בלאט 99 פון 100

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:47 pm
דורך יידישע קהילות
צוויי פאליציי און א סעקיוריטי וועכטער אומגעבראכט דורך פאלעסטינער אין דעם ישוב "הר אדר" נעבן ירושלים.
הי"ד

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:01 pm
דורך וואס עפעס?
שרעקליכע טערור אטאקע נעבן שומרון
הרב רזיאל שבח הי״ד
טאטע פון 6 איז ליידער אומגעקומען נאך וואס אן אראבער האט געשאסן פארענדיג אין די געגענט

מדינת ישראל מיליטער אין געיעג נאכן שיסער


-
מדארף דאנקען אז די אשכול איז געווען שטיל 3 א האלב חדשים

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:03 pm
דורך נישט פשוט
רח"ל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:03 pm
דורך זאכליך
אוי וויי. דאס איז אין גליל?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 5:08 pm
דורך וואס עפעס?
ביי ישוב חוות גלעד
די נפטר איז געווען א חשובער איד און מוהל מומחה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 6:40 pm
דורך הלשון
די באשאסענע קאר

רח"ל. ה"י!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 6:42 pm
דורך הלשון
.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 8:37 pm
דורך פ' לך לך
הרב רזיאל שבח הי״ד
unnamed.jpg
unnamed.jpg (84.71 KiB) געזען 4939 מאל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 8:20 am
דורך וואס עפעס?
די איזראעלישע מיליטער האט יעצט געהארגעט דעם רוצח וואס האט נעכטן קאלטבליטיג דערמארדעט איתמר בן גל הי״ד

מען האט ארומגענומען די הויז וואו ער האט זיך געפינען און נאכדעם וואס ער האט זיך אנטזאגט פון ארויסקומען האט מען איינגעווארפן די גאנצע הויז, ווען דער טעראריסט איז ארויסגעקומען מיט געווער האט מען אים געשאסן צום טויט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:54 am
דורך יידישע קהילות
וואס עפעס? האט געשריבן:די איזראעלישע מיליטער האט יעצט געהארגעט דעם רוצח וואס האט נעכטן קאלטבליטיג דערמארדעט איתמר בן גל הי״ד

מען האט ארומגענומען די הויז וואו ער האט זיך געפינען און נאכדעם וואס ער האט זיך אנטזאגט פון ארויסקומען האט מען איינגעווארפן די גאנצע הויז, ווען דער טעראריסט איז ארויסגעקומען מיט געווער האט מען אים געשאסן צום טויט

איתמר בן גל??? אדער ר' רזיאל שבח הי"ד?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:00 am
דורך farshlufen
קוק דעם דאטום

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:15 am
דורך צד תמות
יידישע קהילות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די איזראעלישע מיליטער האט יעצט געהארגעט דעם רוצח וואס האט נעכטן קאלטבליטיג דערמארדעט איתמר בן גל הי״ד

מען האט ארומגענומען די הויז וואו ער האט זיך געפינען און נאכדעם וואס ער האט זיך אנטזאגט פון ארויסקומען האט מען איינגעווארפן די גאנצע הויז, ווען דער טעראריסט איז ארויסגעקומען מיט געווער האט מען אים געשאסן צום טויט

איתמר בן גל??? אדער ר' רזיאל שבח הי"ד?

ר' רזיאל שבח הי"ד

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 3:16 pm
דורך לחם לשובע
אנגעצויגענער שבת

פארטאגס האט אן איראנער דראון אריינגעדרינגען פון סיריע קיין מדנ"י, עס איז אראפ געשאסען געווארן.

מדינת ישראל מיליטער האט דערפאר באמבאדירט אין סיריע, און די סיריער צי חיזבאלא האבן צוריק אריין געשאסן מיסעל'ס קיין מדנ"י, ווען איין מדנ"י מיליטערישער פליגער איז באטראפן געווארן, די פילאטן האבן אבער איבער געלעבט, אראפ טאנצענדיג, און זענען פארוואונדעט געווארן.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 9:06 am
דורך tech yid
א סאלדאט מיט א סאלדאטקע האבן בטעות אריינגעבלאנזשעט און א פאלעסטינער שטעטל (גנין) און די ארטיגע המון עם האט זיי שיעור געלינטשעט צום טויט, זיי זענען געראטעוועט געווארן דורך די ארטיגע פאלעסטינער פאליציי און געווארן איבערגעגעבן פאר מדינת־ישׂראל אינסטאנצן, די סאלדאטקע איז היבש פארוואונדעט געווארן קאפ פון די שטיינער, אזוי אויך האט מען גע'גנב'ט די געווער פון איינע פון די סאלדאטן

https://www.dropbox.com/s/5fa98c8v0ikiw97/477eb2d61bf0d2f563e405e600840238.mp4?dl=0

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 11:21 am
דורך טייטל
tech yid האט געשריבן:א סאלדאט מיט א סאלדאטקע האבן בטעות אריינגעבלאנזשעט און א פאלעסטינער שטעטל (גנין) און די ארטיגע המון עם האט זיי שיעור געלינטשעט צום טויט, זיי זענען געראטעוועט געווארן דורך די ארטיגע פאלעסטינער פאליציי און געווארן איבערגעגעבן פאר מדינת־ישׂראל אינסטאנצן, די סאלדאטקע איז היבש פארוואונדעט געווארן קאפ פון די שטיינער, אזוי אויך האט מען גע'גנב'ט די געווער פון איינע פון די סאלדאטן

https://www.dropbox.com/s/5fa98c8v0ikiw97/477eb2d61bf0d2f563e405e600840238.mp4?dl=0

Link doesn't work

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:37 pm
דורך נישט פשוט
טייטל האט געשריבן:
tech yid האט געשריבן:א סאלדאט מיט א סאלדאטקע האבן בטעות אריינגעבלאנזשעט און א פאלעסטינער שטעטל (גנין) און די ארטיגע המון עם האט זיי שיעור געלינטשעט צום טויט, זיי זענען געראטעוועט געווארן דורך די ארטיגע פאלעסטינער פאליציי און געווארן איבערגעגעבן פאר מדינת־ישׂראל אינסטאנצן, די סאלדאטקע איז היבש פארוואונדעט געווארן קאפ פון די שטיינער, אזוי אויך האט מען גע'גנב'ט די געווער פון איינע פון די סאלדאטן

https://www.dropbox.com/s/5fa98c8v0ikiw97/477eb2d61bf0d2f563e405e600840238.mp4?dl=0

Link doesn't work


ארבעט ביי מיר

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:24 pm
דורך אהבת השם
ארבייט נישט

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2018 9:06 pm
דורך וואס עפעס?
אן אויפרייס גראנעיט וואס איז געווען איינגעוויקעלט בדגל פלסטין האט אויפגעריסן אויף 4 חיילים ה״י
2 ערענסט געשעדיגט

מדינת ישראל פליגער האבן יעצט געצילט אויף 6 חאמאס צילן אריינגערעכענט עטליכע פלעצער וואו זיי פראדעצירן געווער און אויף איין מאסיווע טאנעל וואס ציעט זיך ביז נאנט צום גרעניץ

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2018 9:15 pm
דורך וואס עפעס?
לחם לשובע האט געשריבן:אנגעצויגענער שבת

פארטאגס האט אן איראנער דראון אריינגעדרינגען פון סיריע קיין מדנ"י, עס איז אראפ געשאסען געווארן.

מדינת ישראל מיליטער האט דערפאר באמבאדירט אין סיריע, און די סיריער צי חיזבאלא האבן צוריק אריין געשאסן מיסעל'ס קיין מדנ"י, ווען איין מדנ"י מיליטערישער פליגער איז באטראפן געווארן, די פילאטן האבן אבער איבער געלעבט, אראפ טאנצענדיג, און זענען פארוואונדעט געווארן.



די נייעס גייט נאכאלס נישט אראפ פון טיש צוליב די זעלטענע ערשטמאליגע אינסידענט

עס איז די ערשטע מאל וואס א מדינת ישראל פליגער ווערט אראפגעשאסן אין די לעצטע 36 יאר
אזוי אויך איז עס די ערשטע מאל וואס מדינת ישראל אמפערט זיך דירעקט מיט איראן

פון אינסייד עקספערטן הערט מען אז איראן איז געכאפט געווארן אין סופרייז נאכדעם וואס די מדינת ישראל מיליטער פליגער האבן באמבעדירט עטליכע סטארטעגישע צילן פון איראן
און נאך א נקודה
זיי האבן מצליח געווען אויסצומיידן רוסישע פליגער וואס ליגן ביי די זעלבע באזעס פון איראן אין סיריע און מהאט נאר באמבעדירט די איראנער

אזוי אויך איז שוין איצט באקאנט אז ווען ביבי האט זיך געטראפן מיט פוטין מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער אים מצליח געווען צו משכנע זיין אז איראן העט אים צום סוף נאר אנפעקלען צוליב וואס רוב וועלט איז אקעגען איראן און בכלל שטייט אינטער אסאך טעראר ארגענעזאציעס

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 12:21 am
דורך נו שוין
איך טראכט, די גאנצע "איראן" ציעלן איז ריין איזראעלי פראפאנגאנדע, זיי האבן דארט אטאקירט סירישע קריגס ציעלן און נוצן די ברענד נעים איראן כאילו איראן האט עפעס דירעקט א שייכות מיט די אלע טארגעט.

סאיז דא פארשידענע סיבות פארוואס מדנ"י זאל זאגן "איראן ציעלן" ווי איידער סירישע ציעלן, ערשטכנס, עס איז אסאך מער אינטערעסאנטער צו ווייזן גבורה אז משלאגט זיך מיט א שטארק לאנד, און נישט מיט א צושפלוטערטע אפגעשלאגענע כפרה (סיריע), און צווייטענס, צו שיקן מעסעדזשעס פאר איראן אז אין פאל איזראעל וועט אטאקירן איראן זעלבסט וועט זי האבן א גוטע תירוץ, הלמאי, איראן האט אנגעהויבן.

נאכאמאל, סקען זיין אז די געווער און פליגערס קומען פון איראן, אבער פארט מיינט נאכנישט אז איראן האט דא עפעס א שייכות געהאט מיטן אטאקע, למעשה באקומט סיריע געווער פון איראן און רוסלאנד און האט נישט דירעקט א ווארט פונקטליך וויאזוי זי ווערט גענוצט.

אבער ווי געזאגט דאס איז אלעס סברות, אבער סאיז דאך צו אבוויעס נישט אראפצושרייבן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:30 am
דורך לחם לשובע
אפשר עפענען אין היימישע קרעטשמע פארום א אשכולמיט היימישע קאנפוראציע?...

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 8:36 am
דורך וואס עפעס?
@ נו שוין
עס איז באקאנט אז איראן האט אפעציעלע באזעס אין איראן און עס איז אויך באקאנט אז די דראון כעז אן איראנער פאברעצירטע דראון

סו פארוואס דארף מען שפיקעלירן?!

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 8:46 am
דורך farshlufen
יעמאנד זאגט מיר אז די איראנער דראון איז גאר געוועזן די ארבייט פון די מבית מרדשו של ר' משה הירש וואס האבן אן אפענע טיר אין איראן, און די חברה האבן מורא געהאט אז עס דא אויף צו צוהעלפן די ירושלימ'ער מערכות..

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 10:24 am
דורך נו שוין
סאיז נאר שפעקולאציעס, חטאתי עוויתי פשעתי, נישט געוואוסט איך גיי טאטשן רויע נערווען. בשכמל"ו.

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 10:51 am
דורך נו שוין
וואס עפעס? האט געשריבן:@ נו שוין
עס איז באקאנט אז איראן האט אפעציעלע באזעס אין איראן און עס איז אויך באקאנט אז די דראון כעז אן איראנער פאברעצירטע דראון

סו פארוואס דארף מען שפיקעלירן?!

רוסלאנד האט אויך, און?