מדנ״י - בחירות 2015

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:16 pm

ש"ס ש"ס ש"ס כולם עם ש"ס נצעד, די באוויסטע ניגון פון ש"ס, הערט זיך היינט זייער שיין

ש"ס א פארטיי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר שנת תשמ"ב נאכדעם וואס הרב עובדיה יוסף האט גענדיגט דינען אלס רב הראשי און ראשון לציון, און ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן אויף צוריק ברענגען די ספרדישע צום לערנען, ביז יענע יאר איז דער רוב פון ספרדישע אידן וואס זענען נעבעך ארויף געברענגט געווארן פון די מיטל מזרח לענדער צו מדינת ישראל, אריבער א רוחניות שמד פון די ציונים ווען זיי וואס האבן געהאט א ליבשאפט צו אידישקייט און א מוראדיגע תמימות צו יעדע דבר שבקדושה האבן נישט געקענט באקומען קיין פרומע און ערליכע חינוך, גאר א גרויסער רוב זענען געווען מסורתים, דאס מיינט זיי היטן שבת למחצה לשליש ולרביע ווען ס'איז גרינג, זיי מאכן קידוש, די פרוי צינדט לעכט, טהרה, כשרות לויט זייערע משוגים, א.א.וו., 1 חלק זענען געגאנגען צו די מזרחי וואס זענען מער פרום ווי די מסורתים אבער נישט עכטע פרומע, און א קליינע חלק האבן מיט מסירות נפש זיך געשלאגן פאר די אידישקייט און געבליבן פרומע אידן.

די אלע ספרדישע זענען געווען רעכט געשטימט אלע יארן אין די אויסערן פאליטיק ענינים, וויבאלד זיי זענען געקומען פון אראבישע לענדער און זיי האבן נישט געקענט פארשטיין וויזאוי קען מען רעדן מיט זיי, און אויך ווייל די לינקע זענען געפירט געווארן דורך די אשכנזים, בעלי גאוה, ראסיסטען, און שונאי הדת, (א ווערטעל פלעגט זיין אז איינער פון די ראשי ממשלה האט געזאגט אמאל איך האב פיינט די אראבער ווייל זיי קוקן אויס ווי ספרדים).

וויבאלד דער מצב איז אזוי געווען האבן די פרומע ספרדים זיך אויך אונטער געווארפן אונטער די פרומע אשכנזים אונטער אגודת ישראל, און א גרויסע חלק זענען געווען קנאים וואס זענען נישט געגאנגען שטימען בכלל, דאס איז אזוי אנגעגאנגען ביז ווען הרב עובדיה יוסף איז געווארן דער רב הראשי, דער ערשטער ספרדישער רב הראשי פון די פרומע לאגער און נישט פון די מזרחי לאגער, ער האט אנגעהויבן ארום צו פארן אין אלע שטעט און דערפער ווי ער האט פארגעלערנט שיעורי תורה אויפן שפראך וואס די ספרדים האבן ליב געהאט, ער פלעגט אויך אריין ווארפן ליצנות קעגען די אשכנזים און אזוי ארויף ברענגען א שמייכל אויף זייער פנים און אזוי האבן זיי ליב געהאט צו קומען הערן די שיעורי תורה.

נאכדעם וואס ער איז ארויס פון די רבנות האט ער אנגעהויבן צו טראכטן פון צוריק אויפבויען די ספרדישע אידישקייט און ווי זיין סלאגען איז געגאנגען להחזיר עטרה ליושנה, ער האט מיט אסאך חיזוק פון הרב ש"ך אויפגעמאכט די ש"ס פארטיי צוזאמען מיט ניסים זאב און יצחק פרץ און א יונגער 19 יעריגער אריה דרעי וואס איז ארויס געקומען פון א אשכנזישע ישיבה נאכן ליידן פון ראסיזעם צוליב זיין ספרדישע אפשטאם און מיט אסאך ענערגיע צו זיכער מאכן אז זיינע קינדער זאלן דאס נישט דורך לעבן.

תשד"מ ביי די בחירות האט מען צום ערשטען מאל געלאפן אונטער א נייע פארטיי ש"ס ר"ת פון שומרי תורה ספרדים, ווי זיי האבן באקומען 4 בענקלעך ווען דער יו"ר איז שמעון בן שלמה, ביי די נעקסטע בחירות איז שמעון בן שלמה ארויס און אויפגעמאכט א פארטיי מיטן נאמען "יחד" און אויף זיין פלאץ איז געקומען הרב יצחק בן פרץ זיי האבן באקומען 6 בענקלעך ביי די בחירות, ביי די נעקסטע בחירות תשנ"ב איז הרב יצחק בן פרץ ארויס און ער איז געלאפן אונטער די "מוריה" פארטיי, און דעמאלס איז אריה דרעי געווארן דער יו"ר און די שר הפנים אפילו ער האט נאר באקומען 6 בענקלעך. ביי די נעקסטע בחירות תשנ"ו איז געווען בחירות מיט צוויי צעטלעך איינס פאר א פארטיי און איינס פאר א ראש ממשלה, (א זאך וואס איז נאר געווען ביי 2 בחירות תשנ"ו און תשנ"ט אבער נאכדעם האט מען עס צוריק געשטעלט צו איין צעטעל פון א פארטיי) איז אריה דרעי געווען דער יו"ר און זיי האבן באקומען 10 בענקלעך, ביי די נעקסטע בחירות איז געווען תשנ"ט ווען אריה דרעי האט געדארפט אריין גיין אין טורמע וועגן גניבות און זיי האבן געפירט א מעכטיגע קאמפיין איבער דעם אז דאס איז נאר וועגן זיין קאליר הויט און אויך איז נאך געווען די 2 צעטלעך סיסטעם, האט ש"ס באקומען די גרויסע 17 ציפער בענקלעך,

