נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » מאנטאג פאברואר 22, 2021 6:42 am

ישיבת עץ חיים ווילרייק לאזט זיך מארגן ארויס אין א קאמפיין וואס וועט לויפן במשך דינסטאג און מיטוואך מיט'ן ציל צו אנקומען צו 100,000 יורא נאכדעם וואס די ישיבה מוטשעט זיך זייער שטארק אין אפעקט פון די קאראנא פאנדעמיע וואס לאזט נישט געהעריג ארומפארן איבער די וועלט מאכן די יערליכע אפיעלס פארן ישיבה, די ישיבה האלט ביי א גאר גרויסע דעפיציט וואס אין רעזולטאט זענען די רמי''ם ליידער נאכנישט געצאלט געווארן א גאנצן זמן ד''ה 5 חדשים!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » דינסטאג פאברואר 23, 2021 6:34 am

חנן האט געשריבן:ישיבת עץ חיים ווילרייק לאזט זיך מארגן ארויס אין א קאמפיין וואס וועט לויפן במשך דינסטאג און מיטוואך מיט'ן ציל צו אנקומען צו 100,000 יורא נאכדעם וואס די ישיבה מוטשעט זיך זייער שטארק אין אפעקט פון די קאראנא פאנדעמיע וואס לאזט נישט געהעריג ארומפארן איבער די וועלט מאכן די יערליכע אפיעלס פארן ישיבה, די ישיבה האלט ביי א גאר גרויסע דעפיציט וואס אין רעזולטאט זענען די רמי''ם ליידער נאכנישט געצאלט געווארן א גאנצן זמן ד''ה 5 חדשים!!

דער קאמפיין גייט היינט אריין אין פולן שוואונג, רופט אייך אן ווארעם סיי מיטן זיך אליין משתתף זיין און סיי מיטן מזכה זיין אידן מיט דעם גרויסן זכיי'.
צו מנדב זיין און צו הערן ווי דער קאמפיין האלט רופט אריין צום קאמפיין האטליין:3232084381+ אדער קענט איר געבן מיט קרעדיט קארד אויף https://yesiwahetzchaim.com
תזכו למצוות.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » מיטוואך פאברואר 24, 2021 1:21 pm

די קאמפיין האלט שוין ב''ה ביי 80,000 יורא! עס פעלט נאך 20,000 אנצוקומען צום גאול. רבותי רופט אייך אן ווארעם!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
חנן
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך חנן » זונטאג פאברואר 28, 2021 6:46 am

ב''ה די קאמפיין האט זיך געענדיגט מיט א שטוינענדע סוקסעס, אנקומענדיג מיט 32000 יורא העכערן גאול, ד''ה 132,000 יורא!!! און עס האלט נאך אין איין צוקומען נדבות!
א גרויסע טייל נאר פון אנטווערפן אליין!!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:24 am

ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך תלישא קטנה » מאנטאג מארטש 01, 2021 8:18 am

גאנץ כמעשה צ"ל אלעס אביסעל מעהר מצומצם ... אבער גאר שיין געווען די גאסן זענען געווען פיל מיט אידן וואס זענען געגאנען מקיים זיין די מצוות היום משלוח מנות מתנות לאביונים ... איין ישיבה האט אפילו באקומען א היצר פון די פאליציי ארום גיין מיט א באס פריילעך מאכן דעם עולם
דע מידיע איז פארשטייט זיך אויך געווען אבער אין איש שם על לב ...
חסדי הבורא !!! אסאך בעסער און שענער וואו מען האט זיך פאהרגעשטעלט ...
דער צדיק האט אויך געפראוועט ואכהמ"ל

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג מארטש 01, 2021 1:10 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

תגובהדורך יאפין » מאנטאג מארטש 01, 2021 3:37 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...

מאנכע לייגן צו א רמז אז תשפ"א איז ר"ת ת׳הא ש׳נת פ׳ורים א׳נטווערפען.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 01, 2021 4:13 pm

יאפין האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז אריבער פורים ביי ענק? מיט דער רעגירונג?

גוטזאגער ערלויבן זיך א ווערטל אז 2 פלעצער איז פורים אריבער ווי נארמאל, אין ניו יארק און אין אנטווערפען. אין נ"י האט דער עולם געפראוועט ווי יעדע יאר, און אין אנטווערפען האט דער עולם נישט געפראוועט ווי יעדע יאר...

מאנכע לייגן צו א רמז אז תשפ"א איז ר"ת ת׳הא ש׳נת פ׳ורים א׳נטווערפען.

:lol: שטארק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 12 געסט