אנגעלייגטע טרעפיק אין מאנסי און ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

אנגעלייגטע טרעפיק אין מאנסי און ראקלענד קאונטי

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 1:48 pm

איז דא עפעס וואס מען קען טון בנוגע די טרעפיק וואס גייט פאר לעצטנס ביי פרענסיס - איידע - סוזען - ריטא ? וואלט נישט א all way stop געהאלפן??

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 2:00 pm

שמעתי, אז זיי ווילן ארויפלייגן א temporary אלל וועי ביז די קונסטרוקשען איז פארטיג.
אדרבה, אם יש מישהו וואס קען לייגן דרוק, זאל ער טאקע טוהן כל מה שבידו
...

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 2:07 pm

עין טובה האט געשריבן:שמעתי, אז זיי ווילן ארויפלייגן א temporary אלל וועי ביז די קונסטרוקשען איז פארטיג.
אדרבה, אם יש מישהו וואס קען לייגן דרוק, זאל ער טאקע טוהן כל מה שבידו

נו געגאנגען וואס איז די ווארטעניש, זיי ווילן דען אז ס'זאל זיך נאכאמאל איבערשפילן די דיזעסטער וואס ס'איז געווען פארגאנגענע פרייטאג נאכמיטאג?
איך בין רעדי צו לייגן דרוק, וועם דארף איך דרוקן?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 2:15 pm

איך בין נישט באקאנט פונקטליך אויף וועם מ'דארף לייגן דרוק. סארי...
...

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 5:06 pm

די ראודס אין מאנסי זענען לעצטנס געפערליך אנגשטויסן, נישט נאר אויף מאנסי בולעווארד ווען דער עולם לויפט צו מנחה, מעיפל עוו. פון הצלחה ביז אזוי ווייט ווי די 45 און דערנאך די 45 אויפן וועג צו סקווער, די 306 פון קאלווערט ביז נאך די 59, די 59 איז גראדע נאר אנגעשטויסן אין די היימישע געגנט צווישן בעיטס און די אטריום,

שוין צייט צו פארברייטערן די ראודס, בעיקר די 59 צווישן OR און בעיטס קען רואיג נוצן 2 ליניעס אויף ביידע דירעקציעס, (די 306 וואלט ווען אויך געדארפט ברייטער ווערן נאר ס'איז נישטא ווי...) מעיפל קען אויך נוצן נאך טארנינג לעינס

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 5:43 pm

אפשר וועט מען דיר vote'ן נעקסט טיים, אזוי וועסטו קענען אויפטוהן, נישט נאר רעדן...
...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 5:52 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:שמעתי, אז זיי ווילן ארויפלייגן א temporary אלל וועי ביז די קונסטרוקשען איז פארטיג.
אדרבה, אם יש מישהו וואס קען לייגן דרוק, זאל ער טאקע טוהן כל מה שבידו

נו געגאנגען וואס איז די ווארטעניש, זיי ווילן דען אז ס'זאל זיך נאכאמאל איבערשפילן די דיזעסטער וואס ס'איז געווען פארגאנגענע פרייטאג נאכמיטאג?
איך בין רעדי צו לייגן דרוק, וועם דארף איך דרוקן?

וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם פרייטאג איז א פשע ועוון בל יכופר. איך זעה נישט וואס א סטאפ סיין ביי פרענסיס וועט אויפטוהן. ווי טאטאלע משוגעים האט מען געבלאקט די שטיקל פרענסיס צווישן סוזזען און איידע\ראנעלד סתם פאר גארנישט. מכלומרשט צו העלפן די טרעפיק, איך זעה נישט וואס עס האט געהאלפן, עס האט אנגעמאכט א חורבן נורא.

איך האב געדארפט גיין פון מעיפל און פיליס צו 45 און עקערסאן, עס האט מיר גענומען 50 מינוט. רבונו של עולם, פרייטאג נאכמיטאג, אין דעם קורצסטן ערב שבת, פופציג מינוט, א וועג וואס נעמט געווענליך צווישן זיבן און צען מינוט. איך האב דאס שוין געשריבן, מיט די אמאונט פון הייזער וואס מען בויעט דא אין מאנסי מוז מען מאכן 59 פון קענעדי ביז קאלעדש און 306 פון 59 ביז וויאולע און מעיפעל פון 45 ביז סעדדל ריווער צוויי פולע לעינס ביידע זייטן, עס איז פלעין איום ונורא.

איך זאג דאס זייער קלאר. קיינער זאל זיך נישט וואונדערן ביי די קומענדיגע וואלן אז מער און מער היימישע אידן וועלן שטימען פאר די פרעזערוו קאנדידאטן. עס איז געקומען צו א מצב אז דער פלעינער מאנסי'ער איינוואוינער איז פלוצלינג אין א תפיסה ביי זיינע אייגענע ברודער. מען ליידט זיך אן צוליב געוויסע יחידים און מען זעהט נישט קיין וועג ארויס.

איך בין אנגעגעסן ביז די נאז.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 6:05 pm

טהור'ל, איך קען נישט מער ווי עגריען מיט דיר!

אור
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 6:17 pm

א מאנסי'ער זאגט מיר אז סאיז איהם געווען א עכטע 'שווארצע פרייטאג' מיט די גרידלאק ;l;p-

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 6:22 pm

טהור, ווארט נאר ווארט ביז די נייע 'באמבעס' אויף 306 ביי ראלף - סידער ווערן פערטיג, איך שוין דיינע קללות וויאזוי די ראוד דארט גייט דארט אויסזעהן דעמאלטס...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 7:41 pm

איך זעה נישט פונקטליך וואס וואוטען פאר די פערזערוו קאנדידאטען וועט אויפטוהן....
ס"ה קענען זיי "נישט לאזן בויען", נישט איבערמאכן קיינע שאסייען...
די איינציגסטע וואס זענען דיע וואס וועלן איבערמאכן די שאסייען, אויב מעגליך, זענען דיקא די היימשע קאנדידאטען, וויבאלד זיי ליידן דערפון, משא"כ די אום היימשע קאנדידאטען וואס מוטשענען זיך בכלל נישט דערמוט, צוליב דעם וואס זיי ניצן בכלל נישט דיע שאסייען.

ודו"ק
...

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 9:00 pm

עין טובה האט געשריבן:איך זעה נישט פונקטליך וואס וואוטען פאר די פערזערוו קאנדידאטען וועט אויפטוהן....
ס"ה קענען זיי "נישט לאזן בויען", נישט איבערמאכן קיינע שאסייען...
די איינציגסטע וואס זענען דיע וואס וועלן איבערמאכן די שאסייען, אויב מעגליך, זענען דיקא די היימשע קאנדידאטען, וויבאלד זיי ליידן דערפון, משא"כ די אום היימשע קאנדידאטען וואס מוטשענען זיך בכלל נישט דערמוט, צוליב דעם וואס זיי ניצן בכלל נישט דיע שאסייען.

ודו"ק

איך האלט אז דו ביסט אפשר גערעכט לגבי ווער האט אן אינטערעס איבערצומאכן די שאסייען. אבער זאגען אז נאר היימישע ליידן דערפון איז זייער ווייט פון אמת.
Route 59 is a 14 mile highway from Route 17 to 9W and goes through the entire Rockland County
Hillburn, Suffern, Ramapo (Monsey), Spring Valley, Clarkstown, Nyack etc
Complaints about the traffic on 59 is mentioned almost daily on their Facebook page

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 11:18 pm

חלאבי האט געשריבן:

טראצדעם איז קלאר אז אין די היימשע מאנסי איז די מצב פיל ערגער. סיי אויף די 59, סיי אויף 306, מעיפל און אלע ארומיגע געסער אין די היימשע געגענט.
...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 3:21 am

עין טובה האט געשריבן:איך זעה נישט פונקטליך וואס וואוטען פאר די פערזערוו קאנדידאטען וועט אויפטוהן....
ס"ה קענען זיי "נישט לאזן בויען", נישט איבערמאכן קיינע שאסייען...
די איינציגסטע וואס זענען דיע וואס וועלן איבערמאכן די שאסייען, אויב מעגליך, זענען דיקא די היימשע קאנדידאטען, וויבאלד זיי ליידן דערפון, משא"כ די אום היימשע קאנדידאטען וואס מוטשענען זיך בכלל נישט דערמוט, צוליב דעם וואס זיי ניצן בכלל נישט דיע שאסייען.

ודו"ק

קודם כל, ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, און איך אויך בעבר, איז דאס א פראבלעם וואס אפעקטירט דעם גאנצן ארום, אריינגערעכענט טויזענטער גוים און פרייע אידן.

אויסער דעם, ווען איינער גייט אן יארן לאנג און מכינ'ט זיך אויס אויף דעם קאפ פון פשוט'ע מענטשן, וועמענס אייצינגסטער געווער איז דער וואל טאג, קענסטו קיין טענות נישט האבן.

און בד"וו, איך רעד נישט פון קיין ליידיגע סטראשונקעס. איך אליינס קען עטליכע אינגעלייט וועלכע זענען בעבר געווען אקטיווע עסקנים פאר דעם סט. לאורענס לאגער און האבן זיך אין די לעצטע צייטן פארבינדן מיט פרעזערוו רעמעפא, אנבאטנדיג זייער הילף. דער עולם איז שוידערליך אנגעגעסן.

און איך רעד נישט נאר פון די באמבעס אויף 306, וועלכע זענען א ספעציעלער הימל שרייענדער עוולה (כ'רעד שוין נישט פון דעם פרייז וואס מען בעט דארט) צוליב דעם וואס עס גייט נאך מער פארקריפלען דעם - שוין אזוי אויך פארקריפלטן - טרעפיק דורך קארס און באסעס וועלכע דארפן דארט אריין און ארויספארן און אויפפיקן קינדער. נאר בכלליות. זאג נאר, דעם פראיעקט פון הונדערט דירות (בערך) אויף העריק איז נארמאל? אויף א שטח אויף וועלכען עס איז ביז צוויי יאר צוריק געשטאנען בערך פיר הייזער?

אויף יעדן צווייטן גאס בויעט מען באמבעס. אזוי ווייט ארויף ווי די בלובערי היל געגענט ווארפט מען איין הייזער און מען בויעט מולטי פעמילי הייזער. און אין ראש אוער טוט זיך די גאנצע פארמערטע טראפיק פון די מיליאנען צוגעקומענע הייזער ארויסקוילערן אויף די פאר הויפט גאסן, 306, מעיפעל און 59.

דעם שבת פארציילט מיר א מנהל פון א חדר דא אין שטאט אז די באסעס קומען יעדן טאג אן 15 צוואנציג מינוט שפעט.

איך ווייס נישט וואס נאך איך קען שרייבן מסביר צו זיין דעם שוידערליכן אומרעכט וועלכע ווערט דא באגאנגען דורך יחידים שהשתלטו על הציבור אקעגן דעם גאנצן ציבור. אבער עס איז דא א גבול וויפיל מען קען דעם ציבור שפייען אין פנים. און טאג טעגליך וועקן זיך אויף מער און מער מענטשן און הייבן אן שרייען געוואלד.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:52 am

ר' איד מה חרי האף הגדול הזה ??? איר זענט געשטאנען אביסל אין טרעפיק ? פארוואס ? ווייל מען בויט דירות פאר אידישע קינדער הנאנחים ונאנקים וואס זענען מיד געווארן צי צאלן ס'גאנצע געהאלט וואס זיי האבן געמאכט דורכ'ן חודש פארן לענדלארד! די ווייטאג און פיין פין די דאזיגע אידן קענט איר זעהן אין די דערנעבענדיגע אשכולות וואס באציען זיך דירעקט אדער אומדירעקט צי די נושא פין דירות אין וויליאמסבורג, אבער טאקע אין די חלק פין גרידלאק, וואס איר רעדט זיך אפ, מאכט איר נישט מיט א צענטל וואס דער טיפישער וומ"סבורגער דרייווער גייט דורך, לדוגמא,
ליע עוו., טראץ דעם וואס עס איז א נאו סטענדינג זאון צווישן פיר אין זיבן נאכמיטאג, עכ"ז קען געדויערן זיך אדורך צו קוועטשן דעם קליינעם שטח פין העיווארד ביז פלאשינג אין די ראוש האוער א מינימום פין צוואנציג מינוט!
פרייטיג נאכמיטאג, אראפצופארן ליע עוו. פין טעילאר ביז פלאשינג קען געדויערן בערך אזוי לאנג ווי עס נעמט מעביר סדרה צי זיין פרשת נשא שנים מקרא ואחד תרגום!
פרענקלין עוו. כידוע ליודעים איז רוב מאל א פארקינג לאט!
פארק עוו. איז פשוטו כמשמעו, אז איר זעצט אייך אריין דערין, זענט איר דארט דא סטעי!
מוירטל עוו. איז נישט צופיל בעסער!
אין אצינד אביסל איבער די נושא פין פארקינג
איר מאנסיער איינוואוינער וואס וואוינט ע"פ דרך הטבע אין א שיין רחבות'דיגע דירה פאר א צוגענגליכע פרייז, האט נישט קיין אנונג וואס א רויטע ענוועלאופ אויף ווינד שילד מיינט!
האט נישט קיין אנונג ווי גליקליך דער סקילמאן ביי דיקאלב איינוואוינער איז אויב ער טרעפט א פארקינג זיבן אזייגער אין אווענט אויף סקילמאן ביי מוירטל "נאר" צוויי גאסן אוועק פין זיין הויז
האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט אז דער אויבענדערמאנטער, זאל ער האבן א וואכנאכט אויף סאוט 8 אין בערי, אין א חתונה אין פרדס צבי, אבער נעמען די קאר קומט אפילו נישט אין באטראכט ווייל אויב יא וועט ער קענען פארקן ווען ער קומט אהיים ערגעץ אין פארק סלאופ, אין נעמען די סיטי באס צירוק
האט נישט קיין אנונג וואס מיינט פאראלעל פארקינג, איר וועט דארפן נאכאמאל געבוירן ווערן דאס צי פארשטיין
האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט אז די הויט ברענט, מען האט שוין געדארפט פאנטשן פאר א האלבע שעה צירוק, אבער ער זיכט נאך פארקינג, ווייל די גזירה רעה פין אלטערנעט סייד פארקינג איז אין אפעקט
האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט אז מען דארף וויכטיג מאכן א דעפאזיט אין די באנק אז די טשעקס זאלן נישט קראכן, אבער נישט איידער מען האט געמאכט זיבן מאל הקפות ארום די פיר בלאקס פין די באנק צי טרעפן פארקינג
ענד די ליסט גאוז אן ענד אן
אבער איר האט א פראבלעם אז איר זענט געשטאנען אפאר מינוט אין טרעפיק, אין איר קערט וועלטן!!!
פריידט אייך אז כי בכם בחר ה' אז אין ענקער שטאט קענען אידישע קינדער טרעפן דירות נאות שמרחבות דעת בעליהן, אין זאלט איר האבן אפגעקומען מיט די פאר מינוט שטיין אין טרעפיק!!! עטליסט וועט איר געבן א דרייוו אריין די קאר אין דרייוו וועי אין פטור אן עסק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:25 am

חעזקל, איינס האט איבערהויפט נישט מיטן אנדערן, די סעלושען צו די וומס'ער צרות איז נישט צו מאכן צרות אין מאנסי, וזה פשוט וברור לכל.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:32 am

הלזאת צרות יקרא ??? איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז דער מאנסי'ער איינוואוינער זאלן זיך נישט ווערן "איבערגעגעסן ביז איבער די נאז" פארן שטיין אביסל אין טרעפיק, ווייל ער ווייסט נישט וואס ריעל גרידלאק מיינט, אויב קען ער נישט אראפ שמייסן דעם פיפטי ניין אויף 60 מ.פ.ש. מיינט ער אז ער זיצט שוין אין טרעפיק!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:42 am

יחזקאלע האט געשריבן:הלזאת צרות יקרא ??? איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז דער מאנסי'ער איינוואוינער זאלן זיך נישט ווערן "איבערגעגעסן ביז איבער די נאז" פארן שטיין אביסל אין טרעפיק, ווייל ער ווייסט נישט וואס ריעל גרידלאק מיינט, אויב קען ער נישט אראפ שמייסן דעם פיפטי ניין אויף 60 מ.פ.ש. מיינט ער אז ער זיצט שוין אין טרעפיק!

איך פארשטיי וואס דו האסט געמיינט, ועכ"ז איז דער מיינונג פון צאמווייניגסטענס איין מאן אז דו ביסט נישט גערעכט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7019
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:18 am

חעזקל, די אלע צרות צרורות וואס די זאגסט אז די וויליאמסבורגע אידן מאכן מיט, איז דאס נישט קיין דירעקטע תוצאה פון דעם וואס מ'האט געבויעט דירות אין די מאסן מיטן חשבון אז כי בם בחר השם אין וומ''ס האט דער אייבערשטער בוחר געווען פאר א מקום מושב פאר אידן, אן זיך צו רעכענען אז די וומ''ס'גע אינגעלייט ליידן - פונקט ווי זייערע ווייבער - פון פעיר פרעשער, און רוב רובם פון זיי ''מוזן'' האבן קאר'ס.
איז די טרעפיק און פארקינג פלעתער מאנגל נישט צוליב וואס מ'האט נישט געחשבונט אנא יכנס כל הקארס האלו, ווען אפי' נאכן בויען פילשטאקיגע בנינים בלייבן די געסער די זעלבע קורץ און שמאל?

נו יעצט זאג מיר, ווייל יעצט האלטן געוויסע אז יעצט האט דער רבש''ע בוחר געווען אין מאנסי מוזן זיי מסכים זיין דערצו?
זיי האבן ליב די צרות פונקט ווי דו...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:19 am

חזקאל, ס'איז טאקע 'צרות רבים' ווען מ'קוקט אויף וומס"ב, אבער קוים וואס א 'חצי נחמה' איז עס...
...

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:34 am

צו מאנסי דארף אנגיין אונזער פראבלעמען צו נישט.. קומט זיך נאך אלץ א שכחן פאר חזקי פארן אראפלייגן אזוי גוט אונזער מצב..

האסט פארגעסען צוצולייגן אז די אלע פראבלעמען אין וויליע איז נאר ביי איינער וואס האט שוין דירה נאה, אדערווייס האט ער אסאך גרעסערע פראבלעמען.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 12:52 pm

יחזקאלע האט געשריבן:אויב קען ער נישט אראפ שמייסן דעם פיפטי ניין אויף 60 מ.פ.ש. מיינט ער אז ער זיצט שוין אין טרעפיק!

Route 59 has a 30MPH Speed Limit
Only a Drag Racer would go 60MPH

Building new developments without taking in to account the DOT failed ratings for Route 59, 306, and Maple is nothing short of recklessness

Could someone please explain to me how there can be a difference in 'Shetas Satmar' (truthfully this was the opinion of most Hpre-war Hungarian Rabbonim and not exclusive to Satmar) regarding the State of Israel and this Hisgaris in America
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום דינסטאג דעצמבער 02, 2014 5:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 2:02 pm

פריילאך האט געשריבן:צו מאנסי דארף אנגיין אונזער פראבלעמען צו נישט.. קומט זיך נאך אלץ א שכחן פאר חזקי פארן אראפלייגן אזוי גוט אונזער מצב..

האסט פארגעסען צוצולייגן אז די אלע פראבלעמען אין וויליע איז נאר ביי איינער וואס האט שוין דירה נאה, אדערווייס האט ער אסאך גרעסערע פראבלעמען.

קודם כל א ישר כח פאר דיין שכח... והשנית, איך האב בכלל נישט געזיכט גרויס צו מאכן ווילאמסבורג'ס פראבלעמען, אדער אוועק צי מאכן די מאנסיע, בסך הכל האב איך געוואלט פארציילן פאר דעם וואס האט דא נישט לאנג צירוק געשריבן אז ער איז איבערגעגעסן ביז איבער די נאז, פארוואס ? ווייל ער איז געזיצן אין טרעפיק, האב איך אים פרוביר אביסל מסביר צי זיין אז ער איז אזוי געספוילט אז ער ווייסט נישטאמאל וואס טרעפיק מיינט!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 2:29 pm

איז עס במציאות מעגליך?? איז נישט דא קיין בנינים אדער ענליכעס וואס האלט צירוק פון אויסברייטערן rt 59 - 306 פאר צוויי ליניעס??

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 2:30 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:שמעתי, אז זיי ווילן ארויפלייגן א temporary אלל וועי ביז די קונסטרוקשען איז פארטיג.
אדרבה, אם יש מישהו וואס קען לייגן דרוק, זאל ער טאקע טוהן כל מה שבידו

נו געגאנגען וואס איז די ווארטעניש, זיי ווילן דען אז ס'זאל זיך נאכאמאל איבערשפילן די דיזעסטער וואס ס'איז געווען פארגאנגענע פרייטאג נאכמיטאג?
איך בין רעדי צו לייגן דרוק, וועם דארף איך דרוקן?

וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם פרייטאג איז א פשע ועוון בל יכופר. איך זעה נישט וואס א סטאפ סיין ביי פרענסיס וועט אויפטוהן. ווי טאטאלע משוגעים האט מען געבלאקט די שטיקל פרענסיס צווישן סוזזען און איידע\ראנעלד סתם פאר גארנישט. מכלומרשט צו העלפן די טרעפיק, איך זעה נישט וואס עס האט געהאלפן, עס האט אנגעמאכט א חורבן נורא.

איך האב געדארפט גיין פון מעיפל און פיליס צו 45 און עקערסאן, עס האט מיר גענומען 50 מינוט. רבונו של עולם, פרייטאג נאכמיטאג, אין דעם קורצסטן ערב שבת, פופציג מינוט, א וועג וואס נעמט געווענליך צווישן זיבן און צען מינוט. איך האב דאס שוין געשריבן, מיט די אמאונט פון הייזער וואס מען בויעט דא אין מאנסי מוז מען מאכן 59 פון קענעדי ביז קאלעדש און 306 פון 59 ביז וויאולע און מעיפעל פון 45 ביז סעדדל ריווער צוויי פולע לעינס ביידע זייטן, עס איז פלעין איום ונורא.

איך זאג דאס זייער קלאר. קיינער זאל זיך נישט וואונדערן ביי די קומענדיגע וואלן אז מער און מער היימישע אידן וועלן שטימען פאר די פרעזערוו קאנדידאטן. עס איז געקומען צו א מצב אז דער פלעינער מאנסי'ער איינוואוינער איז פלוצלינג אין א תפיסה ביי זיינע אייגענע ברודער. מען ליידט זיך אן צוליב געוויסע יחידים און מען זעהט נישט קיין וועג ארויס.

איך בין אנגעגעסן ביז די נאז.

דאס איז די תגובה צי וואס איך האב מיך באצויגן
אמת הרב בערקא איר זענט הייליג גערעכט אז עס איז א פראבלעם (מן הסתם, איך וואוין נישט דארט) אבער די לשונות וואס ווערן געניצט אין די תגובה מאכן עס אויסקוקן ווי א קאטאסטראפאלישע מצב וו.צ.ב. "איום ונורא" "תפיסה" "אנגעגעסן ביז איבער די נאז"!!! איך שטיי פשוט אין איך בין מקנא די שרייבער פין די תגובה אז דאס הייסט ביי אים איום ונורא?! און נאכאמאל איך זיך נישט דא ארויסצוברענגען וויליאמסבורג'ס פראבלעמען, איך וויל נאר אזויפיל מסביר זיין אז ווען איר זיצט אביסל אין טרעפיק אין מאנסי אין די סיבה דערצי איז א פרישע דוועלאפמענט פאר אחב"י זאלט איר דאנקען דעם אייבירשטען, אה ברוך ה' נאך א איד גייט האבן א נארמאלע דאך איבער'ן קאפ, והשנית וויל איך ברואיגן דעם יעניגן, אז דאס הייסט ווייט נישט קיין טרעפיק אין איז ווייט פין וואס פראבלעמען דרייווערס אין אנדערע פלעצער האבן סאו קאלם דאון פליז מיי פרענד

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jeff, Working, א גולם, בנציון יאזעפאוויטש, גימפעל, נאך פונדערהיים, פרעג נישט, קארלין און 72 געסט