בריוו צו כלל ישראל! דורך אהרן יוסף שפילמאן,

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

פרוזדור האט געשריבן:סתם פאר נייגעריגקייט. איז דאס א דעת תורה א דעת בעה"ב. איר בעט אדער איר פארלאנגט. און בכלל וואספארא שייכות האט דאס נעמן געלט פון די רעגירונג פראגראמן מיט די פאליציי. און וואס דריקט אייך די יעניגע פראגראמן נעמער. און ווער האט דיר געזאגט אז מען מעג אראפרייסן דעם איינעם אפיציר וואס אלע פאליציילייט נעמען זיך פאר אים פאקטישט אן אז ער האט יא גוט געהאנדענט סיי מיט גארנער און סיי בראון. און איר קומט און איר רייסט אים אזוי ברוטאל אראפ אן טראכטענדיג אז די פאליציי קען דאס נאך ליינען. איז דאס אויך אייער אייגענער באשלוס. און בדרך אגב האט א יוד מיט א דייטשע אפיציר קיינמאל קיין גוטע רילעישאנס נישט געהאט.

לאמיך אייך מסביר זיין סדא לעצטענס אפאר יונגעלייטלעך אין מאנסי לא קראניקלעך ולא שימשניקלעך נישט קיין עקספיריענס און נישט קיין פאך. גארנישט. וואס זיי מיינען אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין יארע 2000. און ווער סזעהט נישט די וועלט פון זייער קוק ווינקעל רייסן זיי און שמייסן זיי אראפ. צדיקל מיר האבן א תורה מיר האבן מנהיגים מיר האבן פריעדיגע מנהיגים. זיי ווייסן אויך היסטאריע און זיי ווייסן אויך ווען יא און ווען נישט און ועל כולם האבן מיר אן אייגענער חוות דעת. ווילסט זאגן אז סוואלט געווען שיין צו זעהן נאך אפאר יודעלעך ביים בלומען אויפן סיידוואלק ראלי פיין. אבער מאך עס נישט ווי גלייך מען האט דא גענומען עפעס א זייט אין די מחלוקה. און געדענק וואס סשטייט אין קהלת אין חדש תחת השמש. בארואיגט אייך

קענסט זיך בארוהיגן? האלטסט אז ער האט נישט גוט געשריבן? שרייב וואס די האלטסט!, סתם אינטעררייסן זיין פערזענליכקייט וועט אראפרייסן דיין אייגענע פערזענליכקייט!
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

הרב שפילמאן ביים אויספירן דעם "חוב קדוש" זיינער.
אטעטשמענטס
IMG_20141226_003036.jpg
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

לאמפ האט געשריבן:הרב שפילמאן ביים אויספירן דעם "חוב קדוש" זיינער.

איז ער כאטש א 'נאה דורש ונאה מקיים'..
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

נע, ער איז נישט דארט אלס יוד, נאר אלס TV פערסאנאליטי..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

יעצט געליינט!
All I have to say is
ווער האט אים געפרעגט!!!
סתם ארויפגעלייגט פרישע חובות אויפן ציבור, סע נאך נישט דא קיין שטאטישע פראגראמען וואס דעקן עס.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ממש חובות, ניין??
איינער דארף איהם פרעגן צו זאגן א ריכטיגע זאך??
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

גערעכטער האט געשריבן:ממש חובות, ניין??
איינער דארף איהם פרעגן צו זאגן א ריכטיגע זאך??
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

ווער איז ער צו רעדען צי כלל ישראל א דיין ? א רב? ער האט א דעת תורה?
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ער האט א פוינט, ער מאכט עס נאר צו שטארק דראמאטיש. און בד"וו איין אידישע פארשטייער איז גענוג און נאך.

#דריי נישט איבער.
#דריי נישט קיין קאפ.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

סביב העולם האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ממש חובות, ניין??
איינער דארף איהם פרעגן צו זאגן א ריכטיגע זאך??
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מחותן, כאפ איך נישט וואס דו פארשטייסט נישט געלעגער'ן
ער מעג זאגן זיין מיינונג און ער מעג עס שרייבן און א אפענע בריוו צו כלל ישראל אדער א צוגעמאכטע, פרידאם אוו ספיטש איז א פאקט
אבער עס מאכן פאר א חוב קדוש איז עפעס אנדערש, דאס איז א קאנצעפט וואס ער קען נישט נוצן.

דו פרעגסט פארוואס? אימעדזשין איך שרייב אז קיינער זאל אים בשום אופן פאלגן, ווייל לייגן בלומען ביי א מת איז חוקות הגוי און ס'ביהרג ואל יעבור...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

כלל ישראל'ס ענטפער צו א.י.ש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מי שמך לאי"ש?
אידיש גערעדט: זאג, עס האט דיך איינער געפרעגט?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מחותן האט געשריבן:נא, וואס קען מען דען טיען אז קיינער עלטער פון אים האט עס נישט אויפמערקזאם געמאכט?! טאקע א פעלער אז א יונגערמאן איז דער וואס זאגט עס און די עלטערע פון אים האבן עס פארזען צו זאגען.


מחותן, עפעס פארשטייען מיר זיך נישט. איך האב בכלל נישט דערמאנט זיין יאר גאנג אדער זיין בעקראונד. איי קאלדנט קעיר לעס ווער עס זאגט עס און צו ער גייט מיט א קליינע געשטריקטע קאפעלע אדער א גרויסע בענד דאון. וואס איך זאג איז איין זאך: קענסט האבן א מיינונג און מעגסט עס אפילו שרייבן, אבער ווען דו טיילסט 'מיך' איין וואס מיין 'חוב קדוש' איז, דאן זיי גערישט אז איך וועל עס איבערקוקן און ריספאנדן עקארדינגלי! כאפסט?
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אין ערגסטן פאל וואלט איך עס אנגערופן נעריש. איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם ברויזט אזוי, כאילו ווען ער שרייבט אז איז חוב קדוש, איז מען א בעל חוב ביז מען איז עס מקיים.
ער האט געשריבען, ליין עס און גיי ווייטער, האלסט ער איז גערעכט דאן טוה דאס, האלטס אז נישט לאך דיך אויס און גיי צום נעקסטן אשכול.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

צוויי זאכן פארשטיי איך נישט אין געלעגערס תגובה.

1) כאטש מילכיגער ... כ׳מיין זייט ווען האסטו מורא מחולק צו זיין מיט מיר?...

2) אט דאס, טאקע ממש דאס מיינט קבל את האמת ממי שאמרו. טראכט נישט ווער סזאגט, און נישט פארוואס ער זאגט. טראכט איז דאס אמת? אויב יא, דאן מוז מען עס אננעמען.

און א עקסטערע שמועס קענסטו מאכן ער זאל שטיל בלייבן און ער זאל וויסן זיין פלאץ (לשיטתך. איך קען אים נישט). קענסט אים באזידלען אז דו האלטסט אז סקומט אים. אבער נאכאלס מוזטו באטראכטן זיין נקודה מיט א בליק כאילו דו האסט ע געטראפן אויף א שטיין אויסגעקריצט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:מי שמך לאי"ש?
אידיש גערעדט: זאג, עס האט דיך איינער געפרעגט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

שלום אויש האט געשריבן:בס"ד.

*** פאראכטן ביי פרוזדור ****
א אפענע בריוו צו כלל ישראל - דורך: אהרן יוסף שפילמאן

מיין מיינונג איבער די געפאלענע פאליציי-אפיצירן

ס'איז פאראיבער עטליכע טעג זינט ניו יארק איז געכאפט געווארן אין שאק נאכדעם וואס צוויי פאליציי אפיצירן זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן זיצענדיג אין זייער קאר, ביים פאטראלירן א געגנט נישט ווייט פון די חרדישע וויליאמסבורג. צוויי פאמיליעס האבן פארלוירן א פאטער, ווייבער האבן פארלוירן זייער מענער, און מען דארף נישט ערקלערן און געבן צו פארשטיין וואספארא טראגעדיע דאס איז פאר א פאמיליע ווען מען פארלירט א מיטגליד, און נאך אויף אזא טראגישן פארנעם.

ס'איז נישט קיין סוד אז די אפיצירן וועלכע דינען אין די פאליציי שטעלן איין זייערע לעבענ'ס אין געפאר יעדן מינוט וואס זיי געפינען זיך איינגעהילט אין זייערע מונדירן. און פארגעסט נישט אז חוץ פון אינפארסירן געזעץ און פארטיילן טיקעטס זענען זיי וועמען סיי ווער וועט אנרופן אויב ווערט מען אטאקירט אדער איבערגעפאלן, און אין סיי וועלכע סיטואציע א מענטש שפירט זיך אין געפאר, זענען זיי דא דיר צו ראטעווען און ברענגען די סיטואציע אונטער קאנטראל.

אזוי לאנג וואו מיר געפינען זיך אין גלות דארפן מיר צוקומען צו די פאליציי וועלכע זענען די ריכטיגע שליחים אין צייט פון נויט אונז צו באשיצן, ווען אימער. צו איז עס ווען מען ווערט איבערגעפאלן, בארויבט, זוך-אקציע, וואנדאליזם, א.א.וו. און ספעציעל ווען מען לעבט אין ניו יארק אונטער א שטענדיגע טעראר-שרעק, וואס בס"ד זענען שוין צענדליגער טעראר-אטאקעס פארמיטן געווארן אדאנק זייער אנוועזנהייט. ב"ה די פאליציי צייגען ארויס א שטארקע פארשטענדעניש און סענסיוויטעט ווען עס קומט צו די געברויכן פון די אידישע געמיינדע אין ניו יארק און זענען שטענדיג דא צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט די געמיינדעס צו איז עס ביי שמחות, ימים טובים, ווען מען דארף פערמיטן, דעמאנסטראציעס, און דער ליסטע ענדיגט זיך נישט. און אצינד ווען די פאליציי דעפארטמענט גייען דורך גאר שווערע אומשטענדן ווערנדיג געצילט דורך פילצאליגע אויפגעברויזטע פארשוינען וועלכע זוכן זייער בלוט דארפן מיר ארויסצייגען אונזער הכרות הטוב.

ב"ה אפאר וואוילע אידן, טייל וועלכע פארטרעטן קהילות, און אנדערע יחידים האבן געשפירט די פארפליכטונג און אראפשטעלן בלומען אלס רעספעקט פאר די געפאלענע פאליציי אפיצירן און ארויסצייגען סימפאטיע און מיטגעפיל מיט די באטרעפנדע פאמיליעס און פאר די פאליציי-דעפארטמענט וועלכע איז איין פאמיליע. און אין מיין מיינונג איז עס א גאר שיינע זאך.

זאלן אונזערע נישט-אידישע שכנים זעהן אז מיר זענען הארציגע און געטרייע בירגער וועלכע רעכענען זיך מיט זייערע ווייטאגען.
הק' שפילמאן


.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ווען איך וואלט געשריבען אן ״אפענער בריוו״ אדער ״חוב קדוש״ צו כלל ישראל וואלט איינער עס געמאלדן אין די נייעס? די פאקט אז א פינף און צוואנציג יעריגע יונגערמאן (וואס זאגסטע? ער איז אכט און צוואנציג? אה, אקעי.. כ׳צו צוריק..) האט געקענט ארויסלייגן זיינע בויך קרעמפן מיט די גאנצע דראמאטיע פון אן ׳אפענע בריוו צו כלל ישראל׳ און ׳חוב קדוש׳ און ס׳איז גאר די טאפ ״נייעס״ אייטעם אויף אייוועלט, רעדט שטארקע דיבורים. כ׳ווייס נישט וואס ס׳זאגט, אבער עפעס.
און אז מ׳זאגט מיינונגען וואלט איך געזאגט אז די בריוו זיינער צייגט אז ער איז זייער אמביציעז. האט ער דען נישט געטראכט פון אזא רעאקציע וואס רוב עולם האט דא? זיכער אז יא, באט ער האט זיין ציל און, ווי ס׳קוקט מיר אויס, ער טוט וואס ער פילט ער דארף טון אן זיך קימערן מיט אטאקעס פון אנדערע. נאר אזעלכע מענטשן קענען מצליח זיין.
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

סתם א מענטש. אביסל רעספעקט פליז. א טי ווי פערסאנאל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

פרוזדור, כ'האב הנאה פון דיין צוגאנג, אנשטאט קריטיקירן און אונטעררייסן, קומסטע מיט א אלטערנאטיווע.
דורך דיינע הגהות הייבן פלוצלינג אהן די אלע אטאקעס אויסצוזעהן איבערגעטריבן, ווען מיט בלויז פאררעכטן איין צוויי פראזן, האט דאס באקומען אן אנדערע צורה.
איך פיר זיך טאקע אזוי, פרוביר נישט צו קריטיקירן אויב האב איך נישט א בעסערע איידיע יענעם צו מייעץ זיין.
און פארגעסטס נישט, מר. שפילמאן איז א ביגינער, און וועט נאך מאכן מיסטעיקס אווי אונז אלע, אבער פונקט ווי ווען איינער פון אונז לאזט זיך אריין אין א געוויסע עסק, וועט אים זייער פרוסטרירן צו הערן בלויזע קריטיק אויף זיין זייט ווידעראום אויב וועט דאס צוגיין מיט א שטיקל עצה ווי אזוי ער זאל קענען ווייטער שפאנען אין זיין קאריערע, און פארמיידען איבריגע טעותים, וועט ער אייך שטענדיג דאנקבאר זיין.
חוץ אויב מיטן מאכן איין מיסטעיק אין פובליק ווערט ער א פארפאלענער.

יואב, איך מיין אונז זענען היפש אין שפאן
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

איך קען נישט פין פאוינטן וואס מיך שטערט דא, אבער אויף עפעס אן אופן האט ער באוויזן מיך צו מאכן שפירן שטארק אומבאקוועם בשעתן עס ליינען, און איך זעה אז איך בין נישט קיין בן יחיד, איך ווייס נישט ווער דאס איז, אבער אזא בריוו גרילצט אין די אויער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך פארשטיי אז זיין אויפברויז איז בעיקר געווען אויף דעם וואס די וואצעפערס האבן געהאלטן אין איין אראפרייסן די פאר ליכט צינדערס און בלומען לייגערס אלס אטטענשאן זוכערס, דעריבער האט ער געשריבן דעם בריוו זיינעם ברוח זה פון די וואצעפערס אז אפילו נניח יענער אפיציר איז נישט געווען גערעכט ביי גארנער וכו' אבער דא איז יא גערעכט צו שטעלן א קראנץ.

וואלט קיינער נישט אראפגעריסן וואלט זיין בריוו נישט געווען, און איך וואלט געלערענט די פשוטע פשט ביי מי שמך לא.י.ש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

מי שמך לא.י.ש. איז נישט א פראגע, זיינע עלטערן האבן אים א נאמען געגעבן אזוי.
איך פרעג מי שמך לא.י.ש.ה.? הרב שפילמאן? מר. שפילמאן!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בריוון צו כלל ישראל קענען געשיקט ווערן אדער צו הענדל ברייער פון קאלעוואסער, אדער צום וואדבורינער בית מדרש אין וואדבאורן... זיי האבן די אדרעס פון 'כלל ישראל'.....
ומי שהוציא עצמו מן הכלל.... כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יהיה כן האט געשריבן:בריוון צו כלל ישראל קענען געשיקט ווערן אדער צו הענדל ברייער פון קאלעוואסער, אדער צום וואדבורינער בית מדרש אין וואדבאורן... זיי האבן די אדרעס פון 'כלל ישראל'.....
ומי שהוציא עצמו מן הכלל.... כ'וויל נישט זאגן ווייטער.

:lol: :lol: :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”