בלאט 1 פון 3
פייער פארניכטעט א דירה אין קרית פאפא
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 1:57 am
דורך יציב פתגם
VINeias: NEW YORK: Firefighters responded earlier to a fire at the Old Pupa Rabbe's house in Westchester Follow Follow
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 1:58 am
דורך green
ר"ל
ווען איז דאס געשעהן?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:47 am
דורך הלשון
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. כ"ק אדמו"ר מפאפא זצוק"ל האט קיינמאל נישט געהאט קיין דירה אין קרית פאפא.
סך הכל רעדט מען פון א דירה וואס האט אפגעברענט אפאר יאר צוריק, און די איינגעפאלענע חורבה וואס איז נאך עטוואס געשטאנען האט אצינד נאכאמאל געברענט.
מ'קען טוישן די קעפל צו "פייער פארניכטעט פארניכטעטע הויז אין קרית פאפא"
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 7:38 am
דורך כרם
פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
מען קען דארט בויען זייער שווער, סיי ווייל פיזיש איז די ערד שטיינערדיג, און סיי ווייל עס איז זייער נאנט צו די "רעזעווארן" פון ניו יארק, און סיי ווייל עס איז וועסטשעסטער קאונטי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:15 pm
דורך דארפסמאן
די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:33 pm
דורך יודל מענדלזאהן
דארפסמאן האט געשריבן:די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
פראבלעם? דאס איז דאך זייער גוט!
תכלית, וויפיל קאסט דארט א לאט?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
פראבלעם? דאס איז דאך זייער גוט!
תכלית, וויפיל קאסט דארט א לאט?
לאמיר זאגען די דריי אינאיינעם האבן א 7-800 אקערלאנד, איז עס מאקסימום 350-400 דירות צוויעשן די דריי. און צווישען די דריי איז שוין דא א 150 דירות, און אנדערע גרויסע בניני המוסדות, בתי מדרש וכדו', כ'דענק אז צובויען קעצען גאנץ ווינציג.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 2:59 pm
דורך שמעלקא טויב
נייטרא האט דאכט זיך צוויי מאות פלאס
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 3:16 pm
דורך לכתחילה אריבער
שמעלקא טויב האט געשריבן:נייטרא האט דאכט זיך צוויי מאות פלאס
איך געדענק דריי מאות פלאס, באט ס'קען זיין כ'מאך א טעות. אזוי גייט די מעשה, אז נאך די פטירה פון מרן זצ"ל, האט מען געקויפט נאך, ווייל ר' מנחם משה זצ"ל האט געוואלט "ווייזען" אז מען גייט ווייטער אן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:21 pm
דורך הלשון
לכתחילה אריבער האט געשריבן:צווישען די דריי איז שוין דא א 150 דירות
אין מיין אז ס'איז ריכטיגער צו שרייבן, צווישן די
צוויי - נייטרא קאשוי - איז דא כך וכך דירות, ווייל אין קרית פאפא איז בכלל נישט פארהאן קיין דירות, אז מען זאל עס אריין נעמן בחשבון המספר.
די גאנצע שטח איז בלויז א ישיבה מיט א בית החיים. איין משגיח וואוינט דארט במשך די יאר אבער אן זיין משפחה. זיי קומען נאר ארויס אויף שבת. בין הזמנים און ימים טובים גייט יענער משגיח אויך אהיים צו זיין דירה אין וויליאמסבורג.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:23 pm
דורך מי יודע
נו, מען קען נישט מאכן א ווילידזש און טוישן די זאונינג?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:29 pm
דורך Gevald Geshrigen
דער דירה איז געווען דעם היינטיגן רבינ׳ס דירה ביז עס האט אפגעברענט (יעצט צום צווייטן מאל) עטליכע יאר צוריק. זייט דעמאלטס איז עס דעם רבי׳נס "אלטע" דירה און טאקע נישט דעם אלטן "רבינ׳ס" דירה.
די סיבה פארוואס מען בויט נישט אין נייטרא/קאשוי/פאפא איז נישט וועגן זאונינג.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:32 pm
דורך הלשון
געוואלד געשריג, ריכטיג, און זייער פאסיג ערקלערט פון ווי די טעות העולם שטאמט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער דירה איז געווען דעם היינטיגן רבינ׳ס דירה ביז עס האט אפגעברענט (יעצט צום צווייטן מאל) עטליכע יאר צוריק. זייט דעמאלטס איז עס דעם רבי׳נס "אלטע" דירה און טאקע נישט דעם אלטן "רבינ׳ס" דירה.
די סיבה פארוואס מען בויט נישט אין נייטרא/קאשוי/פאפא איז נישט וועגן זאונינג.
וואס איז יא די סיבה?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:37 pm
דורך פליגל
כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
להערה בעלמא; פאר די 40 מינוט'יגע רייזע קאסט יא טאלל.
כדי צי פארמיידן טאלל צאלענגונג ברויך מען פארן מיטן פד"ר ביז נאכן רפ"ק בריק און הערשט דארט ארויפקומען צים מעידזשאר דיעגען, אבער עס נעמט פיל מער ווי 40 מינוט אזא שפיל.
נאך אזאך; כדי עס זאל נעמען 40 מינוט מוז מען פארן אינמיטן די נאכט ווען די טראפיק איז לויז.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
פליגל האט געשריבן:כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
להערה בעלמא; פאר די 40 מינוט'יגע רייזע קאסט יא טאלל.
כדי צי פארמיידן טאלל צאלענגונג ברויך מען פארן מיטן פד"ר ביז נאכן רפ"ק בריק און הערשט דארט ארויפקומען צים מעידזשאר דיעגען, אבער עס נעמט פיל מער ווי 40 מינוט אזא שפיל.
נאך אזאך; כדי עס זאל נעמען 40 מינוט מוז מען פארן אינמיטן די נאכט ווען די טראפיק איז לויז.
אבער פון די צווייטע זייט איז דא א באן, וואס איז נישטא אין ק"י.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 4:45 pm
דורך הלשון
וואס איז די סיבה ווייסעך נישט, אבער ס'ליגט מיר אין זכרון פון בערך צוואנציג יאר צוריק, אז די גוי'שע שכנים פון קרית פאפא האבן געמאכט פראבלעמן.
באופן כללי, בנוגע קרית פאפא, מיינעך אז מען זוכט בכלל נישט צו בויען קיין שטעטל. מען קען באשטיין אז די ישיבה זאל טאקע זיין "מחוץ לעיר". נאך אלעם, איז עס א געוואלדיגע תועלת פאר די תלמידים דארט. זיי זענען ממש אפגעזונדעט מרחובות העיר. און די ישיבה איז אויסגעשפרייט אויף א גרויסע שטח מיט מערערע בנינים, וועלכע גיט די געלעגנהייט פאר די בחורים צו שפאצירן און זיך אויסלופטערן מיט א געשמאק.
אין איין ווארט: מען דרייט זיך אויפן גאס אבער מען זעהט נישט די גאס!
---------------
עולם האקט....
עס נעמט מער ווי 40 מינוט. א דורכשניטליכע דרייווער מאכט עס אין בערך 50-60 מינוט אן טרעפיק. אבער קיין מאנהעטן (ארבייט, שפיטעלער, וכדומה) נעמט עס פיל שנעלער.
די באן רייזע איז אויך א שטארקע פלאס. ביז מאנהעטן פארט מען מיט'ן עמטרעק וועלכע איז רואיג און באקוועם.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:10 pm
דורך כרם
איך האב געהערט אז זיי וואלטן שןין לאנג פטור געווארן פון דעי פלאץ ס'קאסט זיי אפ א געוואלד אויסהאלטן די פלאץ נאר זיי זענען סטאק מיט די ביה"ח
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:10 pm
דורך Gevald Geshrigen
עס איז צוטיילט אין אפאר חלקים. א׳ די שטעטלעך (אלע דריי) האבן נאט פאר פראפיט סטעטאס אלס א סעטלמענט ממילא קען מען נאר פארדינגען דירות אדער א אידישע צעטל. דערנאך פאנג זיך אן א פראבלעם מיט די סוער סיסטעמ׳ס וואס ריסטריקט א געוואלד גרעסערע דעוועלאפמענטס.
די פרייזן אינעם געגנט ארום איז סאך טייערער ווי אין מאנסי/מאנרא און ווימ״ס ווייל יענע געגנט איז פון די טייערסטע אין ווסטשעסטער בדרך כלל.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:17 pm
דורך Gevald Geshrigen
ארויסצופארן ביי קאר צו נייטרא/פאפא קען מען מאכן אין 55 מינוט. שנעלער נאר ווען מען "פליעט" צו קאשו י נעמט בערך פינף מינוט לענגער. טרעין נעמט בערך א שעה צו גרענד סענטראל טערמינאל אבער ראש אוער איז דא עטליכע עקפרעס טרעינס פאר בערך 45 מינוט. קיין מאנהעטן ביי קאר איז די שנעלסטע צו ועסט סייד
henry Hudson parkway
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס איז צוטיילט אין אפאר חלקים. א׳ די שטעטלעך (אלע דריי) האבן נאט פאר פראפיט סטעטאס אלס א סעטלמענט ממילא קען מען נאר פארדינגען דירות אדער א אידישע צעטל. דערנאך פאנג זיך אן א פראבלעם מיט די סוער סיסטעמ׳ס וואס ריסטריקט א געוואלד גרעסערע דעוועלאפמענטס.
די פרייזן אינעם געגנט ארום איז סאך טייערער ווי אין מאנסי/מאנרא און ווימ״ס ווייל יענע געגנט איז פון די טייערסטע אין ווסטשעסטער בדרך כלל.
קאשוי און נייטרא האבן א נייע סוער סיסטעם.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:30 pm
דורך הלשון
קרית פאפא האט אויך באקומען א נייע סוער סיסטעם די לעצטע פאר יאר.
די שטאט האט אינוועסטירט משוגענע געלטער די לעצטע יארן איבערצומאכן די סוער סיסטעמס, כדי די וואסער זאל זיין ריינער.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:31 pm
דורך Gevald Geshrigen
זיי האבן א סוער סיסטעם וואס איז שוין נישט אזוי ניי און די סיסטעמס זענען שוין
עס איז א היילי פאליטיקל סענסיטיוו(נישט אידישע)אישו אין וועסטשעסטער גייט שוין אן א לאנגע צייט וואס טוט זייער אסאך אפעקטן גרויסע דעוועלאפמענטס. גרויס אין וועסטשעסטער איז נישט די זעלבע ווי וומ״ס
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 5:31 pm
דורך Gevald Geshrigen
פאפא
האט די נייסטע סיסטעם