בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 11:30 am
דורך סאכדעס
מעסטערמיינד האט געשריבן:סאכדעס,
איי עם סארי טו טעל יוא, אבער עס זעהט מיר אויס אז דו ווייסט נאך אלץ נישט וואס דער חילוק פון די צוויי פארטייען זענען,
דזשאסט טו בי קלער, איך בין רגעסטרירט אלץ א ריפאבליקען אבער איך נויג זייער צו קאנסווארטיוו, חוץ געציילטע אישו'ס
כעל דיר בעסער מסביר זיין מיין איידיע, קודם דזשאסט פאר יו טו נאו, די רעפובליקאנער זענען פון אנפאנג אן געווען די דעמאקראטן קעגן די קאנסעווטיווע, כאב אסאך גענישטערט אין די חילוקים צווישן די 4 גרויסע פארטייען, איז לאמיר דיר זאגן וואסיך מיין.
דעמאקראט איז נישט קיין פארטיי, דאסיז א ווארט, די ווארט האט א באדייט, דעמאקראטיע מיינט אומאפהענגיקייט, דאס מיינט אז זיי זענען נישט צוגעבינדן צו קיין אידילאגיע, הגם זיי האבן דאך אליינ'ס אן אידילאגיע, אבער נישט זיין שטרענג, אמאל איז געווען קעניגן/פירערס און ווי אויך דיקטאטורן, איז מען אויפגעקומען אז מער וועט דאס נישט זיין, יעדער מענטש איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער וויל, קיינער קען נישט ארויפצווינגן זיין אידאלאגיע אויף א צווייטן, און דאס איז מער ווייניגער דעמעקרעסי.
די קאנסערוואטיוון האלטן אויך אז מ'קען נישט ארויפצווינגן קיין דעה אויף א צווייטן, זיי זענען אלע דעמאקראטן, נאר סיהאט זיך אויסגעשטעלט אויף געוויסע אישוס, אז מענטשן האבן געטענה'ט, פיין, וואויל, אבער געזעצן מעגן און דארפן זיין שטרענג, אנדערע האבן געהאלטן אז אפילו געזעצן טארן נישט זיין אזוי שטרענג, פארשטייט זיך יעדער אויף זיין לעוול, אפילו דער ליבעראלער וועט האלטן אז מ'טאר נישט גיין נאקעט אין גאס, איי פארוואס צווינגסטו ארויף א דעה אויף א צווייטן? הע, כאב נישט דאס געמיינט, כאב נאר געמיינט דאס, אקיצער יעדער האט זיך זיין גדר.
יאך בין א דעמעקראט אין פריוואטן לעבן, כאלט אז אויסער תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן איז נישטא קיין זאך וואס מ'זאל ארויפצווינגן אויף א מענטש, און אפילו תורה'דיגע זאכן נאר אויף א תורה'דיגע וועג, וויפיל די תורה לאזט און באפעלט, געזעצן אין א לאנד, איז א מאסט, מ'מוז האבן געזעצן, ווייל אז נישט איש את רעהו חיים בלעו, און נאך פראבלעמן וואס קומען ארויס פון א מדינה אן א געזעצן, אלזא אין די אישוס האלט איך פון די פארטיי וואס רופן זיך רעפובליקאנער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 4:40 pm
דורך טאגליכט
דעמאקראטן רעפובליקאנער, אינדיפענדענס, שטותים מיט הבלים, גייט מיר נישט אן, האו קערס, איך ווייס עפעס אנדערש, איך זעה אז די אלע טעראריסטן בני ישמעאלים דרייען זיך ארום מיט די ארגסטע וואפן, און די גררררררררווווווווווייייייייססססססססעעעעעעעעעע אמממממממממעעעעעעעערררריייייייטטטטשששששששקקקקקקעעעעע, גיט זיך משינה'דיג אן עצה (בלשון סגי נהור) דהיינו, מריקט די נאציאנאלע אלערט סיסטעם פון ארענדש אויף געל און פון געל אויף רויט, משרייט נא נא, מסטראשעט אז מגייט ווייזען, און??????????. גארנישט דארטן ווי די האסט געהאלטן
קאמ אן, נעם דיינע געווער און זיי עים מסדר!!
נע כקען נישט כהאב מורא,
פון וועם האסטו מורא? ביסטאך די שטארקע גרויסע אמעריטשקע?
וואס הייסט פון וועם איך האב מורא, די אלע אנטי אקטיוויסטן, אנטי וואר, אנטי איראק, אנטי פרעזידענט, און אנטי מענטשן, אנטי נארמאל, אנטי כווייסעך וואס נאך.
פארשטייט עטץ?
---------------------
איך זעה נאר גאז, א גאלאן טייערער פון א ברויט, זשאבס א הויקער, ווילסט גיין קאלעקטן געלט, קוים וואס מקען פון איינעם ארויסשלעפן א גרייצער.
גיב א קוק אין די וועלט, טשיינע לאכט פון די וועלט, אלעס ווערט פון דארטן געברענגט, און די גרויסע ריזיקע געלונגענע פארגעשריטענע אמעריטשקע, קען זיך מיט זיי נישט אן עצה געבן. גנבענען רעכטס אין לינקס, און רעד צום לאמפ, כקאן גארנישט טוהן, סריקט זיך דא אריין א פרישע ווארט, גלאובעל אקאנאמי!!!!!!!!!!!!!
קאם אן האק דיר ארויס פון קאפ די אלע שטיתים, קוק וואס סטוט זיך אין דיין לאנד, גארנישט קאנסטו נישט טוהן, וואס דו פרובירסט צו פאבריצירן, סגייט נישט דורך קיין צוויי וואכן, בומס, דער טשייניז מיט די דינטשיגע אויגן און שמייכל פון אויער צום אויער, און ער מאכט די זעלבע פראדוקט. די פענטאגאן גיט אויס ביליאנען דאלארן צו פאבריצירן נייע פארגעשריטענע געווער, גיב עס א יאר, און טשיינע האט עס, אן ספענדן ביליאנען. גיי ווייס פון ווי.
רבותי עפענטס ענק די אויגן, אמעריקע איז אויפן שוועל פון באנקראט, יא באנקראט.
שוין איך רעד שוין נישט צו די זאך....................
כמיין אז איך גיי עפענען א פרישע אנטי גרופע, איינער קען מיר געבן עפעס א אנטי נאמען????
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 6:02 pm
דורך קרעמער
מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
ביי מיר זענען די דעמאקרטען /ליבעראלען פיינט פאר אמעריקע,
און ליידער רוב דעמאקרטען שעמען זיך מיט אונזער פאן.
דו דארפסט זיך אויסוואשן די אויערן, מיין פריינט. צופיל שאנענעטי/האשבימבאו/מייקלסעבעדזש/לארינגרעם/מארקלעווין און זייערס גלייכן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 6:14 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
איינס פאר דארף איך מיך אויס וואשען די אויערען זיי רעדן נישט שיין ?,
מ'טאר שוין נישט הערן א אמת ווארט אמאל אויך נישט?
צוווייטענע'ס דאס האב איך פריער געשריבען ליין עס נאכאמאל אפ ווייל ס'איז נאך אלץ גילטיג
"""כ'האב שוין די מענטשען נישט געהערט יארען (ליידער) אבער כ'האלט אז רוב רעפאבליקאנע וועלן אגריען מיט מיר דערויף,
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 6:24 pm
דורך קעכער
ביידעוועי מייקל סעבעדזש רופט אן ראש'ן האש בימבאו
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 09, 2006 6:25 pm
דורך איך_הער
נו , מכנה שם ..... אין לו חלק ...... , דו ווייסט נישט דערפון ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 12:05 pm
דורך יז בתמוז
איך בין א רעפובליקאנער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 3:45 pm
דורך פענסטער
טאגליכט;
דארפסט נישט עפענען קיין פרישע, ס'דא אלטע, ס'רופט זיך קאמיניזעם.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 10:50 pm
דורך קרעמער
דאכט זיך אז מען קען נאך שטימען אויף דעם סקר.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:17 pm
דורך צייטליך
געשטימט אלץ רעפובליקען.
איך אלץ קרית יואל'ער געבוירענער בין איך געווארן רעגאסטרירט אלס רעפובליקן, אגב איז שוין היינט געטוישט די מצב און היינט רעגאסטרירן זיי (די ווילידזש) יעדעם אלץ דעמאקראט וויבאלד די דעמאקראטן האבן איבערגענומען דארט דאס רעדל.
אין מיין פריוואטער לעבן וועל איך שטימען אייביג פאר רעפוליקאנער, חוץ ביי לאקאלע וואוט'ס ווי עס איז מער וויכטיג ווער עס איז בעסער פאר די נעבערהאוד.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:45 pm
דורך צייטליך
העי, אלד וומ"ס, לייג נאר צוריק דיין תגובה, האסט מיך אויסגעשפילט ווען איך האב געשריבן עפעס אין ענטווארט פאר דיר און דיין תגובה איז נעלם געווארן.
האסט געשריבן א מיינונג און די גיבסט נישט אן קיין דעקונג דערפאר, ברויכסט נישט מורא האבן, האסט גענוג דעמאקראטן אויך דא, ברויכסט נישט אייננעמען קיין שטילשוויייגעניש דערפאר.
זיי בעסער מסביר, מיט וואס האבן די רעפובליקאנער געדריייווט אמעריקע אין קרקע?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 8:30 am
דורך לעווי
איך בין גערעדזשיסטערד אלס א דעמאקראט, אבער ווי יעדער איינער ווייסט בין איך קאנסערוויטיוו געשטימט.
איז וואס שרייב איך אויף די סקר, לויט מיין מיינונג אדער לויט מיין שטים קארטל?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 8:35 am
דורך איך_הער
לעווי, לויט דיין מיינונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 8:47 am
דורך לעווי
האמיר געוואוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 3:48 pm
דורך סתם_אזוי
איך בין גערעדזשיסטערט ריפאבליקען, און איך בין א ריפאבליקען.
ביידיוועי ווען איך ליין דא די גאנצע אשכול וואס איז געשריבן געווארן איבער צוויי יאר צוריק גייט מיר די בלוט דרוק ארויף. נאר וועגן אזעלכע שווארצע פעסטעמיסטן, האלטן מיר היינט דא. זאל נאר יעדער אנהייבן צו שרייבן אז די עקאנאמי שטייט אויף גוטע יסודות (אזויווי מ'קעין האט געטרייט צו טון...) וועסטו זעהן אז מארגן וועלן די סטאקס די דאללאר און עקאנאמי ארויפגיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 4:30 pm
דורך שמערי בערי
וואס שטימט מען דא, וואס מען "איז", אדער וואס מען איז רעדשיסטערד (למשל וועגן חלק ח')....