נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג ינואר 06, 2019 6:53 am

Capture.PNG
Capture.PNG (740.04 KiB) געזעהן 1714 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג ינואר 06, 2019 11:26 am

דרשות ירחי כלה אין ביהמ"ד באבוב
-

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א

11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__1_.JPG
11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__1_.JPG (66.23 KiB) געזעהן 1602 מאל

11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__2_.JPG
11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__2_.JPG (53.07 KiB) געזעהן 1602 מאל

כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א

11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__3_.JPG
11YarcheiKalaDerushesInAntwerp__3_.JPG (62.33 KiB) געזעהן 1602 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג ינואר 06, 2019 6:52 pm

07-01-20191.png
07-01-20191.png (321.44 KiB) געזעהן 1512 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

קען איך אייך פארזאגן אז ח"ו הי' לא תהי' מילה איז נעקסט

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 7:03 pm

כ'זע דארט אויפן צעטל ס'גייט זיין צוויי ברית'ן אי"ה מארגן, מזל טוב
אבער הערט מיך צו אנטווערפענע און אייראפע'אישע אידן
אויב גייט איר זיך לאזן מיט די גזירת השחיטה
קען איך אייך פארזאגן אז ח"ו הי' לא תהי' מילה איז נעקסט
מ'וואלט געדארפט גיין עד הסוף מיט שחיטה, נער'יש לויט מיין קליינע מיינונג נאכצוגעבן!
יעצט ניטל נאכט האבעך גענומען די צייט אביסל איבערצוגיין אשכולות, זע איך ס'שטייט שוין אזוי אין פריערדיגן עמוד פון איינעם
מילתא דפשיטא, קען איך נישט פארשטיין דאס צוזאמלייגן די הענט דארט, ר' אהרן שיף איר זענט דאך א קלוגער איד, איר דארפט מארגן שטיין מיט א שוחט פארן פארלאמענט און שחטן' און יא מיט אלע רבי'ס צוזאמען, זאלן זיי ארעסטירן אלע מנהיגים! מיט אלע שוחטים ובודקים און ראשי קהלות!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג ינואר 06, 2019 8:41 pm

אנטשולדיגט זיך רייצן מיט גוים אנטיסעמיטן איז אויך נישט קיין דרך
נאר מיט איין זאך קען מען אויפטוהן, נאר מיט תפילות תפילות תפילות
נעמסט אלע ארויס דער תהילימ'ל אין רייסט איין ביי די הייליגע רבון כל העולמים שתרחם עלינו ועל שארית פליטתנו ..
参考专家

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 10:13 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:אנטשולדיגט זיך רייצן מיט גוים אנטיסעמיטן איז אויך נישט קיין דרך
נאר מיט איין זאך קען מען אויפטוהן, נאר מיט תפילות תפילות תפילות
נעמסט אלע ארויס דער תהילימ'ל אין רייסט איין ביי די הייליגע רבון כל העולמים שתרחם עלינו ועל שארית פליטתנו ..

שוין גוט מארגן געלערעטעך, מיר רעדן דאך אלץ נאר וואס די השתדלות דארף זיין, אודאי דארף מען אויפשטיין צופרי און ארויס גיין פון בעט, איז דאך פשוט וברור אז מען דארף מתפלל זיין און איינרייסן.
יעצט אויף זאכן וואס איז שייך צו רעדן יא/ניין וכדומה איז דע רחלק ההשתדלות בדרך הטבע - זאג איך מיין מיינונג געבויעט אויף שכל הישר און היסטארישע פאקטן,
און אין א דעמאקראטישע סאסייעטי מיט אזעלכע פאלשע פנימ'ער רשעים בדמות אנשים, איז נאר דאס דער וועג חוץ אויב אמת'ע גדולי ישראל זאגן אנדערש, דאן מוז מען גיין שלא כדרך הטבע ושלא כדרך השכל רק לסמוך על צדקתם ותורתם.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:41 am

lebediger berel האט געשריבן:כ'זע דארט אויפן צעטל ס'גייט זיין צוויי ברית'ן אי"ה מארגן, מזל טוב
אבער הערט מיך צו אנטווערפענע און אייראפע'אישע אידן
אויב גייט איר זיך לאזן מיט די גזירת השחיטה
קען איך אייך פארזאגן אז ח"ו הי' לא תהי' מילה איז נעקסט
מ'וואלט געדארפט גיין עד הסוף מיט שחיטה, נער'יש לויט מיין קליינע מיינונג נאכצוגעבן!
יעצט ניטל נאכט האבעך גענומען די צייט אביסל איבערצוגיין אשכולות, זע איך ס'שטייט שוין אזוי אין פריערדיגן עמוד פון איינעם
מילתא דפשיטא, קען איך נישט פארשטיין דאס צוזאמלייגן די הענט דארט, ר' אהרן שיף איר זענט דאך א קלוגער איד, איר דארפט מארגן שטיין מיט א שוחט פארן פארלאמענט און שחטן' און יא מיט אלע רבי'ס צוזאמען, זאלן זיי ארעסטירן אלע מנהיגים! מיט אלע שוחטים ובודקים און ראשי קהלות!

ר' בערעל איר זענט גערעכט
די פראבלעם אין אנטווערפן איז אז די קהילה ווערט געפירט דורך אלטע געזעסענע אנטווערפענע אידן וואס פארשטייען נישט ווי אזוי צו פארהאנדלען מיטן גוי אזוי ווי אין אמעריקא אין טאקע דערפאר האט מען געקענט אסור'ן שחיטה עס איז געליגען אין די הענט פון די נישט ריכטיגע אין האבן פשוט חרוב געלייגט די פארהאנלונגען.
אין לגבי די חינוך טאקע האט מען עס אוועק גענומען פון די זעלביגע אין מען האפט אויף פיל בעסערע רעזולטאטען.
ובשם השם נעשה ונצליח

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:50 am

בארואיגט אייך (נדנ)

זיי זענען געגאנגען אין קארט און דער אויבערשטער זאל העלפן

אויב פאלן זיי דורך אין קארט קענסטו זאגן אז זיי זאלן נעמען דעם ווילדן וועג. ווילאנג ס'איז נאך דא א רואיגערע אפציע האט נישט קיין זין צו גיין נוקלעאר
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:38 am

הענדימען האט געשריבן:בארואיגט אייך (נדנ)

זיי זענען געגאנגען אין קארט און דער אויבערשטער זאל העלפן

אויב פאלן זיי דורך אין קארט קענסטו זאגן אז זיי זאלן נעמען דעם ווילדן וועג. ווילאנג ס'איז נאך דא א רואיגערע אפציע האט נישט קיין זין צו גיין נוקלעאר

איך גיי מיך נישט טענה'ן ווייל ווער ס'וויל נישט פארשטיין וועט סייווי נישט פארשטיין
כ'וועל נאכאמאל מקדים זיין אז אלעס איז מן השמים, אונזער גאנצער גערעדעכץ איז אלץ נאר וויאזוי דער מנהשמים פירט עס צו, און וויפיל השתדלות און וואסערע השתדלות מ'דארף טון "על פי שכל"
געבויעט אויף היסטאריע און אויף קוקן דעם אמת אין פנים אריין ארויס פון באקוועמליכקייט (היפוך גמור פון בת היענה שטעקן קאפ אין זאמד)
קען איך אייך קלאר זאגן אז דאס איז סטעפ איין פון די אנטיסעמיטן, אז מען האט "בפועל" אויפגעהערט שעכטן מיינט עס זיי האבן מצליח געווען מיט סטעפ איין און דאס גיט זיי קוראזש און ענערדזשי צו גיין צו סטעפ צוויי, איך זאג אייך קלאר, לייגט אוועק די תגובה
אריין ברענגען פלייש איז סטעפ צוויי
חינוך און ברית מילה איז דריי און פיר
לבוש, לעבנסשטייגער וכו' איז סטעפ פינף
אידן גייט קיין פאלעסטינע,
היסטאריע חזר'ט זיך איבער מ'מוז נישט האבן קיין דיימענשיע ס'איז נישט קיין מצוה, מיר קענען די גויים, איך האלט מ'וועט (בדרך הטבע) ביטער ביטער חרטה האבן פארן אראפ לייגן דאס מעסער!!!!!!!!!!!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:43 am

lebediger berel האט געשריבן:

נ.ב. איך בין א אור אייניקל פונעם איד וואס מ'האט ארויסגעווארפן אין גרויסווארדיין פון ביהמ"ד ווייל ער האט געשריגן אידן לויפט אין וואלד ווען די נאציס זענען אריין אין אונגארן אדר תש"ד.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:30 am

דארט איז עס געווען קעגן אידן

יעצט איז עס קעגן מוסלעמענער און אידן ליידן שוין בדרך אגב

ס'א שטיקל חילוק
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:25 pm

הענדימען האט געשריבן:דארט איז עס געווען קעגן אידן

יעצט איז עס קעגן מוסלעמענער און אידן ליידן שוין בדרך אגב

ס'א שטיקל חילוק

דער דרך אגב קען גיין זייער ווייט.

--
איך האלט ווי דער זיידע אז זיי מיינען נישט נאר שחיטה, מען דארף אבער וויסן אויב די וועג וואס ער שלאגט פאר איז די ריכטיגע וועג?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 07, 2019 5:19 pm

א נייער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:דארט איז עס געווען קעגן אידן

יעצט איז עס קעגן מוסלעמענער און אידן ליידן שוין בדרך אגב

ס'א שטיקל חילוק

דער דרך אגב קען גיין זייער ווייט.

--
איך האלט ווי דער זיידע אז זיי מיינען נישט נאר שחיטה, מען דארף אבער וויסן אויב די וועג וואס ער שלאגט פאר איז די ריכטיגע וועג?

און איך זאג אייך דאס איז אלעס שיטת בת היענה
הערט מיך גוט אויס
ווילאנג מ'האט גערעדט טעארעטיש איז אלעס געווען שייך
מ'האט נישט געטארט אראפלייגן דאס מעסער אן דעם אז די אידישע און די גוי'אישע וועלט זאל זיך איבערדרייען מסוף העולם ועד סופו
מארגן מיינט ברית מילה די מוסלמענער
איבערמארגן אונזער לבוש
און אויך אונזער חינוך וכו' וכ'ו וכו'
דאס איז היסטאריע ריפיעט איטסעלף
ווען אייערע אייניקלעך וועלן אייך פרעגן קיינער האט נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר? קיינער קען נישט איינס פלאס איינס איז צוויי
זאלט איר אוועק לייגן די תגובה און זאגן איא עפעס א משוגענער לעבעדיגער ניק פון בארא פארק אמעריקע האט געפירקלט אויפן אייוועלט (ווען מ'האט נאך לעגאל געמעגט שרייבן אידיש קעגן א רעגירונג) אבער ווער האט זיך דען געקימערט מיט אים, פונקט ווי מ'האט זיך נישט געקימערט מיטן זיידן זיינעם אין גרויסווארדיין און געפארן ווי חכמים סטרעיט טו אוישוויץ - לאז דעם משוגענעם גיין אין וואלד און זיך שווערצן קיין רומעניע!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:52 am

ק/פ
הרה"צ שלום רוקח נכדו הגדול של כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א, יצא הבוקר לאנטווערפן בלגיה, להשתתף בכינוס 'והכן לבבם' שיתקיים הערב לכלל חסידי בעלזא באנטווערפן, לקראת הקמפיין 'לבבינו אליו' לטובת מרכז מוסדות בעלזא.

בטיש בטישין
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:07 am

lebediger berel האט געשריבן:מילתא דפשיטא, קען איך נישט פארשטיין דאס צוזאמלייגן די הענט דארט, ר' אהרן שיף איר זענט דאך א קלוגער איד, איר דארפט מארגן שטיין מיט א שוחט פארן פארלאמענט און שחטן' און יא מיט אלע רבי'ס צוזאמען, זאלן זיי ארעסטירן אלע מנהיגים! מיט אלע שוחטים ובודקים און ראשי קהלות!

