין, לויט די היינטיגע סטאנדארטן הייסט עס שיין, אבער נישט דאס מיינט דער פסוק.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:23 am
דורך יונה כהן
ב"ה אז די פאוסט וואס איך האב ארויף געלייגט האט ארויסגעברענגט א געוואלדיגע אינטערעסע אין דעם אגודה פראיעקט.
איך האב נאר געוואלט קלאר מאכען א פאר נקודות
א) עס איז כדאי אויסצוהערען דעם שמועס, און מיט א האלבע שעה צייט אינוועסמענט, וועט איר אייך איינשפאָרען א סאך צייט מיט פראגעס וואס האבען א קלארער ענטפער אינעם שמועס
ב) איך קען אידיש, ווער עס שרייבט מיר אן אימעיל דארף זיך נישט ברעכן די פינגער אין טייפען א צובראכענעם ענגליש, מיר זענען דא צו העלפען יעדען באשר הוא שם, באהבה!
ג) געזעצליך (ווי מ'זאגט קלאר אינעם שמועס) זענען קיין אפליקאציעס נישט אוועילאבעל איצט אין דער צייט, דער סדר המכירה מוז ווערן דרוכגעפירט אויף א פונקטליכער סדר כפי הוראת הסיטי, און ווי הרב יפה האט מסביר געווען, איז דער געזעץ בוך פאר'ן סדר המכירה דיק ווי א טעלעפון בוך.
ד) סעפּקאו נעמט איצט אָן נאר אייער קאנטאקט אינפארמאציע (טעל. אימעיל. אדדרעסס) כדי צו זיין אויף די רשימה צו באקומען אפדעיטס און אויך העלפען פאָטענציאלע קויפערס "צוגרייטען" אויסצופילען דעם אפליקאציע אין דעם עתיד, כדי צו זיין עלעדזשעבל אריינצוגיין אינעם גורל וואס די סיטי (נישט אגודה) וועט אנפירען. סעפּקו פאלגט אויס פונקטליך דעם געזעץ.
ה) עס האט נישט קיין זין צו שרייבען א 'פלוני אלמוני' אימעיל צו מיר. איך בין נישט דער פריץ וואס גייט אייך שיקען אין גלות סיביר אויב איר וועט מגלה זיין אייער ID ביטע שרייבט ארויס אייער נאמען אין קאנטאקט איפארמאציע, ווי אזוי דען קען מען אייך העלפען?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:35 am
דורך יום אחד
אלטע מעשות פון 5 יאר צירוק...
http://www.vosizneias.com/55416/2010/05 ... or-hurdle/זיי האבן דאמאלטס געשריבען אז מגייט אנהויבען בויען סוף 2010
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:39 am
דורך יונה כהן
גערכעט!
ווי מ'רעדט אין דעם שמועס ציט זיך עס שוין 20 יאר! און כסדר איז ארויף געקומען פרישע מניעות...
אבער איצט גראָבּט מען שוין די יסודות עס איז שוין א פאקט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:43 am
דורך יום אחד
20 יאר צירוק וואלטן די פרייזען נישט געווען עפארדיבעל נאר איבערגעצאל 3 מאל...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:45 am
דורך מצב כללי
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:50 am
דורך יונה כהן
מצב כללי האט געשריבן:רעדט מען פון
דעם גאס?
יא אבער איר צייגט צווישען 13 און 14 קודם גייט מען בויען צווישן 12 און 13 דאס איז בלאק פריער
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:56 am
דורך מיסטעריעז
טהור-עיניים האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:איפה פייביש האט געשריבן:4 בעדרום'ס אין 1600 סקווערע פוס איז זייער שיין, שוין געמאכט 4 בעדרום'ס אין 1350
אין וויליאמסבורג איז דא ביי לארמער קארנער מארסי, 4 בעדרומס איז עפעס איבער 1250 סקווער פוס!!
אוודאי קען מען, אבער דאס איז ווייט פון רחבות. קען זיין פאר ברוקלין,
לויט די היינטיגע סטאנדארטן הייסט עס שיין, אבער נישט דאס מיינט דער פסוק.
טהור, איך מיין אז דער דורכשניטליכער איד אין סיטי האט אמאל אויך נישט געהאט פיל גרעסער
צוויי שטאקן פון א בראונסטאון הויז איז 1600 ס"פ (טייל זענען ווייניגער, און א קליינע צאל איז אביסל גרעסער צוליב די ברייטקייט אדער עקסטענשן)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 11:03 am
דורך יום אחד
דאס זענען די קאנדאס וואס אגודה האט געבויט 25 יאר צירוק 15 עוו ביי 38 סט. גוט געבויט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 11:51 am
דורך סמארט גאי
איך בין אלל אין פאר ווער סקען צושטעלן אפילו 'איין' עפארדעבל דירה, אבער רעאליסטיקלי, לאמיר זיך נישט פאפן, אפילו וועסט אויפבויען 300 דירות און אוועקגעבן בחינם, האסטו נישט אנגעהויבן צו אטאקירן דעם פראבלעם,
די אלע זאכן טוען נאר דיסטרעקטן פון רעדן פון אמת'ע סאלושענס,
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 4:41 pm
דורך יונה כהן
סמארט גאי האט געשריבן:איך בין אלל אין פאר ווער סקען צושטעלן אפילו 'איין' עפארדעבל דירה, אבער רעאליסטיקלי, לאמיר זיך נישט פאפן, אפילו וועסט אויפבויען 300 דירות און אוועקגעבן בחינם, האסטו נישט אנגעהויבן צו אטאקירן דעם פראבלעם,
די אלע זאכן טוען נאר דיסטרעקטן פון רעדן פון אמת'ע סאלושענס,
לאו דוקא
איינע פון די גרויסע מטרה'ס און בענעפיטן פון די פריריגע פּראיעקטן פון סעבּקו איז געווען נישט נאר צו צושטעלן דירות פאר ביליג, איר גרעסערע מטרה איז געווען צו סטעבּעלייזן דעם געגענד, ווי עס איז דערמאנט אין דעם שמועס באריכות. איצט איז דער מטרה אפשר א ביסל אנדערש, דהיינו נישט נאר וואס מ'שטעלט צו דירות, מ'פארברייטערט אויך דעם געגענד און דאס איז גורם אז אנדערע משפחות זאלען וועלען און קענען קויפען און אינוועסטירן אין הייזער ארום דעם דעוועלופמענט ווי עס האט פאסירט פון פריער מיט אנדערע דעוועלופמענטס.
און עס געפונען זיך שוין ציביסלעך היימישע משפחות דארט ארום, א דאנק (עכ"פ א חלק) צוליב די באוואוסטע פלענער פון בויען דארט די נייע אגודה דירות.