בלאט 1 פון 3
קרית בעלזא לעיקוואד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 4:40 pm
דורך ווייסע זאקן
היינט קומט די גוטע נייעס אז מ'האט אנגעהויבן אריינמופן אין די נייע גאסן פון קרית בעלזא אין לעיקוואד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 4:54 pm
דורך בנימין הלוי
גוטע נייעס מזל טוב
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 5:07 pm
דורך צום זאך
כ'האב הנאה אז זיי האבן נישט געלייגט מער ווי אפאר אינטשעס גראז פארנט פון יעדע הויז, פאר א סיטי איינוואוינער איז זייער שווער צו מאכן אזא דראסטישע טויש פון א שמאלע סיידוואלד אנגעלייגט מיט מיסט זעקלעך צו א שיינע רחבות'דיגע פראנט יארד מיט לענדסקעפעינג, צי א הויכע דאזע פון הרחבת הדעת אויף איינמאל קען שלעכט אויסקלאפן אויפן קליינעם מוח.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 6:55 pm
דורך ווישוואש
צום זאך האט געשריבן:כ'האב הנאה אז זיי האבן נישט געלייגט מער ווי אפאר אינטשעס גראז פארנט פון יעדע הויז, פאר א סיטי איינוואוינער איז זייער שווער צו מאכן אזא דראסטישע טויש פון א שמאלע סיידוואלד אנגעלייגט מיט מיסט זעקלעך צו א שיינע רחבות'דיגע פראנט יארד מיט לענדסקעפעינג, צי א הויכע דאזע פון הרחבת הדעת אויף איינמאל קען שלעכט אויסקלאפן אויפן קליינעם מוח.
כהאב גע'לאל'ד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 7:10 pm
דורך AHA
ברוך השם, זאלען זיי זוכה זיין צו הרחבת הדעת.
זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 7:15 pm
דורך מחותן
על בשורה טובה אומר ברוך הטוב והמטיב
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 9:17 pm
דורך פיטום
דאס איז דער לעיקוואדער סטייל? קוקט אויס מער ווי אין אפסטעיט
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 21, 2014 10:42 pm
דורך קהת
יאפ, ב"ה מ'האלט שוין דא, די מוסדות האבען זיך היינט געעפענט.
אפאר משפחות נישט נאר בעלזא משפחות זענען שוין דארט געוועהן הייליגע טעג.
יעצט נאך סוכות פארען ארויס איבער 50 משפחות, שלב ב' מופט אהין לויט די פלאן נעקסטע יאר פסח, שלב ג' הייבט מען יעצט אן צו פארקויפען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 12:01 am
דורך טהור-עיניים
ב"ה, מזל טוב מזל טוב. זאל עס זיין א גוטער אנהייב און הלוואי זאלן אנדערע קהילות נאכפאלגן.
איך מיין דאס איז ס'ערשטע מאל וואס עס גייט זיין אין לעיקוואוד עכט היימישע מוסדות.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 12:21 am
דורך ווייסע זאקן
טהור ווי האלט וואטערבורי??
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 12:27 am
דורך טהור-עיניים
כ'אב מורא אז אין ערגעץ נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 12:34 am
דורך fiena nieas
טהור-עיניים האט געשריבן:איך מיין דאס איז ס'ערשטע מאל וואס עס גייט זיין אין לעיקוואוד עכט היימישע מוסדות.
???
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:23 am
דורך חיים ושלום
fiena nieas האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:איך מיין דאס איז ס'ערשטע מאל וואס עס גייט זיין אין לעיקוואוד עכט היימישע מוסדות.
???
ראחמסטריווקא!!
סקווירא!!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:50 am
דורך נישט געדאגה'ט
קען איינער מיטטיילן מער פרטים פון די קריה?
וואס באקומען זיי, וויפל קאסט עס??
איז עס נאר פאר בעלזא חסידים?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 9:56 am
דורך אבי.גערעדט
אין צייטונג, סוכות אויסגאבע איז דא א באשרייבונג וועגן די נייע קרי' און אויב כ'דענק גוט רעדט מען פון א דריי שטאק דירה 500 סקווער פוס יעדע שטאק פאר 300-320,000
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:11 am
דורך קהת
2 שטאק מיט א בוידעם וואס איז דא נאך צוויי שלאף צומערען מיט א בעיסמענט פאר בערך $270,000
נישט אלע זענען בעלזערס, יעדער איז וועלקאם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:15 am
דורך א איד אין גלות
קהת האט געשריבן:2 שטאק מיט א בוידעם וואס איז דא נאך צוויי שלאף צומערען מיט א בעיסמענט פאר בערך $270,000
נישט אלע זענען בעלזערס, יעדער איז וועלקאם.
איז דאך עס ממש בלומינבורג פרייזן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:25 am
דורך קלוגע חכם
עס איז ביליגער וואו בלומינבורג, און וואו עס קוקט מיר אויס באקומט מען דא מער וואו אין בלומינבורג, און צו דעם גייסטו נישט וואוינען אין א מדבר, נאר אין א בליהענדע אידישע שטאט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:37 am
דורך א איד אין גלות
קלוגע חכם האט געשריבן:קלוגע חכם האט געשריבן:עס איז ביליגער וואו בלומינבורג, און וואו עס קוקט מיר אויס באקומט מען דא מער וואו אין בלומינבורג, און צו דעם גייסטו נישט וואוינען אין א מדבר, נאר אין א בליהענדע אידישע שטאט
אם כן, איפה סאטמאר?!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:38 am
דורך קלוגע חכם
א איד אין גלות האט געשריבן:קלוגע חכם האט געשריבן:קלוגע חכם האט געשריבן:עס איז ביליגער וואו בלומינבורג, און וואו עס קוקט מיר אויס באקומט מען דא מער וואו אין בלומינבורג, און צו דעם גייסטו נישט וואוינען אין א מדבר, נאר אין א בליהענדע אידישע שטאט
אם כן, איפה סאטמאר?!
רט. אלף פעמים
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:43 am
דורך mini van
קלוגע חכם האט געשריבן:קלוגע חכם האט געשריבן:עס איז ביליגער וואו בלומינבורג, און וואו עס קוקט מיר אויס באקומט מען דא מער וואו אין בלומינבורג, און צו דעם גייסטו נישט וואוינען אין א מדבר, נאר אין א בליהענדע אידישע שטאט
אין בלומינבורג באקימסטע באלד דאפעלט די סייז,2,900sf
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:56 am
דורך משה הקטן
זעהט אויס עפעס א טעות דא, א חבר וואס מופט אהין אויף לעיקוואד האט מיר געזאגט אז מ'באקומט איבער 3000 סקווער פאר דעי פרייז
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:00 am
דורך mini van
הרב קהת, קענסט אפשר אויסקלארען?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:32 am
דורך קהת
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:51 am
דורך משה הקטן
יישר כח קהת, זעהט אויס צו זיין 1000 סקווער פער שטאק, צוויי שטאקן אויפגעפיקסט, + בעיסמענט פאר רענטל אדער געסט רום