נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביללער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:24 am

שואלכענין האט געשריבן:ווי דער באשעפער דרייט א וועלט... ווער וואלט זיך עס געגלייבט.

די מעשה איז אזוי, די מיסולמענער באפאלן גאנץ אייראפע, אין די הונדערטער טויזנטער, און בעלגיע איז אויפגעקומען מיט א דיפלאמאטישע וועג וויאזוי זיי אפצוהאלטן פון אריינקומען צו איר, (טראצדעם וואס אפעציעל קען מען זיי נישט אפזאגן), אז זיי אסר'ן שחיטה.

נו, וואס קען מען פייטן דערקעגן? ווילן דען אידן אז די מיסולמענער זאלן זיך אנרוקן אין די מאסן? (זיי זענען שוין סייווי דארט אסאך צופיל).

אזוי, איז מען אין א "זיבירא ועקרבא" מצב, און עס האט נישט קיין עכטע ענטפער, על כל פנים, וואס צו שרייען די רעגירונג דארט אין פנים אריין.

וואס איז די שייכות צווישן שיטה און אחב"י(שמ)

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:52 am

20191007_114914.jpg
20191007_114914.jpg (209.7 KiB) געזעהן 873 מאל

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:53 am

20191007_115230.jpg
20191007_115230.jpg (710.86 KiB) געזעהן 869 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:40 pm

און בערעלע פון אמעריקע זאגט אז די מצוה איז ארויסצוגיין מיט א קאמף אנטקעגן אנטיסעמיטיזים אז די וועלט זאל זיך שאקלען
ווער ס'האלט ווי מיר זאל זיך אנרופן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:51 pm

דער זיידע איז קלאר גערעכט, מיר אמעריקאנע האבן א גרויסע כח און מיר מוזן דאס ניצן באצייטנס אויפצוהייבן א ווייגעשריי.

עס ווינדערט מיר אויף געוויסע אידן פארוואס זיי האבן נאכנישט אראנדזירט א פראטעסט..... (נישט אז איך טו דאס אינדארסירן)

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:26 pm

lebediger berel האט געשריבן:און בערעלע פון אמעריקע זאגט אז די מצוה איז ארויסצוגיין מיט א קאמף אנטקעגן אנטיסעמיטיזים אז די וועלט זאל זיך שאקלען
ווער ס'האלט ווי מיר זאל זיך אנרופן


גא"מ

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:54 pm

ר' בערל, וויפיל מאסן רציחות און פאגראמען זענען שוין פארגעקומען אין שווייץ?

פוינט איז, ווענדט זיך וואס ברענגט וואס. ביי די דייטשן איז געווען וויסטע אנטיסעמיטיזם און רציחה צענדליגע יארן פריער, עס איז געווען א הויפט אידעאלאגיע פונעם פירנדן פארטיי, און עס איז געווארן אלס ערגער און מער ארויסגעקומען אל הפועל. שחיטה האט טאקע אויך געהאט די תירוץ פון צער בעלי חיים, אבער יעדער האט געוואוסט אז זיי האלטן די אידן פאר אונטערמענטשן וואס דארפן אונטערגיין היל"ת, און צעב"ח איז סתם א תירוץ.

איך בין נישט באקאנט פונקטליך די מציאות אין אנטווערפן, אבער איך גלייב אז עס איז נישט פונקט אזוי. אפשר ליגט אויך עפעס שנאת ישראל, אבער מאכן א גזירה שווה שחיטה שחיטה און ליארמען כאילו דער נעקסטער האלאקאוסט שטייט ביים טיר לא תקפ"ץ, איז נישט פראדוקטיוו.

צו מען דארף באקעמפן די גזירה צו נישט, און וויאזוי, וועל איך לאזן אנדערע באשליסן. אבער איבערטרייבן דארף מען זיכער נישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:23 pm

ביללער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ווי דער באשעפער דרייט א וועלט... ווער וואלט זיך עס געגלייבט.

די מעשה איז אזוי, די מיסולמענער באפאלן גאנץ אייראפע, אין די הונדערטער טויזנטער, און בעלגיע איז אויפגעקומען מיט א דיפלאמאטישע וועג וויאזוי זיי אפצוהאלטן פון אריינקומען צו איר, (טראצדעם וואס אפעציעל קען מען זיי נישט אפזאגן), אז זיי אסר'ן שחיטה.

נו, וואס קען מען פייטן דערקעגן? ווילן דען אידן אז די מיסולמענער זאלן זיך אנרוקן אין די מאסן? (זיי זענען שוין סייווי דארט אסאך צופיל).

אזוי, איז מען אין א "זיבירא ועקרבא" מצב, און עס האט נישט קיין עכטע ענטפער, על כל פנים, וואס צו שרייען די רעגירונג דארט אין פנים אריין.

וואס איז די שייכות צווישן שחיטה און אחב"י(שמ)


די מוסולמענער עסן אויך נאר מיט א געוויסע סארט שחיטה (כאליל - חלל).

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:13 pm

Yang2020 האט געשריבן:ר' בערל, וויפיל מאסן רציחות און פאגראמען זענען שוין פארגעקומען אין שווייץ?

פוינט איז, ווענדט זיך וואס ברענגט וואס. ביי די דייטשן איז געווען וויסטע אנטיסעמיטיזם און רציחה צענדליגע יארן פריער, עס איז געווען א הויפט אידעאלאגיע פונעם פירנדן פארטיי, און עס איז געווארן אלס ערגער און מער ארויסגעקומען אל הפועל. שחיטה האט טאקע אויך געהאט די תירוץ פון צער בעלי חיים, אבער יעדער האט געוואוסט אז זיי האלטן די אידן פאר אונטערמענטשן וואס דארפן אונטערגיין היל"ת, און צעב"ח איז סתם א תירוץ.

איך בין נישט באקאנט פונקטליך די מציאות אין אנטווערפן, אבער איך גלייב אז עס איז נישט פונקט אזוי. אפשר ליגט אויך עפעס שנאת ישראל, אבער מאכן א גזירה שווה שחיטה שחיטה און ליארמען כאילו דער נעקסטער האלאקאוסט שטייט ביים טיר לא תקפ"ץ, איז נישט פראדוקטיוו.

צו מען דארף באקעמפן די גזירה צו נישט, און וויאזוי, וועל איך לאזן אנדערע באשליסן. אבער איבערטרייבן דארף מען זיכער נישט.


דערווייל קען מען נאך גיין אין ברוקלין צו תשליך, סא לאמיר אריין כאפן, אויך קען מען נאך גיין אין שול און ליינען ווי מ'האט גע'שחט'ן (יא מענטשן האבן גע'שחט'ן בהמות) און געשפריצט בלוט וכו', אלזא לאמיר דאס אויך אריין כאפן.
ס'זעט מיר נישט אויס איר קענט היסטאריע בכלל נישט די ריכטיגע היסטאריע און כראנאלאגיע פון די צווייטע וועלט מלחמה און בכלל פון אייראפע, ליבער יענג מיר געדענקען נאך ביים פאריגן גלגול וואו איר האט געשריגן ביינונז אין אונגארן וועט זאנס נישט פארקומען, פארדריי מיר נישט קיין די ארינטליכע מאדאיארן זענען נישט קיין פאלאקן. (דעמאלטס איז אייער ניק געהייסן מיקלאש)
דער האלאקאסט (כ'רעד נישט דער חלק הרציחות - כרעד דער הקדמה דאס ענג מאכן פאר אידן) שטייט נישט ביים טיר עס האט זיך שוין עקטשועל אנגעהויבן! האט אלע א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר
הלואי הלואי הלואי בין איך דעד ראנג, אבער ליידער בין יעך גערעכט
גמר חתימה טובה נאכאמאל פאר גאנץ כלל ישראל אינקלודינג און ספעציעל אונזערע ברודער אין אנטווערפן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:52 pm

וואס מיינט איר מיט כראנאלאגיע?

די גזירת השחיטה אין דייטשלאנד איז איינגעפירט געווארן כ"ח ניסן תרצ"ג, ווען היטלער ימ"ש איז שוין געווען ביי די מאכט. צענדליגע יארן נאכן שרייבן זיין פארשאלטענעם מיין קאמף, און נאך צענדליגע יארן גזירת כליה העצע מצד די נאצישע פארטיי און אפילו אנדערע פארטייען.

און אויב מיינט איר וואס די צער בעלי חיים גרופעס האבן גערודערט, אנגעהויבן פון די 1860 יארן, איז עס דאך נישט געווען דווקא אין דייטשלאנד, און איז היינט אויך נישט דווקא אין אנטווערפן. איר קענט פונקט אזוי שרייבן אז די האלאקאסט האט זיך שוין אנגעהויבן אין אמעריקע און דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט גארנישט פון אהערקומען.

אויך האט איר מיר נישט געענטפערט וויפיל רציחות זענען שוין דורכגעפירט געווארן אין שווייץ און נארוועגיע, וואו דער איסור השחיטה ביז היינט איז איינגעפירט געווארן פריער ווי אין דייטשלאנד, און שוועדן, וואו דער איסור השחיטה ביז היינט איז איינגעפירט געווארן אביסל שפעטער.

אידן דארפן גרויס רחמים בכל מקומות מושבותיהם, דאס איז זיכער, אבער מרעיש עולמות זיין אז דער איסור השחיטה טייטש בהכרח אז דער האלאקאסט איז שוין דא וועט נאר בעקפייערן און איז פשוט נישט ריכטיג.
כן נראה לעניות דעתי אחר בקשת מחילה, והרשות נתונה לחלוק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:24 pm

lebediger berel האט געשריבן:און בערעלע פון אמעריקע זאגט אז די מצוה איז ארויסצוגיין מיט א קאמף אנטקעגן אנטיסעמיטיזים אז די וועלט זאל זיך שאקלען
ווער ס'האלט ווי מיר זאל זיך אנרופן

האב איך פאר אייך גרויס נייעס אז "די אידן קאנטראלירן שוין די וועלט" צו וועמען זאל פראטעסטירן???
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:53 pm

גראדע האב איך געהערט אז אסאך מענטשן פריוואט האבן געקויפט הינדלעך אין געשלאגן אין היים אין געברענגט א שוחט אין געשחטן אין שלו' על ישראל

אבער דער גוי מיט דער נאמען mr וועט אי''ה איינעמן א מיתה משונה
参考专家

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:56 pm

שואלכענין האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ווי דער באשעפער דרייט א וועלט... ווער וואלט זיך עס געגלייבט.

די מעשה איז אזוי, די מיסולמענער באפאלן גאנץ אייראפע, אין די הונדערטער טויזנטער, און בעלגיע איז אויפגעקומען מיט א דיפלאמאטישע וועג וויאזוי זיי אפצוהאלטן פון אריינקומען צו איר, (טראצדעם וואס אפעציעל קען מען זיי נישט אפזאגן), אז זיי אסר'ן שחיטה.

נו, וואס קען מען פייטן דערקעגן? ווילן דען אידן אז די מיסולמענער זאלן זיך אנרוקן אין די מאסן? (זיי זענען שוין סייווי דארט אסאך צופיל).

אזוי, איז מען אין א "זיבירא ועקרבא" מצב, און עס האט נישט קיין עכטע ענטפער, על כל פנים, וואס צו שרייען די רעגירונג דארט אין פנים אריין.

וואס איז די שייכות צווישן שחיטה און אחב"י(שמ)


די מוסולמענער עסן אויך נאר מיט א געוויסע סארט שחיטה (כאליל - חלל).

גראדע איז עס נישט אמת אז עס האט מיט די מוסולמענער ווייל די מוסולמענער קענען זיך יא צושטעלען צו די געזעץ סאו עס טארגעט נאר כשרס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט