איבאלע וויירוס ר"ל פארשפרייט זיך אין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג נובעמבער 02, 2014 10:37 pm

איז נישט רעליגיע איז איינס פון די סיוויל רייטס? קען זיין כ'מאך א טעות.

כ'קוק יעצט די נייעס פון קענעדע און אויסטראליע. זע איך אז קענעדע לאזט נאר נישט אריין אפריקאנע פון אפריקע. העלט ווארקערס פון קאנאדע וואס זענען געפארן קיין אפריקע לאזן זיי צוריק אן קווארענטין. נו, פארשפארן די גרעניצן מחמת ספק איז דאך נישט דא דער מחלוקת (אפשר יא? כ'געדענק שוין נישט :P )

פון CNN:
"The changes do not affect Canadians currently in West Africa, the press release said. Health care workers in West Africa will be permitted to travel back to Canada.

אין אויסטראליע איז עס אבער נישט אזוי און ווי כ'ליין אין CNN האבן זיי יא ארויפגעלייגט א קווארענטין אויף די העלט קעיר ווארקערס וואס קומען צוריק. וואס זאגט די מעדעצינישע קאמיוניטי אין אויסטרעליע צו דעם? ליין:

The announcement came as a "surprise," the Australian Medical Association (AMA) president Brian Owler told CNN, who said that the chance of the disease entering the country through a migrant from the region was very low.
"It's not necessarily a very well-focused decision. The bigger picture needs to be on our preparedness at home but more importantly our involvement in West Africa itself, putting doctors and nurses and other logistical elements in place and trying to combat the crisis there."
He added that the government had sought the advice of "very few people," and had excluded the AMA.

די אפאזיציע אין אויסטרעליע האט אראפגעריסן די גאווערמענטס פאליסי אלס אן עמאשענעל ריספאנס:

"We want the government to release the advice on which this decision has been made," Labor's foreign affairs spokesman Matt Thistlethwaite said.
"We need to be absolutely certain that this government isn't being tough but dumb when it comes to protecting Australians from the risk of Ebola infection at home," Thistlethwaite was quoted by the ABC as saying.

נאך פון יענע ארטיקל:

Concerns are being raised that the Australian response is largely engineered to create political capital, particularly given the country's well-documented hard line on immigration.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג נובעמבער 02, 2014 10:52 pm

קיעפ אן גויאינג, דערווייל לערן איך פון ענק ביידע א טאן.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג נובעמבער 02, 2014 10:54 pm

AHA האט געשריבן:קיעפ אן גויאינג, דערווייל לערן איך פון ענק ביידע א טאן.

און איך לערן פון דיר.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג נובעמבער 02, 2014 11:19 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:ירוחם, בראווא


ביזטו מיין לאנג פארלוירענע ניק? מסכים מיט יעדע ווארט כנ"ל
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 02, 2014 11:40 pm

מילכיגער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:ירוחם, בראווא


ביזטו מיין לאנג פארלוירענע ניק? מסכים מיט יעדע ווארט כנ"ל

העי מילי!! דאס איז שוין צופיל פאר איין טאג! איז עס א חלק פון דיין קאמפיין צו באלאנצירן די פאליטישע שטימונג? ווייל פאליטיק ווייז, איז אפשר מער רעכט נישט צו קווארענטירן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 2:59 pm

אל כבוד ירוחם.

כ'האב נעכטען נאכט אסאך ארום געליינט איבער איבאלע און די מעגליכקייט איבערצוגעבן די קרענק אן קיינע סימפטאמען. עס קוקט טאקע אויס, ווי חוץ די איין דאקטער איד די קאנסענסוס אז מען קען אן קיינע סימפטאמען נישט איבער געבן די מחלה.

זיי שרייבן אבער עטליכע קלענער חששות, אז אויב מען וועט טעסטען צוויי מאל א טאג פאר פיבער, וואס טוט זיך אין די שעות אינצוויעשן? אויב ווערט מען פיבעריג, און מען דרייט זיך ארום. אזוי אויך אויב מען וועט טשעקען אפי' דריי מאל, סוף סוף, איז נאך דא עטליכע אומגעטשעקטע שעות

צווייטענס, איז די חשש אז די באטרעפענדע וועלן נישט קאאפערירן, און איינמאל יענער ווערט סימפטאמאטיק, האט מען נישט קיין צייט יענעם "אויפצוזיכען".

היוצא מדברינו. אויב האסטו א וועג צו מאכען זיכער אז יענער אנטלויפט נישט, און אויך אז יענער וועט זיך נישט דרייען אין קיין ערענסטע פאבליק פלעצער, בשעת ער ווערט געמאניטערט פאר פיבער, בינעך מסכים מיט דיר אז קוואראנטין איז איבריג.

סא, לכאורה א מאניטער ברעיסלעט ווי מען לייגט אויף פארברעכער, איז לכאורה גענוג צו טרעקן ווי יענער איז. און כ'גלייב עס איז דא עפעס צו לייגן וואס שפירט אויך די טעמפערטואר די גאנצע צייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:27 pm

מאניטער ברעיסלעט איז לכאורה מער מאסגעבנד ווי קווארענטין כאשט כשטעל זיך פאר אז די נוירס פון מעין וואלט אויף דעם אויך מוחה געווען...

כ'האב גראדע שוין געטראכט וועגן די פראבלעם אז אפילו מ'טעסט צוויי מאל א טאג, וואס איז מיט די צייט אינצווישן? האבעך געהערט אז די הסבר איז אז עס נעמט צייט ווילאנג דער פיבער גייט ארויף צו א קריטיקעל לעוועל (דאס הייסט אז ווען עס גייט ארויף אפאר פוינט'ס איז עס נאכנישט סימפטאמעטיק, אבער הונדערט און העכער איז זיכער סימפטאמעטיק.) יעצט, ווען מ'פיבערט שוין ביי 100 דארף מען דאך שוין נישט קיין מעסטער, און די חשבון איז אז אויב פילט מען ווי מען הייבט אן פיבערן דארפן זיי זיך גלייך מעלדען צום קווארענטין סטעשאן. די מעסטן צופרי און ביינאכט איז נאר צו מאכן זיכער אז מען איז נישט ארויף פון 98.7 צו א העכער לעוועל וואס איז נאך נישט סימפטאמעטיק אבער ס'שוין צייט אנצוהייבן קווארענטינען. און אויף דעם איז גוט צוויי מאל א טאג אויך, ווייל אויב לאמיר זאגן מ'מעסט אינדערפרי און ס'איז נארמאל, און גלייך נאכדעם הייבט עס אן ארויפצוגיין, וועט עס סיי ווי נעמען מער ווי 12 שעה ביז ס'וועט אנקומען צו א קריטיקעל לעוועל, און דערווייל וועט דאך דער באטראפענער שוין אליינס שפירן אז ער הייבט אן פיבערן.

בקיצור, דער מעסטן איז טאקע נאר גוט פון 98.7 און אביסעלע ארויף, וואס מ'שפירט נישט אליינס אז מ'פיבערט און עס איז איין סטעפ אוועק פארן ווערן סימפטאמעטיק. כ'ווייס נישט ווי ווייט די הסבר איז אמת, ווייל כ'האב עס נישט געזען אין ערגעץ נאר איינער האט מיר אזוי נאכגעזאגט פון וואס ער האט געזען, דערף מען מברר זיין צו ס'טאקע אזוי.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:30 pm

און טאקע ביי ספענסער איז געווען א גאנצע געטועכטס ווייל קודם האט א נוירס געזאגט אז ווען מ'האט אים אריינגעברענגט איז שוין זיין פיבער געווען 103, וואס די מידיע האט דאס אפגעטייטשט אז מען האט אים שוין קווארענטירט צו שפעט, און דאס מיינט אז ער האט געפיבערט אויף א קריטיקעל לעוועל נאך ווען ער האט זיך ארומגעדרייט פראנק און פריי. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט (אדער האט מען עס אזוי ארויסגעשטעלט... וער וויייסט) אז עס איז געווען א טעות און עכט איז ער נאר געווען 100.3 ווען מען האט אים אריינגעברענגט, און לויט דעם איז ער נישט געווען קריטיקל לעוועל פיבערדיג צווישן מענטשן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 4:41 pm

ווי שנעל נעמט צו גיין פון די נארמאלע 98.6 צו 100?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 11:01 am

כ'האב נישט קיין אהנונג. כ'האב פרובירט צו זיכן אבער גארנישט געטראפן. כ'זע אבער אז אויף עבאלא זאגן זיי אז ס'הייסט נישט סימפטאמעטיק פאר 100.4
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 11:06 am

געלויבט השי"ת אז מען הערט שוין עטוואס גיטע נייעס, נעכטען איז געווען אין די נייעס אז אפילו אין אפריקע האט שוין די פארשפרייטונג פון די וויירוס היבש נאכגעלאזט, אפילו די מערסטע באניצטע שפיטעלער האבן שוין האלב בעטן ליידיג...
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג נובעמבער 04, 2014 1:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 12:24 pm

הודו לה!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 1:30 pm

ירוחם האט געשריבן:מאניטער ברעיסלעט איז לכאורה מער מאסגעבנד ווי קווארענטין כאשט כשטעל זיך פאר אז די נוירס פון מעין וואלט אויף דעם אויך מוחה געווען...


דא שטעקט דאך די פראבלעם. אפילו אויב פון א וויסענשאפטליכע שטאנדפונקט פעלט נישט אויס צו קוואראנטינען כל זמן דער מענטש איז נישט סימפטאמאטיש, מאן יימר אז מ'קען זיך פארלאזן אויף די נורס\דאקטער אז יענער וועט זיך זעלבסט קוואראנטינען אויב\ווען די סימפטאמען וועלן זיך ח"ו באווייזן? פון די היסטאריע זעהן מיר פארקערט. די נורס און נ.י.'קער דאקטער זענען טאקע גוטע ביישפילן פון ממש לעצטענס.
נורס היקאקס האט געבראכן די קוואראנטין אין מעין צוויי מאל אדער וויפיל? איינמאל האט זי אפילו גערייכט די האנט מיט א רעפארטער.
We are hopeful that the selfless health workers who are brave and caring enough to care for Ebola patients in a foreign country will be willing to take reasonable steps to protect the residents of their own country,” Mary Mayhew, Maine’s Health and Human Services commissioner, said at a news briefing.

וועסט בלייבן ביים האָפן. די 'סעלפלעס' העלט ארבעטער זענען בלויז מענטשן. זיי וועלן טוהן וואס איז זיי באקוועם אויף די מינוט, אויך ווען די שריט איז אין קעגנזאץ צו די זיכערקייט פון 'פאבליק סעיפטי'.
דר. קרעיג ספענסער האט אנהויב געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט זיך איינגעשפארט אין זיין הארלעם דירה.
Spencer “didn’t admit he rode the subways, dined out and went bowling until cops looked at his MetroCard the sources said,” The New York Post reported.
“He told the authorities that he self-quarantined. Detectives then reviewed his credit-card statement and MetroCard and found that he went over here, over there, up and down and all around,” a source said.

Spencer finally ’fessed up when a cop “got on the phone and had to relay questions to him through the Health Department,” a source said.

אצינד פארשטייט איר פארוואס עס פעלט אויס צו נוצן די אלטע מיטל פון קוואראנטין? ווייל אויב נישט מיט געוואלד, וועט דער עולם זיך נישט לאזן, כאטש זיי ווייסן אז דערמיט שטעלן זיי מעגליך אנדערע אין א געפערליכע סכנה.
און דערפאר שטיצט דער עולם גולם די קוואראנטין פאליסי פון גאווערנער'ס קאמאו-קריסטי, אזוי ווי מ'זעהט נאכאנאנד פון אנקעטעס. רוף עס אינסטינקט, רוף עס קאמען סענס.
עס איז וואר, רוב אמעריקאנער (און להבדיל, קרעטשמע זיצער) זענען נישט קיין וויסענשאפטליכער, קיין מעדיצין נישט שטודירט, ניטאמאל קיין בעטשעלערס דעגרי האבן מיר. איך בין גרייט זיך צו וועטן אז 99% ווייסן אפילו נישט וואס די ווארט 'סימפאטאמאטיש' באדייט.
אבער א דאנק די 'קאמען סענס' וואס דער בורא האט אונז געשאנקען, פארשטייען מיר דעם מענטשנ'ס נאטור אסאך בעסער ווי די אראגאנטע פרעסע, די 'טרענספערענט' אדמיניסטראציע און געשולטע דאקטורים אויף רעגירונג פעי-ראל.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 1:32 pm

יודל בתפארתו!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 1:35 pm

יודל איך האב הנאה. והשם יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:03 am

גוטע נייעס! נישטא מער קיין איבאלע אין די נייעס!
Media outlets are no longer reporting on suspected Ebola cases at the urging of the Obama administration.
Downtrend reported:

There is a reason why Obama didn’t pick an Ebola Czar with any actual medical experience when he tabbed longtime Democrat party hack Ron Klain who is a lobbyist. The real danger was never that the foolish policies of Barry and the boys were exposing Americans to Ebola but rather the political implications of it all. So the sudden departure of Ebola stories from the state-corporate media doesn’t pass the smell test. Interestingly the website of Forbes has a story that reports:

The Associated Press and other press outlets have agreed not to report on suspected cases of Ebola in the United States until a positive viral RNA test is completed.

That damning line is buried deep in the article so anyone can be excused for not noticing it – they aren’t supposed to.


ווייל אויב מ'באריכטעט עס נישט, עקזיסטירט עס נישט!

ווער האט געזאגט אז דער 'בת-היענה-קאפ-אין-די-זאמד-שיטה' איז א נארישקייט? קוקט ווי גוט ס'ארבעט! :roll:

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:10 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:גוטע נייעס! נישטא מער קיין איבאלע אין די נייעס!

ווייל אויב מ'באריכטעט עס נישט, עקזיסטירט עס נישט!

ווער האט געזאגט אז דער 'בת-היענה-קאפ-אין-די-זאמד-שיטה' איז א נארישקייט? קוקט ווי גוט ס'ארבעט! :roll:


ליסען... אויב די מהלך האט פיין געארבייט ביי isis - אבאמא האט געהאלטען אז אויב מען וועט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון זיי, וועלן זיי אליינס אוועק גיין, און דערפאר האט ער פאר יאר צייט גארנישט געטיען דערצו - פארוואס זאל מען עס נישט אויך פראבירען מיט איבאלע..??

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:19 am

לידינג פראם ביהיינד?
בילד

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:26 am

;l;p-
כּ‎'זעה‎ דעך‎ נישט‎ ווער‎ דאס‎ איז...

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 11:35 am

וועלקאם טו רוסלאנד...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:07 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:לידינג פראם ביהיינד?
בילד

אבאמא איז געווארן ווייס...?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:12 pm

ניין רויט.....

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:13 pm

ס'פשוט פאטאשאפט, נישט צו דערקענען דעם אמת'ער פרצוף.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:12 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:אפילו אויב פון א וויסענשאפטליכע שטאנדפונקט פעלט נישט אויס צו קוואראנטינען כל זמן דער מענטש איז נישט סימפטאמאטיש, מאן יימר אז מ'קען זיך פארלאזן אויף די נורס\דאקטער אז יענער וועט זיך זעלבסט קוואראנטינען אויב\ווען די סימפטאמען וועלן זיך ח"ו באווייזן? פון די היסטאריע זעהן מיר פארקערט. די נורס און נ.י.'קער דאקטער זענען טאקע גוטע ביישפילן פון ממש לעצטענס.
נורס היקאקס האט געבראכן די קוואראנטין אין מעין צוויי מאל אדער וויפיל? איינמאל האט זי אפילו גערייכט די האנט מיט א רעפארטער.


כאב שוין נישט קיין כוח זיך צו טענה'ן אבער לאמיך נאכמאל איבערחזרן. אנדערש ווי די רעפובליקאנער מיינען לעבן מיר נישט אין רוסלאנד. דא אין אמעריקע קען מען נישט (עכ"פ אפיציעל) ארעסטירן א מענטש בלויז מיט א חשבון פון מאן יימר (נד"נ). מען דארף האבן א הארטע סיבה פארוואס צו ארעסירן, און מאן יימר איז נישט גענוג.

זיי וועלן טוהן וואס איז זיי באקוועם אויף די מינוט, אויך ווען די שריט איז אין קעגנזאץ צו די זיכערקייט פון 'פאבליק סעיפטי'.

מאכסט א הנחה און נאכדעם פרעגסטו? ווער מאכט אפ וואס איז פאבליק סעיפטי? פאבליק פאראניע? אדער מעדעצינישע מומחים?
דר. קרעיג ספענסער האט אנהויב געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט זיך איינגעשפארט אין זיין הארלעם דירה.

כ'גלייב שווער דעם ניו יארק פאוסט ריפארט, נאכדערצו ועון דער פאוסט איז דער איינציגסטער וואס שרייבט דאס און אויך נאר בשם אנאנימעס סארסעס. ס'פונקט גענוג פאר דזשעימס טערענטא נאכצופלאפלן.
אצינד פארשטייט איר פארוואס עס פעלט אויס צו נוצן די אלטע מיטל פון קוואראנטין? ווייל אויב נישט מיט געוואלד, וועט דער עולם זיך נישט לאזן, כאטש זיי ווייסן אז דערמיט שטעלן זיי מעגליך אנדערע אין א געפערליכע סכנה.

סארי, דא איז נישט רוסלאנד. אויב ס'נישט דא קיין באווייז אז זיי שטעלן מעגליך אין א סכנה מענטשן, און דער מעגליכקייט איז נישט קיין סברא'דיגע מעגליכקייט איז נישטא קיין געוואלד.
און דערפאר שטיצט דער עולם גולם די קוואראנטין פאליסי פון גאווערנער'ס קאמאו-קריסטי, אזוי ווי מ'זעהט נאכאנאנד פון אנקעטעס. רוף עס אינסטינקט, רוף עס קאמען סענס.
אין די מיטלאלטער איז דער קאמען סענס געווען מ'זאל מאכן פאגראמען אויף די אידן יעדן טאג. פאר הונדערט יאר צוריק איז געווען קאמען סענס מ'זאל פארשיקן אלע אידישע אימיגראנטן פון רוסלאנד צום קוואראנטין אינזל. געלויבט צו גאט אז מיר לעבן אין א מלכות של געזעץ ווייל אז נישט וואלט יעדן טאג געווען איינער מיט עפעס א קאמאן סענס/אינסטינקט.
עס איז וואר, רוב אמעריקאנער (און להבדיל, קרעטשמע זיצער) זענען נישט קיין וויסענשאפטליכער, קיין מעדיצין נישט שטודירט, ניטאמאל קיין בעטשעלערס דעגרי האבן מיר. איך בין גרייט זיך צו וועטן אז 99% ווייסן אפילו נישט וואס די ווארט 'סימפאטאמאטיש' באדייט.
אבער א דאנק די 'קאמען סענס' וואס דער בורא האט אונז געשאנקען, פארשטייען מיר דעם מענטשנ'ס נאטור אסאך בעסער ווי די אראגאנטע פרעסע, די 'טרענספערענט' אדמיניסטראציע און געשולטע דאקטורים אויף רעגירונג פעי-ראל.

דער מענטשן'ס נאטור איז פלייט אר פייט. פארצייטנס האבן די בארבארישע מענטשן גענומען דעם "פייט" ליטערעלי. ברוך ה' אז היינט לעבן מיר אין א קאנסטיטוציאנעלע לאנד וואס ווערט נישט געפירט דורך מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס די ווארט סימפטאמעטיק באדייט, ווייל אז נישט וואלטן שוין לאנג געווען דא פאגראמען פונקט ווי אין מיטלאלטער.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:17 pm

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:גוטע נייעס! נישטא מער קיין איבאלע אין די נייעס!
ווייל אויב מ'באריכטעט עס נישט, עקזיסטירט עס נישט!

ווער האט געזאגט אז דער 'בת-היענה-קאפ-אין-די-זאמד-שיטה' איז א נארישקייט? קוקט ווי גוט ס'ארבעט! :roll:


ס'טאקע אן עולה נוראה, נאר ס'וויכטיג צו אויסקלארן אז די רעדע איז נאר נישט צו רעפארטן איבער סאספעקטעד קעיסעס. באשטעטיגטע קעיסעס גייען ווייטער רעפארטעד ווערן ווי פריער. זעט אויס אז די מעינסטרים מידיע שטעלט זיך צו צום פאלק וואס פארשטייט נישט וואס סימפטאמעטיק מיינט און וויל זיי דעריבער נישט אפשרעקן :P
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 30 געסט