אמעריקע גרייט זיך פאר׳ן סענאט torture רעפארט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Shochen
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shochen »

מען זאגט בוש האט אלעס געוואוסט ״knew everything״...
טשעיני ווידעראום האט געזאגט
"CIA torture is full of cra..."
״
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בוש האט לכתחילה געזאגט אז ער גייט בשום פנים ואופן נישט אטאקירן דעם פרעזידענט ווי לאנג ער איז אין אפיס און צו דעם האלט ער זיך.

דאס אז די סי-איי-עי פירער קומט אזוי ארויס איז לדעתי א שטארקע בושה פאר די פאראייניגטע שטאטן
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בוש איז שטיל זייער פשוט, ער איז נאך אלעם דער טארגעט פון די רעפארט, דער אולטימאטיווער בעל אחריות וואס לפי הודאת בעל דין האט ער געוויסט פון אלעם, עס איז אלעס זיין רעספאנסיביליטי.

טשעיני פארטיידיגט א מהלך וואס ער האט מער ווייניגער צוזאמען געשטעלט, געשטיצט און געפיטערט דעם פרעזידענט דערמיט, הנחתום מעיד על עיסתו. בוש איז נישט דער קאפ דערפון, און מען קען זיכער זיין אז ער האט זיך לאו דוקא צוגעכאפט דערצו. איך ווייס נישט צי דער באשלוס האט אים גענומען אזוי לאנג ווי עס האט גענומען פאר אבאמא'ן אונטער צו נעמען דעם בין לאדין רעיד, אבער ער האט זיכער געדארפט צולייגן קאפ דערצו.

דער רעפארט וואס קומט יעצט ארויס איז מסתמא געווען די ווארסט קעיס סינעיריא, די זאך וואס ער האט געציטערט פון בעפארן געבן די אקעי צום פראגראם. עס מאכט נאר סענס ער זאל יעצט זיצן איינגעפאקט, פשוט מען דארף זיין א גרויסער מחוצף צו זיך אויפשטעלן שרייען אז דער באריכט וואס אטאקירט מיך האט נישט געטארט ארויס קומען ווייל בלא בלא בלא.

און איך הייב נישט אן צו זעהן וואס איז די פראבלעם מיט ברענען, דער עולם האט עס עפעס זייער טוויסטעד דא. ברענען "איז" די אדמיניסטראציע! די סי איי עי איז די אדמיניסטראציע! דאס איז אלעס די עקזעקוטיוו ברענטש, וואס אפערירן אונטערן דירעקטן באפעל, זיי "סערוון טו די פלעזשור אוו די פרעזידענט".

די סענאט רעפארט איז אזא סארט אווערסייט, א געוויסע קאנסטיטוציאנעל געשאנקענע מאכט פאר די לעגיסלאטיווע ברענטש זיי זאלן האבן עפעס איבערזיכט אז די רעגירונג זאל זיך נישט צופירן די הענט, דעטס אלל דעט איז! זיי זענען נישט די גאווערמענט, און זיכער פארטרעטן זיי נישט די אדמיניסטראציע באיזה אופן שיהיה.

על פי סדר הדברים וואלט ווען אבאמא אליין זיך געדארפט שטעלן אונטער די סי איי עי, דא קען / וויל ער נישט, בעיקר ווייל עס איז נישט זיין אדמיניסטראציע נאר בוש'עס וואס ווערט באשולדיגט, און ער האט דאך עס געהאלטן אין איין אטאקירן פובליקלי. ווי אויך אלס ליבעראל קען ער נישט פארטיידיגן אזא פראגראם. לדעתי, ברענען ארבעט בשליחות פונעם ווייט האוז (אזוי וואלט עס ווען געדארפט צו זיין, עכ" פ).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך פארשטיי נישט 1 זאך.

מען רעדט דאך דא פון טעראריסטן וואס האבן געהארגעט אמעריקאנער, זיי האט מען געפייניגט, וואס באדערט אזוי שטארק פאר די ליבעראלן אז מען פייניגט טעראריסטן, און אז עס באדערט זיי יא, זענען זיי גרייט ארויסצוגעבן א רעפארט וואס שטעלט אין געפאר אמעריקאנע סאלדאטן ארום די וועלט?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

און פון וועמען מיינסטו האט די זשענעווע קאנווענשאן גערעדט? די גענעווע געזעצן פארבאטן צו רירן א האר פון היטלער'ס אדיוטאנט וואס ווייסט אינפארמאציע וואס קען אפשטעלן א באלדיגע נוקלעארע אטאקע אויף אמעריקע! (פארשטייט זיך אז ווער עס פאלגט דעם געזעץ אין אזא פאל איז א בהמה מיט א גרויסע ב', אבער מען קען פראסעקיוטן ווער עס פארלעצט עס).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

מצב כללי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט 1 זאך.

מען רעדט דאך דא פון טעראריסטן וואס האבן געהארגעט אמעריקאנער, זיי האט מען געפייניגט, וואס באדערט אזוי שטארק פאר די ליבעראלן אז מען פייניגט טעראריסטן, און אז עס באדערט זיי יא, זענען זיי גרייט ארויסצוגעבן א רעפארט וואס שטעלט אין געפאר אמעריקאנע סאלדאטן ארום די וועלט?

אה, וואס פארשטייסטע נישט? די טי פארטי! זיי זענען די אמת׳ע טעראריסטן!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי חכם האט געשריבן:און פון וועמען מיינסטו האט די זשענעווע קאנווענשאן גערעדט? די גענעווע געזעצן פארבאטן צו רירן א האר פון היטלער'ס אדיוטאנט וואס ווייסט אינפארמאציע וואס קען אפשטעלן א באלדיגע נוקלעארע אטאקע אויף אמעריקע! (פארשטייט זיך אז ווער עס פאלגט דעם געזעץ אין אזא פאל איז א בהמה מיט א גרויסע ב', אבער מען קען פראסעקיוטן ווער עס פארלעצט עס).

נאר אויב היטלער ימ"ש האלט אויך איין די קאנווענשטען. און דאס איז אפי' ביי הילער ימ"ש וואס איז א לאנד, פייטערס\טעראריסטען זענען נישט קיין לאנד, און פארשטייט זיך אז זיי האלטן עס נישט איין, האט מען קיין שום חיוב נישט צו זיי.

די איינציגסטע טענה איז אז "עס פאסט נישט". עס איז "איניומעין".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:און פון וועמען מיינסטו האט די זשענעווע קאנווענשאן גערעדט? די גענעווע געזעצן פארבאטן צו רירן א האר פון היטלער'ס אדיוטאנט וואס ווייסט אינפארמאציע וואס קען אפשטעלן א באלדיגע נוקלעארע אטאקע אויף אמעריקע! (פארשטייט זיך אז ווער עס פאלגט דעם געזעץ אין אזא פאל איז א בהמה מיט א גרויסע ב', אבער מען קען פראסעקיוטן ווער עס פארלעצט עס).

נאר אויב היטלער ימ"ש האלט אויך איין די קאנווענשטען. און דאס איז אפי' ביי הילער ימ"ש וואס איז א לאנד, פייטערס\טעראריסטען זענען נישט קיין לאנד, און פארשטייט זיך אז זיי האלטן עס נישט איין, האט מען קיין שום חיוב נישט צו זיי.

די איינציגסטע טענה איז אז "עס פאסט נישט". עס איז "איניומעין".



טאקע אזוי?? אויב יא מעגן זיי זיך שעמען!! ענדערש אראפרייסן דאס אייגענע לאנד און שטיצן טעראריסטן אלעס פאר אביסל פאליטיק. פוי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31030
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט 1 זאך.

מען רעדט דאך דא פון טעראריסטן וואס האבן געהארגעט אמעריקאנער, זיי האט מען געפייניגט, וואס באדערט אזוי שטארק פאר די ליבעראלן אז מען פייניגט טעראריסטן, און אז עס באדערט זיי יא, זענען זיי גרייט ארויסצוגעבן א רעפארט וואס שטעלט אין געפאר אמעריקאנע סאלדאטן ארום די וועלט?

אה, וואס פארשטייסטע נישט? די טי פארטי! זיי זענען די אמת׳ע טעראריסטן!

נישט אומזיסט הייסט דער סייבער טעראר גרופע וואס האט געהעקט לעצטענס סאני-פיקטשערס GoP...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

לכתחילה, איך קען נישט דעם געזעץ, אבער עס זעהט נישט אויס אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס. יעצט איז געווען אין די נייעס אז א יו ען אפישעל האט גערופן אנצוקלאגן אלע וואס זענען געווען פארמישט אינעם פראגראם. בכלל איז אמעריקע געגאנגען ארויס פון וועג צו דורכפירן דעם עסק נישט אויף אמעריקאנער באדן, עפעס א לופהאל האבן זיי געטראפן אז בדוחק לויט איין דעה קען מען זיך בדיעבד פארלאזן אויף דעם עס זאל נישט זיין קיין פארלעצונג. אבער פשוט איז עס בכלל נישט.

(דער אמת איז עס איז דא 2 חלקים, קודם דער אמעריקאנער געזעץ וואס פארבאט צו פייניגן אמעריקאנע בירגער באיזה אופן שיהיה, אבער דער געזעץ ארבעט נישט אויף איינעם וואס איז נישט קיין בירגער, נאכדעם איז דא די אינטערנאציאנאלע געזעץ וואס אויף דעם איז אפשר דא דער חילוק אויב די בר פלוגתא איז א שותף אינעם קאנווענשאן. לכאורה האבן די לופהאלס פון "אמעריקאנער באדן" דייקא געהאט מער צוטון מיטן אויסמיידן אמעריקאנער געזעצן ווי אינטערנאציאנאלע).

די היתר פון טעראריסטן איז א קנאפער היתר, איך געדענק נישט אז אנדערע לענדער וואס האבן אימער צוטאן געהאט מיט טעראריסטן זאלן אפיציעל זיי פייניגן.

(דאס איז דאך דברים עתיקים אז אמעריקע טוט זיך וואס זיי ווילן מיט וועמען זיי ווילן, און פאר די וועלט שטעלן זיי אן א שיין פנים כאילו זיי זענען די פאנטרעגער פון דעמאקראטיע. געווענליך איז אביסל קאמיש צו הערן די דיקטאטארישע לענדער רופן אמעריקע צו "ארויסצייגן רואיגקייט" ווען עס קומט צו פראבלעמען אינדערהיים, אבער ווען זיי צייגן איצט אן אויף דעם רעפארט איז באמת נישטא וואס צו ענטפערן. מיט וואס פונקטליך איז אמעריקע אנדערש ווי אנדערע אונטערדריקנדע רעזשימען?

די איינציגסטע חילוק איז, ווי זשאו ביידען האט געזאגט, די עצם פאקט אז מען פארדעקט דאס נישט, מען לייקנט דאס נישט, אדרבה מען פארשט דאס אויס און מען פארעפנטליכט די מסקנות, און מען פלאנט דאס מער נישט צו טון ווייטער בשו"א. דאס איז אמעריקע'ס בעדזש אוו האונער. אבער עס איז דאס לעצטע רעשטל אונער עס איז אונז געבליבן).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

The Conventions apply to a signatory nation even if the opposing nation is not a signatory, but only if the opposing nation "accepts and applies the provisions" of the Conventions


און יא, דאס וואס מען איז געגאנגען אווערסיס, איז צוליב די אמעריקאנע געזעץ. און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן, אז פון היינט אויב מען וועט האבן קראנטע אינפא, אז מען קען פארמיידען אן אטאקע, נאר מען דארף איינען פאניגן, אז מען וועט זיך איינהאלטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט איז פארשטייט זיך די נושא געווען אויבן אן אין אלע צענטער.

געוועזענע ווייס פרעזידענט דיק טשעני זאגט: "כ'וואלט עס איבערגעטאון אין א סעקונדע"!!

מעקעין איז געווען די "ארויסשטייענדיגער קול" וואס האט מיט אלע כוחות פארטיידיגט דאס פארעפענטליכען די ריפארט.

די בעסטע קאמאנטאר וואס כ'האב געזען איבער די נושא איז געווען: "אפגעזעהן צו דו האלטס פון ארויסגעבן די ריפםארט אדער נישט, אבער דאס איז זיכער, עס האט גענומען די ערגסטע פארברעכער אין די וועלט, און זיי געמאכט פאר נרדפים".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

סופרים קאורט ריכטער סקאליע, האט אין א אינטערוויו געזאגט, אז ער זעהט נישט אונטער וועלעכע פראוויזיע פון די קאנסטעטוציע עס וואלט געווען אומלעגאל צו פאניגען אין פאל פון א "טיקינג טיים באמב", דאס הייסט אין א מצב וואס מען ווייסט זיכער אז עס גייט קומען אן אטאקע, און יענער ווייסט די אינפארמאציע עס אפצושטעלן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נאך א גוטע אשכול

אבאמא אדמין פארשעמט די בוש אדמין, טראמפ איז בכלל נישט ניי אין דעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ווי אויך איז אויך נישט ניי אז דער פרעזידענט זאל זיך קריגן מיט די אינטעלעדזשענס קאמיונעטי.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איינער איז געווען אין בעיסמענט...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מטעמים האט געשריבן:אבאמא אדמין פארשעמט די בוש אדמין, טראמפ איז בכלל נישט ניי אין דעם.

דער חילוק איז נאר אז אבאמא'ס ציל איז געווען צו פארשעמען אמעריקע און טראמפ'ס ציל איז צו פארשעמען אזעלכע וואס זוכן צו פארשעמען אמעריקע

יעצט שרייטס אז טראמפ פארשעמט אמעריקע אסאך מער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”