באריכטן און אנאליזן
זונטאג נובמבר 09, 2014 1:57 am
VINeias: NEW YORK: Firefighters responded earlier to a fire at the Old Pupa Rabbe's house in Westchester Follow Follow
- עטעטשמענטס
-

לעצט פאראכטן דורך
יציב פתגם אום זונטאג נובמבר 09, 2014 2:56 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
Advertisement
זונטאג נובמבר 09, 2014 1:58 am
ר"ל
ווען איז דאס געשעהן?
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:47 am
נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. כ"ק אדמו"ר מפאפא זצוק"ל האט קיינמאל נישט געהאט קיין דירה אין קרית פאפא.
סך הכל רעדט מען פון א דירה וואס האט אפגעברענט אפאר יאר צוריק, און די איינגעפאלענע חורבה וואס איז נאך עטוואס געשטאנען האט אצינד נאכאמאל געברענט.
מ'קען טוישן די קעפל צו "פייער פארניכטעט פארניכטעטע הויז אין קרית פאפא"
זונטאג נובמבר 09, 2014 7:38 am
פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:06 pm
כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
מען קען דארט בויען זייער שווער, סיי ווייל פיזיש איז די ערד שטיינערדיג, און סיי ווייל עס איז זייער נאנט צו די "רעזעווארן" פון ניו יארק, און סיי ווייל עס איז וועסטשעסטער קאונטי.
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:15 pm
די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:33 pm
דארפסמאן האט געשריבן:די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
פראבלעם? דאס איז דאך זייער גוט!
תכלית, וויפיל קאסט דארט א לאט?
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:53 pm
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:די עיקר ווייל און טאון לאזט נישט בויען מער ווי 2 מענטשן פער עיקער, דאס איז די פראבלעם און קרית פאפא,נייטרא,קאשוי
פראבלעם? דאס איז דאך זייער גוט!
תכלית, וויפיל קאסט דארט א לאט?
לאמיר זאגען די דריי אינאיינעם האבן א 7-800 אקערלאנד, איז עס מאקסימום 350-400 דירות צוויעשן די דריי. און צווישען די דריי איז שוין דא א 150 דירות, און אנדערע גרויסע בניני המוסדות, בתי מדרש וכדו', כ'דענק אז צובויען קעצען גאנץ ווינציג.
זונטאג נובמבר 09, 2014 2:59 pm
נייטרא האט דאכט זיך צוויי מאות פלאס
זונטאג נובמבר 09, 2014 3:16 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:נייטרא האט דאכט זיך צוויי מאות פלאס
איך געדענק דריי מאות פלאס, באט ס'קען זיין כ'מאך א טעות. אזוי גייט די מעשה, אז נאך די פטירה פון מרן זצ"ל, האט מען געקויפט נאך, ווייל ר' מנחם משה זצ"ל האט געוואלט "ווייזען" אז מען גייט ווייטער אן.
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:21 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:צווישען די דריי איז שוין דא א 150 דירות
אין מיין אז ס'איז ריכטיגער צו שרייבן, צווישן די
צוויי - נייטרא קאשוי - איז דא כך וכך דירות, ווייל אין קרית פאפא איז בכלל נישט פארהאן קיין דירות, אז מען זאל עס אריין נעמן בחשבון המספר.
די גאנצע שטח איז בלויז א ישיבה מיט א בית החיים. איין משגיח וואוינט דארט במשך די יאר אבער אן זיין משפחה. זיי קומען נאר ארויס אויף שבת. בין הזמנים און ימים טובים גייט יענער משגיח אויך אהיים צו זיין דירה אין וויליאמסבורג.
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:23 pm
נו, מען קען נישט מאכן א ווילידזש און טוישן די זאונינג?
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:29 pm
דער דירה איז געווען דעם היינטיגן רבינ׳ס דירה ביז עס האט אפגעברענט (יעצט צום צווייטן מאל) עטליכע יאר צוריק. זייט דעמאלטס איז עס דעם רבי׳נס "אלטע" דירה און טאקע נישט דעם אלטן "רבינ׳ס" דירה.
די סיבה פארוואס מען בויט נישט אין נייטרא/קאשוי/פאפא איז נישט וועגן זאונינג.
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:32 pm
געוואלד געשריג, ריכטיג, און זייער פאסיג ערקלערט פון ווי די טעות העולם שטאמט
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:34 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער דירה איז געווען דעם היינטיגן רבינ׳ס דירה ביז עס האט אפגעברענט (יעצט צום צווייטן מאל) עטליכע יאר צוריק. זייט דעמאלטס איז עס דעם רבי׳נס "אלטע" דירה און טאקע נישט דעם אלטן "רבינ׳ס" דירה.
די סיבה פארוואס מען בויט נישט אין נייטרא/קאשוי/פאפא איז נישט וועגן זאונינג.
וואס איז יא די סיבה?
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:37 pm
כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
להערה בעלמא; פאר די 40 מינוט'יגע רייזע קאסט יא טאלל.
כדי צי פארמיידן טאלל צאלענגונג ברויך מען פארן מיטן פד"ר ביז נאכן רפ"ק בריק און הערשט דארט ארויפקומען צים מעידזשאר דיעגען, אבער עס נעמט פיל מער ווי 40 מינוט אזא שפיל.
נאך אזאך; כדי עס זאל נעמען 40 מינוט מוז מען פארן אינמיטן די נאכט ווען די טראפיק איז לויז.
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:39 pm
פליגל האט געשריבן:כרם האט געשריבן:פארוואס מאכט מען טאקע נישט א יישב אין קרית פאפא? ס'נאר פערציג מינוט פון וויליאמסבורג מ'דארף נישט צאלן טאלל
להערה בעלמא; פאר די 40 מינוט'יגע רייזע קאסט יא טאלל.
כדי צי פארמיידן טאלל צאלענגונג ברויך מען פארן מיטן פד"ר ביז נאכן רפ"ק בריק און הערשט דארט ארויפקומען צים מעידזשאר דיעגען, אבער עס נעמט פיל מער ווי 40 מינוט אזא שפיל.
נאך אזאך; כדי עס זאל נעמען 40 מינוט מוז מען פארן אינמיטן די נאכט ווען די טראפיק איז לויז.
אבער פון די צווייטע זייט איז דא א באן, וואס איז נישטא אין ק"י.
זונטאג נובמבר 09, 2014 4:45 pm
וואס איז די סיבה ווייסעך נישט, אבער ס'ליגט מיר אין זכרון פון בערך צוואנציג יאר צוריק, אז די גוי'שע שכנים פון קרית פאפא האבן געמאכט פראבלעמן.
באופן כללי, בנוגע קרית פאפא, מיינעך אז מען זוכט בכלל נישט צו בויען קיין שטעטל. מען קען באשטיין אז די ישיבה זאל טאקע זיין "מחוץ לעיר". נאך אלעם, איז עס א געוואלדיגע תועלת פאר די תלמידים דארט. זיי זענען ממש אפגעזונדעט מרחובות העיר. און די ישיבה איז אויסגעשפרייט אויף א גרויסע שטח מיט מערערע בנינים, וועלכע גיט די געלעגנהייט פאר די בחורים צו שפאצירן און זיך אויסלופטערן מיט א געשמאק.
אין איין ווארט: מען דרייט זיך אויפן גאס אבער מען זעהט נישט די גאס!
---------------
עולם האקט....
עס נעמט מער ווי 40 מינוט. א דורכשניטליכע דרייווער מאכט עס אין בערך 50-60 מינוט אן טרעפיק. אבער קיין מאנהעטן (ארבייט, שפיטעלער, וכדומה) נעמט עס פיל שנעלער.
די באן רייזע איז אויך א שטארקע פלאס. ביז מאנהעטן פארט מען מיט'ן עמטרעק וועלכע איז רואיג און באקוועם.
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:10 pm
איך האב געהערט אז זיי וואלטן שןין לאנג פטור געווארן פון דעי פלאץ ס'קאסט זיי אפ א געוואלד אויסהאלטן די פלאץ נאר זיי זענען סטאק מיט די ביה"ח
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:10 pm
עס איז צוטיילט אין אפאר חלקים. א׳ די שטעטלעך (אלע דריי) האבן נאט פאר פראפיט סטעטאס אלס א סעטלמענט ממילא קען מען נאר פארדינגען דירות אדער א אידישע צעטל. דערנאך פאנג זיך אן א פראבלעם מיט די סוער סיסטעמ׳ס וואס ריסטריקט א געוואלד גרעסערע דעוועלאפמענטס.
די פרייזן אינעם געגנט ארום איז סאך טייערער ווי אין מאנסי/מאנרא און ווימ״ס ווייל יענע געגנט איז פון די טייערסטע אין ווסטשעסטער בדרך כלל.
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:17 pm
ארויסצופארן ביי קאר צו נייטרא/פאפא קען מען מאכן אין 55 מינוט. שנעלער נאר ווען מען "פליעט" צו קאשו י נעמט בערך פינף מינוט לענגער. טרעין נעמט בערך א שעה צו גרענד סענטראל טערמינאל אבער ראש אוער איז דא עטליכע עקפרעס טרעינס פאר בערך 45 מינוט. קיין מאנהעטן ביי קאר איז די שנעלסטע צו ועסט סייד
henry Hudson parkway
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:24 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס איז צוטיילט אין אפאר חלקים. א׳ די שטעטלעך (אלע דריי) האבן נאט פאר פראפיט סטעטאס אלס א סעטלמענט ממילא קען מען נאר פארדינגען דירות אדער א אידישע צעטל. דערנאך פאנג זיך אן א פראבלעם מיט די סוער סיסטעמ׳ס וואס ריסטריקט א געוואלד גרעסערע דעוועלאפמענטס.
די פרייזן אינעם געגנט ארום איז סאך טייערער ווי אין מאנסי/מאנרא און ווימ״ס ווייל יענע געגנט איז פון די טייערסטע אין ווסטשעסטער בדרך כלל.
קאשוי און נייטרא האבן א נייע סוער סיסטעם.
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:30 pm
קרית פאפא האט אויך באקומען א נייע סוער סיסטעם די לעצטע פאר יאר.
די שטאט האט אינוועסטירט משוגענע געלטער די לעצטע יארן איבערצומאכן די סוער סיסטעמס, כדי די וואסער זאל זיין ריינער.
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:31 pm
זיי האבן א סוער סיסטעם וואס איז שוין נישט אזוי ניי און די סיסטעמס זענען שוין
עס איז א היילי פאליטיקל סענסיטיוו(נישט אידישע)אישו אין וועסטשעסטער גייט שוין אן א לאנגע צייט וואס טוט זייער אסאך אפעקטן גרויסע דעוועלאפמענטס. גרויס אין וועסטשעסטער איז נישט די זעלבע ווי וומ״ס
זונטאג נובמבר 09, 2014 5:31 pm
פאפא
האט די נייסטע סיסטעם