נו אז ער איז קלוג ווייסט ער וואס ער טוט
צו דען האט ר' לייביש שליט'א געזאגט א ווארט אויב איר זענט גערעכט אז מען דארף גיין אינגאנצן אנקעגן די רשעים אלא מאי...
איך זאג נישט לענ''ד האלט איך אזוי ווי דיר אבער ס' זענען דא קלוגערע אין מער פארשטאנדבארע אידן וואס זיי וועלן זאגן וואס יא איו וואס נישט

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:14 am

בטיש בטישין האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מילתא דפשיטא, קען איך נישט פארשטיין דאס צוזאמלייגן די הענט דארט, ר' אהרן שיף איר זענט דאך א קלוגער איד, איר דארפט מארגן שטיין מיט א שוחט פארן פארלאמענט און שחטן' און יא מיט אלע רבי'ס צוזאמען, זאלן זיי ארעסטירן אלע מנהיגים! מיט אלע שוחטים ובודקים און ראשי קהלות!

נו אז ער איז קלוג ווייסט ער וואס ער טוט
צו דען האט ר' לייביש שליט'א געזאגט א ווארט אויב איר זענט גערעכט אז מען דארף גיין אינגאנצן אנקעגן די רשעים אלא מאי...
איך זאג נישט לענ''ד האלט איך אזוי ווי דיר אבער ס' זענען דא קלוגערע אין מער פארשטאנדבארע אידן וואס זיי וועלן זאגן וואס יא איו וואס נישט

די רב ר' אהרן שיף האט גארנישט געקענט טוען אין די נושא צוליב ווייל די פארהאנדלונגען איז פארכאפט געווארן דורך א יחיד אין געטוען כל מה שליבו חפץ אין טאקע דערפאר שטייט מען היינט ווי משטייט.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:40 am

צו די אלע וועלכע פארגלייכן דעם מצב צו די וועלט מלחמה (זיידע געהייסן לויפן), לאמיר אויסשמועסן אפאר קלארע ווערטער:

עס איז פארהאן א צייט וואס עולם כמנהגו נוהג, און דעמאלט איז שייך צו טאן השתדלות. עס איז אבער פארהאן א צייט וואס עס איז חימה שפוכה רח"ל, ווי עס איז געווען ביי די מלחמה, און דעמאלט איז א בחינה פון אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים.

דאס אז איר זענט אן אייניקל פון א איד וועלכער האט אויסגעקלאפט אויפן באלעמער, מיינט נישט צו זאגן עפעס א ראי' אז יענער זיידע איז געווען די סיבה פארוואס איר זענט היינט בחיים, והראי', איך בין אן אייניקל פון יענעם "שעפס" וואס מען האט יא געפירט קיין אוישוויץ, און ער האט איבערגעלעבט, ומאידך גיסא, זענען אסאך פארטיזאנער וועלכע זענען יא אנטלאפן אין די וועלדער אומגעקומען מיט מיתות משונות הי"ד.

דער בורא גיט אריין דעם דעת פאר'ן מענטש וויאזוי ער זאל האנדלען, און צי ער זאל לויפן אין וואלד. אסאך "חכמים" וועלכע האבן זיך געשווערצט גרעניצן א.א.וו. זענען אומגעקומען, אין עצה ואין תבונה נגד ה'.

א מענטש האט אבער א חיוב השתדלות, זיך צו ראטעווען בדרך הטבע. אמת ויציב ונכון. אבער נישט די השתדלות ראטעוועט אים (פונקט ווי השתדלות הפרנסה ואכמ"ל).