אין די יארן פון תש"ן ביז תשנ"ט איז געווען די בעסטע יארן פון ש"ס, זיי האבן דעמאלס אויפגעשטעלט הונדערטער מוסדות התורה אונטערן "אל המעיין" סיסטעם, זיי האבן צוריק געברענגט די ספרדישע גאוה צו הויכע שטאפלען, און פון דעמאלס האט יעד פארטיי לכה"פ 1-2 ספרדישע אין די פארטיי, און דאס אלעס איז געווען מיט בלויז 6-10 בענקלעך, ווען אריה דרעי וואס איז א קליגער מענטש און ער פארשטייט גוט צו די ספרדישע אידן האט זיי ארויף געברענגט די גאוה ביז די העכסטע שטאפלען, ביז מען האט עם שוין געזהען זיצן אויפן בענקעל פון ראש ממשלה, אדער ווי היינט גערופן דער אובאמא פון מדינת ישראל.

תשנ"ט נאך די מעכטיגע זיג פון 17 בענקלעך איז אריה דרעי אריין אין טורמע זיצן פאר 2 יאר, מרן האט דעמאלס אויפגענומען אלי ישי צו זיין דער פאטרעטער פון דרעי מיט די צוזאג אז ווי נאר דרעי קומט ארויס פון טורמע וועט ער צוריק געבען די בענקעל פאר דרעי. ישי האט זיך זייער שנעל באקוועם געמאכט אויפן נייעם בענקל, און ער האט אנגעהויבן צו אויסקלינען די פארטיי פון אלע גוטע פריינד פון דרעי, אנגעהויבן ביי די תשס"ג וואלן ווען ער האט ארויס געווארפן אלע ח"כ וואס זענען געווען נאנטע ידידים מיט דרעי, און דערנאך האט ער זיך גענומען צו די פאטרעטער אין די שטעט, און צום סוף האט ער זיך גענומען צום "אל המעיין" חינוך נעץ, ער האט געמאכט א שטארקע קלינאפ אין די גאנצע ש"ס מאשין, אבער וויבאלד ער האט געמאכט די קלינאפ האט די ש"ס פארטיי אויסגעהערט צו ארבעטן אויף דעם וואס זיי האבן זיך אויפגעשטעלט, מרן איז שוין געווען אלט און שוואך און זיין זון הרב משה וואס האט זיך געבויעט א ביזנעס פון דעם הכשר פון "בית יוסף" האט אויך נישט געוואלט אז דער קלוגער דרעי זאל צוריק קומען, און אזוי האבן זיי געהאט מרן אין טאש, ווען אויפן שטח פארלירן זיי טעגליך מענטשען.

אלי ישי איז זייער א שוואכער פערזאן ער איז נישט קיין ארבעטער און ער האט נישט אריין געשטעלט נייע ארבעטער אין די שטאטישע פאזיציעס אזוי האט ער פארלוירן די יונגע ספרדישע גאס, סיי די פרומע און נאך מער די מסורתים וואס האבן שוין נישט גזהען אין ש"ס די פארטיי פון גאוה פאר ספרדים, ישי האט זיך אויך אונטער געווארפן אונטער די ליטווישע הנהגה, ער איז געווארן עקסטרעם פרום, ער האט זיך נישט אנגענומען פאר די ספרדישע מיידלעך וואס מען האט ארויס געווארפן פון די אשכנזישע מוסדות, און ביי די עמנואל פרשה האט ער געשטיצט די אשכנזים, צוביסלך האט ש"ס פארלוירן די יונגענט וואס האט נישט געשפירט אז די פארטיי וועט זיין די וואס וועלן ברענגען די "מהפכה" די טויש.

מאת ה' היתה זאת אז הרב משה האט געוואלט אריין לייגן נאך א פיס אין די פארטיי האט ער אריין געלייגט זיין איש ימינו אריאל אטיאס זאל אריין גיין אין די פארטיי, ער האט געפירט דעם הכשר אלע יארן, אטיאס האט גאנץ שנעל געכאפט וואס דא קומט פאר און ער האט פארשטאנען אז די שיף גייט אראפ זינקען די מינוט מרן פארמאכט די אויגן, אלעס וועט גיין צוגרונד א מינוט נאך די יציאת נשמה פון מרן.

לויט די געזעצן פון מדינת ישראל איינער וואס גייט אין טורמע טאר נישט צוריק קומען צו פאליטיק ביז נאך 6 יאר נאכן ארויס גיין פון טורמע און וויבאלד דרעי איז ארויס געקומען תשס"ב פון טורמע האט ער ביז תשס"ח נישט געלייגט קיין פחד אויף ישי, ווי נענטער דער טאג פון דרעי צוריק צו קומען צו פאליטיק איז אנגעקומען האט ישי געכאפט מער און מער פחדים אז מרן וועט צוריק געבען דעם פקדון וואס ער האט צוגעזאגט פאר דרעי פארן אריין גיין אין טורמע, און דערפאר האט ער געמאכט א שנעלע נייע געזעץ אז מען דארף ווארטן 7 יאר ביז מען קען לויפן אויף א נייע אמט, מיט'ן חשבון אז ביז די יאר וועט אריבער גיין וועט מען מאכן א געזעץ אז אזא איינער טאר קיינמאל נישט לויפן, אין ליכט פון דעם נייעם געזעץ האט אריה דרעי נישט געקענט לויפן צו ווערן דער מעיאר פון ירושלים תשס"ח א זאך וואס האט עם צוריק געברענגט צו די ש"ס פארטיי.

תשס"ט ווען דרעי האט שוין געקענט צוריק קומען צו פאליטיק איז עס שוין געווען נאך די בחירות ווי אטיאס איז אריין געקומען, און אטיאס האט טאקע אנגעהויבן צו זהען אז מען מוז צוריק ברענגען די אלטע חברה ווי בני אלבז און יודא עזרן, די וואס האבן מיט אריה דרעי געמאכט די מהפכה, און בראשם מוז מען צוריק ברענגען אריה דרעי, פאר מרן איז עס געווען זייער שווער צו פארשטיין פארוואס מוז ער נאך 13 גוטע יאר צוריק ברענגען דרעי און ווי מען האט געזהען אין די טעיפ האט ער נישט געהאט קיין גרויס חשק, אבער נאכדעם וואס אטיאס האט עם דערציילט וואס דא גייט פאר און ווען ער האט געזהען אז זיינע טעג זענען שוין נאנט און זיין גאנצע ארבעט קען אונטער גיין צוזאמען מיט זיין יציאת נשמה, האט ער בלית ברירה צוריק געברענגט דרעי מיטן אויפנעמען די 3 ראשי הפארטיי ישי דרעי און אטיאס, נאכדעם וואס דרעי איז שוין געווען צוריק האט ער אויפגעמאכט די אויגן פון מרן ער זאל זהען דעם חורבן, און נאך 3 חדשים האט מרן צוריק געשטעלט דרעי צו זיין דער יו"ר אליין אן אטיאס מיט ישי.

דא איז אנגעקומען די ביטערע טאג פאר ש"ס בכלל און פאר דרעי בפרט ווען מרן האט פארמאכט די אויגן, איך אלס איינער וואס איך האלט שוין מיט 8-9 וואלן אין א"י האב דעמאלס געשריבן פאר איינעם אז איך שאץ אז ש"ס וועט זיין ביי די נעקסטע בחירות מאקסימום 7 בענקלעך יענער האט מיר נעכטען צוריק געשיקט די אימעיל וואס איך האב עם געשיקט עטליכע טעג נאך די פטירה פון מרן.

דא קומט אריין נאך א קליינע שטיקל מעשה וואס הייסט מועצת חכמי התורה, די מועצת וואס מרן האט אויפגענומען צו פירן די פארטיי, פארשטייט זיך אז במציאות האט מרן אלעס אליין מחליט געווען אבער לפנים איז געווען א מועצת, אבער הרב מאזוז פון די גרויסע רבנים ביי די ספרדים האט מרן נישט געוואלט קיינמאל אריין נעמען אין מועצת, און במילא האט ער געהאט א שווערע הארץ אויף די מועצת, דא איז געקומען די נייע מועצת און זיי האבן אויפגענומען הרב שלום כהן פארן נשיא א זאך וואס הרב מאזוז האט נישט געקענט אראפ שלינגען, ובצדק.

ווען די בחירות פון תשע"ה איז אנגעקומען האט אריה דרעי נישט געוואלט אריבער גיין די שווערע ביטערע טעג און ער האט אריבער גערופן ישי און עם געזאגט אז ער איז עם גרייט אלע סצו געבען, די צווייטע פלאץ די ערשטע מיניסטאר בענקל, אבער ער מוז אונטער שרייבן אז ער גייט אלעס פאלגן די מועצת, די חשבון פון דרעי איז געווען אריבער צו גיין די בחירות רוהיג און זיך נאר דארפן ספראווען מיט די פראבלעם וואס הייסט מרן, און פאר די קומענדיגע בחירות וועט מען עם ארויס ווארפן דורך די מועצת, נאך א זאך אין די צוויי יאר האט נאך דרעי נישט געהאט צייט איבער צו נעמען די "אל המעיין" וואס איז נאך געלעגן אונטער גוטע פריינד פון ישי און ער האט עם געדארפט האבן וויכטיג נעבען זיך, ישי האט אבער געמאכט דעם חשבון אז אויב נישט יעצט וועט ער קיינמאל נישט קענען ארויס גיין פון ש"ס און אויפבויען א נייע פארטיי, איז ער געלאפן צו הרב מאזוז און צו הרב אברג'ל וואס האט אויך א שווער הארץ אויף ש"ס, און זיי האבן אויפגעמאכט א נייע פארטיי מיטן נאמען "יחד", אויך האט ישי געהאט שטילע שטיצע פון די ליטווישע וואס האבן נישט געוואלט זהען דרעי צוריק און אליין האבן א דעה אן זיי פרעגן, און נתניהו וואס האט זייער נישט ליב דרעי שיין גרעדט.

אלעס איז געפארן זייער גוט פאר ישי ער האט אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון בכל ביתי נאמן הוא, מרן מרן מרן, דרעי איז געפאלן אין די אנקעטעס צו 4-5 בענקלעך, ביז די טעיפ פון מרן איז ארויס געקומען און דרעי ווי דרעי קען האט עס אויסגענוצט אויף א וועג וואס די וועלט וועט נאך אפלערנען אין די פאליטישע סקולס, אבא מה עשו לך, ער האט זיך אפגעזאגט פון ש"ס, ער איז אנטלאפן, ביז ער האט מצליח געווען אריין צו לייגן ישי אין א פחד פון א בוגד אז ער זאל מער נישט קענען ארויס געבען קיין טעיפ'ס (וואס ישי האט זיך אנגעגרייט אלע יארן מיט דעם), און מער האט ער דעם מרן נישט גענוצט ביז א וואך פאר די בחירות.

די ארבעט האט צוריק אויפגעפלאקערט די יונגווארג פון ש"ס, די וואס האבן שוין די לעצטע 3 בחירות נישט געוואלט וויסן פון ש"ס, זיי האבן זיך פארשטאפט די נאז און כאילו כפאו ש"ד אריין געלייגט דעם ש"ס צעטל אין קלפי לעשות נחת רוח למרן, די אלע זענען געווארן צוריק לעבעדיג זיי האבן אנגעהויבן צו פילן אז אויב נישט וועט זיין דא א קבורת חמור אויף די ספרדישע גאוה, און נאך שווערע ארבעט און שלאפלאזע נעכט האט דרעי נעכטען געהאט א זיסע זיג.

טאקע נאר 7 בענקלעך, אבער ווי ער האט געזאגט ריינע 7 בענקלעך, מיט איין פארטיי פאר די ספרדים,

יעצט וועט ער צוריק נעמען די שליטה אין די "אל המעיין" און ער וועט צוריק אנהייבן ארבעטן ווי אין די גוטע ש"ס יארן ווען זיי האבן נישט געהאט מער ווי 6-10 בענקלעך אבער זיי האבן געהאט יונגע בלוט און ספרדישע גאוה
לעצט פאראכטן דורך בן דוד אום מיטוואך מארטש 18, 2015 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:20 pm

פרשיסחא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:א'ן ערנסטע פלאנטער איז א ליבערמאן וויל זיין שר הבטחון, נתניהו קען אים דאס נישט געבן אפאר סיבות, און ער סטראשעט ארויסגיין פון די קאליציא

קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ער איז געווען א שר הבטחון; רעדט ווי א רוסקי (נישט איידעל). חוץ אויב דאס האט מען טאקע געוואלט, א בער פאר שר הבטחון.

לויט וויפל איך געדענק איז ער קיינמאל נישט געווען דעם שר הביטחון, ער איז געווען צוויי מאל שר החוץ, דער אויסערן מיניסטער.

ער איז געווען שר החוץ ווייל אן עם האט נתניהו נישט געקענט האבן קיין רעגירונג, יעצט קען נתניהו יא האבן א רעגירונג אן עם, ווער ס'קען נתניהו קען ער נאך צוטיילן די המחנה הציוני פארטיי און ארויס נעמען 7-8 בענקלעך צו א נייע פארטיי וואס וועט גיין מיט עם, עיין ערך 2009 וואס ער האט געטוען מיט די העבודה און מיט ברק

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:22 pm

די נעכטיגע וואלן איז געווען די 8-9 וואלן וואס איך האב מיטגעהלטן, איך געדענק נישט אזא וואלן, אויסע 1996 איז געווען נאנט צו דעם, אבער ס'איז געווען נאך די ראבין רציחה און די אסלו קאמפרענץ

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:23 pm

מילכיגער האט געשריבן:
אסותא האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:פאר די פרומע וואלט בעסער געווען (ווי איך האב געשריבן נעכטן) ווען זיי גייען אריין פאר די וואלן בשעת ער "מוז" צוקומען צו זיי. יעצט מוז ער דאך טעכניש נישט צוקומען צו ביידע פרומע פארטייען.


אודאי מוז ער טעכניש צוקומען צו זיי. אויסער אויב ער האלט ביים זיצן מיט לפיד, אן אפציע וואס ער האט דאן אויך געהאט.

he has 68 now. that means he can leave out any of the frum that have 7 out


אה, נישט פאראשטאנען אז דו מיינסט בלויז 'איינע' פון די פרומע. ס'איז אבער מסתבר אז די פרומע וועלן זיך אנכאפן די הענט, און באשיצן איינע דעם צווייטן.

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:24 pm

בן דוד האט געשריבן:די נעכטיגע וואלן איז געווען די 8-9 וואלן וואס איך האב מיטגעהלטן, איך געדענק נישט אזא וואלן, אויסע 1996 איז געווען נאנט צו דעם, אבער ס'איז געווען נאך די ראבין רציחה און די אסלו קאמפרענץ

'אזא' מיט וואס?

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:24 pm

.
צוגעלייגטע
bb vs. hertzog.png

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:38 pm

אויב שוין אינטרעסאנטע זאכן האסטו דא צוויי שיינע

מקור.jpg


דא.jpg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:41 pm

בן דוד, ;l;p-

ביזט א מייסטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:47 pm

SPUSMN האט געשריבן:בן דוד, ;l;p-

ביזט א מייסטער.

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:52 pm

SPUSMN האט געשריבן:בן דוד, ;l;p-

ביזט א מייסטער.


WOW!!!!!!

וואלט זיך פארדינט א באזונדערע אשכול.

גענעראל
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » מיטוואך מארטש 18, 2015 4:52 pm

wow דער ישי (דרעי) בן דוד... א מייסטער וואס מ'האט נאך נישט געזען אפי' אין די גוטע צייטן פון מרן... אזוי זאפטיג אראפצולייגן פאליטיקס אפי' א קינד קען פארשטיין

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:04 pm

דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.

נומער 9 כאפ איך נישט די וויץ..

1.אמנם יצאנו חבולים עם 7 מנדטים ...אבל היריב שלנו, שבתחילת הקמפיין עמד כמונו על 4-5 מנדטים, הובס באופן מובהק ולא עבר את אחוז החסימה. לא ניצחנו כמו בששת הימים, אבל בהחלט ניצחנו כמו ביום כיפור: ניצחון כואב אחרי קרב קשה ועקוב מדם. ניצחון גדול.

2.אנשי צוות הקמפיין של אלי ישי עשו עבודה מצויינת במיצוב אלי ישי כשה תמים שאינו נגרר למלחמות מלוכלכות ...ועבודה הרבה יותר טובה בניצוח על המלחמה הכי מלוכלכת שאי פעם נתקלתי בה בקמפיין בחירות. כשהם הכריזו במתיקות על השם החמוד ״יחד, העם איתנו״, הם גם דאגו להוציא לחדשות 2 את קלטת מר״ן המפורסמת. כשהם התבכיינו על התקשורת השמאלנית שמקפחת אותם, הם דאגו שתחנת הרדיו וגופי המדיה שעובדים בשירותם ישחירו את שס ואת אריה דרעי בכל יום. כשהם דיברו על אחדות ועל דרך מר״ן, הם חברו לברוך מרזל. אפילו אתמול, כשאלי ישי הוציא את מכתב ״בוא נשמור על זה נקי״, הוא גם הוציא סרטון יוטיוב נגטיבי מלא שקרים באורך 14 דקות נגד אריה דרעי. הם טענו שלא הם הוציאו את הקלטת הראשונה ובאותה נשימה איימו שיוציאו עוד קלטת חמורה יותר. הם שיקרו ותמרנו והסיתו ושילמו והספינו ולכלכו – וזה בדיוק מה שהם היו צריכים לעשות ועל כך אני מסיר את הכובע – ככה עושים קמפיין נגטיב מצויין: הופכים את החיים של הצד השני לגיהנום - וזה לגמרי לגיטימי. (יכלו לוותר על האייטם שדחפו עליי לגבי זה שאשתי לא עברה גיור אורתודוכסי – כי קמפיינר לא נכנס בקמפיינר, אבל נו שויין....)

3.מזל שאנשי צוות הקמפיין שלנו בשס היו מקצוענים אפילו יותר מהם: אריאל משעל שניהל 24/7 בצורה הכי מיומנת ומדוייקת, קיבל את ההחלטות הכי נכונות לאורך הקמפיין, נתן את כל העצות האסטרטגיות הכי חכמות ברגעים הכי קשים ולא נרתע גם מלסדר שלטים שעפו ברוח באיזה רחוב בקריות. יעקב בצלאל הדובר המבריק שנלחם בכח ובשכל ותרם בקבלת ההחלטות החשובות לא פחות מאשר בשדה הקרב מול התקשורת החרדית שרובה היתה מגוייסת עבור ישי ובשדה הקרב מול התקשורת החילונית שתמיד תהיה נגד החרדים. איציק סודרי, דובר הקמפיין שהבריק ברשתות החברתיות ובאירועי המדיה תוך כדי שהוא תורם גם אסטרטגית וגם קריאטיבית. יוסף חיים ודודו עמר שייקח לי שעות להסביר כאן מה הם עושים, אבל אלו היו הדברים הכי חשובים בקמפיין: טנדורי צ׳יפס לידכם... סגן מנהל הקמפיין והמפיק הראשי רועי פלד שדאג בחוכמה ובחריצות שכל מה שנרצה ייקרה, חברת ההפקה של עמית דקל (הקטן), חברת דיי סיי שניהלה את הסושיאל ואת הדיגיטל, דניאל דפני העורכת האיכותית והמהירה, חברת בוננזה שעזרה בדיגיטל, אברמי קרוייזר מהקמפיין החרדי שתרם גם בקמפיין הכללי, חיים ביטון מנכל שס החרוץ והמדוייק (הוא נשוי בנות), אשר מכלוף מדינה שהבריק בכל התחומים מאסטרטגיה עד לתסריטים פלוס דוברות ואפילו שימש ככרוז בכנסים הסוערים, ארי גלהר עם התובנות החזקות, יהודה אבידן באופרציה, משפחת דרעי, בני אלבז הגדול, החבר׳ה מהתקשוב וכל מי ששכחתי. היה כבוד גדול לראות אתכם בפעולה.

4.״לאיש הזה מעולם לא היו עקרונות״, ״מכר את נשמתו עבור כסף״, ״איך זה מסתדר לך מוסרית לעבוד לפני שנתיים עם הבית היהודי והיום עם שס כשאתה בעצם תל אביבי חילוני?״, ״חייב לשמור על סגנון החיים שלו ולכן ימכור את חבריו ומשפחתו״, ״בגללו שס לא תעבור את אחוז החסימה״... אלו היו רק מעט מהתגובות שנכתבו עליי לאורך הקמפיין. אז קודם כל: לכו חפשו – ניהול קמפיינים זה המקצוע שלי ואם הייתי מייצג רק מפלגות שאני לגמרי מזדהה איתן כנראה שהייתי צריך לחתום בלשכה. סורי, אני אמשיך לעשות ככל שביכולתי כדי לפרנס את עצמי ואת משפחתי. תתבעו אותי.... הרי אם הייתי עורך דין שמייצג את אולמרט, הייתם מחמיאים לי ומעריכים אותי. אני לא רואה מה ההבדל. הקו האדום המוסרי שלי עובר ימינה מחנין זועבי ושמאלה מברוך מרזל. בשני אלה לא הייתי מטפל. בכל השאר כן. בחרתי בש״ס למרות שהיו לי הצעות אחרות, גם ביותר כסף, בגלל העניין של להכיר קהל שונה, בגלל האתגר ובגלל שקיבלתי כאן אם. בי. איי. בניהול משברים, תחום שמאוד מעניין אותי בשנים האחרונות.

5.לראשונה בחיי, הבנתי שהשד העדתי באמת קיים: כל עוד לא יהיה ייצוג מזרחי שווה בבתי המשפט, בתכניות הלימוד, על שטרות הכסף ואפילו בבתי הכלא, אי אפשר לסתור טענה זו – ואני אומר את זה כאשכנזי מכל הכיוונים. רוצה לנצל הזדמנות זו כדי להודות גם לאופיר טובול, אלונה רק אלונה, רון חכלילי ולשאר הפעילים למען השוויון העדתי בישראל. התרומה שלכם לקמפיין היתה גדולה מאד – והתרומה שלכם לשוויון עדתי גדולה עוד יותר. כולי תקווה שבעתיד יהיה פה גם ראש ממשלה מזרחי.

6.אריה דרעי הוא מנהיג אמיתי – לא הרבה זוכרים, אבל בתקופת כהונתו הקודמת, בשנות התשעים, הוא דאג לשיכונם של מליון עולים רוסים, הוא מנע תקיפה מיותרת בעיראק במלחמת המפרץ הראשונה, הוא הנהיג רפורמות רבות שכולנו נהנים מהן עד היום במשרד הפנים ועוד ועוד ועוד. אני בטוח שתחת הנהגתו תחזור ש״ס להיות התנועה החברתית שפעם היתה. עכשיו, האתגר שלו הוא להיות שר הפנים הכי טוב שהיה לישראל. אני בטוח שהוא יצטיין בזה. במהלך החודשיים וחצי האחרונים למדתי להכיר אותו לעומק – ראיתי איך הוא מקבל החלטות קשות בקור רוח. ראיתי כמה הציבור חשוב לו. ראיתי את הכאב האמיתי שלו כשזה מגיע לקיפוח ולשכבות החלשות. ראיתי איך הוא ויתר על ״לעשות לביתו״ למען המפלגה ולמען הציבור – בדיוק כמו לפיד. אני בטוח שהוא יחזיר עטרה ליושנה ויחזיר את ש״ס לכיוון החברתי שעבורו הקים אותה מר״ן. מאחורי רוב הפוליטיקאים שאנחנו מכירים, עומדים טייקונים. מאחורי אריה עומד ציוויו של מר״ן לדאוג לעולם התורה ולשכבות החלשות. זה יותר אמין בעיני. היה כבוד גדול לעבוד בשבילו. עכשיו בטח תגידו עבריין מורשע – ואני אגיד שיש ציבור ענק שמאמין שהוא שילם את חובו לחברה ושבחר בו למרות כל ההכפשות. אני אגיד שגם משה דיין סיפח קרקעות ועתיקות לביתו בצהלה – ועל שמו יש רחובות ראשיים בכל הארץ.

7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.

8.אל תדאגו, אני לא חוזר בתשובה.

9.החיקוי של מריאנו בארץ נהדרת היה פצצה!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:21 pm

דרעי טענה'ט - מעגליך מיט רעכט - אז ביז לעצטע וואך האט ער געהאלטען ביי 10 מאנדאטען, נאר די אגרעסיוו קאמפיין פון ביבי די לעצטע וואך האט פון אים אויך צוגענימען 3 מאנדאטען פינקט ווי עס האט צוגענימען פון בנט ליבערמאן און כחלון..

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:25 pm

בן דוד, wow!!!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:25 pm

SPUSMN האט געשריבן:בן דוד, ;l;p-

ביזט א מייסטער.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:30 pm

נעכטן באקומען
צוגעלייגטע
Yishei.jpg

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:44 pm

מחותן האט געשריבן:דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.

נומער 9 כאפ איך נישט די וויץ..

1.

7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.



יא יא די אמת שווימט ארויף..

איז הרב אויערבאך נישט גערעכט???
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:46 pm

פונעם ידיעות:

״ויהדות התורה תדרוש כרגיל את ועדת הכספים...״

די חרדי׳שע פארטיי וועט ווי געווענליך פארלאנגן צו קאנטראלירן די ... געלטער

זיי גייען גלייך צו צום פינטל. שר החינוך זאל א צוויייטער זיין, מיר ווילן זיין ביים שיסל.

נאך אלעם, ואם אין קמח אין תורה...
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:48 pm

ער איז אויך גערעכט, און אינטערסאנט.

10 סיבות להפסד השמאל. וגרבוז חשוך אחד


1. בגלל ראובן אדלר. כשהקמפיינר שלך מוערך, מתוקשר, מדובר ונחשב הרבה-הרבה יותר מאשר המועמד עצמו - זו בעיה גדולה מאוד.

2.כי למפלגת העבודה לא הייתה שום אג'נדה בבחירות הללו. הביטחון נתפס על ידי נתניהו, החברתי-סוציאליסטי על ידי כחלון, הכלכלי-קפיטליסטי - לפיד, השמאל האמיתי - מרצ. בלי אג'נדה מרכזית ורלוונטית, שיכולה לתפוס את סדר היום הציבורי-תקשורתי ולהביא קולות בפועל, אי אפשר לנצח בחירות. לא בישראל ולא בשום מקום בעולם.

3. כי "רק-לא-ביבי" זו אמנם כן סוג של אג'נדה, אבל הכלל הכי בסיסי בקמפיין נגטיבי הוא "תתקוף, תלכלכך, תפגע – אבל בצמוד לזה חובה להציג אלטרנטיבה שתיתן תקווה". לשמאל היה רק את ה-"מה לא", בלי ה-"מה כן".

4. כי כל צוות הקמפיין של מפלגת העבודה הם כולם מאותה ברנז'ה תל-אביבית שמאלנית, אשכנזית ובורגנית. לכן, לא הייתה להם מספיק יכולת להבין איך חושב הצד השני ואיך הוא מושפע כשמלכלכים על המנהיג שלו, על המדינה שלו ועליו. התוצאה הייתה שהקמפיין שכנע בעיקר את המשוכנעים, אבל לא הביא קהל חדש.

5. כי מפלגת העבודה לא ניצחה עדיין בחירות בעידן החדש, מבלי שיעמוד בראשה ביטחוניסט-על שיוכל לקחת באמת קולות מהמרכז-ימין ולשבור את הגושים. רבין וברק היו כאלה, רמטכ"לים ושרי ביטחון. הטעות (בדיעבד) הכי גדולה של בוז'י היא שהסכים לוותר על שאול מופז (בגלל שלבני לא רצתה אותו) ואיבד את הסיכוי שהמפלגה שלו תוכל להיות רלוונטית ומשמעותית בשיח הבטחוני. ידלין? סליחה על השטחיות, אבל מי זה? מי מכיר אותו?

6. כי לכל מועמד ראוי של מפלגת העבודה היה "אפקט-וואו" כלשהו – רמטכ"ל ששת הימים ששחרר את ירושלים, מפקד סיירת מטכ"ל המהולל על כנף מטוס סבנה, ראש עיריית חיפה המיתולוגי, מנהיג הפועלים המשופם, הסוציאליסטית שנלחמת עבור החלשים. ובוז'י? בוז'י הוא פקיד. אולי אפילו פקיד מצוין, אבל פקידים לא נבחרים לנהל את המדינה הכי מסובכת בעולם.

7. כי הזגזוג האחרון של ציפי לבני – לוותר על הרוטציה – היה זגזוג אחד יותר מדי. אחרי שלושה חודשים של הצהרות בלתי פוסקות שלעולם היא לא תוותר ושהיא ובוז'י צוות אינטגרלי, אי אפשר להתהפך. שוב. הסיפור היחיד שהיה לעבודה למכור בבחירות הללו (חוץ מ"רק-לא-ביבי"), הוא ה"דרים-טים" של הרצוג-לבני שיפעל יחדיו כדי להפיל את "הלאניסטר" מרחביה/קיסריה. והם ויתרו גם על זה, כאילו תפקיד ראש ממשלת ישראל הוא מלצר או מתדלק או חופף במספרה, שאפשר להחליף פתאום ברגע במישהו אחר בלי שזה יזיז למישהו.

Big mistake
Huge

8. כי במפלגת העבודה שכחו שראש השבט המבוגר שלהם אמר לא פעם שסקרים הם כמו בושם: מותר להריח, אבל אסור לשתות. תמיד חשבתי שזה משפט קצת מטופש, כי מי האידיוט שישתה בושם, אבל מתברר ששמעון פרס צדק. לא מעט אנשים שתו יותר מדי והתבשמו יותר מדי.

9. כי אחד המסרים המרכזיים של השמאל בקמפיין הנגטיב שלו היה שנתניהו חוטא בהפחדה קיצונית של הקהל, כאשר בפועל ההפחדה הגדולה והאמיתית בשיח התקשורתי בערוצי הטלוויזיה וברשת הייתה בעיקר כנגד המשך שלטונו של נתניהו, וכמה נורא/מפחיד/הרסני זה יהיה אם הוא ייבחר שוב. לא זורקים אבנים אם הבית שאתה גר בו, ברמת החייל או בבית הוורד, עשוי כולו זכוכית.

10. כי כל המנדטים של השמאל מתרכזים בסופו של דבר אך ורק ב-5 ערים וחצי בישראל ועוד שכונה-שתיים בירושלים – וזהו. איך שלא מסתכלים על זה, השמאל (עבודה+מרצ+לפיד) שווה היום סביב 40 מנדטים. גג. לכן הוא לעולם לא יוכל לנצח בחירות בישראל בלי מגה-מועמד שיקסום גם לשאר ה-80 מנדטים.

11. בגלל יאיר גרבוז. לגמרי בגללו. איש חשוך וטיפש, שבאקט דודו-טופזי התאבדותי הראה שוב לשבטים המזרחים-רוסים-מתנחלים-דתיים-חרדים בישראל מה השבט הלבן באמת חושב עליהם,* ונתן להם המון דלק לצאת לקלפי ולהראות לו מה הם חושבים עליו.

מוגש כחומר למחשבה להבא. בדיעבד.

יוני להב, אסטרטג בתחומי השיווק, הפרסום והמיתוג, מגיש כחומר למחשבה להבא ■ בדיעבד


* גרבז איז דער וואס האט געזאגט אויף די חרדים די סטעטמעינט פון 'מנשקי קמעות ומזוזות' און ביבי/בנט/דרעי האבן עס גאר גוט אויסגעניצט
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך מארטש 18, 2015 5:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:51 pm

צו די זאך האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.
7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.


יא יא די אמת שווימט ארויף.. איז הרב אויערבאך נישט גערעכט???


קענסט נישט נעמען א קאמפלימענט וואס א ארבייטער זיכט צו געבן אויף זיין באס אין א גיטע מינוט, און פראבירען צו קאכען א קאשע דערפון..

דא יעצט אינעם אשכול איז זיכער נישט די פלאטץ דערפאר..

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מארטש 18, 2015 6:04 pm

צו די זאך האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.

נומער 9 כאפ איך נישט די וויץ..

1.

7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.



יא יא די אמת שווימט ארויף..

איז הרב אויערבאך נישט גערעכט???


אוטש. עפעס זאגט ער.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מארטש 18, 2015 6:10 pm

תרנגול האט געשריבן:בן דוד, wow!!!

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך מארטש 18, 2015 6:20 pm

להודיע האט געשריבן:
צו די זאך האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.

נומער 9 כאפ איך נישט די וויץ..

1.

7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.



יא יא די אמת שווימט ארויף..

איז הרב אויערבאך נישט גערעכט???


אוטש. עפעס זאגט ער.

אפילו די ישי'ניקעס האבן עס נישט געזאגט אויף דרעי. דער פרייער ארבייטער רעדט לויט זיינע געפילען, און אפשר זיך אויך צו פאענטפערן פאר זיינע פרייע חברים.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מארטש 18, 2015 6:20 pm

מחותן האט געשריבן:
צו די זאך האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:דער ש"ס קאמפיין סטראטעגיסט האט וואס צו זאגען, און עס איז גאר אינטערסאנט.. ביז נומער 8 ווי עס געט א ציפ, טיפיקעל חילוני.
7. למדתי שאנשים הם אנשים – גם אם הם חרדים, שאנחנו כחילוניים חונכנו לא לחבב. בכל מגזר יש אנשים טובים ואנשים רעים, והיחס ביניהם שווה – חילונים, דתיים, חרדים, יהודים, ערבים, עשירים או עניים. יש הרבה חרדים שעובדים ועושים צבא ואני יודע שאריה דרעי יעשה הכל כדי שיהיו יותר ויותר כאלה.


יא יא די אמת שווימט ארויף.. איז הרב אויערבאך נישט גערעכט???


קענסט נישט נעמען א קאמפלימענט וואס א ארבייטער זיכט צו געבן אויף זיין באס אין א גיטע מינוט, און פראבירען צו קאכען א קאשע דערפון..

דא יעצט אינעם אשכול איז זיכער נישט די פלאטץ דערפאר..


וואס?

מחותן ברענג ארויס קלארער וואס דו זאגסט.

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » מיטוואך מארטש 18, 2015 6:29 pm

טייטל האט געשריבן:
בן דוד האט געשריבן:א רחמנות איז היינט אויף
נוני מאזעס פון ידיעות אחרונות און די גאנצע לינקע מידיע
די אמעריקאנער וואס האבן געשיקט גרויסע געלטער פאר V-15\
כיכר השבת און קול ברמה און וואלה וואס זענען געווען איין זייטיג

וועט מען זיך אויסלערנען ביי די נעקסטע בחירות אז די אלע עקסטרעם רעכטע פארטייען זענען גארנישט ווערד?

לאמיר פארשטיין: כיכר איז געווען מיט ישי. מיט וועם איז געווען קול ברמה אין וואלה?

כיכר השבת און קול ברממה זענען איינס, זיי האבן ביטער שווער געארבעט פאר אלי ישי ער זאל אריבער גיין, אויך לדעת האט געארבעט פאר עם אבער זיי זענען נישט אינטרעסאנט
וואלה און אינאמתן אריין כמעט אלע פרומע שרייבער'ס אין די פרייע מידיע ווי למשל, יקי אדמקר פון וואלה, יאיר שרקי פון ערוץ 2, און נאך
זיי האבן אלע געארבעט פאר אלי ישי, וויבאלד זיי זענען רעכטע און זיי ווילן זהען דרעי טויט פאליטיש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, א גוטן און 36 געסט