א איד אין גלות האט געשריבן:לכתחילה
אלעס וואס דער באצאלטר כוכב שרייבט איז כדי צו פעסטשטעלן, גענוג געזאגט.
שוין אסאך מאל אויסגעקומען אז איינער קומט אריין שרייבן איבער א ענין, און ווערט אראפגעסטעמפלט אלס א "באצאלטער" וכדו'.
דאס איז זייער נישט ריכטיג! קודם כמעט יעדער קומט אריין און הייבט אן שרייבן פאר א סיבה, די און די זאך האט אים געשטיפט, קומט ער אריין און שרייבט איבער יענער ענין. איז ער דאך ניי, "מוז זיין" אז ער האט א נגיעה! דאס קען פשוט אוועקשטיפן שרייבער. איבערהויפט ווען דו ווייסט בכלל נישט צו ער איז טאקע א באצאלטער וכדו'.
געב למשל א קוק אויף מיר אין דעם אשכול. כ'שרייב שוין גענוג לאנג, אז מען ווייסט שוין וואס טוט זיך, אבער לאמיר זאגען כ'וואלט געפענט די אשכול אלס א נייער שרייבער.
שפעטער אין אשכול, פארצייל איך אז כ'האב באגעגענט א באקאנטער צו ר' נחמן, און כשרייב א מיינונג. איינער וואס וויל באשולדיגן מיט "אינסיידער", האט דאך א געלונגענע זאך! ער עפענט א אשכול איבער די ענין, און "פונקט" האט ער גערעדט צו א אינסיידער.....
בשעת די אמת איז, אז כ'האב געפענט די אשכול סתם אלס א נייעס, און פערצופאל האבעך באגעגענט דעם מענטש.
אלזא, לאמיר אויפהערן מיט די "אינסיידער" שפרינגען.
און פארקערט צו אלע וואס זענען טאקע "אינסיידערס", פארוואס זיך באהאלטן אונטער נוטראל - מען האט שוין אמאל געשריבן - עס מאכט נערוועז, אויב זענעט איר דא מיט אן אגענדע, זאגט ארויס פון אנפאנג, און פארשפארט עגמת נפש.