וויפיל איז דער חיוב השתדלות? איז מען מחויב צו לויפן אין וואלד? אדער בימינו, איז מען מחויב צו גיין מיט ציין און נעגל קעגן די רעגירונג? דאס איז נישט פאסיג פאר אפאר אייוועלט שרייבערלעך צו פסק'נען. עס וואוינען אין אנטווערפען גענוג גרויסע אידן, ובראשם דער פשעווארסקער רבי שליט"א און דער רב שליט"א, און זיי האבן נאך אזויפיל שכל און דעת תורה ווי מיר ראצער'ס פון אייוועלט... (במחילת כבודכם).

צו זאגן אז "ווייל מען האט זיך געלאזט פירן ווי שעפסן, דעריבער זענען אזויפיל אידן אומגעקומען" גרעניצט זיך אביסל מיט כפירה ח"ו. ענדערש דארף מען זאגן "ווייל דער בורא האט געוואלט אז אזויפיל אידן זאלן אומקומען, דערפאר האט ער זיי אריינגעגעבן אין געדאנק זיך צו לאזן פירן ווי שעפסן", ווי דער פסוק זאגט בפירוש "לו חכמו ישכילו זאת וגו' איכה ירדוף אחד אלף וגו' אם לא כי צורם מכרם".

איך שרייב נישט דאס אלעס צו אטאקירן עמיצן ח"ו, און איך באטיטל נישט קיינעם אלס כופר ח"ו, איך רעד פון די "געדאנק" נישט פונעם "מענטש", און עס איז גוט פון צייט צו צייט זיך "צוריק גראדשטעלן" די געדאנקען איבער אזעלכע הייקעלע ענינים.

אויב דער בורא וועט ווילן אז שחיטה זאל נישט אנגיין אין אנטווערפען, וועט גארנישט העלפן, אפילו נישט די "חוצפה" און "איך וועל ענק ווייזן" מהלך. נאר וואסזשע דען? מען דארף טאן השתדלות. פיין און וואויל. אבער וויאזוי די השתדלות זאל צוגיין, דאס מאכט נישט אמת'דיג אויס צו די הצלחה פון די זאך, און מען מעג זיין רואיג, אז אפילו אויב די מנהיגי העיר אנטווערפען וועלן נישט טאן גענוי וואס מיר אייוועלט שרייבער האבן מחליט געווען פאר ריכטיג, קען דער בורא נאך אלץ זיי העלפן...

בטיש בטישין
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:56 am

שמערלער האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מילתא דפשיטא, קען איך נישט פארשטיין דאס צוזאמלייגן די הענט דארט, ר' אהרן שיף איר זענט דאך א קלוגער איד, איר דארפט מארגן שטיין מיט א שוחט פארן פארלאמענט און שחטן' און יא מיט אלע רבי'ס צוזאמען, זאלן זיי ארעסטירן אלע מנהיגים! מיט אלע שוחטים ובודקים און ראשי קהלות!

נו אז ער איז קלוג ווייסט ער וואס ער טוט
צו דען האט ר' לייביש שליט'א געזאגט א ווארט אויב איר זענט גערעכט אז מען דארף גיין אינגאנצן אנקעגן די רשעים אלא מאי...
איך זאג נישט לענ''ד האלט איך אזוי ווי דיר אבער ס' זענען דא קלוגערע אין מער פארשטאנדבארע אידן וואס זיי וועלן זאגן וואס יא איו וואס נישט

די רב ר' אהרן שיף האט גארנישט געקענט טוען אין די נושא צוליב ווייל די פארהאנדלונגען איז פארכאפט געווארן דורך א יחיד אין געטוען כל מה שליבו חפץ אין טאקע דערפאר שטייט מען היינט ווי משטייט.

ווער איז דער יחיד?

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דינסטאג ינואר 08, 2019 8:02 am

שואל כענין ;l;p-
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:04 pm

לאנדאן שטופער האט געשריבן:שואל כענין ;l;p-
;l;p-

גראדע האט מען דא גערעדט פון צוויי טעמע'ס, אויב זיי מיינען אלעס אדער נאר שחיטה, און וואס איז די לעזונג דערצו.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:21 pm

וואס זיי מיינען איז שווער צו וויסן, אבער חז"ל זאגן שוין אז הלכה בידוע, ליב האבן זיי אונז זיכער נישט, די פראגע איז נאר צי זיי ווילן און פלאנען פאקטיש ווייטער גיין מיט אנדערע ענליכע גזירות ח"ו, און עס איז שווער צו זאגן אויף זיכער.

השי"ת זאל מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות, סיי וואס זענען שוין אויפן טיש, און סיי וואס זיי טראכטן ארויפצולייגן אויפן טיש, און סיי וואס זיי טראכטן נישט ארויפצולייגן אויפן טיש.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:47 pm

שואלכענין האט געשריבן:וואס זיי מיינען איז שווער צו וויסן, אבער חז"ל זאגן שוין אז הלכה בידוע, ליב האבן זיי אונז זיכער נישט, די פראגע איז נאר צי זיי ווילן און פלאנען פאקטיש ווייטער גיין מיט אנדערע ענליכע גזירות ח"ו, און עס איז שווער צו זאגן אויף זיכער.

השי"ת זאל מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות, סיי וואס זענען שוין אויפן טיש, און סיי וואס זיי טראכטן ארויפצולייגן אויפן טיש, און סיי וואס זיי טראכטן נישט ארויפצולייגן אויפן טיש.

מילה און שחיטה זענען נישט אזוי ווייט איינער פון צווייטען, עס האט די זעלבע סיבה, און נאך דעם קומט חינוך, מען דארף נישט זיין א נביא פאר דעם.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

די אלע אידן וואס שרייבן און לייגן הענטעלעך האבן נישט געליינט מיין הקדמה

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:09 pm

איך זע אז אסאך ובפרט שואל כענין האט א לאנגע תגובה וואס איז זייער שיין, איך קען מסכים זיין מיט 99% דערפון
אלעס וואס איך האב געשריבן איז דרך אייוועלט, וואס א מענטש פארשטייט בדרך אויב איז שטארק פארוואלקנט גייט רעגענען,
און איך קען מיך בלויז וואונדערן פארוואס מען נעמט נישט מיט קיין שירעם ווען עס רעגנט
איך טו עפעס למעשה?
מיין מיינונג, עס ווערט מקויים דער פסוק משיב חכמים אחור אזוי ווי ביי ר' יוחנן בן זכאי, איך קען האבן טענות אויף ר' יוחנן בן זכאי חס ושלום דער אויבערשטער האט אים דאך צוגענומען דעם דעת.
מיינט עס אז איך טאר נישט וויינען תשעה באב אויפן חורבן בית המקדש? איז דא א כפירה ח"ו חס מלהזכיר אפילו להוה אמינא באמת כ'מיין נאר צו פארשטיין דעם רעיון אין די גמרא וואס זאגט אז ריב"ז וואלט געדארפט אנדערש טון ? אודאי נישט
איך וועל מער בלי נדר נישט מגיב זיין אויף אנטווערפן, אבער אבער לייגט אוועק די תגובה - כ'האף כ'וועל שוין האבן רעטייערט און נישט האבן קיין קאמפיוטער אפאר יאר ארום און אייוועלט וועט שוין אפשר נישט עקזיסטירן אבער דער טאג יאנואר דעם ערשטן צוויי טויזענט ניינצן למספרם איז -הי' לא תהי' ס'זאל אודאי נישט זיין, ווייל השי"ת טוט כסדר נסים ונפלאות חוץ לדרך הטבע - בדרך הטבע דער אנפאנג פונעם סוף פון יהדות אייראפא וואס מיר קענען. פינטל פינטל ותו לא מידי בל"נ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג ינואר 11, 2019 5:19 am

Capture.PNG
Capture.PNG (268.76 KiB) געזעהן 618 מאל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג ינואר 11, 2019 6:20 am

moishy56 האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ'גייט מתיר זיין שחוטי חוץ???

מסתם נאר פאר די קהלה

.

.

antwerp shchita.JPG
antwerp shchita.JPG (41.55 KiB) געזעהן 608 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט