בריוו צו כלל ישראל! דורך אהרן יוסף שפילמאן,

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

בריוו צו כלל ישראל! דורך אהרן יוסף שפילמאן,

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:27 pm

בס"ד.

א אפענע בריוו צו כלל ישראל - דורך: אהרן יוסף שפילמאן

שטעלן בלומען און צינדן-ליכט פאר די געפאלענע פאליציי-אפיצירן אן אחריות און א חוב קדוש

ס'איז פאראיבער עטליכע טעג זינט ניו יארק איז געכאפט געווארן אין שאק נאכדעם וואס צוויי פאליציי אפיצירן זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן זיצענדיג אין זייער קאר, ביים פאטראלירן א געגנט נישט ווייט פון די חרדישע וויליאמסבורג. צוויי פאמיליעס האבן פארלוירן א פאטער, ווייבער האבן פארלוירן זייער מענער, און מען דארף נישט ערקלערן און געבן צו פארשטיין וואספארא טראגעדיע דאס איז פאר א פאמיליע ווען מען פארלירט א מיטגליד, און נאך אויף אזא טראגישן פארנעם.

ס'איז נישט קיין סוד אז די אפיצירן וועלכע דינען אין די פאליציי שטעלן איין זייערע לעבענ'ס אין געפאר יעדן מינוט וואס זיי געפינען זיך איינגעהילט אין זייערע מונדירן. און פארגעסט נישט אז חוץ פון אינפארסירן געזעץ און פארטיילן טיקעטס זענען זיי וועמען סיי ווער וועט אנרופן אויב ווערט מען אטאקירט אדער איבערגעפאלן, און אין סיי וועלכע סיטואציע א מענטש שפירט זיך אין געפאר, זענען זיי דא דיר צו ראטעווען און ברענגען די סיטואציע אונטער קאנטראל.

ס'איז קלאר און דייטליך אז אזוי לאנג וואו מיר געפינען זיך אין גלות דארפן מיר צוקומען צו די פאליציי וועלכע זענען די ריכטיגע שליחים אין צייט פון נויט אונז צו באשיצן, ווען אימער. צו איז עס ווען מען ווערט איבערגעפאלן, בארויבט, זוך-אקציע, וואנדאליזם, א.א.וו. און ספעציעל ווען מען לעבט אין ניו יארק אונטער א שטענדיגע טעראר-שרעק, וואס בס"ד זענען שוין צענדליגער טעראר-אטאקעס פארמיטן געווארן אדאנק זייער אנוועזנהייט. ב"ה די פאליציי צייגען ארויס א שטארקע פארשטענדעניש און סענסיוויטעט ווען עס קומט צו די געברויכן פון די אידישע געמיינדע אין ניו יארק און זענען שטענדיג דא צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט די געמיינדעס צו איז עס ביי שמחות, ימים טובים, ווען מען דארף פערמיטן, דעמאנסטראציעס, און דער ליסטע ענדיגט זיך נישט. און אצינד ווען די פאליציי דעפארטמענט גייען דורך גאר שווערע אומשטענדן ווערנדיג געצילט דורך פילצאליגע אויפגעברויזטע פארשוינען וועלכע זוכן זייער בלוט צוליב די אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונג פון א פאליציי-אפיציר אויף א אפריקאנער אמעריקאנער פארשוין וועלכע איז דערשטיקט געווארן צום טויט ווען ער האט זיך נישט געלאזט ארעסטירן פאר א פארברעכן וואס ער איז באגאנגען - זענען אבער אין די זעלבע צייט יא פארהאן אויפריכטיגע און פאראנטווארטליכע מענטשן וועלכע פארשטייען אז נישט די גאנצע פאליציי דעפארטמענט איז פאראנטווארטליכט פאר די געמיינע באהאנדלונג פון איין פארדארבן-עפל אינערהאלב די פאליציי און זיי פארשטייען אז אין די איצטיגע טעג ווען די פאליציי נויטיגט זיך אין די מערסטע חיזוק און סופארט, סימפאטיע, דארפן מיר ארויסצייגען אונזער הכרות הטוב.

ב"ה אפאר וואוילע אידן, טייל וועלכע פארטרעטן קהילות, און אנדערע יחידים האבן געשפירט די פארפליכטונג צו מאכן א קידוש השם שמים און גיין צום ארט וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, און צינדן א ליכט'ל און אראפשטעלן בלומען אלס רעספעקט פאר די געפאלענע פאליציי אפיצירן און ארויסצייגען סימפאטיע און מיטגעפיל מיט די באטרעפנדע פאמיליעס און פאר די פאליציי-דעפארטמענט וועלכע איז איין פאמיליע.

אבער ווי שטענדיג זענען אלעמאל דא אומ'אחריות'דיגע קורץ-געבינדענע היץ-קעפ וואס אנשטאט אליינס זיך באנוצן מיט שכל וואסנדיג די געוואלדיגע אחריות און חוב וואס ליגט אויף יעדן איינציגען איד ארויסצוצייגען הכרות הטוב, און צייגען אז די אידישע געמיינדע אין ברוקלין זענען נישט נאר דא צו זיצן אויף די רעגירונג און נעמען פראגראמען און אנדערע טובות פון די פארשידנארטיגע אגענטורן ווען נויטיג, נאר מיר טוען זיי באדאנקן, רעספעקטירן און מוטיגען אין א צייט ווען זיי דארפן עס ווי א טרונק-וואסער, וועלן מאנכע גייען אראפרייסן די פאר אידן וועלכע האבן געלייגט די בושה אין די זייט און אראפגעגאנגען אויפן סצענע אפגעבן רעספעקט דורכ'ן צינדן א ליכט'ל און שטעלן בלומען, א נאבעלער אקט פון קידוש השם וועלכע איז ברייט אויפגעכאפט געווארן דורך די פילצאליגע מידיא-נעצן אויפ'ן ארט און די פאליציי מיטגלידער, און קרובי המשפחה, וואס האט אן קיין ספק איבערגעלאזט א געוואלדיגער רושם אויף אלע פון זיי, און געוויזן אז די אידישע ניו יארק זענען נישט נאר דא צו נעמען פון די רעגירונג, נאר מיר געבן אויך מיטן גאנצן הארץ, מיר פארשטייען, מיר שפירן מיט... ס'איז אומגלויבליך וואספארא פאזעטיווע רעאקציעס עס האבן זיך געהערט אינערהאלב די פאליציי-קארידארן איבער די באהאנדלונג וואס זיי האבן ערהאלטן פון די 'דזשואיש-קאמיונעטי', וואס יעדער איד און יא, טאקע דו אינגערמאן וואס האסט פארברענגט אויף 'וואטסאפפ' אראפרייסן די אידן אלס מענטשן וואס זוכן אויפמערקזאמקייט - וועסט אויך געניסן און הנאה האבן דערפון, איצט אדער שפעטער.

ס'איז העכסט צייט אז אונזערע יונגווארג זאלן זיך אויפוועקן צום רעאליטעט אז מיר זענען גלות-אידן פארפיינטעט ביים גוי, מיטן מונדיר אדער אנעם, און יעדער גוטער פאזעטיווער אקט נעמט עטוואס אראפ די האס פון גוי, און ברענגט א בעסערע איינדרוק אויפ'ן איד וואס די בענעפיטן דערפון זענען ענדלאז. און הער אויף זיצן באקוועם טראכטנדיג אז דאס איז דיין שטאט, מען קומט דיר עפעס, אין א צייט וואס ווי די גוים האלטן אויף דיר אז דו געבסט גארנישט פאר די רעגירונג אחוץ נעמען פראגראמען... וואו זיי טענה'ן אלעמאל: דער איד דינט נישט אינעם מיליטער, דער איד דינט נישט אינעם פאליציי... און אזוי ווייטער, פאקטן וועלכע זענען אמת, און מיר אידישע קינדער פארשטיין אבער אז זייענדיג אידן איז אוממעגליך דאס צו טוען באזירט אויף אונזער אייגענארטיגע לעבענ'ס-שטייגער, אבער דער גוי פארשטייט דאס נישט, און וועט עס קיינמאל נישט פארשטייין, דעריבער פרוביר כאטשיק אין אזא צייט פון טרויער און ווייטאג צו צייגען דיין דאנקבארקייט, מיטגעפיל, מיטלייד און רעספעקט עטוואס צו פארבעסערן דעם אנזעהן פון כלל ישראל. וועק דיר אויף אינגערמאן, אמעריקע איז נישט דיינ'ס, מען האט דיר נישט ליעב, ביזט אין גלות, ס'איז ניסים יעדע רגע אז דער אמעריקאנער רעגירונג דרייט זיך נישט אויס דאס רוקן צו אידישע קינדער און פאנגט אן א גירוש, לאך נישט, די אידן אין דייטשלאנד האבן געפירט א ברייטע רייכע באקוועמע לעבן, דארטן זענען אויך געווען עסקנים און כלל-טוער, פאליציי-טשאפלעינס און ליעזאנ'ס און אלע זענען מיטגעשיקט געווארן צו זייער שחיטה אינאיינעם מיט זייערע דייטשע פי-בי-עי קארטליך... מיר זענען נישט פארזיכערט! און מיר האבן א פליכט צו טוען אלעס מעגליך אפילו עס קוקט אויס פאני פאר דעם קלוגען אינגערמאן ווועלכע פיסקעוועט ביז פיר-אזייגער אין קאווע-שטובל און אין מקוה קעגן די פאר אידן. אשריך די עסקנים און און אנדערע אידן וועלכע זענען אראפגעגאנגען אויפ'ן סצענע און געטוען אונזער פליכט. און אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר א איידעלע חסידישע-פאמיליע וועלכע וואוינט נישט ווייט פון די סצענע וועמען די שרייבער פון די שורות האט אליינס בייגעוואוינט זענען אראפגעקומען 10:00 אויפדערנאכט די טאטע, מאמע און אלע קינדערלעך, קע"ה א קינדער געבענטשטע פאמיליע, אראפשטעלן בלומען און צינדן א ליכט'ל. דער סצענע איז געווען געוואלדיג! אט אזוי דארף מיר זיך פירן אזוי לאנג וואו מיר געפינען זיך אונטער דעם גלות-יאך. זיי נישט קיין אויבער-חכם, ווייל דו וועסט שפעטער וויינען ח"ו. יא, ביי אזוינע געשעהנישן זאלן בילדער גענומען ווערן, זאל עס פארשרייט ווערן אימעטום, זאלן אונזערע נישט-אידישע שכנים זעהן אז מיר זענען הארציגע און געטרייע בירגער וועלכע רעכענען זיך מיט זייערע ווייטאגען.

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:29 pm

די אקטיוויסט און עסקן הר' אהרן יוסף שפילמאן האט דאס פארעפנטליכט,

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:34 pm

איז דער פון די אידישע טעלעוויזיע?

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:36 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איז דער פון די אידישע טעלעוויזיע?

ניין ער איז דער וואס האט געמאלדן נייעס אויף א ווידעא לייוו...

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:42 pm

אלעס למען הקרעפעל....
My Life Has Become More And More Colorful

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:43 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:אלעס למען הקרעפעל....

וואס הייסט?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:48 pm

ברוך שנתן עולמו לשומרים.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 8:55 pm

ער זאגט זייער גוט און זייער גערעכט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:09 pm

א ריכטיגער טעסט אין קבל את האמת ממי שאמרו. ער איז כשר גערעכט. עלמיר פרובירן אראפצוגיין היינט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:12 pm

מילכיגער האט געשריבן:א ריכטיגער טעסט אין קבל את האמת ממי שאמרו. ער איז כשר גערעכט. עלמיר פרובירן אראפצוגיין היינט.

האב מיר אין זין וועל איך שוין אויך יוצא זיין.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:20 pm

יאפ! דברים של טעם!
און ווי מיליכיגער זאגט קבל את האמת ממי שאמרו, ולצנות אחת דוחה וכ'

שכועך שלום פארן ברענגען.

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:26 pm

אמת, ריכטיג און וואר יעדע ווארט.

אבער לייגן א מנורה איז איבערגעטריבן - שטעל דיר פאר ווען א גוי זאל קומען צו א אידישע טרויער פלאץ ח''ו, און אראפשטעלן א שתי וערב.

און פארדעם איז מאכן א "אידישע ראלי" פארנט פון א פאליס סטעישן, אויך איבערגעטריבן. דער גוי האט ליב ווען מיר נעמען אטייל און פילן מיט וואס זיי שפירן, אבער זיי דארפן נישט אונזער חיזוק - שטעל דיר פאר אז דו גייסט דורך א שווערע מצב, און עס קומט צו דיר א צופראסקעטע יונגערמאנטשיק און וויל דיר באשיטן מיט זיינע חיזוק רייד.

די גוים טשעפענען אונז נישט ב''ה, אבער מיר זענען "נישט" זייערע בעסטע פריינד, און מיר זענען "נישט" אין פלאץ זיי צו העלפן באופן "ראלי".

לייגן בלומען, איז פונקט דאס וואס מיר דארפן טוהן, אזוי אויך א וואונטש בריוו, אבער נישט מער.

כ'גיי כאפן פארדעם, אבער אזוי האלט איך.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:31 pm

ש"י מנוחה ושמחה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:40 pm

ווער קען אהער דעליווערן א בילד פין הרב שפילמאן

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:44 pm

מנוחה זייער גיט געזאגט,
זאג עס איבער פאר דוד גרינפעלד

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:52 pm

private האט געשריבן:ווער קען אהער דעליווערן א בילד פין הרב שפילמאן
צוגעלייגטע
ays.JPG
ays.JPG (13.48 KiB) געזעהן 3957 מאל

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 9:55 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איז דער פון די אידישע טעלעוויזיע?

private האט געשריבן:ווער קען אהער דעליווערן א בילד פין הרב שפילמאן
צוגעלייגטע
mqdefault.jpg
mqdefault.jpg (15.13 KiB) געזעהן 3946 מאל

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 10:01 pm

א קליינע טעות האט ער דייטשלאנד איז קיינמאל נישט געווען צי א גיטע לאנד פאר אידן עס זענען גיטע צייטען אבער באופן כללי איז אסאך בלוט פארגאסען געווארען משא״כ אמריקא איז אייביג געווען גוט פאר אידן
#שרעק נישט אן די עולם

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 10:08 pm

מנוחה,

מיר לעבן דאך אין אמעריקא ווי רעליגיע און שטאט איז אפגעטיילט, די פאליצייאישע קערפערשאפט זענען נישט קריסטליך, דארט מעג יעדער ארויסווייזן געפילן לויט זייער באגריף, איז א מנורה איז זייער פאסיג.

זאת ועוד, די פאמיליע פון די פאליציי זענען - פונקט אזוי ווי א געווענדליכע ניו יארקער - נישט צו שטארק גלויביג, גייט זיי נישט אן אז אידן ברענגן א מנורה אלס סימפאטיע, פארקערט עס העלפט נאך צו, וויבאלד זייער גאנצע גלויבן איז סך הכל א סימבאלישע, וועט זיי נישט באדערן א אידישע חפץ וואס סימבאלאזירט סימפאטיע .

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 11:37 pm

עמרם יודא האט געשריבן:א קליינע טעות האט ער דייטשלאנד איז קיינמאל נישט געווען צי א גיטע לאנד פאר אידן עס זענען גיטע צייטען אבער באופן כללי איז אסאך בלוט פארגאסען געווארען משא״כ אמריקא איז אייביג געווען גוט פאר אידן
#שרעק נישט אן די עולם

ס'הייסט אז עס זענעם געווען אידישע ערוויילטע אינעם דייטשן פארלאמענט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 11:54 pm

כאטש מילכיגער אגריעט מיט אים (אדער איז ער גאר סארקאסטיש..) טו איך שטארק דעסעגריען. נישט מיטן עצם מעסעדזש, נאר מיטן טיילן חוב קדשים פאר כלל ישראל! אויף ליפא האט מען זיך אמאל אויסגעדרוקט שאטא* ענד סינג, די זעלבע דא, קענסט שרייבן שיין מיינונג און מ'קען עס דעבאטירן, אנפאנגן א מיינונג מיט חוב קדוש און 'אפענע בריוו' בלייבט נאר איבער פאר מיר צו זאגן ' ס'ליגט אויף דיר א חוב קדוש צו טרעפן א דזשאב'

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 11:58 pm

סתם פאר נייגעריגקייט. איז דאס א דעת תורה א דעת בעה"ב. איר בעט אדער איר פארלאנגט. און בכלל וואספארא שייכות האט דאס נעמן געלט פון די רעגירונג פראגראמן מיט די פאליציי. און וואס דריקט אייך די יעניגע פראגראמן נעמער. און ווער האט דיר געזאגט אז מען מעג אראפרייסן דעם איינעם אפיציר וואס אלע פאליציילייט נעמען זיך פאר אים פאקטישט אן אז ער האט יא גוט געהאנדענט סיי מיט גארנער און סיי בראון. און איר קומט און איר רייסט אים אזוי ברוטאל אראפ אן טראכטענדיג אז די פאליציי קען דאס נאך ליינען. איז דאס אויך אייער אייגענער באשלוס. און בדרך אגב האט א יוד מיט א דייטשע אפיציר קיינמאל קיין גוטע רילעישאנס נישט געהאט.

לאמיך אייך מסביר זיין סדא לעצטענס אפאר יונגעלייטלעך אין מאנסי לא קראניקלעך ולא שימשניקלעך נישט קיין עקספיריענס און נישט קיין פאך. גארנישט. וואס זיי מיינען אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין יארע 2000. און ווער סזעהט נישט די וועלט פון זייער קוק ווינקעל רייסן זיי און שמייסן זיי אראפ. צדיקל מיר האבן א תורה מיר האבן מנהיגים מיר האבן פריעדיגע מנהיגים. זיי ווייסן אויך היסטאריע און זיי ווייסן אויך ווען יא און ווען נישט און ועל כולם האבן מיר אן אייגענער חוות דעת. ווילסט זאגן אז סוואלט געווען שיין צו זעהן נאך אפאר יודעלעך ביים בלומען אויפן סיידוואלק ראלי פיין. אבער מאך עס נישט ווי גלייך מען האט דא גענומען עפעס א זייט אין די מחלוקה. און געדענק וואס סשטייט אין קהלת אין חדש תחת השמש. בארואיגט אייך

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג דעצמבער 26, 2014 12:18 am

@ געלעגער, איך קען נישט דעם שפילמאן, אבער לדעתי האט ער די רעכטען און זאגען סיי וואס פינקט ווי הייקינד/גרינפעלד/נידערמאן/געשטעטנער/אינדיג/לאבין/און סיי ווער וואס טראגט בארד פיאות, מען דארף נישט האלטען נאך 30 יאר זיין אין ביזנעס פון עסקנות און דעמלאטס אנהייבען צו רעדן צו כלל ישראל..

איר האט א רעכט צו ליינען וואס ער שרייבט,
איר האט א רעכט נישט צו ליינען וואס ער שרייבט,
איר האט א רעכט צו אגריען מיט אים,
און איר האט צו דיסאגריען מיט אים,
איר האט א רעכט אים צו שעצען,
און איר האט א רעכט אויף די פארקערטע.

איר האט אבער נישט קיין רעכט אים צו זאגען אז ער זאל נישט זאגען..
ווייל בסך הכל וויל ער אויך אנקימען ווי אנדערע זענענן שוין אנגעקימען און פארדינט א פארמעגן אינדערמיט... ער האט רעכט צו פראבירען, מעגליך אז ביי אונזערע קינדער וועט ער שוין דער זיידע פון עוסק בצרכי ציבור... פינקט ווי די היינטיגע אין אונזער דור.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג דעצמבער 26, 2014 12:23 am

זייער ריכטיג! יעדער מעג זאגן און איך בין א חלק פונעם יעדער! אויב קומט איינער מיר איינטיילן און טיילט מיר חובות האב איך די פולסטע רעכט אים אפצושלאגן

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג דעצמבער 26, 2014 12:36 am

נא, וואס קען מען דען טיען אז קיינער עלטער פון אים האט עס נישט אויפמערקזאם געמאכט?! טאקע א פעלער אז א יונגערמאן איז דער וואס זאגט עס און די עלטערע פון אים האבן עס פארזען צו זאגען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, פרעג נישט און 35 געסט