קאץ און מויז האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:איך וועל זאגן דעם אמת ווען איך הער ר' יצחק שלמה ארויף ברענגען די אנטווערפענע גראדע בלויז אידיש געשעפרעכע אויף קאלמע 114 טראכט איך אלץ 1939 אללאווער עגען דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע הענט און ביידע הענט אויף אונז בכל מקומות מושבותינו אבער וואס זאלעך טון, סאיז טאקע גרינג צורעדן אבער למעשה איז אנטווערפן געווען דער ערשטער היימישע פלאץ וואס די רשעים האבן גענומען 1939 שריט און האבן מצליח געווען צו צוימען דעם אידישן ציבור, ס'הערט זיך ווי פון מעשה ביכלעך אבער מ'פלאגט זיך אין היימישן מערב אייראפע צו האבן א שטיקל כשר פלייש היינט צוטאג, ס'קאכט מיך אויף, און איך האלט אז מ'האט עס נישט געטארט האנדלען מיט זיידענע הענטשעך, נאכאמאל, ווען מ'זאגט ס'יז גרינג צו זאגן פאר יענעם מיינט נאך נישט אז סאיז נישט ריכטיג, דאס שווערע אקט איז געווענליך ריכטיג, איך האלט מ'האט געדארפט אויפשטעלן א בית השחיטה פארן פארלאמענט און זאגן מיר גייען נישט פרייוויליג, אדער מיט קייטלען אדער לעבן נארמאל! איר ווילט די אידן אדער נישט!
אין אנטווערפען איז דא ווייניגער אנטעסמיטישע אקציעס א יאר וויפול ס'איז דא אין ניו יארק א חודש!!!
די אלע וואס רעדן אויף קולמע בלאזן סתם א מצב פאר זייער אגענדע
דאס איז גארנישט ווייל פער מענטש פער גאס און הויז איז דארט פונקט אזוי, אדער סאך מער,סאיז דא ווייניגער אידן אין גאנץ אנטווערפן ווי אין א דורכגעפאלענע ישוב אין ניו יארק (דזשאסט קידינג, כ'מיין וויפיל חרד'ישע נפשות איז דא דארט)
אבער איך רעד נישט פון אטאקעס פון יחידים, איך רעד פון רעגירונג פאליסי!
עס טוט מיר אזוי וויי ווייל איך זע היסטאריע חזר'ט זיך איבער ס'קלינגט מיר די אויערן פון מלחמה איבערלעבער, וואס כ'פלעג גלייכן זיי צו הערן, אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט פאלשע תירוצים, און מ'האט גע'אסר'ט די שחיטה. איך קען אביסל היסטאריע, כ'האב אויך מיטגעהאלטן די רובאשקין קעיס פון אינעווייניג נאנט, איך זאג קלאר קלאר אנטי שחיטה איז א קאויד ווארט פאר אנטיסעמיטיזים, און "אלע" וואס האבן געשוינט בהמות זענען געווען גרייט צו הרג'נען אידישע איין טאגיגע קינדער, וכן המצב כיום
און אז דאס איז פאריבער רעלאטיוו שטיל אין מערב אייראפע אין א לאנד מיט א שיינע אידישע חרד'ישע קהלה איז לויט מיין קליינע שכל א וואלקן בראך, הלואי בין איך נישט גערעכט און הלואי וואלט דער איד אין דעש וואס האט געזאגט אויב די דייטשן קומען אריין וועט מען אונז אלע פארברענען אויך נישט געווען גערעכט - מהאט געלאכט פון אים און מ'האט אים געואלט שיקן אין משוגעים הויז.
ליידער ליידער האלטן מיר איצט די אונגארישע קלוגער רואיגע מענטשן'ס יארצייטן (פארגעס נישט אלעס איז מן השמים אויך די אלע אנדערע זאכן וואס מ'רעדט אויף אייוועלט, מיר רעדן נאר ווייל מיר גלייכן עס, און מיר זענען בשר ודמ'ס וואס קוקן לויט ווי זאכן זעען אויס אין אונזערע אויגן כאטשיק ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה)